פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

נאטירליך האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:גארנישט געוואוסט, טראמפ'ס שווער און שוויגער וואוינען אין אמעריקא. זיין שווער איז צוויי יאר עלטער ווי אים, און זעהט אויס א היבש ביסל ענדליך צו אים.

ווי האט מען אים באהאלטן? פארוואס זעהט מען אים קיינמאל נישט?


ער איז א געוועזענע גרויסע קאמיוניסט, אשר על כן האלט מען אים ווייט אוועק פון די קאמרעס. כך שמעתי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

מיר א חידוש ווי אזוי טראמפ וואינט מיט א פרוי מיט אזא שווערע עקסענט,
שווער צו פארשטיין פארוואס א סוקסעספעל מענטש ווי עיהם האט געדארפט אנקומען צו זי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

החוקר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נישט סתם גוט, אבער איך מיין אז ער חלומ'ט, ס'איז נישט דא קיין האפענונג אויף דעם... איך בעהט זיך שוין לאנג פון מיינע לינקע קעגנער זאלן זיך מסביר זיין און מיר איבערצייגן, און אויסער אפאר לאזונגען מיט לעיבעלס הער איך נישט קיין שום זאכליך ווארט, איך קום נענטער און נענטער צו די מסקנא אז זיי האבן נישט עכט מיט וואס...

קען איך פרובירן? איך בין נישט דווקא לינק, אבער איך מיין אז אויף אסאך אישוס קען איך זיי מסביר זיין, געב אן אישו און לאמיר זען.

ווען ס'איז בלויז אישו'ס ניחא, אבער ווען איינער איז באזארגט, און מיט רעכט, פון די וואקסענדע איסלאמע ראדיקאליזם, מיט וואספארא רעכט קומט דער ליבעראל, וואס האט נישט קיין זאכליכע פירכא, און קלעבט אויף איהם א לעיבל ווי כאילו דאס איז א פסיכאלאגישע קראנקהייט ויקרא שמו "איסלאמאפאביע"!??!. ווען א פרוי ברויך שפירן פריוואטקייט און פארזיכערונג אין ביה"כ, און זי איז מיט רעכט באזארגט אז א זכר וואס האט - מיט א ריינע סאביעקטיווע טענה - זיך דערקלערט נקבה דרייט זיך ביי איר אין ביה"כ, מיט וואספארא רעכט באשטימט מען איר מיט א סייקא פראבלעם "טראנספאביע"!??!, זי האט דען מורא פונעם טראנס? זי זארגט דאך זיך פאר איר זיכערקייט?!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און אז איך זארג מיר פון מענטשן וואס זענען העכער זעקס פיס דארף מען זיי אויך אויסשפארן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיין איינער איז נאכנישט אטאקירט געווארן דורך א טראנס אדער פליט פון סיריע, דאס איז נישט קיין בארעכטיגטע זארג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

פון א פליט פון סיריע איז מען שוין פלענטי געווארן אטאקירט, נישט דא - אין יוראפ
א טרענס מיט זיין עצם זיך דרייען אין א פרויען ביהכ״ס באדראעט ער זייער פרייוועסי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:און אז איך זארג מיר פון מענטשן וואס זענען העכער זעקס פיס דארף מען זיי אויך אויסשפארן?

הממ.. לויט די פילאזאפיע וואס גיבט רעכטן פארן מינאראטעט טראנס צוליב זיין/איר סאביעקטיווע געפיהל פארוואס זאל מען טאקע נישט גיבן אזעלעכע רעכטן פאר מענטשן מיט אזעלעכע פחדים?...

ליצנות אין א זייט, די אויבנדערמאנטע פחדים זענען דאך באזירטע פחדים כמו שהסברתי.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:קיין איינער איז נאכנישט אטאקירט געווארן דורך א טראנס אדער פליט פון סיריע, דאס איז נישט קיין בארעכטיגטע זארג

לעיבעלינג למהדרין! ראדיקאליזם בושעוועט ביי די איסלאמער, די פליטים זענען איסלאמע, "פליט" איז נישט קיין מעדעצין אדער א הכשר. היסטאריע האט באוויזן אז ראדיקאלע איסלאם זייעט אן חורבנות, דאס איז גענוג באזיס מורא צו האבן פון איסלאמע אז זיי זענען מעגליך ראדיקאליזירט, וואס איז "פליט" משנה?

טראנס זענען אריגינעל זכרים מיט טעסטאסטעראן, זכרים אין פרויען ביה"כ פארלעצט די פרויען פריוואטקייט און פארזיכערונג, די לעיבעל "טראנס" איז נישט קיין הכשר אז דער איז עפעס א דריטע מין בריה וואס טשעפעט קאטאגאריש נישט קיין פרויען, זיך דערקלערן נקבה מיט א סאביעקטיווע טענה - וואס איז אוממעגליך איבערצוווייזן - איז נישט גענוג אז א פרוי זאל זיך שפירן פארזיכערט אז אה.. דער איז אנדערש.

בקיצור: די לעיבעל "פליט" אדער "טראנס" איז בכלל נישט משנה לנידו"ד, די פחד איז פארשטענדליך, באזירט, און בארעכטיגט. דער וואס גיבט פאר אזאנע מענטשן פסיכאלאגישע לעיבעלס איז דער אמת'ער טשעפעניאק.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

און איין ווארט אידן קאנטראלירן, עכ"פ טיילווייז, די מידיע די בענק און רעגירונג, היסטאריע האט באוויזן אז אידן זייען אן קאנטראל אין מאניפולאציע ווי זיי קומען, דאס איז גענוג באזיס מורא צו האבן פון אידן אז זיי זענען מעגליך פון די סארט, ברויך מען מאכן א וועטינג פאר מען נעמט אריין נאך א איד דא.
נאר וואס דען? ווייס איך נישט
אפשר איז דער עיקר פראבלעם דן צו זיין אן אינדיווידיאול לויט די ראסע, רעליגע, לאנד פון ווי ער קומט, ווען עס איז דא א מגעליכקייט אז דער ראסע, רעליגיע, לאנד רעפריזנטירט נישט יעדען יחיד.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס מישסטו ראסיזם מיט רעליגיע געפרעדיגאכץ וואס באאיינפלוסט די ספעציפישע רעליגיע?
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קודם וואס א נפק"מ? אלע דיינע טענות קען מען זאגן אויף ראסע פונקט ווי אויף רעליגיע.
און אפילו אז מען וועט טרעפן א חילוק וואס איז נישט מחלק, קען מען אויך זאגן אז אידנ'ס קולטור איז שטארק באיינפליסט געווארן פון זייער אור עלטערנס רעליגיע און די וועג וויאזוי זיי ציען אויף זייערע קינדער, סאיז נישט מוכרח אז אידן'ס מעלות-חסרונות שטאמען פון זייער ראסע.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לינקע נקיבות האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט טרענס. זיי האלטן אז די טראנסן ווערן אינגאצען נתהפך מזכר לנקיבה, וכן איפכא. פרעגט נאר אן ביי אונזער (ניו-יארקער) לוטענענט גאווערנערטע. (וועגן די פליטים ווייס איך נאכנישט ווער ס'גייט זיי צאלן עסען, קליידונג און בעיקר עדוקאציע).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:קודם וואס א נפק"מ? אלע דיינע טענות קען מען זאגן אויף ראסע פונקט ווי אויף רעליגיע.
און אפילו אז מען וועט טרעפן א חילוק וואס איז נישט מחלק, קען מען אויך זאגן אז אידנ'ס קולטור איז שטארק באיינפליסט געווארן פון זייער אור עלטערנס רעליגיע און די וועג וויאזוי זיי ציען אויף זייערע קינדער, סאיז נישט מוכרח אז אידן'ס מעלות-חסרונות שטאמען פון זייער ראסע.

אויב קען מען טאקע אנצייגן אז די שעדליכע מאנופאלאציע נעמט זיך דירעקט פונעם אידישן קולטור איז דאס טאקע א גערעכטע טענה. דערווייל, דוכט זיך, קען מען דאס פארבינדן לכל היותר מיט בויך סברא טעאריעס, נישט מער. איז וואספארא פארגלייך איז דאס צו דזשיהאד וואס צילט טאקע בלויז צו מוסלעמענער און ווערט כסדר מער און מער איינגעגעסן דארטן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:די לינקע נקיבות האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט טרענס. זיי האלטן אז די טראנסן ווערן אינגאצען נתהפך מזכר לנקיבה, וכן איפכא.

