מנשה לוסטיג האט געשריבן:אמת טאקע אז איך שטאם פון סאטמאר פון איין זייט, אבער חסדי השם אז כ'בין אנגעקומען צום ריכטיגן לעכטיגקייט און נישט צום ווילי פעסטע שייגעץ ארויס גענג
איי די סאטמארע שקצים, לאמיר פרעגען מיסטער ראטענבערג וואס סאטמאר האט אים געטוהן.... איין מינוט סקווער האט עס גאר געטוהן, סאו מיט וואס איז די "רוסישע אקריינישע מאפיא גענג" בעסער ווי די "ווילי פעסטע שייגעץ ארויס גענג", הא ?
לאזט מיך צולייגן איין ווארט פון די יוניקנעסס פון סאטמארער רעבין זצ"ל, דעסיז הכל מודים אז דער צדיק האט אין דער אלטער היים בעפארן קריג, און אפי' נאכן קריג ווען ער האט געהאט צייט, זיך ממלא כריסו געוועזן מיט תורה ועבודה, טעג און נעכט איזער געזעסן און געהארוועט אויף תורה, געגעגסן האט ער גאר ווינציג, זיך מקדש ומטהר געוועזן מיט אזא מין פרישות, איך האב גערעדט מיט אן עלטערן יוד פון בארא פארק, א דזשולערי סוחר, וואס האט געלערנט אין נייטרא ווען דער סאטמארער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן, דערציילט ער מיר אז ער איז געשלאפן העכערן רעבין, און א גאנצע נאכט האט ער געהערט דעם רעבין לערנען, די תנועל'ה קלינגט אים נאך אין די אויערן, אבער וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז ווי נאר דער עולם, די רעפיודזשיס האבן אנגעהויבן ארויסצוקימען קיין אמעריקע, מ'איז געווען צובראכן, אן טאטע אן מאמע, אדורכגעמאכט די לאגערן, מ'האט געזיכט א ליכטיקייט, א ליכטיגן שטראל, און מ'האט געפונען, דער סאטמארער רבי דער גרויסער גאון האט "צוגעמאכט" די גמרא און געזעסן ביזן נאכט אריין, אויסגעהערט מענטשן, אלע זייערע שאלות, אינקלודינג שאלות וואס א קינד פרעגט פון זיין/איר מאמע, און ער האט מיט אזא מין איבערגעגעבענקייט געענטפערט, אידן האבן זיך אויסגערעדט זייער ווייטאג, מ'האט זיך אויסגערעדט וואס מ'האט אלץ פארלוירן, און ער האט זיי פלעין פשוט מחזק געוועזן. כ'האב אמאל געהאט ביי זיך אין אוטו אן עלטערע אידענע, און אויפן גאנצן וועג האטזי מיר פארציילט, פון דער אלטער היים, מלחמה, נאכן קריג,א.א.וו. זאגט זי, "מ'זעמער אנגעקומען קיין אמעריקע, דא האמער געהאט דעם רעבין, יעדע קלייניקייט זעמער אים געגאנגען פרעגן, אן עצה א.א.וו.", און דאס זענען געווען נישט איין, נאר צענטליכע משפחות, דאסיז חוץ בריוון און טעלעפאון רופען, וואס ער איז געווען פארנומען צו ענטפערן, און איין ווארט, "וירד משה מן ההר אל העם" במלוא מובן המלה.
איה"נ ס'איז געוועזן נאך, א שטייגער ווי דער באבובער רב זצ"ל, און ר ' מיכאל בער זצ"ל פאר זיינע תלמידים, און נאך אנדערע צדיקים וגאונים. אבער ווי אנדערע ניקס האבן שוין פריער דא ארויסגעברענגט, זענען רוב רובם פון די שארית הפליטה דאהי אין אמעריקע געוועזן פון אונגארן, און רוב רובם האבן זיך געקלאמערט צום סאטמארער רעבין, און זיין רצון איז געווען דאהי אין אמעריקע אויפצושטעלן א דור פון "ערליכע בעלי בתים" טאקע מיט שטריימל און בעקיטשע, און נאר דורכן "וירד משה" מיטן זיך אראפלאזן אין באגלייטן די אלע אידן, האטער עס מיט סיעתד"ש באוויזן.
אינטערעסאנט אז איך האב געהערט פון עלטערע יודען - וואס האבן גארנישט מיט סקווער, אז דער אלטע סקווערע רבי האט דאס געטון, און צום סאטמארע רב זענען הערשט שפעטער אנגעהויבן צוגיין די מאסן ווער ער האט אנגעהויבן מיט זיין העץ קאמפיין אקעגן די מדינה וואס האט עהם געראטעוועט. פון עטליכע האב איך געהערט, אז מוסדות סאטמאר האט זיך בכלל נישט אנגעזען אנהייב, נאר אלע האבן געשיקט קיין וויזשניץ און קלויזנבורג, ווען סאטמאר 'רב' האט אנגעהויבן מיט פראפאגאנדע האט ער געצויגן די מאסן מיטן שטורעם. ביי ערענסטע פראבלעמען פלעגט מען גיין צום סקווערן 'רבין' און שאלות האט מען געפרעגט רבנים, א רבי האבן אלע געקענט סקווערע רבי, נאר ער האט נישט געוואלט הערן פון קיין פייטס פון קיין פאליטיק, האבן אסאך געזוכט סחורה ערגעץ אנדערש, און געטראפן.. אין ראדני אראוינד די קארנער.
אוי מנשה'לע! ביסט אייזן שטארק, אפשר בארגסטו מיר אויך אביסעלע אמונה? אונז דראפען זיך נעבעך אויף די גראדע ווענט און ביי ענק איז דא אזא שפע. עשרה קבים אמונה ירדו לעולם, חמשה עשר נטלו סקווער ואחת כל העולם כולו
אהא, סאו ענק מעגען טוהן כל דבר אסור ווייל ענק זענען דעם אייבערשטען'ס פאליס, אבער סאטמאר וואס איז "סתם א גענג", "זיי" טארען נישט,
אין אגב ביסטע הייסטע מודה אז סקווער האט עס געטוהן אין נישט סתם א בחור איז ארויס פין די גלייזען,
אין ביי דע וועי קענסט ארויס געבען א תשובה ספר אז ווען מען וויל מחזק זיין די אמונה אין א טווערסקי רבי מעג מען פארברענען מענטשען, אין ווער ס'האלט דערגעגען איז מסתם א "פויערישע קעפל"
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'דרייען זיך (אין ליובאוויטש אין סלאנים אין גער אין בעלז) אין סקווער - תלמידי חכמים אין די הונדערטערס מורי הוראה אן קליפערלעך און בעקיטשלעך מיט א הויקער, וואס יעדע פון זיי וואלט געקענט פירן א קהילה קדושה, אין די צייט וואס ווען אין סאטמאר שפראצט ארויס עפעס א תלמיד חכמ'ל, מאכט מען א בראטל פון עהם, און ער ניצט עס אויס.. הו הא..
קודם ס'נישט אמת אז אין סאטמאר מאכט מען א "גאנצע בראטעל" פין יעדע תלמיד חכם, איך קען סאטמארע יונגעלייט אין אפילו בעלי בתים גרויסע תלמידי חכמים אין שייף עייל שייף נפיק זיי מאכען גארנישט פין זיך, אין גייען אפילו מיט א בלויע רעקעל אין א שטאפענעם היט,
אויב סאטמאר באשטייט פון דיי שיטה, קענסטו זיכער זיין, אז די שטריק לאזט זיך אויס. אויב האבן זיי זיך צוגעכאפט צו רעביסטעווע - אולי יש תקוה בלייב דעמאלטס דארט.. סקווער האט ב''ה נישט די שכחה, מיר האבן איין לאנגע קשר אשר לא ינתק, רוף עס וועלכע אמונה דו ווילסט. מיר זענען אויפגעקומען מיט שיטות, דאס איז מסורה אנגעהויבן פון שטיוועל ביז די דקות'דיגע מנהגים
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אויב סאטמאר באשטייט פון דיי שיטה, קענסטו זיכער זיין, אז די שטריק לאזט זיך אויס. אויב האבן זיי זיך צוגעכאפט צו רעביסטעווע - אולי יש תקוה בלייב דעמאלטס דארט.. סקווער האט ב''ה נישט די שכחה, מיר האבן איין לאנגע קשר אשר לא ינתק, רוף עס וועלכע אמונה דו ווילסט. מיר זענען אויפגעקומען מיט שיטות, דאס איז מסורה אנגעהויבן פון שטיוועל ביז די דקות'דיגע מנהגים
איך פארטרעט איין איינפאכע קשיא. וואס וואלט געווען ווען סאטמארע רבי גייט אין אוישוויץ ג''ע מיט אלע קדושים? וואלט טאקע כלל ישראל נישט געווען ערליך? וואלטן די אפגעפרעגטע ביי סאטמאר נישט מצליח געווען וואס זיי זענען דאנקן גאט היינט מצליח? אדער פשוט, וואלט פאפא רב צעלימער רב לאנצהוטער רב, געקענט פירן זייער קהילה דאפעלט פעסטער און העכער. און קלויזעבערגער רבי וויזשניצער רבי און סקווערע רבי וואלטן געקענט בלייבן וואוינען אין וויליאמסבורג.