הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען יענקל מיללער איז נאך געוועהן א ערנסטע מענטש, א מגיד שיעור אין וויזניץ
האט אמאל א באס פון מאנטריאל געדארפט קומען צום וויזניצער רבי אויף עפעס א שיינער שבת און די באס איז שטעקן געבליבן אויפן וועג פאר שעות ארוכות ביז טיף אין פרייטיג נאכמיטאג אריין, מ׳האט שטייצעך מזכיר געוועהן ביים רעבאו, און דער רבי איז געוועהן זייער אנגעצויגן אז דער באס זאל אנקומען פאר שבת און ער האט געהאלטן אין איין פרעגן ווי ס׳האלט, ווען ר׳ מאטעלע איז ארויסגעקומען צו קבלת שבת גייט יענקל מיללער צום רבין און רופט זיך אן הויך ״דער באס איז דא״!
די רבי מיט די חסידים האבן שוין געוואלט אפאטעמען אז ענדליך איז דער באס שוין אנגעקומען, און יענקל זאגט ״די רבי איז דאך די Boss"! די בעה״ב. אביסל קארני אביסל פאוני.

מיין פעיווערט ווארט פון אים איז, ער זאגט אז זיינע טשעקס זענען אזוי ווי מילך סאיז גיט ביז די דעיט :lol:.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יענקל מיללער גייט אריין אין קרויס היט געשעפט און פרעגט וואס קאסט היינט א היט זאגט מען 150 דאללער, און וויפל רעכענט איר פאר א טשעק וואס קומט צוריק? זאגט מען אים $25 דאללער, זאגט יענקל נו גוט, געט מיר א היט מיין סייז און דא האט איר א טשעק פאר $175
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

מען דערציילט אז ווען הרב מיארמע שליט"א איז געזעצן שבעה נאך אמו הרבנית ע"ה, איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געגאנגען מנחם אבל זיין, האט ער זיך אויסגענומען אז בשעת די ניחום אבלים זאל ר' יענקל זיך נישט וויצלען, נאר זיין ערנסט (מחמת התנהגותו בימי אבל אביו).
למעשה ביים מנחם זיין, גיבט אים דער רבי א פרעג, פון וואס איז זי אוועק? זאגט ר' יענקל, פון יענע מחלה (דאס איז נאך געווען פאר פליקער'ס ארטיקלען איבער קענסער, ווען מ'האט נאך מורא געהאט ארויסציזאגן דעם ווארט). פרעגט דער רבי, וואו האט זי עס געהאט? ענטפערט ר' יענקל, וואס הייסט? דא אין מאנסי. האט זיך דער רבי געגעבן א שטעל אויף, געזאגט המקום ינחם און ארויסגעגאנגען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מעשה קען נישט זיין אמת, א' זיין טאטע איז אוועק שפעטער ווי זיין מאמע (איך געדענק זיין טאטע עם זיווגו השני), אלזא וויאזוי קען דאס זיין מחמת התנהגותו בימי אבל אביו? ב' געדענק איך צו הערן אז זיין מאמע איז אוועק פלוצלינג, בכלל נישט פון יענע מעשה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס דארף נישט זיין אמת... ביי אונז חסידים האט מען אייביג געוואוסט אז מען דארף גלייבן עס האט געקענט זיין אמת (ועכשיו יבא הליטוואק ויעשה חוכא וטלולא...)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נעה... איך זעי דו קענסט אליינס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די מעשה איז טאקע געווען ווען ער איז געזעצן אויף זיין טאטע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ער פארציילט אז א משוגענער איז באפרייט געווארן פון משוגעים הויז מיט א צעטל פונעם אנשטאלט אז ער איז שוין געזונט. ער טרעפט דעם ערשטן באס צו גיין אהיים ער גייט ארויף און פרעגט דעם דרייווער, אתה נורמאלי? ענטפערט די דרייווער אני חשב ככה. זאגט דער פריש געזונטער, אתה רק חשב, לי יש תעודה!
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

איך האב געהערט די מעשה פון איינע פון זיינע קינדער. וויזניצער רבי האט נישט געוואלט גיין מנחם אבל זיין, ווייל ער האט געזאגט אז עס וועט זיין דארט א לצנות. האט זיך ר' יענקל אונטערגענומען אז ער וועט נישט מאכן קיין לצנות.

עס איז געקומען ביים באזוך, איז אלעס דורכגעגאנגען זייער ערנסט, ביז וויזניצער רבי האט געפרעגט "וואו האט זי עס געהאט?" - האט ער געענטפערט "אין מאנסי"... פארשטייט זיך אז דער גאנצער עולם האט אויסגעפלאצט.. האט אים דער וויזניצער רבי געפרעגט "מען האט דאך עפעס געשמועסט?...", האט ר' יענקל געזאגט "און וואס זאל איך טון אז דער רבי פרעגט מיר וואו זי האט עס געהאט, זאל איך ענטפערן פונקטליך וואו? - ס'פאסט דאך נישט, האב איך געזאגט "אין מאנסי"...

האט ער זיך אויפגעשטעלט, געזאגט המקום ינחם און ארויס.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פאר א לאנגער צייט פלעגט ער גיין צו שמחות און טראגען א טאבאק פושקע און זאגען עס איז פין... א אמאליגער רבי. וועם עס האט זיך געלאזט.

שפעטער האט ער מגלה סוד געוועהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע

שליחה דורך א איד »

אז וואס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א איד האט געשריבן:אז וואס?


אז די טאבאק פישקע איז גאר א פעפער פישקע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איינע פון זיינע אלטע (קארני) בייעסט ווערטער איז, אין ווועלכע פסוק איז מרומז אלע היינטיגע רבי׳ס און חסידות׳ן? (אפשר באלאנגט עס אין צימעס)

צהלי ורוני -סאטמאר ארונים און זאלונים
יושבת- סקווירא (פארן באפרייען שפיצער פון תפיסה)
ציון- באבוב
כי- איז די אונגארישע חסידות אויף בעדפארט עוו (נישט צו באליידיגן קיינעם וועט מען נישט פורש בשמו זיין)
גדול בקרבך- בעלזא
קדוש ישראל- וויזניץ

לויט נוסח טאהש
איז עס
קדוש-טאהש
ישראל -וויזניץ
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע

שליחה דורך א איד »

ענדיג שוין צו די וויץ
האט עם איינער געפרעגט, וואס עפעס איז קדוש ישראל וויזניץ?
האט ער גענטפערט במתק לשונו, אין אז כי איז יענע אונגארישע חסידות איז דיר נישט שווער פארוואס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

לאור די תגובה פון גראף viewtopic.php?p=359036#p359036

האב איך מיך דערמאנט א ווערטל פון יענקל מילער אז ער האט אמאל געזען א שאפינג סענטער מיט צוויי שיך סטאר'ס איינ'ס לעבן די צווייטע, איינער האט אדווערטייזט פארנט פון סטאר "ביליגע פרייזן" און דער צווייטער האט געשריבן "בעסטע סערוויס" האט ער גענומען די נעקסטע סטאר און געשריבן "מעין ענטרענס" ......
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א איד האט געשריבן:ענדיג שוין צו די וויץ
האט עם איינער געפרעגט, וואס עפעס איז קדוש ישראל וויזניץ?
האט ער גענטפערט במתק לשונו, אין אז כי איז יענע אונגארישע חסידות איז דיר נישט שווער פארוואס?


ווייל קדוש ישראל איז ענדעלט צי ׳אהבת ישראל׳ די הייליגע סבא קדישא פון וויזניץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

שבת אחים האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:ענדיג שוין צו די וויץ
האט עם איינער געפרעגט, וואס עפעס איז קדוש ישראל וויזניץ?
האט ער גענטפערט במתק לשונו, אין אז כי איז יענע אונגארישע חסידות איז דיר נישט שווער פארוואס?


די הייליגע סבא קדישא פון וויזניץ.


די "הייליגע סבא קדישא"... יא יא שבת, קענסט ווערן אויס היימישע איד, אבער אויס וויזניצער וועסטו נישט ווערן...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יארמער רב איז למעשה א שטיקל תלמיד חכם און א יודע ספר, ער האט זייער ליב ספרים, ער פלעגט יאהרן לאנג קויפן יעדע ספר/ביכל אויף די וועלט וואס איז נאר ארויסגעקומען, ער האט געהאט א קאנטע ביי בית הספר אין וויליאמסבורג און ער פלעגט אנקויפן ספרים או ביכער אין די אלף השישי אריין און אויפגעשריבן אויף די אקאונט און צומאל פלעגט ער אריינווארפן פאר דעם בית הספר א ביינדל, אבער נישט אויף גענוג צו דעקן וואס ער פלעגט צאמקויפן.

איין טאג ווען יענקל האט זיך געדינגען מיטן בעלבאס פונעם סטאר אויף די פרייזן, רופט ער זיך אן צו יענקל, וואס דינגסטוך אויף די פרייזן די באצאלסטוך במילא נישט?, זאגט ער, גערעכט אבער איך קען באשטיין אז דו זאלסט פארלירן ווייניגער... איך בין נישט אזא שלעכטער.

א צווייטע וויץ פון אים וואס איך גלייך, וואס איז מעהר מאחורי סטייל, ער זאגט אז ער האנדלעט נישט מיט קיין יונגע, נאר מיט אלטע אין זיין עידזש, פרעגט מען אים, יענקל האסטו נישט ליב קיין יונגערע? זאגט ער, זיכער, די יונגע באצאל איך וויפל זיי בעטן, מיט די אלטע האנדל איך. :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמואל פרימו האט געשריבן:די "הייליגע סבא קדישא"... יא יא שבת, קענסט ווערן אויס היימישע איד, אבער אויס וויזניצער וועסטו נישט ווערן...