דאס ווייס איך, כ'פרעג צו זיי קענען דאס איבערצייגן.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך החוקר »

איך האב נישט קיין סאך צייט יעצט, וועלעך פרובירן צו מאכן די קורצטע מעגליך, ועוד חזון.
ראשית, די זאגסט "מענטשן זענען באזארגט, און מיט רעכט", זארג איז א פילינג, נישט שייך מיט רעכט אדער אן, אויב בין איך קלאסטער פאוביק, קען איינער זאגן איך בין נישט בארעכטיגט? אבער מעשים דארפן שוין קענען ווערן בארעכטיגט מיט לאגיק, זארג, בארעכטיגט נישט קיין אומבאגרינדעטע מעשים.
לגבי די פליטים קריזיס, מען דארף קוקן אויף דריי נקודות. 1) איז די מציאות אזויווי ער שטעלט עס אהער. 2) וואס איז די פרייז וואס איך קען מיר ערלויבן. 3) גייט די פלאן טאקע ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן.
ווי ווייט איך זע איז די תירוץ אויף אלע דריי, נעגאטיוו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

"רעכטן" מיין איך צו זאגן מיט א באזיס, קלאסטערפאביע האט נישט קיין באזיס און דערפאר איז דאס א פסיכאלאגישע קרענק.

מעניש זיין איינעם וואס אנערקענט נישט דעם טראנס אלץ טראנס איז א מעשה, איך זוך נאך די לאגיק דערפון.

איך וואלט געוואלט דו זאלסט מסביר זיין פארוואס דו זעהסט נומער 1 נעגעטיוו, 2 איז שוין א תוצאה און 3 האט דאך נישט מיט רעכט ווס. לינק.
["ער" מיינסטו טראמפ? איך דעפענד נישט יעצט טראמפ, ס'איז א באזונדערע נושא]
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

בענדשי ידידי דו ביסט דאך אויף אונזערע הונדערטערס,ווייסטו געוויס אז מיר אידן קאנטראלירן טאקע די בענק און די מידיע וכו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

שליחה דורך mevakesh »

ריכטיג האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:קודם וואס א נפק"מ? אלע דיינע טענות קען מען זאגן אויף ראסע פונקט ווי אויף רעליגיע.
און אפילו אז מען וועט טרעפן א חילוק וואס איז נישט מחלק, קען מען אויך זאגן אז אידנ'ס קולטור איז שטארק באיינפליסט געווארן פון זייער אור עלטערנס רעליגיע און די וועג וויאזוי זיי ציען אויף זייערע קינדער, סאיז נישט מוכרח אז אידן'ס מעלות-חסרונות שטאמען פון זייער ראסע.

אויב קען מען טאקע אנצייגן אז די שעדליכע מאנופאלאציע נעמט זיך דירעקט פונעם אידישן קולטור איז דאס טאקע א גערעכטע טענה. דערווייל, דוכט זיך, קען מען דאס פארבינדן לכל היותר מיט בויך סברא טעאריעס, נישט מער. איז וואספארא פארגלייך איז דאס צו דזשיהאד וואס צילט טאקע בלויז צו מוסלעמענער און ווערט כסדר מער און מער איינגעגעסן דארטן?

דאס אז די יידן נעמן איבער קאנטראל אין אמעריקא איז א פאקט
אין אמעריקע זענען יידן ווייניגער ווי צוויי פראצענט און אינעם סופרים קורט זענען זיי 30 פראצענט אין סענאט און קאנגרעס זענען זיי איבער 10 פראצענט
חיים סבן שלדון אדלסון און גורג סורוס צוזאמען קאנטראלירן א ריזיגע חלק פון די מידיע
דאס אלעס זענען טריקענע פאקטן
עס איז קלאר אז איפאק האט די שטערקסטע לאביאונג מאכט אין אמעריקא פון פרעמדע לאנד און זיי קאנטראלירן די אמעריקאנע פאליטיק אקעגן אירע אינטערעסן אויב דאס איז גוט פאר מדינת ישראל (הגם אונטער אבאמא איז זייער איינפלוס היבש געפאלן)
מען קען אויסרעכענען נאך פיהל פאקטן אין דעם נושא
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:מיר א חידוש ווי אזוי טראמפ וואינט מיט א פרוי מיט אזא שווערע עקסענט,
שווער צו פארשטיין פארוואס א סוקסעספעל מענטש ווי עיהם האט געדארפט אנקומען צו זי

מיר איז דאס נישט קיין חידוש, דאס דערציילט אלעס איבער וואס ער איז. ער האט איר איינמאל באגעגענד און ער איז געווארן צוגעצויגן צו איר צוליב איר שיינקייט. נישט צוליב איר טאלאנט. אזוי ווי טראמפ זאגט דאך אליין עדות אין זיין טעיפ אויף די באס..
ער האט געדראפט 2 געלונגענע ווייבער (אדער האבן זיי אים געדראפט) און ער איז געגאנגען חתונה האבן מיט איינעם, וואס רעדט נישט ווי אים, און טראכט נישט ווי אים. אים איז גענוג חשוב אז ער וואוינט מיט א יפת תואר, ווי צו האבן א נארמאלע ווייב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מבקש, יעדע מענטש איז בייעסד, יעדער וואס איז אין קאנטראל פון סיי וואס פיהרט דאס לויט זיין פארשטאנד (א.ק.א. אינטערעסן), דאס אז די הויכע פאזיציעס זענען פוהל מיט אידן צייגט בלויז אז זיי זענען מוצלחים נישט מער, יא, זיי פיהרן לויט זייערע אינטערעסן אזויווי יעדע אנדערע מענטש וואלט דאס געפיהרט לויט זיין אגענדע (כ'האב אמאל געענטפערט פאר א גוי וואס האט מיר גע'טענה'ט אז אידן קאנטראלירן די וועלט אז איך לאדן איהם פערזענליך העפליך ער זאל ארויפקומען מיט מיר צום רודער און צוהעלפן דאס פיהרן...).

אויב זאל אבער א גוי אויפווייזן אז אידן שעדיגן די וועלט, און דאס נעמט זיך טאקע פונעם אידישן קולטור (וואס די טעאריע האט כמעט נישט קיין באזיס כדאמרן), איז זיין אנטיסעמיטיזם ליידער בארעכטיגט, און לאמיר זיך נישט נער'ן, גענוג מאל ווען מיר שרייען "אנטיסעמיטיזם" איז עס ליידער א joker.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געוואלדיג האט געשריבן:פון א פליט פון סיריע איז מען שוין פלענטי געווארן אטאקירט, נישט דא - אין יוראפ
.

די פאריזע טעראריסטן זענען נישט געווען פלטים וואס מען האט אריינגענימען יעצט צוליב די קריזיס, אמעריקא האט אוועקגעשטעלט א סיסטעם ווי יעדע פליט וואס וויל אריינקומען אין לאנד דארף דורכגיין א וועטינג פראסעס (vetting process) אנגעפירט דורך די נאציאנאלע קאנטער טעראריזם סענטר די סטעיט דעפארטמענט די FBI אין נאך, מען נעמט די פלטים אויף דורכדרינגליכע חקירות ווי מען פרעגט זיי אויס אויף זייער לעבן און די סיבה פארוואס זיי פארלאזן סיריע אויך נעמט מען פון זיי פערזענליכע אינפארמאציע ווי פינגערפרינטס און דוקומענטן וכו' און מען גייט דאס אלץ נאך צו זעהן צו עס איז דא א חשש פון ראדיקאליזם אדער שייכות צו טעראר, די פראצעדור נעמט צווישן 18 און 24 חדשים אזוי אז עס איז נישט מסתבר אז א טעראר ארגענעזאציע זאל דאס ניצן אריינצושיקן אגענטן און עס זאל נעמען אזוי לאנג, און נאך די גאנצע פראצעדור אויב איז קלאר אז דער אפליקאנט האט קיין שייכות מיט טעראר ווערט ער אפראווד אריינצוקומען און עס איז נישט דא קיין סיבה צו טראכטן אז ער וועט מאכן צרות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א הארציגע רוף פאר אידישע טראמפאלאגיע
m.bhol.co.il/article.aspx?id=110939
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ולגבי די חשש אז זיי וועלן ווערן ראדיקאליזירט נאכן אנקומען קיין אמעריקא, איז די אמת'ע תירוץ אז מיר האבן קיין רעכט אזוי צו טראכטן אויף מענטשן וואס האבן קיין פריעדיגע שייכות מיט ראדיקאליזים, אבער פאר די וואס פארשטייען דאס נישט איז אויך נישט מסתבר אז מענטשן וואס האבן אזוי שטארק געוואלט אוועק לויפן פון סיריע און קומען צו אמעריקא זאלן דא ווערן ראדיקאליזירט טון עס איז אונזער ארבעט זיי צו מאכן גענוג באקוועם דא און נישט נוצן העסליכע רעטאריק אזוי זיי זאלן נישט האבן קיין סיבה צו ווערן ראדיקאליזירט
פארשפארט