מיין באזוך אינעם נאטיוו אמעריקאנער מוזעאום

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

מיין באזוך אינעם נאטיוו אמעריקאנער מוזעאום

שליחה דורך moshav zekeinim »

דער מוזעאום איז א קליינטשיגער. עס געפונט זיך אין אן הייזקע ביים עק פון שטאט, ארום גענומען מיט א שיינער פארק.

איך קום אריין און א עלטערער ווייסער מענטש מיט א בארד נעמט אונז אויף, און דער שמועס הייבט זיך אן איבער דעם אייראפעאישן לעבנס שטייגער אינעם מיטל אלטער. ער איז טאקע א ווייסער אבער די נאטיוו אמעריקאנער איז פיל מער געשעצט ביי אים:

"ווי אפט פלעגן זיך די אייראפעיער וואשן מיינסטו? איינמאל א יאר, אין חודש מאי! און דאס איז געווען אן זייף.

"שפעטער ווען דער פייפ סיסטעם איז אינסטאלירט געווארן אין הייזער, אבער אנהייצן די וואסער איז געווען א באזונדערער עבודה, האט מען זיך נוהג געווען די גאנצע משפחה האט זיך געבאדן מיט די זעלבע וואסער. דער סדר איז געווען אז דער טאטע וואס איז געעווען דער שמוציגסטער איז אריין די ערשטע, און דערנאך די מאמע, און דערנאך אלע קינדער צוזאמען.

"די וואסער איז געווארן שווארץ פון אזויפיל שמוץ, האט מען דעריבער געפילטערט די וואסער, אבער נישט פאר ריינקייט, נאר צו מאכן זיכער אז דער בעיבי איז נישט דערטראנקען.

"דער אמעריקאנער אינדיאנער האט זיך אבער געבאדן יעדן טאג, און געווען פיל ריינער.

"די אייראפעיער האב געהאט א מנהג אז ווען מאן אין א פרוי זענען געגאנגען אין גאס, איז דער פרוי געגאנגען נאנט צו די בנינים און דעם מאן ווייטער פון די הייזער, פארוואס? ווייל די אייראפעיער איינוואוינער פלעגן ארויס גיסן דעם הכנה שיסל אויף די גאס, און טאמער איז עס געלונגען אויף איינעם׳ס קאפ איז עס געפאלן אויף דעם מאן וואס איז געשטאנען ווייטער, און דער צארטער פרוי איז באשיצט געווארן. אבער בנובף צו דעם פלעגן רייכע פרויען שטענדיג גיין מיט א שירעם...

"פארפומען זענען געמאכט געווארן פון סקאנק מוסקאט געמישט מיט רויזן, און דאס פלעגן ניצן מענער כדי צו פארדעקן זייער ריח, אבער פרויען האבן אויך געניצט פארפומען, בעיקר כדי נישט צו שמעקן דעם מאן׳ס ריח וואס איז געווענליך געווען ערגער ווי דעם פרוי׳ס. שידוכים פלעגן טאקע פארקומען בעיקר אין מאי, דער באדע סעזאן, ווען די חברה האבן נישט אזוי גע׳סרח׳עט, אבער צום חתונה וואס איז פארגעקומען אום סעפטעמבער האט מען שוין געדארפט פערפומען מיט רויזן...
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

"עד היום וועט זיך דער פרוי אין אייראפא נישט שערן די שער הית השחי, אבער אן אמעריקאנער ווייסער מיידל וועט זיך געווענליך יא שערן, פון וואו האבן זיי דאס גענומען?פון די נאטיוו אמעריקאנער מנהג אז מענער האבן זיך געשוירן אלע האר פו די קערפער. אפשר האבן די איירא-אמעריקאנער מענער געוואלט אז זייערע פרויען זאלן ענדלען צו די נאטיוו אמעריקאנע מענער, ווער ווייסט...

"די אמעריקאנע אינדיאנער וועלעכע האבן געוואוינט אין די געגנט פונעם היינטיגן ניו יארק, האבן פארמאגט א קאנפידעסי, מיט אן ערוויילטער הערשער, און פרויען האבן פארמאגט א גלייכער כח ווי מענער, און טייל מאל א שטערקערן כח. זיי האבן געלעבט א נאטורליך און צופרידענער לעבן מיט ווייניג מלחמות און דיסקרימינאציע.

"אייראפא גלייך ווי אנדערע קורופטירטע מקומות, האט פארוואנדלט א פירער וואס דארף זיך אפגעבן מיט זיין שבט, אין א קעניג וואס איז רודף אחרי הכבוד און מאכט, און דערפאר פארוואנדלט אייראפא אין א שלאכט פעלד.

"פיל פון די אמעריקאנער דעמאקראטישע פרינציפן זענען טאקע גענומען געווארן פון דעם ארוואקי קאנפידענסי.

"די אייראפעיעיר זענען אין די מיטל אלטער תקופה געווען נידעריג געוואקן, און דער נאטיוו אמעריקאנער פיל העכער. דער לעבנס שפאן פון אן אייראפעיעיר איז געווען אין די פערציגערס, און פונעם צפון אמעריקאנער אינדיאנער, אין די זעכציגער.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

פארוואס האסטו אויפגעהערט צו שרייבן
עס איז זייער א אינטרעסאנטע טעמע
אפשר קענסטו ממשיך זיין איבער דיין באזור אין דער מיוזעים
ווי אויך ווי אזוי איז צוגעגאנגן דאס זיך וואשן אין די פייערדיגע צייטן
מענטשן האבן זיך נישט געעקלט איינער פונם צווייטן בפרט מאן און ווייב
ווי אויך מוז זיין אז ביי אידן איז געווען אנדערש ווייל עס איז דא מקווה וואס טאר נישט זיין קיין חציצה
איז זיכער אז עס איז געווען עפעס א סיסטעם
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

וועלעכע נעיטיוו אמעריקען מוזיעם? דא אין nyc?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט