[justify][/justify][justify][/justify]ספעציעלע רייכע אפהאנדלונג איבער די לעצטע געשעהנישן מיט א היסטארישע און תורה'דיגע בליק
[center]פון פלאטאו ביז טראמפ[/center]
דעמאקראטיע, וואלן, פאליטישע דעות און די אונטערגאנג פון די אמעריקאנער פאליטישע סיסטעם אין די טראמפ טירוף תקופה
הרב יואל אשר לאבין אין א דורכדרינגליכע איבערזיכט אויף די היסטאריע פון פאליטיק, זיין קינה איבער די נידריגקייט פון די יעצטיגע וואל סעזאן און די לאנגיעריגע נעגאטיווע אפעקט פון די טראמפ קאמפיין
אפשר איז צייט פאר א נייע דורכדרינגליכע איבערזיכט צו די אמעריקאנער סיסטעם? איז צייט צו צוימען די כח פון מידיא? אפשר איז צייט צו מאכן עלעמענטארע יסודות צו קענען לויפן פאר אן אמט. עדיוקעישאן און חכמה, ערנסטקייט און כאראקטער?
דער מענטשליכע גלוסט צו פערפעקציע
מענטשהייט איז מיילן אוועק פון קארעקט, אבער א גייסט פון גוטס און א גלוסט צו אוטאפיע און גן עדן האט אייביג באגלייט געקליבענע נשמות אין די פעלקער. במשך היסטאריע האבן חכמים מצליח געווען פון צייט און געשיינט א ליכט אויף א וויכטיגע ווינקל אין די געטליכע בריאה, ערקלערט סודות הבריאה און פארראכטן וואס אנדערע האבן קאליע געמאכט.
דענקער האבן אייביג געזוכט צו אוועקשטעלן ציוויליזאציע אויף א לאגישע וועג, און טרעפן די וועג וויאזוי צו פירן מענטשן אויפן ריכטיגן וועג. חכמים האבן שפעקולירט וויאזוי צו פירן די מאסן און מאכן בעסער פאר זיך און די ארומיגע.
די געשיכטע פון די וועלט איז א געשיכטע פון בלוט און מלחמה, אבער אויך פון פאליטישע טעאריעס, אידעעלאגיעס וואס האבן פארגאפט די וועלט און אן ענדלאזע גלוטס צו תיקון עולם.
די פארשידענע וועגן פון רעגירונג
דעמאקראטיע
די דעמאקראטישע שיטה איז געבוירן געווארן אין די רגע –זאגט א שפריכווארט- ווען מענטשן זענען געקומען צום שכל אז מענטשליכע קעפ אנשטאט זיי אפהאקן, קען מען ליבערשט זיי ציילן!
די מושג דעמאקראטיע שילדערט א הערשאפט סיסטעם וואס ליגט אין די הענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג. נישט אין די הענט פון א איינצלנער דיקטאטור, נישט אין די קאפריזן פון בלויז די אריסטראקראטישע געמיינדע. א הערשאפט וואס געט פארן פאלק א געלעגנהייט צו זאגן א דעה אין די פירערשאפט.
דעמאקראטיע איז א צוזאמענשטעל פון צוויי גריכישע ווערטער "דעמוס" א פאלק "קראטוס" א הערשאפט. די ווארט דעמאקראטיע שטאמט פון גריכנלאנד, ווי די פראווינץ אטענס (אין חז"ל לשון "אתונה") האט במשך צוויי הונדערט יאר, מיט צוויי און א האלב טויזנט יאר צוריק, זיך געפירט ווי א דעמאקראטיע.
וואס טייטשט אבער דעמאקראטיע, און וויאזוי פירט מען איר אויס?
ווי עס צייגט זיך ארויס איז דא זייער אסאך פשטים אין די מושג דעמאקראטיע, און מען קען פירן א דעמאקראטיע אויף זייער נישט דעמאקראטישע וועגן. אלס א ביישפיל קען מען קוקן אויף די דעמאקראטיעס פון צפון קארעא, און כינע.
