טמיר האט געשריבן:איינער ווייסט ווי אזוי זיי טוען עס? מ'דארף פרעגן ר' מנשה פילאפ
Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
ישראל דויד ווייס און הרב משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] שליט"א שעמען זיך זייער שטארק פאר זייערע אראבישע פריינט. די פארשאלטענע ציונים, צוזאמען מיט די סיטרא אחרא זענען מצליח צו צושטערן די טונעללן וועלכע די פיינע ברואים פון כאמאס האבן גבויעט. און דורכדעם פארמיידן זיי (בעז"ה) דאס אויס הרג'נען די פארשאלטענע רוצחים די ציונים וועלכע הרג'נען אויס די נעבעכדיגע אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער. בושה (ושמחה וצהלה) תכסה פנינו. כן יאבדו כל אויבך ה' וילמדו תועים בינה...!
יעצט געווארן אריבער געפירט א חוק אין כנסת מיטן נאמען "חוק ההשעיה" דאס הייסט אז 90 חברי כנסת קענען וואוטען ארויסצוווארפען א חבר כנסת וואס איז באגאנגען א עוולה קעגן די חוקי יסוד פון מדינת ישראל, (למשל די אראבישע חברי כנסת וואס זענען לעצטענס געגאנגען מנחם אבל זיין משפחה פון טעראריסטן) די אראבער און די לינקע האבן זיך קעגן געשטעלט ווייל די מטרה פון די חוק איז קעגן זיי, יעצט דארף עס אריבער גיין צום צווייט און דריטע מאל.
מדינת ישראל דרייט זיך איבער נאך וואס עס איז אפיר געקומען א ווידיא ווי א חייל שיסט א טערראריסט נאך וואס ער איז שוין געווען מנוטרל, מען האט עם איינגעזעצט און הפגנות לטובת די חייל קומען פאר אין די גאנצע מדינה בפרט נעבן די תפיסה פון קסטינה, א שופט צבאי האט נאר וואס פארלענגערט זיין ארעסט .
גיבור האט געשריבן:מדינת ישראל דרייט זיך איבער נאך וואס עס איז אפיר געקומען א ווידיא ווי א חייל שיסט א טערראריסט נאך וואס ער איז שוין געווען מנוטרל, מען האט עם איינגעזעצט און הפגנות לטובת די חייל קומען פאר אין די גאנצע מדינה בפרט נעבן די תפיסה פון קסטינה, א שופט צבאי האט נאר וואס פארלענגערט זיין ארעסט .
העלישע פייערן פלאקערן יעצט אין מדינת ישראל, די גרעסטע פון דעם אין חיפה, ווי צענדליגע האבן שוין פארלוירן זייערע הייזער און נאך צענדליגע פארוואונדעטע פון רויעך, ביבי האט יעצט געזאגט אז עס איז אינטערגעצינדען געווארן דורך אראביר און עס איז טעראר לכל דבר.