לערנען חומש - פרשת השבוע אדער על סדר הפרשיות

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

לערנען חומש - פרשת השבוע אדער על סדר הפרשיות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביי כלל ישראל איז פארהאנען צוויי מנהגים לגבי לערנען חומש מיט קינדער. מאנכע לערנען די פרשה פון די וואך, וויפיהל ס'לאזט זיך לויט די עלטער פון די קינד. אנדערע לערנען חומש על הסדר פון בראשית אין כתה א' ביז וזאת הברכה אין כתה ז' בערך. איך האב געהאט מיין קינדער אין א חדר וואס לערנט פרשת השבוע, און אריבערגעפיהרט צו א חדר וואס לערנט חומש על הסדר, דעריבער וויל איך אויסשרייבען מיין איינדרוקען פון די צוויי מהלכים.

פרשת השבוע:-

בעד – ווען מ'לערנט פרשת השבוע מיט קינדער האט מען א פאר מעלות דערפון. קודם כל, אלע קינדער לערנען די זעלבע פרשה, לויט זייער פארשטאנד. אזוי קומט דער שבת טיש לייכטער ווי מ'קען ארומשמועסען די פרשה און יעדער איינער קען הערען לויט זיין דרגא.

ווען דער קינד ווערט א בחור און מ'לערנט שוין נישט מיט איהם חומש, וועט ער האבען עפעס א שייכות צו לערנען חומש ווייל די פרשה פון די וואך איז איהם א מחייב. די וואס לערנען נישט פרשת השבוע הערען אינגאנצען אויף צו לערנען חומש ווען זיי ווערען עלטער, אחוץ די וואס האבען אן אייגענעם דרוק צו קענען חומש.

ווען מ'לערנט פרשת השבוע, לערנט מען דאך די זעלבע זאכען יאר נאך יאר, און ס'ווערט איינגעקריצט אין קאפ. ווען מ'לערנט חומש על הסדר, וועט מען קיינמאל נישט לערנען פרשת בראשית מיט די פארשטאנד פון א צוועלף יעריגע.

נגד – דער חומש האט א קרומע בליק אין די קינד'ס אויגען. גאנצענע חלקים פון חומש זענען ביי איהם פיהל פרעמדע ווי אנדערע.

דאס וואס ער לערנט יא איז קיינמאל נישט קיין דבר השלם. פלוצלונג זיצט זיך אברהם אבינו ביי זיין געצעלט אין די היץ פון די טאג אין די פלוין פון ממרא. וואס ווער ווען? פארוואס? דאס דארף מען משלים זיין אויסעווייניג.

און אויף דעם קען מען צולייגען אז דער לערנען ווערט ווייט פון זיין קאפ. ער לערנט זיך קיינמאל נישט אויס ווי אזוי ארויסצונעמען די מעשה און די הלכה פון די חומש, ווייל ער לערנט עס קיינמאל נישט אין אן אופן פון קענען. דאס קען אויך האבען א השפעה אויף שפעטער, אז לערנען און קענען ווערען אפגעשיידט אין גאנצען.

חומש על הסדר:-

בעד – דאס איז דאך די פשטות, ניין? אז מ'וויל קענען חומש, דארף מען עס לערנען וויאזוי ס'איז געשריבען. וואס עפעס זאל מען גייען טוישען?

דאס לערנען ווערט ע"מ להבין ולדעת. דער מלמד איז נישט איינגעצוימט מיט די צייט פון די וואך, און יעדער פרשה קען ער אריינלייגען קאפ און מיה אויסצולערנען אויף זייער שטייגער. איין קינד מיינער לערנט יעצט פרשת תרומה. זיין מלמד האט א גאנצע מהלך וויאזוי זיי זאלען קענען משכן, קענען די אלע כלי המשכן, ארויסנעמען פון די פסוקים וואס טוט זיך דארט.

דער קינד האט די שמחה פון ריכטיג קענען א נושא, לעומת דאס האבען שטיקלעך שטיקלעך וואס ער פארשטייט נישט גראד.

נגד – ס'איז שווער צו שמועסען ביים שבת טיש ווען אלע לערנען פארשידענע זאכען. ווי אויך האלט מען בכלל נישט מיט וואס זיי לערנען שוין פון יונגווייז. אוודאי ביי משניות און גמרא גייט עס סייווי אזוי, אחוץ אז מ'לייגט צו כוחות דערפאר, אבער פון אנהייב אן ווערט עס שוין אזוי.

ביים עלטער ווערען האבען זיי קיין שום סבה צו לערנען חומש, ווייל פרשת השבוע איז נישט קיין מחייב און אין ישיבה איז נישט דא קיין סדר פאר חומש.

מיין ערפארונג איז נישט קיין גאנצע ראיה, ווייל מיין קינדער זענען נאכאלס קליין, נאך נישט קיין בחורים. אויכעט, די נייע חדר איז פיהל מער פראפעסיאנעל ווי די פריערידיגע, און די מעלות קענען קומען פון דעם, נישט פון די סדר הלימוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין מיינונג א וודאי די ארגינאלע מהלך דארף זיין צו לערנען על הסדר, חוץ פון די מעלה אז מען איז קונה די חומש מיט א שלימות און מען לעבט מיט אונזער היסטוריה, איז פארהאן נאך א מעלה עס לערנט אויס דאס קינד צו לערנען מיט א סדר און קונה זיין א סוגיא בשלימות, ווי באלד גאנץ חומש איז כמעט איין המשך.

