פארדאמען האסע; נישט עס בויען - יוסי געשטעטנער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

פארדאמען האסע; נישט עס בויען - יוסי געשטעטנער

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלס א קאו-פאונדער פון OJPAC (ארטאדאקס דזשואיש פובליק אפעירס קאונסיל), האבן אנדערע און איך פארדאמט העצע וואס גיסט זיך צומאל אויף די בלאגס, אין די מידיא אדער אין די גאסן. עס איז וויכטיג אז סיי ווער וואס האט א שטימע – א שרייבער, א צייטונג, א פאליטיקאנט אדער איינער מיט א סאושעל מידיא אקאונט – זאל פארשרייען און פארשמיצן העיט. די אויפטו דערפון איז אז דער וואס פארשפרייט די העיט זאל וויסן אז ער איז אויסגעשפיגן, און דער וואס טראכט פון טאן די זעלבע זאך זאל וויסן אז עס איז אן אראפ-געקיקטע זאך.

אויף די אנדערע האנט ווייסט מען אבער אין די וועלט פון לאו ענפורסמענט אז געבן צופיל דעקונג פאר א פארברעכער קען גורם זיין אז דער פארברעכער זאל עס טאן נאכאמאל און\אדער אז קאפי-קעהטס זאלן יענעם נאך מאכן אויך צו באקומען די זעלבע פובליסיטי. דאס איז די חורבן מיט די אבנארמאל ברייטע דעקונג וואס די מידיא – אריינגערעכנט דזשואיש דשורנאליסטן – געבן פאר אומרעלעוואנטע טראולס אויף טוויטער וועלכע האבן גאר קליינע אקאונטס פון וואו זיי שיקן ארויס העסליכע זאכן קעגן אידן.

די דזשורנאליסטן האבן ריטוויטעט פילע פון די טוויטס אדער עס פאראדירט אויף טעלעוויזיע אדער עס אריינגעלייגט אין ארטיקלן אויף פאפולערע וועבסייטס ווייל די העצע קומט פון ראדיקאלן וועלכע שטיצן טראמפ, האט די מידיא געטראפן א געצייג צו באשמירן טראמפ, אבער א דאנק געבן אזעלכע ברייטע דעקונג פאר די לוזערס, האבן די לוזערס זיך פאמערט אין צאל און זייערע שטיק האט זיך פארברייטערט. זיי באקומען א מאס דעקונג אויף וואס זיי האבן געארבעט יארן צו באקומען אבער האבן עס קיינמאל עררייכט און א דאנק דעם זענען זיי היינט פארשפרייט מער ווי אפילו א יאר צוריק.

נו, וועסטו פרעגן "זאל מען נישט רעדן דערפון?" אדרבה רעדט דערפון, זאג פאר דיינע צושויער, ליינער און פאלאוערס וואס דו האסט געזען אויף טוויטער אבער הייב נישט ארויס א לעבעדיגע בילד מיט די נאמען און פראופייל פון יעדע העיטער ווייל דאס געבט זיי פובליסי. קענסט זאגן "מענטשן שיקן ארום צו אידישע רעפארטער בילדער פון אויבענעס און גאז קאמערען" אנע דעם וואס דו זאלסט צייגן דעם טוויט אליינס אדער עס רי-טוויטען וואס דאס געבט פאר'ן אירעלווענט העיטער נאוטיפיקעישאנס יעדע מאל מענטשן רעפלייען צו זיין טוויט. זעענדיג די אטענשאן וואס ער באקומט, געבט עס יענעם חיזוק צו גיין ווייטער.

ענליך קען מען זאגן אויף די צוזאם קום פון ראדיקאלן אין וואשינגטאן די סי שבת וירא: קיינמאל אין אמעריקע האבן 220 מענטשן ביי א צוזאם קום וואו 7.5 פון זיי האבן געגעבן דעם נאצי סאלוט נישט באקומען אזויפיל דעקונג ווי זיי באקומען איצט. זיי האבן א יערליכע מיטונג אבער די איבערגעטריבענע דעקונג היי יאר איז די בעסטע רעקרוטירונג געצייג פאר זיי.

דערפאר איז גוט אז טראמפ פארדאמט העיטערס (דירעקט דורך אים צי דורך זיין קאמפיין איז עס שוין געטאן געווארם אכט און צוואנציג מאל) אבער נישט עס איבערטרייבן, ווייל איבערטרייבן זיינע פארדאמונגען געבט פאר העיטערס מער אטענשאן וואס עס קומט זיי.

מאנכע פרעגן פארוואס איז טראמפ אזוי ווילד שארף מיט זיינע פארדאנמונגען קעגן די ניו יארק טיימס אבער נישט קעגן די העיטערס וואס זענען געווען אין וואשינגטאן פאריגע וואך. אפשר, בלויז אפשר, ווייל די טיימס האט מער רעפארטער ווי די אלע מענטשן וועלכע זענען געווען ביים עווענט. אפשר, בלויז אפשר, ווייל בעת וואס דעיוויד דוק האט 24.6 טויזנט פאלאוערס אויף טוויטער האט די הויפט אקאונט פונעם ניו יארק טיימס 31.7 מיליאן?

ב"ה מער מענטשן הערן מיר אויס יעדע שעה אין טאג אויף קול מבשר ווי די 220 לוזערס וועלכע זענען געקומען צום עווענט. אפשר זאל איך צוליב דעם באקומען נאציאנאלע דעקונג פאר א גאנצע וואך? דיוק האט 78 פאלאוערס פאר יעדע אקאונט וואס ער פאלאוט; איך האב ב"ה 1,167 פאלאוערס פאר יעדע אקאונט וואס איך פאלאו. איך זע נישט אז די נאציאנאלע מידיא זאל זיך טשאטשקענען מיט וואס איך האב צו זאגן טראץ דעם וואס איך בין פערצן מאל מער איינפלוסרייך אויף טוויטער ווי דער שיכור דיוק.

יעדע קאנדידאט אין אמעריקע האט העיטערס וועלכע טשעפענען זיך אן אינעם קאנדידאטור, אבער קיינמאל אין די מאדערנע היסטאריע – אריינגערעכנט אין 2016 ווען בלעהק פאוער ראדיקאלן און ראיאטירענדע אנארכיסטן האבן געשטיצט קלינטאן – האט מען נישט פארלאנגט פון א קאנדידאט צו אזויפיל מאל פארדאמען די אנהענגער ווי מען פארלאנגט פון טראמפ. פארוואס פארלאגנט מען עס פון טראמפ ממש יעדן טאג בעת אבאמא וואס האט אויפגערייצט די בלעהק לייווס מעטער באוועגונג פון וועם עס איז ארויס געוואקסן ראיאטן און מערדעריי פון פאליציי האט מען עס נישט פארלאנגט? ווייל די מידיא און מאנכע לינקע נוצן די אישו פון העיט פאר ריין פאליטיק. סאו נישט בלויז וואס זיי פאליטיזירן דעם אישו (א שאנדע פאר זיך), געבן זיי גאר חיזוק פאר די העיטערס דורך זיי טיילן אן אבנארמאלע מאס פון פובליסיטי.

זאגט אבער א היימישע שרייבער אז "טראמפ איז טאקע נישט קיין העיטער אבער אלס אן אפארטיוניסט זאגט ער פאר יעדן וואס זיי ווילן הערן און ער ברענגט ארויס די נעא נאציס פון זייערע לעכער." דאס שטימט נישט ווייל די נעא נאציס האסן אידן און מדינת ישראל אבער טראמפ האט דאך זיך אפען געטראפן מיט אידן ביים קאמפיין און זיי געגעבן אפענע אטענשאן, און טראמפ האט דאך פילצאליגע מאל אויך פארטיידיגט מדינת ישרא-ל. דאס גייט דאך קעגן טראמפ'ס אנגעבליכע אפארטיוניזם פון אפעלירן צו נעא נאציעס. (איז מעגליך אז דער נעא נאצי האלט אז א וואנט וועט ארויס האלטן מינאריטעטן און צוליב דעם גלייכט ער טראמפ וואס האלט אז מען דארף א וואנט צוליב זיכערהייטס און עקנאמישע סיבות? יא, מעגליך. אבער דער נעא נאצי גלייכט אויך פרישטאג. זאל מען איצט נישט עסן פרישטאג?)

אין סך הכל:


מען דארף פארדאמען העיט

געבן איבעריגע דעקונג פאר העיטערס געבט זיי חיזוק


טראמפ דארף נישט געבן לוזערס די זעלבע פאוקעס ווי פאר'ן טיימס

די מידיא לייגט אויף טראמפ א סטאנדארט פון פארדאמען העיט - יעדע מאל עטליכע לוזערס סאלוטערן אדער דיוק זאגט עפעס - וואס איז קיינמאל געלייגט געווארן אויף קיין פאליטיקאנט.


אבאמא און קלינטאן האבן דירעקט געשטיצט\געארבעט מיט א באוועגונג פון וועם עס איז ארויס געוואקסן ראיאטן; מערדעריי פון פאליציי און ראסן-מאטיווירטע פארברעכענס, אבער די מידיא האט נישט פארלאנגט יעדע צוויי טאג אז זיי זאלן עס פארדאמען בעת וואס מען פארלאנג פון טראמפ צו פארדאמען א גרופעל לוזערס מיט וועם ער איז קיינמאל געשטאנען אין פארבינדונג. איז אויב האסטו געגעבן א "פעהס" פאר אבאמא – אריינגערעכנט ווען ער האט געשטיצט אקיופיי וואל סטריט א גרופע וואס האלט אז וואל סטריט איז אויף אלעס שולדיג און ווען טראמפ האט גענוצט וואל סטריט אין זיין לעצטע ווידיא איז דאך עס געווען "אנטי סעמיטיש" – דאן ביטע דריי נישט א קאפ מיט טראמפ. דו דערנידערסט די וויכטיגקייט פונעם צוועק פון באקעמפן האסע.

ע"כ
------
נו, וואס זאגט עטס?
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

זייער א גוטער פונקט.

אלעס דארף גיין מיט א דרך הממוצע, און דו זאגסט אייזן.

כה לחי רבי יוסי.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

חוץ פונדעם וואס געשטעטנער חזר'ט אסאך. עפעס וואס ווייזט אדער אז ער באטראכט זיינע לייענער ווי קינדער אדער ווי דאס ווערטל גייט: "זאג עס אזויפיהל מאל איבער ביז ס'מאכט שוין סענס פאר דיר," וויל איך אים פרעגן זאג, דאס אז אפשר זוכט די מידיע צוציען אטאנשאן צו אזעלכע צלמים-טרעפער ווי דיר, אז נארמאלע מענטשן זאלן אנהויבן זיך פרעגן, 'איין מינוט, אפשר האט אנטיסעמיטיזם טאקע עפעס א האפט' דאס האסטו נישט געטראכט, הא? נאר וואס דען, געשטעטנער איז פון דיע וואס מיינען אז ווען מ'באגראבט די קאפ און זאמד, מ'איגנארירט, וועט די פראבלעם אוועקגיין. ער באשולדיגט דעם שופר אנשטאט דער בלאזער. נישט קיין חילוק ווער, וויפיל און פארוואס האט/האבן/מ'האט אונז פיינט, זיי זענען אלע לוזערס! רעד נישט דערפון! און דער פראבלעם וועט אוועקגיין!
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

דריי נישט קין קאפ מר. טאמבלסאוס.
אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין האפט, ס'איז געטריבענע מאטיוון אן קיין שום סיבה שבעולם.
זיי האבן אונז נישט פיינט ווייל מיר האבן זיי עפעס געטון, זיי ווייסן אליין נישט פארוואס זיי האסן אידן.
סתם אזוי אנטיסעמיטן, ווייל פארוואס דען נישט?
פוי, פוי פוי!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'גלייב אז געשטעטנער אויף JPUpdstes גיט דיספערפארציאנאלע דעקונג פאר יעדן האקנקרייץ וואס עפעס א איינזאמער, לאנגווייליגער צענלעריג האט אימפאלסיוו באשלאסן צו שמירן. ער זעהט שטענדיג אן אויפשטייג אין אנטיסעמיטיזם אבער יעצט וועט ער זיך בייגן צוריקוועגס צו מינימיזירן אזוינע גרופעס און, כדרכו, איז אלעס אלעמאל די מידיא'ס פראבלעם. אדער רעדן זיי צו ווייניג פון אנטיסעמיטיזם אדער רעדן זיי צופיל, אבער ס'איז זיכער א מידיא פראבלעם. ווען די האס פאליטיק ראט אים זעלבסט לאקאלי איז ער א הויפט מחותן און גארנישט אינטערשטעליג פון די עי די על אדער ען עי עי סי פי. ער פלאגאריזירט די שפראך פון וויקטעמהאאד פאר זיך כסדר.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אינטערעסאנט איז אז דא פארשטייט ער אז טראמפ טיט סטראטעגיש פארדאמען אבער נישט איבערגעטריבן, חלילה נישט גיבן צופיל איבערגעטריבענע קרעדיט. ווען אבאמא האט געזאגט די זעלבע אויף אייסיס, אז מ'טאר זיי נישט געבן איבעריגע קרעדעביליטי, נישט אפמאלן ווי שטערקער און גרעסער פון וואס זיי זענען באמת, האט טראמפ פארשטייען דאס פארקערטע. ער האט זיי אפמאלן כאילו זיי זענען מאכטפול און ווייטגרייכענדט און שטעלן אמעריקע אין אן עקזיסטענציאל געפאר. א חידוש פון קריטיק איז געווען אז מ'קען נישט באקעמפן א געפאר אויב מ'ריפט עס נישט ביים ריכטיגן נאמען, קריטיק גענימען פון טאלק ראדיאו. שטעלט זיך א פראגע, האט ער אנגעריפן און פארדאמט די אלט-רייט און נאציאנאליסטישע באוועגונגן ביים נאמען? האט ער חוזר געווען פארן פרעדיגן "אמעריקע פורסט" ביים נאמען, א נאמען וואס שטאמט פון טשארלס לינדענבורג און נאצי סימפאטיזירער?

טראמפ א נאטירליכער פאליטישן אויף סטעראודס גלייכט צו רעדן פון אלע אכט זייטן פון זיין מויל צו יעדע גרופע, אריינגערעכנט עקסטרעמע נאציאנאליסטן און ראסיסטן. די פראזן און לאזונגן ער האט נאכגעבאמבעלט דורכאויס די קאמפיין איז נישט געווען פערצאפאל. זיינע עדווייזערס האבן גענימען "אמעריקע פורסט" פון די נאציס פון די 30ער יארן, "לאו ענד ארדער" פון ניקסאן אין די 60ער יארן און "מעיק אמעריקע גרעיט" פון רעגעין אין די 80ער יארן. אלעס האט געהאט א ציל צו וועם דאס זאל אפילירן. יעצט האט ער נישט קיין פראבלעם צו פארדאמען. ווי יענער רב האט געזאגט, "דו ביסט גערעכט, און דו ביסט גערעכט, און די רעבעצין וועלכע האט טענות אויף זיין געבן יעדן גערעכט, איז אויך גערעכט".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואס מ'קען אבער יא אויסלערנען פון די שמועס איז אז געשטאטנער איז באליידיגט דאס ער האט מער פאולאוערס אויף טוויטער און צוהערער אויף קול מבשר פון די לוזערס, און דאך קריגט ער נישט גענוג אטאנשאן. אלזא לאמיר אלע אויסשרייען, געשטאטנער דו וועסט אונז פירן. לאורך ניסע ונילך מיך, יענקל און משה עד ביאת שמשך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

ס'שפירט זיך היבש "אינטערנעטיש" אראפצורייסן יענעם (פערזענליך) ווען ער איז נישטא זיך צו פארטיידיגען

אים צו טיילווייז echo'ען - לאו דוקא אויף זיין יעצטיגע פוינט, אנטיחסידיזם איז מער טאלערירט ווי אנטיווייסעכוואסיזם. קיין שום העיט איז נישט בארעכטיגט אויסער די העיט אף העיט, דאס איז עפעס וואס טייל פארשטייען לגבי פארשידענע מינאריטעטן אבער נישט לגבי חסידים. אנטיחסדיזם איז אזוי פארשטענדליך אז דו קענסט טרעפן א חסיד ווי טאמבל סאס וואס פארשטייט עס שוין אויכעט.

