עס זענען ב"ה פארהאן אסאך אידן וואס מאכן פרנסה, און לעצטענס הערט מען כסדר פון אידישע געשעפטן וואס עפענען זיך אויף מיט ריזיגע פראכטפולע לאקאלן, לשם ולתפארת.
אין בארא פארק עפענט זיך די טעג די הערליכע געשעפט "Tree House", וואס וועט זיין א פראכטפולער צוויי שטאקיגע שפילצייג-געשעפט.
דער געשעפט פלעגט זיין ממש א לעכל, און האט געטראגן דעם נאמען Variety Center. מיט אן אינוועסטמענט פון הערשל שרייבער, איז אפגעקויפט געווארן דעם דערנעבנדיגן געשעפט, און עס איז געבויט געווארן דער פראכטפולער נייער געשעפט.
דער אייגנארטיגער דיזיין פון דעם געשעפט האט א גאר שטארקן אפקלאנג ביים עולם.
דער אמאליגער לאקאל:
בשעת דער געשעפט האט זיך געבויט, איז דער גאנצער בנין געווען איבערגעדעקט מיט א הערליכן אויפשריפט איבער דעם קומענדיגן געשעפט:
נאכדעם איז דער געשעפט אויפגעדעקט געווארן:
*
נאך א גרויסער געשעפט עפענט זיך אויף די טעג אין בארא פארק, מיט'ן נאמען Breadberry. דער געשעפט וועט זיין א סופערמארקעט אויפ'ן שטייגער ווי פאמעגראנעט וכדומה, און געפינט זיך ביי 17 קארנער 60.
וועבסייט: http://www.breadberry.com/
נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 01, 2012 1:42 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
דער אשכול פארמאגט 166 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן