איך האב זיך אביסל געמוטשעט וועלנדיג שרייבן וועגן א האנט בראטער, אז מ'זאל נישט מיינען ס'בראט די האנט.
צום סוף האב איך זיך געמוזט אן עצה געבן צו שרייבן אויף ענגליש HAND OPERATED און צוגעבן אז ס'איז נישט קיין מאשין.
האנט בראטער
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: האנט בראטער
ישובניק האט געשריבן:איך האב זיך אביסל געמוטשעט וועלנדיג שרייבן וועגן א האנט בראטער, אז מ'זאל נישט מיינען ס'בראט די האנט.
צום סוף האב איך זיך געמוזט אן עצה געבן צו שרייבן אויף ענגליש HAND OPERATED און צוגעבן אז ס'איז נישט קיין מאשין.
וואס מיינט א האנט בראטער? Hand grill?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: האנט בראטער
יידל האט געשריבן:ישובניק האט געשריבן:איך האב זיך אביסל געמוטשעט וועלנדיג שרייבן וועגן א האנט בראטער, אז מ'זאל נישט מיינען ס'בראט די האנט.
צום סוף האב איך זיך געמוזט אן עצה געבן צו שרייבן אויף ענגליש HAND OPERATED און צוגעבן אז ס'איז נישט קיין מאשין.
וואס מיינט א האנט בראטער? Hand grill?
ס'איז בלויז א משל, אבער ס'איז נוגע ביי אסאך אפאראטן וואס זענען דא סיי אין מאשינען און סיי אזעלכע וואס מ'ניצט מיט דער האנט (אוי-וויי, און א מאשין ניצט מען מיט די פיס?), נאר ביי א ווייץ-מילכל, צום ביישפיל, ווען מ'זאגט האנט-מילכל, איז שווער זיך טועה צו זיין.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: האנט בראטער
אין אנדערע ווערטער, כ'האב זיך נישט קיין עצה געגעבן. כ'האב געשריבן בראטער און צוגעשריבן אין ענגליש HAND OPERATED און אין אידיש - נישט קיין מאשין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: האנט בראטער
יאנקל האט געשריבן:מיין כונה איז אז מ׳דארף זיך נישט האלטן צום ווארט ״האנט״, נאר מ׳קען אביסל אויסברייטערן דעם זוך פאר א פאסיגן ווארט.
Translation vs. transliteration.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
- האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
Re: האנט בראטער
יאנקל האט געשריבן:ישובניק האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, כ'האב זיך נישט קיין עצה געגעבן. כ'האב געשריבן בראטער און צוגעשריבן אין ענגליש HAND OPERATED און אין אידיש - נישט קיין מאשין.
כ׳האב געמוזט גוגלען hand grill ווייל איך האב געכאפט אז איך האב נישט קיין מושג וואס דאס איז. יעצט זעענדיג אז מ׳רעדט פון אזא פאן וואס מ׳לייגט איבער א פייער, וואלט איך אפשר געשריבן ״בראטן פאן״ און דערנאך אריינגערינגלט ״(הענד גריל)״. מיין כונה איז אז מ׳דארף זיך נישט האלטן צום ווארט ״האנט״, נאר מ׳קען אביסל אויסברייטערן דעם זוך פאר א פאסיגן ווארט.
ריכטיג. טאקע דאס האב איך געמיינט מיט דעם וועג ווי איך האב זיך "אן עצה געגעבן". אבער מיט איין חילוק: אין דעם פאל פון וואס איך רעד הייסט עס בכלל נישט אין ענגליש ווי מ'רופט עס אין אידיש, און דעריבער קען מען נישט צוגעבן אויף ענגליש הענד..., נאר מ'מוז צוגעבן בכלל א הסבר אז ס'ארבעט מיט דער האנט און איז נישט קיין מאשין, און ס'איז מיר אויסגעקומען דאס גופא גרינגער צו שרייבן אויף ענגליש.