אידיש אין די פאראייניגטע שטאטן (אסיף)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

אידיש אין די פאראייניגטע שטאטן (אסיף)

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[center]אמעריקא און די אידישע שפראך[/center]

דרוקט אויף די בילדער עס צו זען קלאר
.

1.jpg


איר האט שוין אודאי געהערט כמה ווערטלעך איבער די אידישע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך איינגע'חזר'ט די תירוצים וואס מען דארף דעם שופט דערציילן; ווי אלט מען איז, וויאזוי מען איז אנגעקומען צום גאלדענעם לאנד, און – נישט קענענדיג קיין ענגליש – פארדרייעט דעם סדר.

האו אלד אר יו?

פייוו.

האו מעני טשילדרען דו יו העוו?

פארטי סעווען.

עם איי קרעזי, אור אר יו?

באוט... [ביידע\שיף].

אבער דער סיפור ווייס איך טאקע איז א מעשה שהי':

אין די איסט-סייד איז געווען א באקאנטער פאר-פאלק, יאסל און גיטל שטיינבערג. אזעלכע פארצייטישע דמויות געווען, צוזאמען האבן זיי געפירט א בוטשער סטאר.

זי האט געהייסן די געריבענע פון די צוויי, איז ווען מען האט זיך געדארפט שטעלן פאר'ן שופט צו ווערן אמעריקאנער בירגער און ער האט דאך קיין ווארט ענגליש געקענט, איז ער געבליבן אינדרויסען און זי איז אריין אינעווייניג.

ווי זי הייבט אן רעדן האט דער שופט געכאפט דעם מצב, האט ער גענטפערט אין א געשמאקען אידיש.

יאסל, קום אריין! שרייעט זי ארויס, ער רעדט דאך אידיש!

שוין, יאסל שטייט פאר'ן שופט וועלכער פרעגט אים אלע שאלות פון א צעטל ארויס.

דו גלייכסט די קאנטרי? פרעגט ער.

ניין, ענטפערט יאסל.

וואס איז מיט דיר, נעמט זי זיך שרייען, דו גלייכסט נישט אמעריקא?!

אמעריקא גלייך איך זייער. די קאנטרי גלייך איך נישט...

מעשה שהי'.

עס ברענגט גוט ארויס טאקע ביידע זייטן פונעם מטבע; דער פרישער אימיגראנט וועלכער קען קיין ווארט ענגליש, און דער הויכגעשעצטער שופט וועלכער רעדט א זאפטיגען אידיש.

-------------

פון וואנעט שטאמט עס 'אידיש' בכלל?

אידיש איז בעיקר געבויעט אויף דייטש אריינגעמישט אין זיך פארשידענע אנדערע שפראכן. אינעם 10'טן יאר-הונדערט איז שוין געווען אוועקגעשטעלט אין דייטשלאנד א באדייטענדע אידישע לעבן - אידן וועלכע זענען שפעטער בא'טיטול'ט געווארן 'אשכנזים'. צעביסלעך האבן די אידן פארקנעטן און פאר'אידיש'ט דעם דייטשן שפראך און עס קונה געווען פאר זיך.

דער ערשטער דערמאנונג פון אזא שפראך וואס מיר האבן איז פונעם 12'טן יאר-הונדערט, און באציעט זיך צו איר ווי 'לשון אשכנז' אדער 'טייטש'.

'טייטש' קומט פון דעם ווארט tiutsch וואס מיינט 'מיטל-הויך דויטש'. שוין, ווייסט איר שוין די טייטש פון טייטש...

פון דארט זענען זיי פארשפרייט געווארן על פני כל הארץ. דער חת"ס שרייבט [דרשות דף ק' ע"א]: הנה אחינו אנשי פלוניא המה דרים במדינה אשר כל עמה מדברים שפת פולין וליטויא ורוסיא, ואינם מכירים כלל בלשון אשכנזי, והיהודים כולם להיותם גולי אשכנז שלופי גזירות תתנ"ו [וועלכע איז געווען בשנת 1096] עודם מדברים בלשון עמם אשכנז כאשר בראשונה ולא נשתנה ללשון העמים אשר הם יושבים בקרבם.

גראדע איז דער פריעסטער געשריבענער שטיקל אידיש וואס מיר האבן היינט פון קהילת ווארמס [וורמייזא] וועמענ'ס צרות בגזירות תתנ"ו מען דערמאנט תשעה באב ביי די קינות.

עס איז א ווארמס'ער מחזור פון יאר 1272, אין די גרויסע אותיות פונעם ערשטן ווארט פון תפילת טל איז אריינגעצייכענט א שורה אויף אידיש: גוּט טַק אִים בְּטַגְֿא שְ וַיר דִּיש מַחֲזוֹר אִין בֵּיתֿ הַכְּנֶסֶתֿ טְרַגְֿא – זאל א גוטן טאג אים קומען דער וואס טראגט דעם מחזור אין שול אריין. 'אידיש' דהיינו: מיטל-הויך דויטש געשריבען מיט אותיות פון לשון הקודש.

2.jpg


----------

דאס איז דער סיפור וואס איז מער ווייניגער אנגענומען ביי די לינגוויסטען [[tag]לאשיצער[/tag]?].

לעצטענס אבער איז אדורכגעפירט געווארן א שטודיע דורך א טיעם פון דעם בריטישען שעפיעלד יוניווערסיטי וועלכע באנוצען זיך מיט ספעציעלע טעכניקן צו פארבינדן די ען עי מיט פיזישע געאגראפיע. זיי טענה'ן אז אידיש איז געשאפן געווארן אויף דעם אור-אלטן האנדל'ס וועג, 'די סילק ראוד', ערגעצוואו אין צפון-מזרח טערקיי, עס איז צושטאנד געקומען דורך די האנדלונגען פון איראנער און דייטשע אידן.

לויט זיי גיבט דאס צו פארשטיין פארוואס די שפראך האט 251 ווערטער פאר די טערמינען 'קויפן' און 'פארקויפן'.

איך וואלט געקענט באשטיין צו זען די ליסטע...

---------

עכ"פ, לאמיר צוגיין צו אונזער סוגיא: די אידישע שפראך אין די פאראייניגטע שטאטן.

עס איז וואויל-באקאנט ווי געוויסע אידישע ווערטער האבן זיך אפיציעל אריינגעכאפט אינעם ענגליעשן לעקסיקאן, און ערשיינען אפי' אין דיקשאנערי.

דער מערסט-באקאנטער איז מן הסתם 'חוצפה'. עס איז שוין פראמינענט ערשינען אויף די ערשטע זייטן פון בארימטע אויסגאבעס, א שטייגער ווי די 'טיים' מאגאזין.

3.jpg


לעצטענס איז געווען אין די נייעס ווי דער געוועזענער קאנדידאט פאר פרעזידענט טעד קרוז האט זיך עטוואס פארפלאנטערט ווען ער האט באוואשען דאנעלד טראמפ: "פאר אים [טראמפ] צו מאכן אזא אטאקע – צו נוצען א ניו יארק'ער טערמין – איז שפיץ חוצפה".

'חוצפה' איז פארשטייט זיך נישט א ניו יארק'ער טערמין, נאר א אידישער. און ארומטוישען ניו יארק מיט אידן איז עפעס נישט אזוי סעמיטיש-קארעקט.

אזוי זענען דא עטליכע באקאנטע ווערטער. דער אמת איז אבער אז עס זענען דא ליסטעס פון אזויפיל ווי איבער 200 אידישע ווערטער וועלכע ווערן גענוצט אין ענגליש צו פארשידענע שטאפלען.

--------

די עיקר סמעטענע פון די אידישע שפראך אין אמעריקא ליגט אבער אודאי אין דעם ערשטן האלב פונעם 20'סטן יאר-הונדערט. דאן ווען דער רב און דער האליוואוד שפילער האבן ביידע גערעדט דעם זעלבן זאפטיגען אידיש פון 'דערהיים'. דאן ווען 'בשר כשר' אויפן פענסטער האט געמיינט אז קוים א גלעזל וואסער קען מען דארט נעמען.

דער רידב"ז איז א שטיק צייט געווען רב אין שיקאגא. אין יאהר תרס"ד האט ער דארט געדרוקט זיין ספר 'נימוקי רידב"ז', אין די הקדמה רעדט ער זיך געפערליך אפ אויף אמעריקא, בתוך הדברים טענה'עט ער אזוי:

"והעם לא שם אל לבו מי הוא השו״ב ומי הוא הבוטשער ומי הוא הרב המשגיח עליהם, וסומכים על מאמר העולם ״אז מי רופט איהם מענדיל מעג מען עסען פון זיין פענדיל״ (ופלא גדולה עליהם א׳׳כ כמו כן, אז מי רופט איהם יעוואן מעג מען עסען פון זיין פאן)".

אה, וואו נעמט מען די גאלדענע יארן...

מיליאנען אידישע אימיגראנטן זענען אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן. זיי האבן זיך באלד אריינגעקוועטשט און איבערגענומען די לאוער איסט-סייד פון מאנהעטן צוזאמען מיט די איטאליענער און איירישע אימיגראנטן.

יעדער פון די דריי האט זיך גענומען זיין ענין. די אידן זענען געווארן די קאמידיענס, די איטאליענער די זינגער, און די איירישע האבן געטון די פיזישע ארבעט.

אן אלטער איירישער ווארט זאגט:

מען האט אונז געזאגט אז די גאסן זענען פון גאלד געפלאסטערט.

דערווייל גאר זענען טייל אינגאנצן נישט געווען געפלאסטערט.

דערנאך האבן זיי אונז געזאגט מיר זאלן עס פלאסטערן...

jewish-letter-writer-manhattan-nyc-3.jpg

jewish-ghetto-in-the-lower-east-side-1895-8.jpg


----------

פרוי ליבערטי. די וועלכע טראגט די פאקל פון פרייהייט. די וועמענ'ס וועזן איז די האפענונג און לעצטע רעטונג'ס שטריק פאר מיליאנען פארפלאגטע אידן איבער אייראפע און רוסלאנד. מען דארף נישט מער ווי די אייביגע ווערטער פון די אידישע משוררת עמא לאזארוס, וועלכע שטייען עד היום אויפגעקריצט אויפן סטעטשו אוו ליבערטי:

[left]Not like the brazen giant of Greek fame,
With conquering limbs astride from land to land;
Here at our sea-washed, sunset gates shall stand
A mighty woman with a torch, whose flame
Is the imprisoned lightning, and her name
Mother of Exiles. From her beacon-hand
Glows world-wide welcome; her mild eyes command
The air-bridged harbor that twin cities frame.

"Keep, ancient lands, your storied pomp!" cries she
With silent lips. "Give me your tired, your poor,
Your huddled masses yearning to breathe free,
The wretched refuse of your teeming shore.
Send these, the homeless, tempest-tost to me,
I lift my lamp beside the golden door!"[/left]

4.jpg


היינט – ביי אונז העפי-גאו-לאקי'ניקעס - שטעלט זיך נישט אזוי גרינג פאר ווי ערענסט און וויכטיג יעדעס ווארט איז געווען ביי די פארמאטערטע פליטים.

אין פילע ערטער טרעפט מען פרוי ליבערטי ווי זי עפענט די טיר פאר די פאגראם-צעקוועטשטע אידן.

אט האט איר 'דער אידישער אימיגראנט' אויסגאבע דורך די 'היברו אימיגרענט עיד סאסייעטי' פון 1909.

5.jpg


און דא איז א ליד 'זיי געבענטשט דוא פרייע לאנד' פון 1911.

6.jpg


'לעבען זאל אמעריקא', און א הארץ-רייסענדע לשנה טובה קארטל; אידן וועלכע זיצן אין אמעריקא, 'בצל כנפיך תסתירנו', שטרעקן אויס א האנט צו מיטגעמאכטע אידן אונטער די רוסישע הערשאפט. לשנה הבאה באמעריקא.

7.jpg

8.jpg


-----------

אין 1842 ווערט שוין געדרוקט 'איינע מיניאטור אויזגאבע', א קליין סידור'ל ספעציעל פאר די וואס פארן 'למדינת אמעריקא'.

9.jpg


א דעטאלירטע מאפע פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט פראדוצירט אין אידיש.

10.jpg


אין 1892 ווערט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע איבערגעזעצט און אפגעדרוקט אויף אידיש 'מיט היסטארישע, פאליטישע אונד פיליזאפישע בעמערקונגען'.

11.jpg


די נאציאנאלע הימנע – די סטאר ספענגעלד בענער – ווערט איבערגעזעצט פאר די פרישע בירגער. א ניגון וועלכע יאסעלע ראזנבלאט וועט אפזינגען אויף די טרעפ פון דעם פובליק לייברערי אויף די 42'סטע גאס און פיפטע עוועניו פאר צענדליגע טויזנטער צו שאפן געלט פאר די ערשטע וועלט קריג עפארט.

ביים ענדיגען וועט דער שוועבנדיגער המון אים צווינגען עס צו זינגען א צווייטן מאל.

12.jpg


און פיינע רעבעצינס גיבן ארויס די געהיימניסען פון דעם אייראפעאישען און אמעריקאנעם קיך.

13.jpg


עס ברעכט אויס די ערשטע וועלט קריג און די 'יונייטעד סטייטס שפייז פערוואלטונג' דערמאנט שנעל ווער עס האט זיי דאס פרייהייט געשאנקן און בעט זיך מען זאל 'דיא עללייס פערזארגען מיט ווייץ'.

14.jpg


פאטריאטישע לידער דערקלערען אז 'מיר מוזען אללע פייטען פיר אנקעל סעם' – US מאכט אנקעל סעם בלשון חיבה.

15.png


די 'בת ציון' פארלאנגט אז מען זאל זיך אנשליסען אינעם אידישען רעגימענט וועלכע איז באשטאנען פון פינף באטאליאנען אידישע זעלנער פון בריטאניע, רוסלאנד קאנאדע, ארץ ישראל, און די פאראייניגטע שטאטן, און האבן געקעמפט אין ארץ ישראל און צפון-אפריקא.

16.jpg


עס נעמט נישט לאנג פאר'ן גלות איד זיך צו פארכאפען אין די פרישע האפענונג-פאליטיקס וועלכע וועלן דאמינירען דעם וועלט'ס אויבנאן די קומענדיגע צענדליגע יארן. אין 1890 איז שוין דא א אידישע צייטונג די 'פרייע ארבייטער שטיממע', וועלכער ווערט פובליצירט אין ניו יארק און פילאדעלפיע.

17.png


און ער איז בלויז איינער פון א גאנצע רייע צייטונגען אויף אידיש, צווישן זיי אונזער אייגענער 'וועקער'...

18.jpg


------------

דאן העלפט דער אויבערשטער און עס קומט דער טרויריג-בארימטער 'פראבישאן' עפאכע.

פראבישאן איז געווען א קאנסטיטוציאנאלער פארבאט אויפן פראדוצירען און פארקויפען אלקעהאלישע געטראנקן איבער די גאנצע פאראייניגטע שטאטן. עס האט אנגעהאלטן פון 1920 ביז 1933.

איבערנאכט איז אויפגעשפרינגען א קאמפליצירטער שווארצער-מארק. גאנצעטע אונטערערדישע קרעטשמעס און פאבריקען זענען אנגעגאנגען מיט'ן גאנצן קראפט. דער באדן איז רייף געווארן פאר די מאפיא.

דאס איז געווארן די תקופה ווען די בארימטע איטאליענער מאפיא האט אוועקגעשטעלט איר 'גאלדענע' עפאכע, אנגעפירט, איינקאסירט, און אכטונג געגעבען אויף די גיגאנטישע אימפעריע.

וואס איז נישט אזוי באקאנט איז אז עס איז פונקט אזוי געווען א 'אידישע מאפיא'! און אין געוויסע ערטער, אין געוויסע צייטן, זענען זיי געווען פונקט אזוי מאכטפול ווי זייערע איטאליענער פריינט.

דורכאויס די 1920ס איז דעטרויט געווען אונטער די הערשאפט פון די מאכטפולע 'פורפול גענג'. אירע מיטגלידער זענען געווען ריין אידן.

19.jpg


אויך ניו יארק איז נישט געשטאנען צופיל אונטערשטעליג; איינע פון די אידישע גרופעס אין ניו יארק איז שוין געגרינדעט געווארן אין 1906 דורך יאנקל לעווינסקי, טשארלי וויטאפסקי און יאסל טאפלינסקי. זיי האבן זיך גערופען 'די אידישע שווארצע האנט' און האבן אזוי אונטערגעשריבן זייערע סטראשונג'ס בריוו.

צווישן אנדערע מאפיא גרופעס האבן זיך געפונען די 'כשר מאפיא', און 'אונזער שטיק'.

-------------

דאן זענען געווען די וואס זענען געשטאנען אויף די אנדערע זייט מחיצה.

די פעדעראלע אגענטן האבן געהאט א שוואויל-טאג דורכאויס די יארן, זיי זענען נישט פארטיג געווארן אויסגיסען טויזענטער גאלאנען אומלעגאלע סחורה און ארעסטירען די מאסן.

איין אזא אגענט – באזירט אין ניו יארק – איז געווארן א בארימטע פענאמענאן איבער דעם גאנצן לאנד, עד כדי כך אז די אפיציעלע וועבזייטל פון די ביורא אוו אלקעהאל טאבעקאו ענד פייערארמס האט א גאנצע בלעטל מיוחד פאר אים.

ער האט גאר קיין היסטאריע אין געזעץ-אינפארסירונג געהאט. איינע פון זיינע קוואליפיקאציעס איז געווען אז ער האט גערעדט א היימישען אידיש.

זיין נאמען איז געווען איציק איינשטיין.

איציק, צוזאמען מיט זיין שותף מאוע סמיט, האבן אדורכגעפירט כמעט פינף טויזנט ארעסטן צווישן 1920 און 1925, 95 פראצענט דערפון זענען סוקסעספול באשולדיגט געווארן.

20.jpg


איציק איז בארימט געווארן מיט זיינע געניאלע טעכניקן. ער פלעגט זיך כסדר פארשטעלען און מאכן א געוועט אויף א גלעזל משקה מיט'ן באר-טענדער אז ער איז דער איציק איינשטיין פון וועמען מען דארף ציטערן.

'ס'איז דא שלעכטע נייעס דא', איז געווען זיין סלאגאן, 'איר זענט אונטער ארעסט'.

21.jpg

22.jpg


----------

מען קען אבער נישט עסן קעסט ביים שווער אויף אייביג – כי לא לעולם חות"ן.

222.jpg


צעביסלעך האט דער עולם זיך געזעצט לערנען ענגליש. אין 1910 האט אלכסנדר הארקאווי, א אידישער שרייבער און לינגוויסט, געדרוקט די אלענדארפ'ס מעטאדע זיך אליין אויסצולערנען ענגליש.

23.jpg


די באורד אוו עדזשיוקעישאן אין קליוולאנד האט זיך געבעטן 'קומט אין פאבליק סקוהל לערנען די אמעריקאנער שפראך'.

24.jpg


Women_voter_outreach_1935_English_Yiddish.jpg


איך מיין אז דער שלב ווען מען האט געשריבען גאנצע זאצן פון ענגליש מיט אידישע אותיות – בגופן שלנו – האט אן עקסטערע חן.

די באקאנטע איסט-סייד שילדן איבער 'מענס אונד בויעס' צייגן איבער א ספעציעלער שטאפל אין דעם אידישען איינגלידערונג אין אמעריקא.

yiddishpicture.png

252.jpg


----------

אידישע ראדיא האט אויך פארנומען א ברייטן ארט ביי אידן אין דעם נייעם וועלט.

איין אינטערעסאנטער פראגראם האט אנגעפירט הרב שמואל אהרן רובין ז"ל פון די 'אגודת אנשי מעמד ובית ועד לחכמים' אין מאנהעטן.

26.gif


אסאך אידישע אימיגראנטן וועלכע האבן סיי נישט געקענט די שפראך און סיי נישט געהאט דאס געלט צו האנדלען מיט דעם לעגאלן סיסטעם האבן נישט געהאט ווער עס זאל זיי אויסגלייכען ביזנעס דיפערענצן.

הרב רובין האט געגרינדעט די 'דזשואיש אמעריקען קאורט אוו פיעס ענד דזשאסטיס'. ער האט אויפגענומען ביידע צדדים אין דעם אויבנדערמאנטן מושב זקנים און די פארהאנדלונגען זענען געבראודקעסט געווארן אויף די אידישע ראדיא.

א געדאנק...

-----------

ענד טהען טהער וואס די אידישע טעאטער...

קען מען דאך נישט קומען צו א שלוס אן דערמאנען די גרויסארטיגע אידישע טעאטער אין אמעריקא.

און לויט געוויסע האט עס אפילו געהאט א אידישען טעם...

0.jpg


'א אידישע מיידל דארף א אידישען באי'... טענה'עט איין פארשטעלונג. אן אנדערער גיבט זיך אפ מיט 'אמעריקאנער חסידים'...

27.jpg

272.jpg


פון די גרעסטע 'היטס' איז דער אידישער פאלק'ס-ניגון א-לי א-לי למה עזבתני.

28.jpg


דער גרעסטער טענאר אין היסטאריע, דער איטאליענער ענריקאו קארוסאו וועלכער האט געזינגען אין די אפערע הייזער פון אייראפע און די אמעריקאס און ווערט פארעכענט אלס דער ערשטער אינטערנאציאנאלער סעלעברעטי, האט געהאט די זכי' צו זיין אנוועזנד ווען יאסעלע ראזנבלאט ז"ל האט געזינגען דעם 'א-לי א-לי' צו שאפן געלט פאר די ערשטע וועלט קריג.

ווען דער מלך החזנים, החסיד המרומם יאסעלע, האט גענדיגט דעם שמע ישראל ה"א ה' אחד האט דער איטאליענער זיך אויפגעשטעלט פון ארט און געקושט יאסעלע.

282.jpg

29.jpg


----------

איינע פון די געלונגענסטע קאמעדיע-פארשטעלונגען איז געווען 'דער דזשעז זינגער'. א זון פון אן אלטן ערליכען חזן וועלכער איז בעוה"ר געווארן א דזשעז זינגער.

30.jpg


אין די 1920ס האבן די באקאנטע ווארנער ברידער פארלוירען גרויס געלט אויף זייערע שטימע פילמען וועלכע האבן נישט געהאט קיין קול.

אין 1927 האבן זיי מחליט געווען אויסצופרובירען די שפאגל-נייע טעכנאלאגיע אפצוכאפען פילם מיט איר אייגענע קול. צוליב איר פאפולערקייט האבן זיי אויסגעקליבן דער דזשעז זינגער צו זיין דער ערשטער רעדוועדיגער פילם אין היסטאריע.

די ווארנער ברידער האבן אראפגעשיקט א שליח צו יאסעלע און אים אנגעטראגען צו שפילן דעם אלטן חזן פאר די סומע פון הונדערט טויזנט דאלער.

אבער יאסעלע האט ווי באקאנט זיך אפגעזאגט פון ערפילען די ראלע פון אן אקטיאר פון כל הון דעלמא. נישט לאנג צוריק האט ער פארכאפט די נייעס אין אמעריקא ווען ער האט אפגעזאגט א פארשלאג פון די אפרע אין שיקאגאו פאר א טויזנט דאלער א נאכט.

די ווארנער ברידער זענען אבער געווען אויסן צו האבן יאסעלע אין דעם פילם וועלכע וועט ראטעווען זייער עתיד. נאך פארהאנדלונגען האט יאסעלע מסכים געווען זיך צו פילמירען 'ווי זיך אליין', ווי ער טרעט אויף ביי אן אייגענעם קאנצערט אלס יאסעלע ראזנבלאט.

פאר דעם שטיקל האבן אים די ברידער באצאלט דרייסיג טויזנט דאלער, און אים אראפגעברענגט קיין האליוואוד אויף עטליכע וואכן פון פילמירען - אויף זייערע קאסטן.

31.jpg


נא, אז מען איז שוין אין האליוואוד איז דאך א שאד נישט אויסצונומען די צייט...

