מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

שליחה דורך קלינג »

ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן, בין איך גאר א שטארקער טראמפ שטיצער. אזוי איז עס. איך גלייך נישט אז דאס לאנד ווערט פארפלייצט פון אימיגראנטן. בכלל האב איך נישט צו ליב קיין אימיגראנטן. אמעריקע איז געמאכט פאר אמעריקאנער. איטס סימפל. יעדער, חוץ די צוריקגעשטאנענע חרדים וואס באקומען זייער נייעס פון "דער איד" און "דער בלאט", פארשטייט עס אליין. די אימיגראנטן קומען דא צו קריכן און ברענגען מיט זייער נאנסענס. ווער דארף דאס? ביזט אין אמעריקע, פיר זיך אויף ווי אלע אנדערע אמעריקאנער. און רעד נארמאל ענגליש, 'סטו געזען אזוינס! וואוינט אין אמעריקע, אבער רעדט נישט קיין מילה אחת ענגליש. דאס ביסל ענגליש וואס ער קען שוין יא, קומט ארויס פון זיין מויל מיט אזא מאדנע און שווערע אקצענט, אז ס'קומט צו ברעכן.


אימיגראנטן איז נישט די איינציגע זאך וואס כ'האב ליב וועגן טראמפ. איך בין ווילד פאר זיין פלאן צו שניידן טעקסעס. איך ארבעט שווער און בין נישט מחוייב אויסצוהאלטן דאס גאנצע לאנד מיט מיין געלט. מיין דאגה אז עפעס א שווארצער אין איסט ניו יארק האט נישט גענוג עסן? זאל ער גיין ארבעטן און מאכן זיין געלט פונקט ווי יעדן! מיין געלט באלאנגט צו מיר און די גאווערמענט האט נישט קיין רעכט אראפצונעמען דערפון קיין פרוטה פאר סאושעל פראגראמען. פוד סטעמפס אין קאפ אריין: קאט דע קרעפ. ס'איז מיין געלט! וואספארא מין ווירטשאפט איז דאס אראפצוציפן פון מיין שווער אויסגעהארעוועטן אינקאם צו טיילן ברייטע פארציעס פאר יעדן שלעפער? זאל ער קאטן טעקסעס און אויב ס'וועט נישט בלייבן קיין געלט פאר די פוד סטעמפס און אנדערע כאזערייען, איז עס אויך נישט מיין דאגה.


טראמפ איז פיינע נייעס. נישטא פון וואס צו רעדן. די קראנקע ליבעראלן האלטן עס נישט אויס. זיי לעבן אויף די גאווערמענט'ס חשבון און זענען א גאנצן טאג ביזי מיט אימיגרענטס שימיגרענטס. ממש משוגעים.


דאס איז שוין חוץ דעם וואס איך עקל זיך פון הילערי. זי איז קאראפּט! זי איז פול אוו איט. איך קען נישט דולדן קיין קארופטירטע מענטשן. קיין ווארט אמת איז פון איר מויל נאכנישט ארויס. און וואס זאגסטו צו די קלינטאן פונדעישאן? א שיינע צדקה קאסע, כי כי כי. הערסט א מעשה? זי מאכט זיך א גמ"ח און דרייט דארט ארום מיט געלט אויף תולה ארץ, און דרייט זיך ארום ווי א שיינער איד מיט א פנים פון א תמים. פוי! איך קען נישט סובל זיין קיין מענטשן וואס דרייען און מוזן אייביג גיין קרום. איך דארף פאליטישאנס וואס רעדן גראד, האנדלען לויט'ן געזעץ, און ווייסן וויאזוי צו מאכן א דאלאר אן בא'גנב'ענען די גאווערמענט און האלב לאנד.


טראמפ וועט ריווערסן ("ריווערסן", נישט מבטל זיין: ענגליש, רבי לעבן. א מענטש מוז קענען רעדן ווי א נארמאלער מענטש!) דעם סאושעליסטישן אבאמאקעיר. אבאמא ברענגט אונטער דאס לאנד! א געהעריגער פארריקטער ליבערעל. נישט גענוג וואס מיר מאכן מיט מיט מעדיקעיד, האט דער שחור פאר א נויט אריינגעברענגט דא סאושעליזם. טראמפ וועט דאס ענדיגן און אזוי ארום ראטעווען דאס לאנד. (הענעטי האט דאס פיין צעלייגט! נישט געהערט? איי האסטו פארפאסט!...)


איך האב לעולם א גאנצע צייט געוואוסט אז טראמפ וועט עס מאכן. נאַ, איך גלייב נישט קיין פאולס. יעדער נארמאלער מענטש וואס איך קען איז פאר טראמפ. קומט סי ען ען מיר זאגן אז הילערי ליעדט! משוגעים, ממש משוגעים. וואו דאווענסטו, זאג נאר. לאמיר יעצט אריבערגיין אהין און אויספרעגן דעם עולם פאר וועמען זיי האבן געוואוט. די מידיא איז אזוי בייעסד אז מען קען פייגערן. קיין איין ווארט אמת שרייבן זיי נישט. יעדעס מאל וואס טראמפ האט עפעס געזאגט, האבן זיי עס אויפגעשפילט און איבערגעשפילט ווי גלייך ס'איז נישטא עפעס אנדערש פון וואס צו רעדן. כ'מיין, ס'איז געווען אזוי אבוויעס אז זיי האבן אן אגענדע דא. הילערי קען שיקן סערווערס צו פרייוועט אימעילס, אבער די איינציגע דאגה פון די מידיא איז געווען צי טראמפ איז א ראסיסט. מורא'דיג. און אויב ער איז יא א ראסיסט? קאמ'אן! צווישן מיר און דיר: איז ער דען נישט גערעכט? ווער דארף די אלע מעקסיקענס וואס נעמען צו אונזערע דזשאבס און לעבן אויף אונזער חשבון. זאלן זיי זיך גיין פון דא!


וואס: טראמפ איז אויך אונטער אינוועסטיגעישאן? וואס האט די מידיא שוין ווייטער אפירגעקראצט? אה, טראמפ יוניווערסיטי? ביג דיעל! און דו קויפסט עס נאך אויך? משוגענער: דער מענטש באדט זיך אין געלט. האלסט טאקע אז ער האט געדרייט? וואס האט ער דערפון? ניין! וואס עפעס זאל ער ארויסגעבן זיינע טעקס ריטוירנס? ער איז עפעס דיין נאר? ווייל די קארופט מידיא וויל אזוי? זאלן זיי קודם רעדן פון הילערי'ס אימעילס און די סערווערס. פארוואס מיינסטו רעדן זיי נישט דערפון? ווייל זיי ווייסן אז ווען מען וועט טרעפן די סערווערס, וועלן אלע -- א-ל-ע! -- אימעילס אפירקומען און יעדער וועט זען אז זי לעבט אויף געלט פון אייסיס! נישט אומזיסט האט זי אונטערגעשמירט די חברה אין בענגאזי. זי האט געמיינט אז דער עולם וועט זיין ביזי מיט בענגאזי, וועט מען נישט רעדן פון איר בי עס. פארוואס מיינסטו האט זי גענומען הומא? הער גוט וואס איך זאג דיר: ווען קלינטאן וואלט געווינען (זי וואלט נישט געווינען - כ'מיין צו זאגן אויב ס'וואלט איר געלונגען צו פעלשן די עלעקטארעל סערווערס קאקוסעס אימעיל וואוטינג מאשינס), וואלט דא געווען א דריטע וועלט מלחמה.


צדיק: מאך שלום מיטן מצב. טראמפ איז היער טו סטעי און דו וועסט נאך זען ווי די עקאנאמי וועט בומען - ב-ו-מ-ע-ן! ער איז א ביזנעסמאן און פארשטייט שוין איינמאל וויאזוי אויסצורעכענען וויאזוי צו ענדיגן אייסיס איינמאל פאר אלעמאל. ער וועט צופיקסן רוסלאנד און מעקסיקא און טשיינע. (האסט געזען זיין טוויט לעצטע וואך? אוי האט ער זיי אריינגעריקט!) טשיינע הרג'עט אונזער עקאנאמי נאר קיינער חוץ טראמפ האט נישט די גאטס זיי עס צו זאגן אין פנים אריין.


עניוועי, כ'האב אן אפאינטמענט ביי וויק. מארגן וועל איך דיר מסביר זיין וויאזוי טראמפ פלאנט אויפצולעבן די עקאנאמי דורך קאטן טעקסעס. אבער מארגן זאלסטו קומען צוגעגרייט, ווייל איך האב מיינע פעקטס רעדי. דו יור האומווארק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בנימין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך בנימין »

אוי ציפט דאס, אוי קלינג דאס... אזעלכע איידעלע אבער ווייטאגליכע פראסקעס.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די חלק פון אימעגרענטס גוט ארויסגעברענט למרות די שוואכלינגען וואס זענען אנגעליינט מיט ליבעראלע פולווער און די ערשטע רעאקציע אויף אזעלכע ארגימענטס איז העי דו ביסט אויך א אימיגרענט איי די חלוק איז פון איין עק צום צווייטן און אט האסטו עס גענאגלט און גוט ארויסגעברענגט
באניצער אוואטאר
בנימין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך בנימין »

עס קוקט מיר אויס אז די חרדי'שע טראמפיזם קומט טאקע פון דעם וואס מען קוקט זיך אן און מען זעט און מען שפירט וואו מען האלט אויף דער וועלט, און אין די צייט וועלן מען רעאליזירט דאס איז שוין געווענליך צו שפעט צו טוישן דעם חינוך מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן אלע יארן, און ווען מען הערט/ליינט די קאנסערוואטיווע שיטות ברענגט דאס צום אויבערפלאך די טיפע ווייטאגליכע געפילן וואס זענען באגראבן טיף אין הארץ, און מען ווערט שטארק קאנעקטעט דערצו.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

טראמפ!!!

ווי איר זעט בין איך נידריג עדויקעטעט, פאר דעם בין איך געווען פאר טראמפ.

קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי כ'וואלט אויסגעזען הויך עדיוקאטירט? כ'וואלט געמארטשט אין מאנהעטען קעגן די וואלן רעזאלטס מיט די אלע אנדערע הונדערטער הויעך עדוקאטירטע וואס מיר האבן געזען די לעצטע וואך. ווער ברויך דאס?... כאפ א שמועס מיט יענע, דארפסט נישט רעדן מער ווי דריי מינוט און ביזט הויעך עדויקעטעט, ס'רינט איבער פון זיי.

אגב איינער ווייסט פאר וועם די ''נידריג עדויקעטעט שווארצע'' האבן געשטימט? פון די מידיע זעט עס אויס ווי קלינטאן האט באקומען אלע שווארצע סיי די הויך עדויקעטעט און סיי די נידריג.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]הלוואי ווען מען קען ווען לייק'ן צוויי מאל. :lol:

העווינג סעד דעט, לאמיר האפן אז איינער וועט אפירקומען ([tag]ליפא[/tag]?) און שרייבן אזאנס אויף די ליבעראלער, ווייל תמימים לרחצה איז דא אויף ביידע זייטן אייניג. איך פארשטיי אז [tag]קלינג[/tag] האט בעיקר רעאגירט אויף די ב"פ/ווילי/קעידזשעי עולם וואס באדן זיך אין סאושעל סערוויסעס און זענען אנטי סאושעליסט, צאלן נישט קיין טעקסעס אבער זענען באזארגט וועגן טעקסעס ביז נעקסטע קידוש החמה. עס איז אבער וויכטיג צו געדענקן אז בעיקרון איז דא אינטעליגענטע שולעס אויף ביידע זייטן. טריקל דאון עקאנאמיקס איז נישט ראסיסטיש און אויך נישט indifferent צו נויטבאדערפנדע. און מילטאן פרידמאן איז נישט געווען א קיין נער.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הוגה צום ערשטן מאל געט איר א הסכמה
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
גאנצל האט געשריבן:הוגה צום ערשטן מאל געט איר א הסכמה


איך גיב נישט קיין הסכמה ווייל בשיטה בין איך ליבעראל סיי סאושעלי און סיי עקאנאמיקלי. איך ריספעקט אבער אז דער אנדערע צד האט א סברא און א זכות צו האבן א פארקערטע דעה. איך פארשטיי אבער נישט וויאזוי די היימישע עולם קען זיין אזוי היפעקריטעקיל, וע"ז צווח הרב קלינג.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איך בין איינער וואס צאלט טעקס סאו בין איך קיין היפארקריט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פיינער ארטיקל, ליידער ציפעדיג, ווי אויבנגעשריבן. א ווייטאגליכע געלעכטער.

סתם א זייטיגע הערה, די וואס "צאלן נישט" דירעקט קיין טעקסעס, צאלן עס אבער אומדירעקט - ווייל די מאנופעקטשורערס הייבן די פרייזן פון זייערע פראדוקטן כדי צו קענען בלייבן אין ביזנעס נאך די הויכע טעקסעס, פונקט ווי די לענדלארדס העכערן די רענט ווען די פראפערטי טעקס איז העכער. מען צאלט טאקע נישט קיין שוידערליכע 35%, און למעשה באקומען דאך די ארימע אויך הילף אין דער זייט, אבער סוכ"ס דער ענד-יוזער באצאלט פאר די טעקסעס למחצה ולשליש.

עס קומט אויס א גלגל החוזר. די סעקשאן 8 וואס דו באקומסט איז צוליב וואס דיין לענדלארד פאדערט א הויכע רענט וואס דו קענסט נישט עפפארדן ווייל עס קאסט אים הויכע טעקס כדי גאווערמענט זאל קענען שטיצן די ארימע מיט האוזינג. קארעקט מי איף איי'ם ראנג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

טראמפ איז די זאך פאר נאך א סיבה, ער וועט פטור ווערן פון די כינעזער זשאנק ערקאדישאנס פון וואלמארט. די שאלה איז נאר ווער וועט צוריקנעמען מיין ערקאדישאן נאכן זומער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

אזא געשליפענע שפראך הרב קלינג we want more
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כ'האב נאכנישט געליינט די ארטיקל, אבער קודם האסטי א לייק פאר'ן קעפל
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

שליחה דורך שמערל »

האסט עס גענאגלט קלינג!

הוגה האט געשריבן:[justify]הלוואי ווען מען קען ווען לייקן צוויי מאל. [emoji38]

טריקל דאון עקאנאמיקס איז נישט ראסיסטיש און אויך נישט indifferent צו נויטבאדערפנדע. און מילטאן פרידמאן איז נישט געווען א קיין נער.


.[/justify]


אודאי איז מילטאן פריעדמאן אינדיפערענט צו נויטבאדערפיגע.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

שמערל האט געשריבן:אודאי איז מילטאן פריעדמאן אינדיפערענט צו נויטבאדערפיגע.


אוודאי נישט. ער האלט אז זיין מהלך וועט זיי מער העלפן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

שליחה דורך שמערל »

קודם כל מילטאנ'ס חכמה אין עקאנאמיקס מאכט אים נישט קיין שטערקערע מאן דאמר אויף מאראלישע דילעמעס. און איך און די זענען פונקט אזוי בארעכטיגט זיך צו מחולק זיין אויף אים.

למשל אז עס קומט א ירושלימע'ר איד שנארן צו חתונה מאכן א קינד, קען מילטאן ברוב חכמתו מסביר זיין אז אים נישט געבן קיין געלט, וועט אין די לאנג ראן העלפן אז די ירושלימע'ר באנק קוועטשערס זאלן גיין ארבייטן און בכלל נישט דארפן צוקומען צו קיין שנארן.
איך אדער וועל נאך אלס שרייען חי וקיים אז נישט געבן קיין צדקה פאר א ארימאן בעת צר, איז א אכזריות נוראה, און עס העלפט נישט קיין שום חשבונות זיך ארויסצודרייען פון די מאראלישע פליכט פון העלפן א צווייטן.