בנוגע די פראבלעם אז מען האט נישט קיין שייכות מיט די פרשת השבוע, וואלט איך מציע געווען אז עס זאל זיין א קליינע סדר ווי די מלמד זאל פארלערנען אויף א געשמאקע מהלך די פרשת השבוע, און נישט לייגן אזא דגוש אז יעדע יונגל זאל קענען פונקטליך די טייטש אויף יעדע ווארט, נאר בכללוית זאל מען קענען די נושאים פון פאשת השבוע, אן דאס וועט העלפן ווען ער וואקסט אויף וועט ער האבן א שייכות מיט פרשת השבוע,

א דוגמא ווי געוויסע מלמדים אין חסידישע תלמוד תורה לערנען נ"ך אויף א שנעלע געשמאקע אופן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'קען בלויז רעדן פון מיין ערפאהרונג אלץ קינד, דער מלמד האט פארגעלערנט די וועכנטליכע סדרה וויפיהל מען האט געקענט לערנען אינעווייניג, דאס איבריגע האט ער פארציילט בתורת מעשה מתובל מיט מדרשים וכו', שבת האב איך אויסגעהערט דאס לייענען און ווען כ'בין שוין געווען גענוג ערוואקסען און אליין געקענט פארשטיין לשה"ק האב איך שוין פארשטאנען מער-ווייניגער די גאנצע סדרה, און איך פלעג דאן אריינבליקן אין די רש"י ווען איך בין געווען נאכמער נייגעריג. דער עיקר איז אז בערך ביי די 12 איז קיין איין פרשה אין די תורה מיר שוין נישט געווען פרעמד. כמעט אלע חסרונות וואס דו דערמאנטסט אויף דעם מהלך זעה איך בכלל נישט אז זיי זאלן מיר האבן אפעקטירט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארגעסן צוצולייגן, ביי ספר ויקרא האט די מלמד געמאכט אן אינטערעסאנטע פראגראם צו קענען אלע סארט קרבנות מיט אלע חילוקים אין עבודה, זייער געשמאק געווען, און רוב קינדער האבן דאס מיטגעהאלטן און גוט געקענט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אלס יינגעל האב איך געלערנט פרשת השבוע, און איך האב גאנץ יונג געקענט לשוה"ק אליינס, און פון דעסטוועגען איז דער צווייטע האלב פון די פרשה נישט אזוי באקאנט צו מיר. בליקען אין א רש"י איז נישט לערנען רש"י און פארציילען די מעשה איז א הצלה פורתא, נישט מער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איך פארשטיי נישט פארוואס נאך לערנען אין צווי כיתות די אנהייב פון די סדרה על סדר השבוע, פארוואס זאל מען נישט קענען לערנען אין די קומענדיגע צוויי כיתות פרשת השבוע אנגעהויבען פון אינמיטען די סדרה. אזוי וועט ארויס קומען א גרעסערע שלימות און מ'פארדינט ביידע במשך די קינדירישע יארן, סיי פרשת השבוע און סיי גאנצעע סדרות.

מ'קען דערנאך מוסיף זיין די הפטורה אויך מיט א ביסעל בעקראונד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מודיעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 19, 2016 12:22 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך מודיעין »

איך וויל פארשטיין בכלל וויאזוי ארבעט דאס לערנען חומש על הסדר, לכאורה איז דאס א זאך וואס דארף נעמען עטליכע יאר גוט אויסצולערנען פאר קינדער, און אין די פאר יאר טוישט זיך די הבנה פון לערנען ביי די קינדער, ווי למשל ביי די אינגערע קלאסן לערנט מען נאך גאר ווייניג רש"י, און אין די קומענדיגע יארן לערנט מען מער, קומט אויס אז די סדרות וואס ער וועט לערנען אין די אינגערע יארן, וועט ער קוים לערנען רש"י, און די שפעטערע סדרות יא, חוץ אויב די סדר גייט בעיקר אויף די לעצטע פאר יאר פון חדר וואס דעמאלטס זע איך אין דעם נאר א מעלה אז מ'לערנט עס גוט אין חדר, און לעומת דעם הפסד אז מ'וועט עס נישט קענען אזוי גוט אויסשמועסן ביים שבת טיש מיין איך אז עס איז יצא הפסדו בשכרו, און די אנדערע חלק פון עס לערנען אין די שפעטערע יארן מיין איך אז אדרבה אז ער האט שוין עס געהאט דורך געלערנט גוט וועט ער עס ענדערש לערנען שפעטער ווען עס קומט די פרשת השבוע, ווייל ער האט דאך אין דעם א שיינע ידיעה.

אבער בכל אופן מיין איך אז חומש רש"י איז נאך די לייכסטע לימוד משלים צו זיין אליינס שפעטער, איך רעד נישט פון עס לערנען בעיון נאר פשוט האבן א ידיעה וואס עס שטייט, און וואו עס שטייט, און קענען בעיסיקלי די מעשה און ענינים, אזוי האב איך געזען ביי מיר און נאך עטליכע חברים.

אבער מענין לענין שלא באותו ענין, באדערט מיך מער די בן עשר למשנה, ווייל דאס איז א חסרון שלא יוכל להמנות, ווייל דאס איז נישט אזוי שווער, און דאס איז די יסוד פון תושבע"פ, און חוץ פון דאוונען משניות פאר א יארצייט, אדער מען ווערט א בן ששים און מען הייבט אן לערנען חק, לערנט מען נישט קיין משניות און מען האט ניטאמאל א השגה וואס עס רעדט זיך אלץ די פרקים פון די מס', און פון אפענע משנה'ס האט מען נישט קיין אנונג, און אז מ'קען ווען דאס אויסלערנען פאר קינדער וואלט געווען א דבר גדול מאוד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חורש"י איז נישט אזא שווערע לימוד אז מ'זאל זיך יעצט זארגן אז ווען ער וועט אינטערוואקסן וועט עם פעלען ידיעות אדער הבנה. און די עיקר פארוואס מ'לערנט מיט די קינדער איז כדי זיי אויסצולערנען וויאזוי מ'לערנט א פסוק חומש און לאוו דוקא אז זיי זאלן פארשטיין די פרשה. די איבריגע פרשה פארציילט מען זיי ממילא פון אויסווייניג. נאך א שטיקל טובה וואס קומט ארויס פון די נארמאלע מהלך איז אז די רבי וועט נישט דארפן פארלערנען געוויסע פרשיות התורה ווי למשל פ' בראשית וכדו' ואכמ"ל משום סיבות מיבנות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[tag]מודיעין[/tag] – דאס וואס דו טענה'סט גילט דאך ביי יעדער לימוד. דער קינד קען עס נאר אויף זיין לעוועל. דאס פטר'ט אבער נישט פון דער פליכט איהם אויסצולערנען אויף די בעסטע אופן וואס ער קען פארשטייען.

מ'וועט טאקע בלייבען מיט דעם אז די שפעטערע פרשיות קען מען בעסער ווי די אנדערע, און ס'טוט מיר טאקע וויי אז מיין קינד האט פארפעלט רוב פון פרשת משפטים, אבער כאמור, יעדער קינד מיט וואס ער קען.

דאס ווארטען ביז די עלטערע יארען צו לערנען על הסדר וואלט אפשר יא געווען א גוטע פלאן. אבער מיט דעם פעלט מען עפעס. אין די יונגערע יארען איז דער עיקר לימוד חומש. מ'לייגט אריין די גאנצע כוחות אין דעם, און מ'קען לערנט זיך אויס וויאזוי צו שעצען א פסוק חומש. אוודאי אויף א קינדערישע אופן, אבער כאמור דאס איז די בעסטע וואס מ'קען טוהן. אין די עלטערע כתות איז די עיקר לימוד גמרא, און אזוי דארף דאך טאקע זיין. מ'בלייבט אבער אן א חשיבות פאר די אנדערע זאכען. איך געדענק אלס קינד פון די גמרא יארען זענען די מלמדים געווען אומאינטרעסירט אין סיי וואס. דער משנה ברורה לערנען און דער חומש לערנען איז געווען אזא עול אויף זיי, און די קינדער האבען עס באמערקט.

[tag]בן אדם[/tag] – דאס איז נישט אויסגעהאלטען. דער תורה הייסט אונז ושננתם לבניך עד שיהו דברי תורה מחודדים בפיך. מ'זאל אויסלערנען תורה פאר קינדער, נישט אויסלערנען וויאזוי צו לערנען וכדו'. דאס לערנען מיט קינדער האט אסאך בענעפיטען, פון גירסא דינקותא און א חינוך וויאזוי צו לערנען און יראת שמים ועוד. אבער דער עיקר חיוב און גדר הענין איז מקיים צו זיין דער מצוה פון ושננתן לבניך. אז מ'טוט כדין קומען ארויס אלע גוטע זאכען, אבער דער עיקר איז טוהן כדין.

און אפילו לשיטתך האט מען א חסרון פון נישט לערנען אויף אן אופן אז מ'וועט קענען. דער יונגע ערפארונג מאכט א רושם פאר א גאנץ לעבען. ווען ביז דער צוואנציג האט דער יונגערמאן נאר געהערט פסוקים אלס א זינגעריי פון קינדעריי צו ווערטלעך פון דער משגיח, האט ער א קרומע בליק אויף חומש. אנהויבען פון דאס ניי אן קיין שום חינוך אין דעם איז מעגליך אבער נישט עפעס אויף וואס מ'זאל זיך פארלאזען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

גראדע ביי די מיידלעך לערנט מען יא על הסדר (עכ"פ ביי מיינע מיידלעך) און ס'זעהט אויס ווי ס'ארבעט גאנץ פיין.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
פארשפארט