יאסעלע איז געווען א הייסער חסיד, פע"ן בלע"ז, פון דעם וועלט-בארימטען קאמעדיע-אקטיאר טשארלי טשאפלין וועלכער האט דאן געוואוינט אין האליוואוד, קאליפארניע.

יאסעלע בעט זיין זון לוי יצחק זאל אנקלינגען טשאפלין אויפן טעלעפאון און זען צי מען קען אפשר אריבער קומען אויף א באזוך.

וואס פאר א פראגע, זאגט טשאפלין, און ער שיקט נאך ארויס זיין קאר און דרייווער אפצונעמען יאסעלע און זיין סוויטע.

טשאפלין נעמט אים אויף מיט א ברייטן שמייכל:

וועלקאם טו מיי האום קאונטאר ראזענבלאט, זאגט ער מיט זיין ענגלישען אקצענט, איי עם ווערי העפי טו סי יו. איי העוו הירד סאו מעטש אבאוט יו, ענד איי העוו טהאוט ווען וויל איי העוו דע אפערטוניטי טו מיעט יו.

די צוויי האבן ווארעם פארברענגט פאר א לענגערע צייט און זיך אפילו געלאזט פאטאגראפירען.

און דאן גייט טשארלי צו צום גראמאפאון, ער שטעלט אריין א רעקארד און ציעט עס אהן.

דו דערקענסט די שטימע? פרעגט ער דעם גאסט.

עס איז געווען יאסעלע'ס אמר רבי אלעזר... לא פחות ולא יותר.

איך האב אלע דיינע רעקארדירונגען, זאגט טשאפלין, ווען ס'איז מיר שווער אויפן הארצן צינד איך זיי אהן.

ככ.jpg


-----------

על כל פנים, די אידישע טעאטער איז געווען אן אויסערגעווענליכער סוקסעס. א גאנצער דיסטריקט האט זי געהאט אין דעם געגענט פון די צווייטע עוועניו, אין די צייטן פונעם ערשטן וועלט קריג האט זי געקענט האבן א 20-30 שאוס א נאכט, און איז פארעכענט געווארן ווי די בעסטע טעאטערן אין שטאט.

אין די היינטיגע אינטערנעט תקופה באקענט מען זיך מיט א טייל פון די פארצייטישע דמויות. ווער קען דען נישט שעפסיל קאנאריק'ס חזנות פראבע?

מעיד אני עלי שמים אז דאס ערשטע מאל האב איך דעם שטיקל געזען פארגעשטעלט ביי א שבע ברכות וואס דער סאטמאר'ער קהילה האט געפראוועט פאר זייער רבי'ן המתגורר בקרית יואל.

די ערשטע טעאטער געבויעט צו ווערן ספעציעל פאר אידישע פראדוקציעס איז געווען די גרענד טעאטער אויף 225 גרענד סטריט, עס איז געגרינדעט געווארן אין 1902 דורך שרה סג"ל, יעקב פישל, און יוסף לאטיינער.

33.jpg

34.jpg


אין 1903 באריכטעט די פרעסע אז עליס גליקמאן איז דער ערשטער איד אין אמעריקא אנצונעמען די ראלע פון 'שיילאק' אין שעיקספיער'ס 'דער סוחר פון ווענעציע.

שעיקספיער ווערט באטראכט ווי דער גרעסטער שרייבער אין היסטאריע. ער האט געלעבט אין ענגלאנד פיר הונדערט יאר צוריק, און זיין שיילאק כאראקטער – א אידישער געלט פארבארגער – מוטשעט זיך מיט אנטיסעמיטיזם.

35.jpg


------------

און די אידישע טעאטער האט אויך פארמאגט אינטערעסאנטע אנהענגער.

דער איטאליענער-אמעריקאנער פראנק סינאטרא, ארגומענטליך דער פאפולערסטער זינגער פונעם 20'סטן יאר-הונדערט איז געווען פון די ערליכע מיטהאלטער. דא איז ער פאטאגראפירט (רעכטס) מיט זיין אגענט פארענט פון דעם צווייטן עוועניו טעאטער, מיט א רעקלאמע פונעם אקטיאר מנשה סקולניק.

36.jpg


אויך ר' אברהם המכונה אלבערט איינשטיין האט געשעפט נחת. דא פאטאגראפירט ער זיך מיט אברהם משה שווארץ אינעם אידישען טעאטער.

37.jpg


אפילו די ווארק[ס] פראגרעס אדמיניסטרעישאן, אן אפטיילונג פון רוזעוועלט'ס ניו דיעל, האט זיך געלאזט וואויל-גיין. די הכנסה איז געווען מוקדש פאר די ביקור חולים אין באסטאן.

38.jpg


-----------

איך מיין אז מען קען זאגן אז די אידישע שפראך האט ארגומענטליך געזען אירע שענסטע צייטן אין דעם 20'סטן יאר-הונדערט אין די פאראייניגטע שטאטן. איך מיין אין די טערמינען ווי זי איז געווארן א טייל פון דעם מעינ-סטריעם לעבן און אפיציעל אנערקענט.

עס איז קאמיש אז די זעלבע אומשטענדן, ברייטע פרייהייטן, אסימילאציע, און פארגעסען דעם טאטנ'ס רעליגיע, ברענגען אז די פאראייניגטע שטאטן זאל אויך ווערן די בית הקברות פאר די אידישע שפראך.

די איראניע געטער לעקן זיך די פינגער.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: אידיש אין די פאראייניגטע שטאטן (אסיף)

שליחה דורך פליקער »

הערלעך שיין, גאר באלערענד.
אבער אבער ליידער היינט, זיצט די שכינה און זי וויינט, אזוי גייט גי זמר. היינט איז נאר דא אידיש ביי די אידישיסטן און ביי די חסידים, און דעץ אלל. טיפיקאלע בארא פארקע פרויען קענען קוים עפעס אידיש, און פלעטבוש איז אידיש א יקר, ווער רעדט פון קווינס אדער מאנהעטען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך גיי ניסעלעך פאר ונבנתה
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב שון אמאל געברעגנט אהרן לעבעדאוו'ס זיסע שטיקלעך אבער דא האט איר זיי נאכאמאל.

צום ערשט זיין א אידיש מיידל דארף א אידישן בוי וואס איז פון מיינע פעווערטס.

https://youtu.be/9VlvAYHzMgk

דערנאך זיין וואט קען יו מאך עס איז אמעריקע איז א ריכטיגע זיס קאמעדי.

https://youtu.be/qmRZa8tGq_4

און צום דריטנס זיין א חזינדל אין אמעריקע איז אויך נישט שלעכט.

https://youtu.be/38JeU32HPYg

נ.ב. די יוטוב אפלאודער ארבייט נישט היינט אויף ק''ש, אויב איינע פון די טעק חברה קען עס פארעכטן וואלט געווען א שיינע זאך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: אידיש אין די פאראייניגטע שטאטן (אסיף)

שליחה דורך mevakesh »

הערליך שיינע ארטיקל
לעצטנס האב איך געזעהן תאמאס פייןס בוך איבער רעליגיע אין היימישער יידיש
אגב אין נהרי אש געדענק איך צו זעהן אז רבי שמעלע האט געזאגט אז עס איז חלילה צו זאגן אז יידיש קומט חלילה פון די טמאנע דייטשע שפראך
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: אידיש אין די פאראייניגטע שטאטן (אסיף)

שליחה דורך נעגעל וואסער »

יישר כוח ונבנתה! הערליכע און אינטערעסאנטע ארטיקל.
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

ש'כוח [tag]ונבנתה העיר[/tag]!!

אזוי ווי דו האסט מיך שוין געטעגט... יעדער לינגוויסט וואס האט אויסגעפארשט די געשיכטע פון אידיש האט זיך זיין אייגענע טעאריע. מאקס וויינרייך טענה'ט אז די פריסטע אידיש רעדערס האבן זיך באזעצט ביים טייך ריין אין דייטשלאנד, דארט איינגעזאפט דאס לשון (וואס איז פון אנהייב אן געווען א געמיש, קיין מאל נישט געווען "ריין דייטש"), און די שפראך האט זיך ווייטער אנטוויקלט ווען די אשכנז'ישע אידן זענען ארויסגעפארן/ארויסגעטריבן געווארן אויף מזרח. אין די 1990ער יארן האט דער לינגוויסט דוד כץ געשריבן אז דאס "וויגעלע פון אידיש" איז נישט געווען ביים טייך ריין, נאר אין רעגענסבורג (צוליב די ענליכקייטן צווישן אידיש און די דארטיגע דייטשע דיאלעקטן). פאראיארן איז ארויס א ניי בוך ביים אקספארדער פארלאג מיטן טיטל "Origins of Yiddish Dialects". דאס בוך איז ריזיג, אבער איך האב אים געמוזט איבערליינען כדי איך זאל קענען אנשרייבן א רעצענזיע. ווער סע וויל ליינען די רעצענזיע מיינע קען מיר שרייבן אין אישי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאשיצער: איך וויל נאר דא אריינווארפן מיינע צוויי סענט. ווען איך בין געווען א בחור פון פערצן יאר, איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין די פעקטארי פון א דייטש-אפשטאמיגן גוי.ווען איך האב ביי א געוויסן פונקט געבעטן רשות פון איהם צו נוצן זיין אפיס טעלעפאן. כ'האב גערופן מיין מאמע און געפרעגט אויב זי האט א שליסל פון אונזער הויז/דירה. דער גוי האט מיך געפרעגט וועלכע שפראך איך האב גערעדט. כ'האב איהם געזאגט...אידיש...האט ער מיר געזאגט אז אין עסטרייך איז דא א געגנט וואו די גאנצע באפעלקערונג רעדט מיט אזא אקצענט...!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

דאס קען אפשר שטארק אינטערעסירן:
http://languagecontact.humanities.manch ... desch.html
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

Re: אידיש אין די פאראייניגטע שטאטן (אסיף)

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אן אומבאקאנטער שטיקל ארט אינעם בנין פון בית יעקב באלקאני-ויואל משה דסאטמאר-באבוב 45.

אין צענטער וויינט מען נעבן מצבות. זעקס אנגעצינדענע ליכט, פערהעפס פאר די זעקס מיליאן קדושים.

אויף די זייטן איז מען זיך מנחם [מען האלט זיך ביי די זייטן...]. אויף די רעכטע זייט איז דאס אידיש לאנד [מערקט דעם פאן איבערגעפארבט אין שווארץ - מעגליך פון די סאטמארע אקופאנטען]. אויף די לינקע זייט דערהאלט מען זיך מיט די גאלדענע לאנד פון ליבערטי.

בילד

בילד

בילד

בילד
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

mevakesh האט געשריבן:הערליך שיינע ארטיקל
לעצטנס האב איך געזעהן תאמאס פייןס בוך איבער רעליגיע אין היימישער יידיש
אגב אין נהרי אש געדענק איך צו זעהן אז רבי שמעלע האט געזאגט אז עס איז חלילה צו זאגן אז יידיש קומט חלילה פון די טמאנע דייטשע שפראך

נאר פון ווי דען...?! פון די הייליגע אונגארישע שפראך... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:הערליך שיינע ארטיקל
לעצטנס האב איך געזעהן תאמאס פייןס בוך איבער רעליגיע אין היימישער יידיש
אגב אין נהרי אש געדענק איך צו זעהן אז רבי שמעלע האט געזאגט אז עס איז חלילה צו זאגן אז יידיש קומט חלילה פון די טמאנע דייטשע שפראך

נאר פון ווי דען...?! פון די הייליגע אונגארישע שפראך... :lol: :roll:


גאלאש, האלאפטשעס, איז אודאי יודיש
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: דו האסט פארגעסן צו צולייגן נאך עטליכע חשוב'ע ווערטער וועלכע קומען פון די הייליגע אונגארישע שפראך. (און ס'האט מערסטנס צו טון מיט אכילה.) והנה:...ראפאגאש (אויף די קוואליטי און פרישקייט פון חלות.)...קאקא-אש קעיק. ס'איז א טעות די ווארט קאקאש (קעיק). ווייל קאקאש, אויף אונגאריש מיינט א ראאסטער. א האן. ומה עניין שמיטה אצל הר סיני...?! משא"כ. קאקא-אש, מיינט פון אדער מיט קאקאא/טשאקלעד...!

נ.ב.: איך בין שוין באלד אזוי ווי דער ל--- פון ב---. מ'מאכט א גאנצע שקלא וטריא פון הוילע שטותים והבלים...ווי קינדער נזירים...וכדומה... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

די סלייסד אייער און פאטעיטאס האט אויך א יודישער נאמען. שוין פארגעסען די נאמען אבער די טעם איז נאך פריש...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

ראקאט-קראמפלי דאכציך
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:פון די גרעסטע 'היטס' איז דער אידישער פאלק'ס-ניגון א-לי א-לי למה עזבתני.

דער גרעסטער טענאר אין היסטאריע, דער איטאליענער ענריקאו קארוסאו וועלכער האט געזינגען אין די אפערע הייזער פון אייראפע און די אמעריקאס און ווערט פארעכענט אלס דער ערשטער אינטערנאציאנאלער סעלעברעטי, האט געהאט די זכי' צו זיין אנוועזנד ווען יאסעלע ראזנבלאט ז"ל האט געזינגען דעם 'א-לי א-לי' צו שאפן געלט פאר די ערשטע וועלט קריג.

ווען דער מלך החזנים, החסיד המרומם יאסעלע, האט גענדיגט דעם שמע ישראל ה"א ה' אחד האט דער איטאליענער זיך אויפגעשטעלט פון ארט און געקושט יאסעלע.

ווען מ'האט אנגעהויבן פארברענען די ערשטע מענטשן אין טרעבלינקע, האט זיך א ווארשעווער חזן געשטעלט זינגען דעם קלי קלי.


,קלי קלי, למה עזבתני
.קלי קלי, למה עזבתני
,אין פייער אין פלאם, האט מען אונז געברענט
.איבעראל געמאכט, אונז צו שאנד און צו שפאס
,זיך… האט אונז, קיינער נישט געקענט
…נאר דו מיין ג-ט, געדענק דיין הייליגע

,קלי קלי, למה עזבתני
.קלי קלי, למה עזבתני
,טאג און נאכט, נאר איך טראכט
.פון דיר מיין ג-ט
,איך היט מיט מורא
,אפ דיין תורה
.דיינע צעהן געבאט
,…רעטע מיר, רעטע מיר אפ פון
…ווי אמאל, די אבות
,הער מיין געבעט, מיין געוויין
,…מיר נאר אליין
.שמע ישראל, ה’ אלקינו, ה’ אחד

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FD3VwZ-JCpo[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

דא האט איינער געברענגט די פולע ליריקס
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1558674
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
פארשפארט