אבאמא וועלט אויס איד מעריק גארלאנד פאר סופרים קאורט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

אבאמא וועלט אויס איד מעריק גארלאנד פאר סופרים קאורט

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א איד צו די סופרים קאורט. 11 אזייגער גייט אבאמא מעלדן אז ער וועלט אויס דעם אידישע ריכטער מעריק גארלאנד צו ערזעצן סקאליע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס האט אבאמא יר"ה אם אויסגעוועלט מער ווי ד 2 אנדערע? דאכט זיך אז ער איז נישט אזוי לינק געשטימט.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

לכאורה ווייל אזוי האפט ער אז די התנגדות פון די רעפאבליקאנער וועט זיין שוואכער.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דאס מיינט אז טאמער ווערט ער קאנפארמירט וועלען זיין פיר ריכטער אידען.

איז דאס א טובה פאר אונז אידען?

לכאורה נישט, ווייל טאמער וועט דער סופרים קארט אמאהל פסק'נן עפעס קעגען אידען ח"ו, וועלען מיר נישט אפילו קענען שרייען רשעים ארורים אנטעסימעטען!!

קעגין פין די סופרים קארט איז שטיקעל פרום, זי האט אפילו געהאט א בר מצוה!
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מסתמא האט אבאמא נישט צו שטארק געשטיפט זיין קאנדידאט ווייל ער איז געוועהן זיכער אז קלינטאן וועט אים שוין קענען אריינזעצן. וואס וועט ער יעצט טוהן?
פארשפארט