כל שכן וכל שכן, די מושג פון העלפן ארימעלייט דורך פוד סטעמפס זיי זאלן נישט הינגערן, (וואס קיין שום מהלך וועט קיינמאל נישט קענען פארמיידן די מושג פון ארבייטסלאזע הונגעריגע ארימעלייט) אדער אזוינע יסודות'דיגע מאראלישע פליכטן ווי האלטן אפען א עמערזשענסי רום פאר יעדן וואס פילט נישט גוט, אדער א שטאט זאל אויסהאלטן פייערלשער אן טשרזשען א פרייז, אזוינע זאכן זענען די יסוד פון א געזינטע מאראלישע סאסייעטי.
מילטאן פריעדמאן קען פון א עקאענמישע פערספעקטיוו טענה'ן וואס ער וויל (וואס דארט איז ער דרך אגב אודאי אויך נישט גערעכט), אבער מיר וועלן אודאי ווייטער טוהן וואס אונזער מאראלישער גאט פילינג זאגט אונז איז ריכטיג.
דוק כי קצרתי.
.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

שליחה דורך שמערל »

למען הפינקטליכקייט, מילטאן פריעדמאן איז א חסיד פון א וועלפעיר סטעיט, און האלט אז יעדער מענטש זאל באקומען פון די רעגירונג די מינאמאלע סומע צו קענען לעבן.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך גיי נישט פרובירן צו פארענטפערן מילטאן פרידמאן אדער טריקל דאון עקאנאמיקס. ערשטענס ווייל דאס איז נישט די מדובר דא און צווייטענס, טאקע ווייל איך בין מחולק מיט אים. מיין נקודה איז אז פארשרייען די צד שכנגד מיט לאוזונגען ווי "ראסיסטן, אינדיפערענט וכדומה" איז פארפירעריש און דינט נישט קיין שום צוועק אויסער פארשווייגן אן אפאנאנט מיט פאוער. אן אויפריכטיגע דיעלאגיע/דעבאטע דארף זיין אויף אישוס און סובסטאנץ. אויב יענער האלט אז שניידען טעקסעס פאר די רייכע איז ריכטיג ווייל עס וועט העלפן מער מענטשן ווי דיין סאושעל סערוויס פראגראמען, קענסטו מיט רעכט טענה'ן און אויפווייזן אז ער איז זיך טועה אבער דו קענסט נישט זאגן אז ער זארגט זיך נישט פאר די ארימע. אויסער אויב דיין מטרה איז אים טאקע סתם צו פארשווייגן, דאן פאר די זעלבע געלט קענסטו אים שיסן.

דער (דיין?) מהלך איז פונקט ווי די אלע וואס האלטן אז אבאמא'ס איראן דיעל צייגט אז ער איז א שונא ישראל. עס פאלט יענעם בכלל נישט איין אז אבאמא האלט אז די איראן דיעל איז לטובת מדינת ישראל. ווען יענער וואלט ווען געווען אויפריכטיג וואלט ער ענדערש דעבאטירט און געצייגט פארוואס אבאמא איז זיך טועה.

אגב, איך גלייב נישט אז דו ביזט אזוי נאיוו צו מיינען אז נישט געבן צדקה פאר א ירושלימ'ער משפחה פון אכצן יתומים איז די זעלבע ווי אוועקשטעלן עקאנאמיק פאליסי פאר די יונייטעד סטעיטס. פליז!


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

שליחה דורך שמערל »

נישט געבן פוד סטעמפס פאר א משפחה פון אכצן קינדער איז מער אכזריות'דיג ווי נישט העלפן א ירושלימע'ר טאטע פון אכצן חתונה מאכן זיין זיבעצען יעריגע טאכטער.

און יא די בעלי שיטת הטריקל דאון עקאנאמיקס זענען זיכער אינדיפערענט צו ארימע — אויב האלטן זיי נישט פון זיי העלפן דירעקט הכל פנים דורך עפעס א פארעם— , איך פארשריי זיי נישט סתם אזוי, איך האב דורכגעטוהן זייער שיטה, און איך ווייס פארוואס זיי האלטן אזוי "עקאנאמיש", און איך האלט נאך אלס אז זיי זענען מאראליש זיכער נישט גערעכט.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

מיר קוקט אויס ווי קלינג איז סארקאסטיש. אויב נישט איז צרות מיט אים. עס זאל נאך א בר דעת האבן א דאגה אז אן אמעריקאנער דארף רעדן ענגליש. דאס איז בלויז ווילדע פאטריאטיזם. א בר דעת זאל אוועק מאכן סאצעאליזם כאילו לא היה?!. מען דארף זיין סופער דום דאס צו זאגן מיט אזא גלאטקייט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פארשפארט