ס'איז דא פראבלעמען? זיכער! אבער ביי אנדערע געמיינדעס איז אויך דא פראבלעמען און עם כל זה פארשטייט מען אז מען ברויך שרייבען מער רעספעקטפול ווי דאס וואס חסידים ווערן צומאל אראפגעמאלן paint-brushed.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דאס קענסטו ענטפערן פאר א דרויסענדיגער. נישט פאר אזא חסיד ווי טאמבל סאס.. ווען זיין א חסיד באדייט אין בעסטן פאל - קוקן נאר אויף זיך, דאן איז אנטיחסידיזם בארעכטיגט משום 'העיט אף העיט'.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:דאס קענסטו ענטפערן פאר א דרויסענדיגער. נישט פאר אזא חסיד ווי טאמבל סאס.. ווען זיין א חסיד באדייט אין בעסטן פאל - קוקן נאר אויף זיך, דאן איז אנטיחסידיזם בארעכטיגט משום 'העיט אף העיט'.

ממש אין בעסטן פאל?
;)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

חוץ ווען מ'מאכט א צדקה אקציע פאר א ספאנישע גוי לשם פראפעגאנדע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שצם, דיס גאוס וויאטאוט סעיאינג. און יעדע סארט ביגאטרי מיז פארדאמט ווערן. די וועלכע דערמאנען זיך פון די פראבלעם אין ביגאטרי בלויז ווען ס'איז דירעקטירט קעגן זייער אייגענע גרופע שפילן פשוט פאליטיק לטובת זייער גרופע און האבן בכלל נישט קיין פראבלעם מיט ביגאטס. דרך אגב, רוב פון די אנטי חסידים ביגאטס און ראקלענד קאונטי זענען פאליטיש רעכט און באטראכטן זיך אלס "ריעל אמעריקענס" ווי מ'ברויך זיך אסימילירן צו ווערן אן אמעריקאנער מיט גלייכבארעכטיקייט. מאנכע וועלן זיך פרייען ווען דער "ריעל אמעריקען" שטימט פאר טראמפ "טו טעיק היס קאנטרי בעק" אבער וועט זיין אויפגעשוידערט ווען דער זעלבער "ריעל אמעריקען" קאמפיינט קעגן אהרן בנציון ווידער דורך אומדירערקט אנצייגען ווי "אומ-אמעריקאניש" ער קוקט אויס. יעדער איז א ביגאט למחצה שליש ורביע. אבער אן אויסגעשפראכענער ביגאט - אדער צו ניצן די פאליטיקעל קארעקט טערמינילאגיע פאר ביגאטרי, א שטאלצע "פאליטיקעל אומ'קארעקט" פערזאן - איז די ווארשיינליכסטע אנטי-חסיד. (אנטיסעמיט לאו דוקא, ווייל רוב אידן האבן זיך אסימילירט.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האב נישט געלייגט די סוף פון די ארטיקל ווייל ער פארט אריין אין דער לאקאלע - מאנסי פאליטיק וואס איך פארשטיי צו דעם אזוי ווי יוסי פארשטייט צו גלאובעל ווארמינג, און איך האב מיך בעיקר געוואלט באציען צו די טראמפ-קלינטאן חלק און כ'האב נישט געזען פאר וויכטיג עס אראפ צוברענגען. אבער יעצט אז די שמועס אז שוין ממילא אריין אין די מאנסי פליטיק איז ראוי עס יא משלים צו זיין.


נ.ב. געוויסע טראולס גלייכן מיך צו זאגן "קעגן עד דעי פון ראקלענד קאונטי ביסטו פיל שטרענגער ווי די ביסט קעגן טראמפ."

טראמפ אין די לעצטע אכצן מאנאטן האט מער מאל פארדאמט העיט ווי עד דעי האט עס פארדאמט אין דריי יאר.

) טאקע ווייל דעי האט לעצטענס אנגעהויבן פארדאמען העיט מער ווי אמאל, ווערט ער טאקע ווייניגער קריטיקירט פון מיך און אנדערע.

עד דעי וואס לויפט ארום צו עווענטס ממש יעדן טאג און האט טויזנטער בילדער אויף זיין פעיסבוק פעידזש דערפון, האט זעלטן בילדער וואו ער שטייט מיט היימישע אידן טראץ דעם וואס זיי זענען פופצן פראצענט פון ראקלענד קאונטי. דעי דרייט זיך אוועק פון היימישע אידן. טראמפ ווי געזאגט האט גערן געגעבן עקסקלוסיווע אינטערוויוס פאר היימישע צייטונגען, זיך געטראפן מיט היימישע אידן אין פובליק, און מערערע מאל ארויס געהויבן אז ער האט אידישע קינדער און איינקליך. טראמפ טוט דאס זייניגע צו צייגן אז ער איז אקעי מיט היימישע אידן בעת וואס עד דעי גייט זיך אים מיט היימישע אידן ווי זיי זענען די אפפאל פון א גארבידזש טראהק.

עד דעי רעאגירט צו זייער אסאך קאמענטארן אויף זיין פעיסבוק פעידזש. ער צי זיין שטאב צי ביידע פון זיי זענען זייערע אקטיוו אין די קאמענטארן אפטיילונג, אבער פיל צאליגע מאל האט דעי געלאזט שטיין אדער גאר געבויט אויף העסליכע קאמענטארן וואס מענטשן לייגן ביי אים. שוין אפגערעדט אז געוויסע פאוסטס אויף זיין פעידזש האבן ממש ריבו ככולו אנטי היימישע קאמענטארן ווייל די אינהאלט פון יענע פאוסטס זענען געצילט קעגן היימישע מיט ליגענטס. צום ביישפיל, איינמאל האט עד דעי געשריבן אז 55% פון א מענטש'ס פראפערטי טעקס גייט פאר מעדיקעיד וואס מעדיקעיד באנוץ איז דאך הויך ביי די היימישע. די פאקט איז אבער אז בלויז 150 דאלאר א יאר פון א מענטש'ס 10,000 אין פראפערטי טעקס צאלט מעדיקעיד.


איי פרעגסטו וויאזוי האט דעי געקענט זאגן אזא ליגענט? אה, זיין חשבון איז אזוי: די קאונטי קולעקט דאך בערך 130 מיליאן א יאר אין פראפערטי שטייער און מעדיקעיד קאסט פאר די קאונטי אומגעפער 70 מיליאן, קומט דאך אויס אז 55 פראצענט פון דיין פראפערטי טעקס ביל גייט פאר מעידיקעיד... איי די קאונטי האט א בודזשעט פון 750 מיליאן דאלאר פון וואס ווייניגער ווי צען פראצענט איז מעדיקעיד? קשיא. איי די טעקס וואס מענטשן צאלן פאר'ן קאונטי איז פון די קלענסטע קאסטן אינעם פראפערטי טעקס ביל (רוב גייט פאר סקול טעקס)? קשיא עגעין


משום אל תמנע טוב מבעליו לייג איך דא צו זיין אימעל ווי מ'קען אריינשיקן די אייגענע אפינען בנוגע די ארטיקל, ווי אויך זיך אויפצוסיינען אויף זיין ליסטע פאר זיינע קומענדיגע ארטיקלען.
וז"ל:
שיקט אריין אייער מיינונג צו
GestetnerList@gmail.com
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

טאמבל סאס האט געשריבן:דאס קענסטו ענטפערן פאר א דרויסענדיגער. נישט פאר אזא חסיד ווי טאמבל סאס.. ווען זיין א חסיד באדייט אין בעסטן פאל - קוקן נאר אויף זיך, דאן איז אנטיחסידיזם בארעכטיגט משום 'העיט אף העיט'.

וויאזוי איז אנטיחסידיזם בארעכטיגט קעגן מיר אינדיווידועל פרעש-עיר-ליסטענער, ניו-יארקער-ריעדער, לאווינג ענד אלל-עמברעסינג חסיד?

כ׳מיין אז מ׳קען שווער אינדיווידועלייזן (א געשמאקערע אנטאנים האט איינער?) א שווארצען בעת מען געוואוינט זיך קוים אפ פון דזשענערעלייזן די אייגענע.

ואהבת לרעך כמוך
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: פארדאמען האסע; נישט עס בויען - יוסי געשטעטנער

שליחה דורך טאמבל סאס »

לאמיך זאגן עפעס קאנטרעווערסיאל. איך טראכט אזוי. ברגע א מענטש וואס לעבט אין א דעפיינד קהילה within א גרעסערע קהילה, וואס אנטערשיד זיך מיט א געוויסער קאנפארמירנדען מהלך, און דער מענטש גייט אפילו בלויז נאר אנגעטוהן די קאנפארמירנדען יוניפארם, איז שוין פשט אז צו געוויסע דינים איז ער מער נישט קיין יחיד. (נישט קיין נ"מ צו ס'איז זיין טשויס אדער נישט. כזאג וואס דער מציאות איז. איך בארעכטיג נישט.) און אזוי ווי ער בענעפיטירט פון טיבותא וואס קומט מחמת הכלל 'מוז' ער טראגן אויך די קאנסעקווענצן לריעותא וואס קומען מחמת הכלל. נישטא קיין וועג ארויס דערפון. ווייל צי ער וויל יא צו נישט איז ער א טייל פון דעם כלל צו עט ליעסט אלע תוצאות וואס זיין קאנפארמירדער אקט ברענגט דירעקטלי, פאזעטיוו אדער נעגעטיוו.
ווען א חסיד גייט נישט אריין אין פאב ווייל, "אוי, דעממ אפשר וועט איינער מיך זען," איז עס נישט בלויז א לימיטעישאן פאר זיך נאר באותו אי-מעשה קאנטריביוט ער אויך למען טובת הכלל מיט דעם וואס נידערמאן און האפמאן קענען יעצט טריאומפירן אז ס'נישטא קיין דרינקינג אין די קהילה. מ'כאפט זיך נישט אבער סאיז די היט און רעקל וואס מאכט די חילוק. זיין יא אריינגיין מאכט אויך נישט אזא נפקא מינה ווייל אנדעם האט דער לבוש האט נאך אסאך אנדערע תוצאות וואס ער האט נישט געפראווען ראנג.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: פארדאמען האסע; נישט עס בויען - יוסי געשטעטנער

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס ממחיש מיט א דוגמא מאותו נושא צו אונזער דיון דא: ווילאנג עס איז דא איבעראל בילדער פון היטן רעקלעך וואס טרעפן זיך מיט טראמפ אבער נישט בילדער פון אזעלכע מיט קלינטאן קענסטו שרייען ביז מארגן, אבער געשטעטנער ווען ער זאגט אלע חסידים בעקן מיר האסטו זיך אויך אינקלודעד דורכן אנטוהן דער היט און רעקל יענער טאג וואס געשטעטנער האט געמאכט די סטעיטמענט. והיינו רזא ד'קראקס..

אויב די וואס שטייען בראש הציבור בענעפיטירן פון דאס וואס אינדיווידואלס ווערן איגנארירט - און אנשטאט באטראכט אלס כלל - מוזן די אינדיווידועלס, אוודאי די ראשים, אויך פארלירן פון פון די עוולות וואס דער כלל (און אנדערע אינדעם כלל) טוהט. און איינמאל יחידים זענען שוין נישטא ווערן אפילו יחידים'ס עוולות באטראכט ווי דער כלל'ס עוולות.

יעצט די ראשים פארדינען דורכן האבן ווינציגער אפאזיציע און ווינציגער הצטרכתון און פארלירן דורכדעם וואס יעצט איז עס שוין עוולות באגאנגען דורך א 'כלל' וועם זיי רעפרעזענטירן און די יחידים פארלירן מחמת יעצט זענען די עוולות פון די ראשים אויף זייער אלעמענ'ס קעפל און פארדינען דורכדעם וואס מקען זיי נאר באשולדיגן אלס כלל, אויטאמאטיש איז די עוולה קלענער. עס איז דא נאך אבער ואכמ די יוזשעל..

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט