ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
געוואלדיג האט געשריבן:דיין נקודה פון מער הקפדה אויף כבוד האדם איז זייער ריכטיג און נישט נאר לגבי גוים און מיניאריטעטן נאך אויך און נאכמער לגבי אידן ווי למשל פון א צווייטע קהילה אדער קינדער בחורים וכדו׳.
ריכטיג דער פראבלעם הייבט זיך נישט אהן ביי ראסיזם אבער עס קומט דארט ארויס אויף אן עקסטרעמע אופן
לגבי גוים איז עס אויף גאר אן עקסטרעמע אויפן און ספעציעל לגבי מינאריטעטן
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
בכלל קומט נישט אריין דא צו ביי אונז איז שוין אהנגעקומען די תוצאות
מען קען אריינגיין אין א שמועס איבער פארוואס עס איז נאך נישט אהנגעקומען צו ביטערע תוצאות צו ווייל מיר זענען איידעלער אדער ווייל מיר האבן פאר די לעצטע צוויי טויזנט יאר נישט געהאט די מעגליכקייט
דאס מאכט נישט בעסער די ראסיזם כמו שהיא

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אז מ'רעדט שוין: איך דערמאן מיך אז איינמאל אינדערפריה (א לאנגע צייט צוריק) ווען כ'האב געזאגט גוט מארגן פאר א גוי'אישן שכן וועם איך האב געקענט, האטציך אנגערופן א יונגל אויף מיין באס, און ר'האט געפרעגט בלשון בתמיה...דו זאגסט גוט מארגן פאר גויים אויך...?
דער יונגל קומט פון א משפחה וועלכע מאכן דעם רושם אין פאבליק אלס שטארקע קנאים, וואו ציוניזם איז נאך א סאך ערגער ווי נאציזם. קדושים וטהורים. דערווייל האבן זיי געהאט טעלעוויזשן אויך. ( איך האב דאס אויפגעכאפט, ווען דאס יונגל האט איבערגעשפיעלט א סצענע פון די טעלעוויזיע.) אבער זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער מיט דעם גייסט אז גויים זענען נישט קיין מענטשן. און מ'דארף זיך נישט באציען צו זיי מענטשליך...!

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
berlbalaguleh האט געשריבן:טרויבן 88: איך בין מסכים מיט א סאך פון וואס דו זאגסט. אבער די מסקנא פון דיין מאמר מאכט מיך קוילערן פאר געלעכטער. ס'געפעלט מיר צו וועלכע אבסורדאלע מסקנות דו נעמסט דיין ארגומענטlol:
ראדיקאליזם וואקסט נישט איבערנאכט אונז האב מיר גענוג און נאך פסוקים ווער סזאל ארויפגיין אויף א ליסט וועם צי הרגענען, נאר וואס איז די חילוק אז אונזער קולטור איז נארמאלער און א מענטשליך לעבן איז רעספעקטירט אדער על כל פחות כמעט קיינער האלט נישט נישט אז מען דארף היינטיגע צייטן הרגענען gays וכדומה, אבער איין זאך זאל דיר קלאר זיין מיט די גרויס געלעכטער אויב געוויסע רבנים זאלן נאר ווילן פראדיצירן suiciders קען מען אויך, נישט לאנג צירוק איז געווען א מיזרחישטע רב וואס האט ארויסגעגעבן א ספר וויאזוי צי הרגענען גוים.. סא לאך מיר נישט אזוי.
און בכלל האב ארויסגעברענגט געוויסע פונקטן וואס איז מער פארשטענדליך
לעב אין לאז לעבן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טרויבן88: אויב דו פיהלסט זיך געטראפן מיין אויסדרוק אז איך קוילער מיך פאר געלעכטער, בעט איך דיך איבער. דו מאכסט שטארקע נקודות. ספעציעל איבער דעם אזוי-גערופענעם רב פאר וועם ס'פעהלט דער פינפטער שולחן ערוך. וועלכער האט ארויסגעגעבן א ספר אונטער וועלכע אומשטענדן מ'מעג הרג'נען גויים. דאס איז דאך א שטיק טיפשות. ווייל דער מציאות איז דאך נישט דא היינט. אויך, האט מען איהם אנגעקלאגט אין די פאליציי. און דער ישי שליסל וועלכער האט דערשטאכן די שיקסע שירה באנקי, ביי דעם געי פרייד פערעיד אין ארץ ישראל. ער איז דאך א צורודערטער פארשוין. דער פחד איז דאך טאקע אז אויב א רב וועט ברוב טיפשותו ..."מברר"... זיין אז מ'מעג הרג'נען מעמבערס פון א געוויסע גרופ, וועט זיך טרעפן א צורודערטער פארשוין, וועלכער וועט מקיים פסק זיין...! מיט דעם אלעם ביניך מסכים. אבער אז ס'וועט זיין אידישע סואיסייד באמבערס, דאס האלט איך, וועט קיינמאל נישט געשעהן. פשוט. וועגן די אידישע מענטאליטי. כמו שאמרתי לעיל...!
דער געוועזענער רב הראשי און היינטיגער רב פון ירושלים, הרב שלמה עמר, האט די פארגאנגענע וואך געמאכט א סטעיטמענט אז די געיס זענען חייב מיתה. האטציך שוין געטון איבער דעם. מ'האט איהם אנגעקלאגט אין די פאליציי. דארט איז געווען א פראבלעם. ווייל א געי איז נישט חייב מיתה פאר זיין א געי. נאר ווען ס'איז דא עדות והתראה. און מ'גייט צו א בית דין. אויב ער וועט מודה זיין אז זיין בית דין האט נישט קיין כח צו הרג'נען א מענטש, וועט דאך זיין גאנצע פאזיציע זיין א חוזק. ממילא האט ער נאר געזאגט א האלבן סטעיטמענט. ער וואלט געדארפט צו זאגן, אז היינטיגע צייטן קען א בית דין פון רבנות (און אפילו פון די עדה החרדית) נישט ארויסגעבן א פסק פון חיוב מיתה בידי אדם...!

berlbalaguleh האט געשריבן: ביי די שטינקעדיגע אראבערס ארבעט עס בערך אזוי. דער אימאם דרשנ'ט אין די מאסק אז די מצוה פון דזשיהאד פונ'ם הייליגן נביא מוחמד פארלאנגט אז מ'זאלל גיין מיט מסירות נפש צו הרג'נען די כופרים. און דער וועלכער וועט דאס מקיים זיין איז א שאהיד. און ער איז מזומן לחיי העולם הבא. אין מוסלאמינישן גן עדן. און דארט וועללן איהם אפווארטן 72 בתולות. וואס ער וועט טון מיט זיי, איז מסתמא מאכן א מנין און זאגן פסוקים פון קוראן. דאס צורייצט דעם אפעטיט ביי די דום-קעפ. און קיין איינער פון זיי פרעגט נישט די פשוט'ע קשיא. אויב ס'איז אזא גרויסע מצווה זיך צו הרג'נען. און דער שכר איז אזוי גרויס. פארוואס זעהט מען נישט אז איינער פון די גרויסע און געלערנטע און חשוב'ע אימאם'ס און שעיקה'ס זאללן זיך אויך גיין הרגנ'ען...?!
וואס איז די קשיא? די אימאם'ס באקומען דאך פראצענטן פאר יעדן שאהיד וואס זיי שיקען ארויף
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
לענין עיקר האשכול אפאר הערות.
קודם דארף מען אויפמערקזאם מאכען אז דאס אז דער וואס האט געשטימט פאר טראמפ איז א רעיסיסט איז א שקר גס פין די לינקע לוזערס וואס שרייען אז טראמפ גופא איז א ראסיסט (נישט אמת) ולא עוד, נאר יעדער וואס האט פאר אים געשטימט איז א ראסיסט.
די לינקע זענען זייער נישט קלוג מיט דער פאלשע הנחה, ווייל דאס רוב וואס האט געשטימט פאר טראמפ, אויף וויפיל זיי ווייסען שוין אז די פרעסע איז מלא שקר ונגיעות, ווערט עס יעצט נאך שטערקער ביי זיי.
בכלל די אידען, פרייע און לינקע וואס האבען פיינט א פרומע איד מער ווי זיי האבען בלב פיינט די שווארצע, און שטעלען אהן כאילו טראמפ איז נישט גוט פאר ישראל, זענען סתם שקרנים, ווי מען זעהט שוין יעצט אז באלטאן האט אנגעווארענט דער שווארצע ראסיסטישע פרעזידענט, אבאמא, זאל נישט וועגען צו מאכען זיינע שטיק אין די או"ם קעגען ישראל, ווען היללארי וואלט נישט נאר נישט געווארענט, נאר אפילו מחזק געוועהן, להפיס דעתם של המוסלמים.
ממילא קען מען אפירנעמען אפאר מסקנות.
א. טראמפ איז נישט א ראסיסט.
ב. די וואס האבען געשטימט פאר טראמפ זענען נישט קיין ראסיסט.
ג. די ליבעראלען וואס האבען פארלוירען און פראבירען אנשמירען טראמפ ווי א שונא ישראל, זענען אזוי ווי די גוים העומדים עלינו בכל דור לכלותינו וואס האבען גלייקענט און געזאגט אז זיי זענען גאר דא אונז צו באשיצען.
ד. דאס אז ארטדאקסישע אידען זענען ראסיסטען איז גראדע אמת, אבער נישט כלפי שווארצע, נאר כלפי זיך אליין, לדוגמא, אברונים האבען פיינט זאלונים און בני יואל אויף א ראסיסטישע אופן, וכו' ביי אלע חסידים צווישען זיך, וכולם אקעגען די ליטאים, און די ליטאים צווישען זיך.
ולא עוד, משפחה ומשפחה, דער משוגעת אז מיט יענער משפחה איז מען זיך נישט משדך איז אויך א ראסיסטישע, און איך רעד שוין נישט ווען איינער איז א בעל תשובה צו ער האט אן אנדערע הברה.
ממילא צדקו דברי הרב, ראסע הערשט ביי אונז גאר שטארק, אבל לא מטעמיה, נישט ביי זיינע משלים.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט געווארן דא אז טראמפ איז נישט קיין ראסיסט, אבער אפילו אז יא מיינט נישט אז איינער וואס וואוט פאר עם איז אויך א ראסיסט, נאר קען זיין אז ער פארקיקט אויף דעם וועגן אנדערע ריזענס,
איך וואלט געזאגט אז כמעט אלע יודען (חוץ פארשטייט זיך סאטמאר וכדו') וואס האבן געוואוט טראמפ האבן געקיקט אויפ'ן טובה פון מדינת ישראל, וואס נאך אכט יאר מיט די שווארצע האבן זיי געהאלטן אז עס מעג קומען בעסערע צייטן, און צווישן הילערי און טראמפ האלטן זיי איז דא מער טשענסעס אז טראמפ זאל זיין א בעסערע פרעזידענט,
רוב ארטאדאקסישע יודען האלטן אז מדינת ישראל איז א לעגיטימע זאך בפרט נאך די ביטערע חורבן, ווי מען האט אונז אריינגעפירט אין קאלך אויווען כצאן לטבח, און אונז ווילן נישט אז דאס זאל זיך איבערשפילן, און מדינת ישראל איז די איינציגסטע פלאץ ווי א יעדע יוד איז וועלקאם און איז אויפגעשטעלט געווארן כדי דאס זאל זיך נישט איבערשפילן נאר יעדע פאלק וואס וועט אויסרופן א גזירת שמד אויף כלל ישראל וועט זיך אנשטויסן אין א ביטערע געפעכט מצד מדינת ישראל, נאכאמאל וועלן מיר נישט אין גאז קאמער אריינגיין נאר מיר וועלן פייטן ביז'ן לעצטע מינוט,
ממילא פילן אסאך מענטשן א צורך זיך צורעכענען מיטן טובה פון מדינת ישראל פארן טובה פון ווי זיי וואוינען יעצט ווייל דארט איז זייער ערי מקלט.

איזהו גיבור ?
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
גיבור האט געשריבן:שוין כמה פעמים ארויסגעברענגט געווארן דא אז טראמפ איז נישט קיין ראסיסט, אבער אפילו אז יא מיינט נישט אז איינער וואס וואוט פאר עם איז אויך א ראסיסט, נאר קען זיין אז ער פארקיקט אויף דעם וועגן אנדערע ריזענס,
גערעכט א טראמפ שטיצער איז נישט אוטאמאטיש א ראסיסט
איך וואלט געזאגט אז כמעט אלע יודען (חוץ פארשטייט זיך סאטמאר וכדו') וואס האבן געוואוט טראמפ האבן געקיקט אויפ'ן טובה פון מדינת ישראל, וואס נאך אכט יאר מיט די שווארצע האבן זיי געהאלטן אז עס מעג קומען בעסערע צייטן
אבער צומאל יא
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
דער פראבלעם מיט טראמפ איז נישט אזוי ווייט אז ער איז א ראסיסט נאר אז ער איז געלאפן אויף א ראסיסטישע פלאטפארמע און אז ס׳איז אוממעגליך צו פארקוקן דעם פאקט אז יא, א גרויס חלק פון זיינע שטיצער זענען ראסיסטן.
ביז די טראמפ פענאמענאן, האט זיך א פובליק פיגור נישט דערוואגט צו זיין ראסיסטיש אין דער עפנטליכקייט און אוודאי האט קיינער נישט גע׳חלומ׳ט פון מאכן ראסיזם אן אויסגעשפראכענער חלק פון א קאמפיין אדער אגענדא. אצינד, קען זיך ראסיזם הייבן דעם קאפ. זיין לויפן און געווינען שטעלט פאר א פרעצעדענט און ערמעגליכט אז ער זאל קענען גרינגער נאכגעפאלגט ווערן דורך אן אמת׳ער ראסיסט, ס׳זאל נישט געמאלט זיין.
ס׳איז שאקירענד אז אחב״י זעהען נישט איין די געהויערע סכנה וואס שטעקט אין אזא פאראדיים טויש. מ׳שפירט זיך באקוועם צו זיין אין איין שיף מיט קליינקעפיג ״ווייט טרעש״ אמעריקא און מען פאטשט זיך דעם בייכל מיט די אומזעליגע. מ׳קלויבט אויס הנאה צו האבן פון טראמפ דער פערזאהן, טראמפ דער ביזנעסמאן און געווינער, און מען פארזעהט דעם גרעסערען בילד, דער חורבן וואס קען ארויסקומען צוליב זיין נצחון.

כאן, חבל טבור הארץ.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
[tag]קינד_אן_קייט[/tag].
גערעכט אז די רעכטע נאציס האבן זיך געהויבן די קעפ ביי די וואלן, אבער די מסקנות וואס דו ציהסט פון דעם האט נישט קיין זין.
1) פון די ארום 60 מיליאן מענטשען וואס האבן געשטימט פאר אים, וויפיל פראצענט וואלסטו געזאגט האבן געשטימט פאר אים אלץ אלט-רייט נאציזם ?, איך וואלט געזאגט אז 90 פראצענט האבן געשטימט אלץ געווענליכע רעפאבליקאנער וויילער, און רוב פון די איבעריגע זענען געווען די ווייסע ארבעטער אין די ראסט בעלט וואס האבן אים פאקטיש דעליווערט דעם זיג, און ס'קען זיין אז אפאר פראצענט זענען טאקע געווען אויסגעקראכענע נאציס.
2) זיין פלאטפארמע איז זיכער נישט געווען קיין נאציזם, זיינע קאנטראווערסיאל פאליסיס לגבי מעקסיקאנער אומלעגאלע אימיגראנטן זענען געווען געציהלט צו ברענגן די ארבעטסלאזע מענטשען צום טיש וואס האבן נישט קיין דזשאס צוליב זיי (אפגערעדט צו דאס איז 'טאקע' די מציאות, אדער צו דעמאלטס איז עס יא גערעכט, מ'רעדט פון די 'כונה'), און לגבי זיינע מוסלומענער סטעיטמענטס איז די ציהל געווען סעיפטי, נישט ווייניגער וויאזוי די איזראעלי וועכטער טריעטן די בורקעס.
3) די סיבה פארוואס היימישע אידן האבן געשטיצט טראמפ (אויב דאס איז טאקע די מציאות, איך גלייב אז ס'איז נישט קיין רוב), איז זייער קלאר, אדער איז ער א אינגער צוצאק וואס האט נאכנישט פארפעלט קיין איין שמועס פון יאסי געשטעטנער, אדער איז ער סיק ענד טייערד פון 'נאך' א וואשינגטאן פאליטישאן, און ער גלויבט אז טראמפ גייט מאכן אן ערדציטערניש אין וואשינגטאן. (אויב דיין פילטער לאזט דורך אייוועלט... קענסטו מער ווייניגער זעהן אז דאס איז די סיבה פארוואס די 'באזעסענע' אידן שטיצן טראמפ.
4) אויב דו ווילסט טאקע מאכן טאקע חקירות און דרישות, קען מען אנהייבן אריינקוקן אין די דעמאקראטישע פארטיי און כאפן א בליק ווי ריין זייערע פאליטיקאנטן זענען פון ראסיזם, געדענקסט ראבערט בוירד ? ווייסטו וואס הילערי האט געשריבן אויף אים ?, קענסט עליסאן דער וואס וויל לויפן פאר מינאריטי ליעדער ? דו ביזט באקאנט מיט זיינע קשרים ?
איז ראסיזם נאר אלט-רייט דעיוויד דיוק סטיל ? אדער איז נעישאן אף איסלאם אויך ראסיסטיש אין דיינע אויגן ?
אונטערשטע שורה, איך זעה נישט קיין שום פארבינדונג פון די חרידישע טראמפיס, ביז די 'אנגעבליכע' ראסיזם פראבלעם ביי אונזער עולם.

- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן
@יעקב מענטש די האסט געמיסט די פאוינט פון @קינד_אן_קייט.
די נקודה איז אז טראמפ האט געעפנט ראסיזם אלס נאך א פלאטפארמע אויף וואס מען קען לויפן, פון היינט און ווייטער קען קומען אן עכטער ראסיסט צו לויפן פאר סיי וואספארא פאזיציע און עס וועט קיימים קימערן.

- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין: איך דערמאן מיך אז איינמאל אינדערפריה (א לאנגע צייט צוריק) ווען כ'האב געזאגט גוט מארגן פאר א גוי'אישן שכן וועם איך האב געקענט, האטציך אנגערופן א יונגל אויף מיין באס, און ר'האט געפרעגט בלשון בתמיה...דו זאגסט גוט מארגן פאר גויים אויך...?
דער יונגל קומט פון א משפחה וועלכע מאכן דעם רושם אין פאבליק אלס שטארקע קנאים, וואו ציוניזם איז נאך א סאך ערגער ווי נאציזם. קדושים וטהורים. דערווייל האבן זיי געהאט טעלעוויזשן אויך. ( איך האב דאס אויפגעכאפט, ווען דאס יונגל האט איבערגעשפיעלט א סצענע פון די טעלעוויזיע.) אבער זיי האבן אויפגעצויגן די קינדער מיט דעם גייסט אז גויים זענען נישט קיין מענטשן. און מ'דארף זיך נישט באציען צו זיי מענטשליך...!
הוי מקדים שלום לכל אדם (משנה אבות, ד, טו), ואפילו לנכרי בשוק (ברטנורא).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אז מען רעדט שוין וויל איך ארויסברענגען לשבח, איך בין געווען נעכטן ביי א חתונה אין א האל אין וויליאמסבורג, און דער גוי וואס ארבעט דארט האט גערוקט טישן ימין ושמאל און געדארפט רוקן א טיש אין א צווייטע צימער, א בחור׳ל וואס איז געשטאנען דערנעבן האט באמערקט אז עס איז איז אביסל שווער צו רוקן דעם טיש דורך א טיר וואס מאכט זיך כסדר צו האט ער שנעלצוגעלייגט א האנט זיכער מאכן אז די טיר בלייבט אפן און העלפן דעם גוי עס טראגן וואו ער האט געדארפט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
החוקר האט געשריבן:@יעקב מענטש די האסט געמיסט די פאוינט פון @קינד_אן_קייט.
די נקודה איז אז טראמפ האט געעפנט ראסיזם אלס נאך א פלאטפארמע אויף וואס מען קען לויפן, פון היינט און ווייטער קען קומען אן עכטער ראסיסט צו לויפן פאר סיי וואספארא פאזיציע און עס וועט קיימים קימערן.
כאפ א בליק אויף זיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול, ער ברענגט עפעס א ראביי וואס רעדט זיך אפ אויף איינגעגעסענע ראסיזם ביים היימישן עולם, האב איך אנגעצייגט אז אידישע טראמפ שטיצע האט גארנישט מיט ראסיזם (נניח אז ס'עקזעסטירט)
אגב, איז דער ראביי ווידער עפעס א באקאנטער מוכיח בשער ? איינער פון וועם מ'הערט מוסר אויף אנדערע אישוס אויך ? אדער באווייזט ער זיך נאר ווען מ'קען שיטן קריטיק אויפן 'היימישן עולם'. נישט ווייל דאס מאכט אים יא אדער נישט גערעכט, נאר ס'לייגט זאכן אביסל אין פערספעקטיוו
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:...איז דער ראביי ווידער עפעס א באקאנטער מוכיח בשער ? איינער פון וועם מ'הערט מוסר אויף אנדערע אישוס אויך ? אדער באווייזט ער זיך נאר ווען מ'קען שיטן קריטיק אויפן 'היימישן עולם'. נישט ווייל דאס מאכט אים יא אדער נישט גערעכט, נאר ס'לייגט זאכן אביסל אין פערספעקטיוו
ער שיט נישט קיין קריטיק פון "זיך" (אומ-ארטאדאקס) צו "זיי" (ארטאדאקס), נאר פון זיך (אלס פראפעסאר פון די יוניווערסיטי ווי די אינצידעט האט פאסירט) צו אונז אלע (ארטאדאקסן; דעטס רייט, YU איז ארטאדאקס).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
ומן הנכון ער זאל ווען שיסן זיינע דברי חכמה פון זיין קלאסרום דירעקט צו דעם חכם מיטן פלעג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
טרויבן88 האט געשריבן:דא קענט איר הערן די דרשה אויף טעלעגראם
קרעדיט: Z9
https://telegram.me/JewishMedia/7596
ווי אויך אויף סאונד-קלאוד (פאר ווער ס'האט נישט קיין טעלעגראם).
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
החוקר האט געשריבן:@יעקב מענטש די האסט געמיסט די פאוינט פון @קינד_אן_קייט.
די נקודה איז אז טראמפ האט געעפנט ראסיזם אלס נאך א פלאטפארמע אויף וואס מען קען לויפן, פון היינט און ווייטער קען קומען אן עכטער ראסיסט צו לויפן פאר סיי וואספארא פאזיציע און עס וועט קיימים קימערן.
שקר וכזב.
אבאמא איז געלאפען אויף ראסיזים, טראמפ איז אלעס גלייך.
ווען איינער שטימט פאר אבאמא ווייל ער איז שווארץ, צו פאר היללארי ווייל זי איז א פרוי איז ער א ראסיסט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מאטי האט געשריבן:איך וואלט געזאגט עפ"ר קומט דאס פון תמימות/איגנאראנץ געמישט מיטן געפיל פון אתה בחרתנו.
דאס איז ממש אקוראט ווי ס'איז געברענגט געווארן אין ספה"ק משלי שש, פרק א' פסוק כ"ו, וזל"ק:
כו. די חילוק פון אראגאנץ און איגנאראנץ איז כחוט השערה.