צפון קארעא איז א קאמוניסטישע דיקטאטור לאנד ווי דער פירקאנטיגער פירער קים זאנג און הערשט מיט א ברוטאלע האנט און מארדעט אויס מיט בלוטיגע רציחות טויזנטער מענטשן וואס וואגן צו טראכטן אנדערש ווי ער, צפון קארעא'ס אפיציעלע נאמען איז אבער נישט מער און נישט ווייניגער ווי "די פאלקס דעמאקראטישע רעפובליק פון קארעא". די נאמען סימבאליזירט דעמאקראטיע במיטבה, נישט בלויז דעמאקראטיע, נאר "פאלקס דעמאקראטיע" און דערצו דאס ווארט רעפובליק וואס באדייט אויך אז די בירגער האבן א מיינונג. און אין וואס באשטייט די דעמאקראטיע אין קארעא? אין דעם פאקט אז עס זענען דא וואלן יעדע פיר יאר. וואס זענען אבער די דעמאקראטישע וואלן? גארנישט. עס קען נאר לויפן דער איין פירער! מען האט אבער די פריוועליגע צו שטימען פאר אים. עס קומט מיר פאר ווי דער מלמד האט געגעבן אן אויסוואל אויף וועלכע הענט צושלאגן מיטן שטעקן... דעמאקראטיע! די בירגער פון צפון קארעא הונגערן פאר ברויט, אין די צייט וואס די רעגירונג אינוועסטירט גרויס געלט אין נוקלעארע אמביציעס. קיינער קען אבער נישט זאגן א ווארט.
אויך כינע, ווי עס הערשט א גאר שטרענגע דיקטאטור, צענזור, און אינטערדרוקונג רופט זיך א דעמאקראטיע. גאר לעצטנס איז אפגעצייכנט געווארן צוואנציג יאר זינט די בלוטיגע אינטערדרוקונג פון די פרייהייט דעמאנסטראציעס וואס סטודענטן האבן דורכגעפירט אויף די טיענמען סקווער, ווי די גרויסע דעמאקראטיע האט אויסגעשאכטן טויזנטער פראטעסטירער.
מאנארכיע
אויסער דעמאקראטיע איז דא עטליכע פירערשאפט מהלכים. מאנארכיע איז די קעניגרייך סיסטעם ווי די הערשאפט גייט איבער אין די קעניגליכע משפחה מדור לדור. היינט צוטאגס זענען רוב קעניגרייכן בלויז א פארמאלע זאך ווען די עכטע הערשאפט ליגט אין די הענט פון די פארלאמענט און מיניסטארן. עטליכע לענדער האבן נאך יא א מאנארכיע סיסטעם, בעיקר אין אראבישע לענדער ווי ירדן, מאראקא און סאודי אראביע. בלויז לעצטנס האט טיילאנד זיך געזעגנט פונעם טיילאנדישן קעניג וואס איז געשטארבן נאר א סוקסעספולע קעניגרייך פאר זיבעציג יאר!
טעאקראטיע
"די איראנער איסלאמישע רעפובליק" איז א "טעא-קראטיע" (טעא באדייט גאט) אז איינער פירט דאס לאנד אין נאמען פון גאט. אין איראן זענען דא וואלן און געריכט הייזער וואס משפטן לויט אנגענומענע געזעץ סטאנדארטן. אבער אך און וויי צו איינער וואס וועט וועלן צייגן זיין דעמאקראטיע אינמיטן די גאס דורך זיך אנטון נישט לויט די איסלאמישע סטאנדארטן, אדער דורך פראטעסטירן קעגן די פאלשע וואלן, און נאך אלעס איז דער פרעזידענט אינטערגעווארפן צום סופרים פירער, וועלכער באקומט כלומרשטע ראט דירעקט פון אללאה וויאזוי צו פירן דאס לאנד, און לויט זיין דיקטאט ווערט אלעס געפירט. אזא געפירעכטס ווערט גערופן
אוליגארכיע
אין אמאליגע צייטן איז אויך געווען א סיסטעם פון "אוליגארכיע" ווען א קליינע גרופע פון אדעללייט, אריסטאקראטישע משפחות און "מיוחסים" האבן געפירט די לאנד און אויפגענומען א פירער.(דאס ווארט אוליגארכיע הערט מען אסאך ווען די רעדע איז איבער רוסלאנד אין די צייטן פון איבערגאנג פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט מען פריוואטיזירט די נאציאנאלע פירמעס און די גוטע פריינט פון פרעזידענט באריס יעלצין, די אוליגארכן האבן געלייגט א האנט אויף די האב און גוטס פון די רעגירונג און ארויס ברכוש גדול).
עס זענען פארהאן נאך פירערשאפט פארמען מיט טאטאל אנדערע סיסטעמען און גאר אסאך קלענערע חילוקים אין פירערשאפט צווישן איין שיטה און די אנדערע, ווי יעדער טענה'ט אז זייער סיסטעם איז מער אויסגעהאלטן און ווירקזאם.
די ענדלאזע שטודיע פון די ריכטיגע רעגירונג ווירטשאפט
אלע פילאזאפן און חכמים האבן צוגעלייגט קאפ און מח וויאזוי מען קען אוועקשטעלן א יושר'דיגע און ווירקזאמע רעגירונג.
אפלטון – אדער ווי מען זאגט אין ענגליש פלעטאו, איז געווען דער רבי פון אריסטו (אדער ווי מען רופט אים אין ענגליש "אריסטאטל" – דער חכם וועמען דער רמב"ם האט זייער שטארק געשעצט) און ער האט אסאך גע'דאגה'ט איבער אוועקשטעלן א אויסגעהאלטענע רעגירונג. ער האט געשריבן א ספר מיטן נאמען "רעפובליק" וואס איז אנגענומען אלס איינס פון די שטארקסטע פילאסאפישע ווערק אין היסטאריע, איז געשריבן ווי דיאלאגן צווישן אפאר מענטשן וואס זוכן צו אוועקשטעלן א יושר'דיגע און ווירקזאמע רעגירונג. מען דיסקוסירט וואס יושר איז, וואספארא רעכטן א פירער האט, און וויאזוי מען טוישט מענטשן פון שלעכטס און טפשות, צו חכמה און גוטסקייט.
זינט אפלטון האבן חכמים שטודירט מעגליכקייטן צו פירן א קארקטער רעגירונג. די שטודיע ווערט גערופן "פאליטישע שטודיעס" אדער פאליטיקעל סייענס. וויאזוי רעגירונגען זאלן ארבעטן, וויאזוי די פינאנצן זאלן ווערן געפירט און וויאזוי געריכט זאל טון איר פליכט.
יעדע אקאדעמישע אינסטיטוציע לערנט מיט אירע סטודענטן די פילאזאפיעס און דיסקוסיעס פון די וועלטס חכמים וואס האבן צוגעגעבן יעדער זייערע חידושים און סברות אין די וועלט ווירטשאפט, און די נעמען ווי דזשאן סטיוארט מיל און דזשערמי בענטאם. דזשארדזש בערקלי און דעוויד יום. טאמאס האבס און דזשאן זשאק רוסו. די אלע האבן גענוצט לאגיק און שטודיע צו דערגיין די ריכטיגע רעגירונג ווירטשאפט, די קאודס פון מאראליטעט און געוויזן די וועג פאר די פירער.
קען מען אנקומען צו אוטאפישע שלימות?
אסאך פילאזאפן און הוגי דעות האבן געגלייבט אין אוטאפיע. אז די וועלט האט די פאטענציאל צו זיין פערפעקט. מען קען אוועקשטעלן די וועלט אין א וועג ווי מען וועט אויסראטן שלעכטס און הונגער און זאכן וועלן זיין גוט בתכלית השלימות.
אסאך האבן געטענה'ט אז נאר ווען מענטשן וועלן אוועקגעבן זייער רייכטום און מיטטיילן מיט אנדערע, דאס וואס מיר רופן "קאמוניזם" וועט די וועלט זיין גוט, און דאס איז געווען די יסוד פון קארל מארקס'ס שיטה.
די צד שכנגד האט גע'טענה'ט אז מען קען נישט גענצליך אויסרייסן די מענטשליכע געפיל פון שליטה אויף וואס זיי פארמאגן, און בלויז א געזונטע קאפיטאליזם און פרייע מארקעט וועט ברענגען די וועלט צו בעסערע פלעצער.
ביידע שיטות האבן געגלייבט אז זיי קענען מאכן די וועלט בעסער און זענען ביידע באזירט אויף געפיל פארן באקריוודעטן און רצון פאר שלימות; עס איז פארהאן א גרויסער חילוק צווישן די צוויי שיטות, צו מענטשן וועלן אליין זיין גוט און מאכן די וועלט בעסער אויב איז פארהאן א פרייע מארקעט, אדער מען דארף דווקא א גרויסע פירערשאפט וואס איז מחנך און פירט די פאלק צו מיטטיילן און נעמט שטייערן פאר די ארימע. אבער ביידע האבן געגלייבט אז זייער וועג קען ברענגען שלימות.
נאציזם און קאמוניזם איבערצייגט די וועלט אז אוטאפיע איז זייער ווייט
צוויי אידעעלאגיעס, פאשיזם און קאמוניזם האבן חרוב געמאכט אייראפע אין די לעצטע הונדערט יאר. ביידע זענען געווען אידעעלאגיעס וואס האבן געהאט א גרויסע וויזיע צו טוישן די וועלט אבער אנשטאט אונטערברענגען די אומיושר צווישן ארים און רייך האט עס געמארדעט מיליאנען און חרוב געמאט א וועלט, אנשטאט מאכן די ריינע ראסע געוועלטיגן האט עס חרוב געמאכט גאנץ אייראפע און איבערגעלאזט די ריינע ראסע זייער שמוציג.
דאס האט געמאכט די וועלט זיך אויפוועקן פון די זיסע טרוים און הוגי דעות האבן געצויגן מסקנות אז די מענטשליכער נאטור איז שווער און קאמפליצירט און קיין שום רעגירונג מאדעל וועט נישט טוישן די מציאות אז די וועלט איז א שווערע פלאץ. שרייבער האבן געשריבן "דיסטאפיע" וויזיעס, דאס הייסט פארקערט פון אוטאפיע און געלופטערט טעאראטישע מציאות'ן פון טאטאלע הערשאפטן וואס פירן די וועלט מיט מאדנע און פאסקודנע מיטלען.
דעמאקראטיע איז די ערגסטע אבער איינציגסטע פירערשאפט מהלך
דעמאקראטיע, און וויאזוי דער לעגענדארער אברהם לינקאלן האט געזאגט "א פירערשאפט פון די פאלק, דורכן פאלק פארן פאלק" איז נישט בשלימות, אבער ווי דער גרויסער ווינסטאן טשוירטשיל האט געזאגט "דעמאקראטיע איז די ערגסטע פירערשאפט מהלך, אויסער אלע אנדערע וואס מען האט שוין אויספרובירט און זענען געווען ערגער"
די דעמאקראטישע סיסטעם זאגט נישט פאר צו מאכן די וועלט שלימות'דיג, אבער זי מאכט זיכער אז די בירגער האבן א דעה און זענען ווי געזאגט בעסער ווי סיי וואספארא אנדערע פירערשאפט מעטאד.
די דעמאקראטישע וויכוחים זענען אייביג צווישן שיטות אין פירערשאפט, ווי די צוויי גרויסע פארטייען נעמען אנדערע שטעלונגען און יעדער טענה'ט אז זיין מהלך איז בעסער פאר די עתיד פון די וועלט און פון אמעריקע.
די רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן זייערע הויפט חילוקי דעות. אויפן עקאנאמישן פארנעם איז עס קאפיטאליזם אקעגן סאציאלע דעמעקראטיע. אויפן לעוועל פון רעליגיע, פרייהייט און געזעץ איז עס א קאמפ צווישן ליבעראלע פראגרעס אקעגן קאנסערוואטיווע ווירדן. אויפן פראנט פון נאציאניליזם איז עס פאטריאטיזם אקעגן אוניווערסאליזם. יעדע פאר יאר טוישט זיך ארום די מאפע, אבער די הויפט כללים פון די שפיל איז געווען קלאר.
די אמעריקאנער דעמאקראטיע האט געהאט עליות און ירידות. עס זענען געווען אסאך יארן וואס די פאליטישע שפיל איז געווען פארשלאפן, און צייטן וואס א פרישער ענערגישער קאנדידאט האט אריינגעבלאזן א פרישער חיות, ווי דער לעצטער פרעזידענט אבאמא וואס איז נישט בלויז געווען אן ערוויילטער פאליטיקאנט נאר א באליבטער פירער ביי א גרויסן טייל פונעם פאלק.
די מאדנע און היסטארישע וואלן פון 2016
די ענדע פון קאנווענציאנאלע פאליטיקס
די אמעריקאנער פאליטישע סיסטעם האט זיך געפירט בערך די זעלבע פאר לאנגע יארן. צוויי גרויסע פארטייען מיט אינערליכע פאליטיקס. קאנדידאטן וועמען די עסטאבלישמענט האט געקליבן, אלע פון זיי זענען געווען בערך די זעלבע זאך: מענטשן וואס פאליטיק איז געווען זייער קאריערע. ווייסע מיטליאריגע מענער וואס האבן געדינט בעפאר אלס גאווערנער, סענאטארס און אזוי ווייטער. מען האט באלאנגט צו א פארטיי, געקליבן אישוס צו וועלכע מען האט געפיל און מען נוצט עס אלס א פלאטפארמע מען שפילט די פאליטישע שפיל, מען קאמפיינט און מען ארבעט שווער צו געווינען שטיצע.
אבער דאס אלעס האט זיך געענדיגט.
מיר לעבן מיט היסטארישע צייטן. אזא שטורעמישע וואלט פארמעסט איז שוין נישט געזעהן געווארן פאר לאנגע דורות און אסאך זאכן וואס יעדער האט געטראכט איבער אמעריקע, אסאך חלקים פון די בילד וואס די דענקער אוון שרייבער אין די לאנד האבן אוועקגעשטעלט האט זיך ארויסגעשטעלט איז בכלל נישט די ריכטיגע אמעריקע.
יעדער האט געוואוסט וואס די כללים זענען, ווער איז מותר לבוא בקהל, וועלכע שפראך איז פסול, און וויאזוי א קאנדידאט מוז זיך אויפפירן; אבער אט האט מען זיך אויפגעוועקט צו אן אנדערע רעאליטאט. אן אומגעראכטענע מציאות האט זיך באוויזן.א תוהו ובוהו, א צעמישעניש וואס די אמעריקאנער פאלק האט שוין אזוי לאנג נישט געזעהן. לאנגיעריגע פארטייאישע פירער זענען געפלויגן. א קוריאזער ביליאנער האט באזיגט לאנגיעריגע אמעריקאנער שטאטסלייט, בני מלכים וואס האט געפירט גרויסע שטעט און באגאבטע פאליטישע פירער וואס האבן געהאט א לאנגע בונד מיט רעליגעזע און וויסע מענטשן אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי, אין פאקט איז די אלטע גרויסע רעפובליקאנער פארטיי זיך גענצליך צעפאלן, און א ווילדע קייט פון געשעענישן האט געברענגט א נייע פאליטישע מציאות ווען א אוטסיידער, א געלט-מענטש פון ניו יארק האט סוקסעספול פארכאפט א פארטיי אן אפילו ערקלערן וויאזוי ער קערט זיך אן צו דעם פארטיי.
די הכרזה אז אמעריקע האט זיך געטוישט האט אפגעקלינגען נישט בלויז אין די רעפובליקאנער פארטיי, ביי די דעמאקראטן האט זיך אויך אפגעטון א מהפיכה. און פאר א שטיק צייט האט אויסגעזעהן אז די אור אלטע פרינץ פון די פארטיי קלינטאן וואס ווארט שוין אומגעדולדיג פאר איר שאנס און האט שוין אלעס אנגעגרייט און אריינגעשטעלט די ריכטיגע מענטשן אין די פארטיי פירערשאפט, וועט פארלירן צו אן אומגעראכטענעם קאנדידאט בערני סענדערס.
די געדאנק אז אן אלטער איד וואס פאכעט מיט די הענט, איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי מען טוט זיך אן א שניפסל, אין א וועלט ווי אלעס איז געשפילט און שיין אויסגעפוצט פאר די קאמערעס און פראפעסיאנאל פארגעשריבן מיט הערליכע פראזן אויפן טעלעמפראטער, וואס א טייער באצאלטער שרייבער שרייבט פאר, שטייט אבער סענדערס מיט זיין ריינע אויטענטישקייט און א ברען און פלאמט אויף מיליאנען יוגענטליכע מיטן אנצייגן אויף די אומיושר וואס אמעריקע פירט זיך, ווען אן עליטע פון פאליטיקאנטן און ביזנעס ריזן פירן די לאנד.
אבער פון א שנאה צו די עליטע און א גרויל געפיל צו די אלטע עסטאבלישמענט וואס די פאלק האט אנגעהויבן אנקוקן ווי אן אלטע קארופטירטע סיסטעם, איז עס געגאנגען אסאך ווייטער צו אן אויפשטאנד צו אלעס וואס עקזיסטירט ביז אהין, ביז די אומגלויבליכע בילד אז מיליאנען מענטשן פאכען מיט די הענט אין ווילדע הוויות "שפאר איר איין!" א בארבארישע ווילדע מחזה פון אמאליגע יארן.
די אנטי עסטאבלישמענט ווינט
די גרויסע טויש איז צושטאנד געקומען אדאנק די אנגענומענע ארגומענט אז די עסטאבלישמענט איז קארופטירט. אז געלט און מאכט האבן זיך משדך געווען, מיליאנערן מאכן דיעלס מיט פאליטיקאנטן און פאנדן זייערע קאמפיינס, מיט די ציל אז די פאליטישאנס זאלן אנהאלטן די שטאטוסקווא וואס דרייען די געזעצן אזוי אז די רייכע עליטא זאל רייכער ווערן און דאס פאלק ליידט.
צו די פאקטן זענען טאקע גענוי אזוי, צו עס איז ערגער געווארן אדער דאס איז די אלטע עולם כמנהגו נוהג, עס מאכט נישט קיין גרויסע אונטערשיד, ווייל צארן וואס ווערט געטריבן פון א געפיל פון ווערן צעדרוקט און זיין וויקטימס פון א שלעכטע סיסטעם, איז א שטארקע כח וואס קען מאכן גרויסע טוישן אויף די פאליטישע מאפע.
די לעצטע יארן האבן מיר מיטגעהאלטן די אויפקום פון צוויי נייע אמעריקאנער באוועגונגען געטריבן פון אנטי עסטאבלישמענט געפילן.
די באוועגונג וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין די דעמאקראטישע פארטיי איז די אויפקום פון די טראצקיזם – סאציאליזם באוועגונג פון בערני סענדערס. א באוועגונג וואס טענה'ט אקעגן די פאקט אז די איין פראצענט רייכסטע באקריוודען די ניין און ניינציג פראצענט שווערע ארבעטער. די לעזונג איז א פלייץ פון שטייערן אויף די סופער רייכע און מיט דעם פאנדן עדיוקעישאן און אנדערע עלעמענטארע טובות פארן פאלק.
אבער גאר קאמיש אז דווקא איינער פון די איין פראצענט האט אנגעצינדן אן ענדליכע באוועגונג. די באוועגונג פון טראמפ נוצט די אנטי עסטאבלישמענט סענטימענטן, אבער נישט צו די רייכע, נאר באזירט אויף שנאה צו די אמעריקאנער אינטעלעקטואלע עליטע. די פאליטיקאנטן און די מידיא. די גרויסע פארטייען און פראפעסיאנאלע פאליטיקאנטן.
אין די צייט וואס דער ערשטער האט געצויגן יונגע אידעאליסטן וואס קאכן זיך מיט די אומ'יושר, דורך זיינע קלארע שטעלונגען און דרייסטע שפראך ווי ער רייסט אראפ די פינאנציעלע עסטאבלישמענט, האט דער צווייטער געצויגן מיט זיין מאדנע כריזמע און גאר פשוטע וואוילגארע שפראך און געמאכט מענטשן וואס זענען נישט עדיוקעיטעד שפירן באקוועם מיט איינער וואס פארקויפט אויטענטישקייט און אריגינעלקייט. איינער וואס זאגט בלויז וואס ער טראכט און מאכט דעם איש פשוט שפירן אז ער איז מיט אים אויף איין מדריגה.
דעמאקראטיע, וואלן, פאליטישע דעות און די טראמפ טירוף תקופה
- שמעלקא'לע
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
דעמאקראטיע, וואלן, פאליטישע דעות און די טראמפ טירוף תקופה
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איין באשעפער ווייסט וואסערע שייכות די ערשטע חלק ארטיקל האט צום צווייטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)