אמת, איך בין געבליבן א וויזניצער, כ'בין א גרויסע חסיד פון ר' ישראלטשע פון בני ברק, און ר' אליעזר זאב פון ב"פ, אפילו איך אגריע נישט מיט זיי אין געוויסע זאכן, האב איך זיי באמת ליב אין הארצן, כמו די חילונים אין ישראל וואס זאגן אז זיי זענען א 'יהודי בלב' בין איך א 'וויזניצער בלב', כ'געב עס נישט אויף.

ר' ישראל'טשע איז יעצט דא געוועהן אויף א באזוך אין אמעריקא און ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף מיר ביי אפאר פון מיינע חברים, ער האט געשיקט א שליח אז איך זאל אריינקומען צו אים, און זיין זוהן האט מיך גערופן און ער האט צוגעזאגט אז ווען איך וועל נאר קומען וועל איך נישט דארפן ווארטן קיין רגע. ר' ישראל איז באמת א וואוילע ליכטיגע נשמה מיט ריכטיגע אהבת ישראל, גאר א אינטערסאנטער ווארימער כאראקטער, זייער א סימפאטישע מענטש מיט אמת'ע אמאליגע תמימות און חן אן קיין פערזענליכע אגענדעס, דער איד וואלט/פלעגט אסאך מאל אוועקגעגעבן זיין לעצטע פרוטה פאר א צווייטן פאר איינעם וועם ער האט קוים געקענט. איין שטיק אמת, זייער אויטענטיש, גארנישט איז נישט געפעלעשט ביי אים, what you see is what you get, כ'האב געזעהן אויף א קליפ אויף יוטוב ווי ר' ישראל'טשע באזוכט דעם דינוב'ער אין וויליאמסבורג, און דער דינוב'ער זאגט אים "דער אהבת ישראל וואלט זיך געפרייט און געוועהן שטאלץ צו זעהן אזא דור ווי איר שטעלט אויף"!

ער פרעגט זיך נאך אויף אלע נושרים און אט"ד'ס פון וויזניץ, ספעציעל מיך און מיין משפחה קען ער שוין צענדליגער יאהרן, ער פלעגט אסאך מאל קומען צו מיינע עלטערנ'ס שטוב פאר נאכטמאל אין זיינע גאלדענע יאהרן, מיין טאטע פלעגט אים לאזן נייען בעיקטשעס אין אמעריקא און אים כסדר געשיקט וואס ער האט געדארפט פון אמעריקא.

דעס אז מאנסי'ער חסידים ווי מיין טאטע גייען אלע היינט צו ר' ישראל'טשע און שטיצן זיינע מוסדות און פארקערט אויך, מ'לעבט זיך באחדות און בשלום ושלוה, נישטא קיין שום אפיציעלע מחלוקת אין וויזניץ מעהר, די לעצטע מאל ס'איז געוועהן אזא זאך בין איך געוועהן אין די ווינדלען.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב אמאל געפרעגט א באקאנטע אטד און הערעטיק, פארוואס ער נעמט זיך אייביג אן פאר בעלזער רב, גלייבסט דאך אין גארנישט?, פונקט אין אים? פונקט דא שטעלסטו דיך אפ? זאגט ער, דער רב האב איך געזעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן, גלייב איך אין אים די אנדערע זאכן האב איך דאך קיינמאל נישט געזעהן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חקרן האט געשריבן:איך האב געהערט די מעשה פון איינע פון זיינע קינדער. וויזניצער רבי האט נישט געוואלט גיין מנחם אבל זיין, ווייל ער האט געזאגט אז עס וועט זיין דארט א לצנות. האט זיך ר' יענקל אונטערגענומען אז ער וועט נישט מאכן קיין לצנות.

עס איז געקומען ביים באזוך, איז אלעס דורכגעגאנגען זייער ערנסט, ביז וויזניצער רבי האט געפרעגט "וואו האט זי עס געהאט?" - האט ער געענטפערט "אין מאנסי"... פארשטייט זיך אז דער גאנצער עולם האט אויסגעפלאצט.. האט אים דער וויזניצער רבי געפרעגט "מען האט דאך עפעס געשמועסט?...", האט ר' יענקל געזאגט "און וואס זאל איך טון אז דער רבי פרעגט מיר וואו זי האט עס געהאט, זאל איך ענטפערן פונקטליך וואו? - ס'פאסט דאך נישט, האב איך געזאגט "אין מאנסי"...

האט ער זיך אויפגעשטעלט, געזאגט המקום ינחם און ארויס.

יא: אבער ר' יאנקל מיללער האט דאך נישט געהאט קיין ברירה. דער רבי האט איהם אריינגעלייגט אין אן אומבאקוועמע פאזיציע מיט פרעגן פונקטליך וואו...והמבין יבין. האט ער זיך ארויסגעדרייט מיט זאגן א גוט ווערטל. און דער עולם האט אויסגעפלאצט פון געלעכטער... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:כהאב אמאל געפרעגט א באקאנטע אטד און הערעטיק, פארוואס ער נעמט זיך אייביג אן פאר בעלזער רב, גלייבסט דאך אין גארנישט?, פונקט אין אים? פונקט דא שטעלסטו דיך אפ? זאגט ער, דער רב האב איך געזעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן, גלייב איך אין אים די אנדערע זאכן האב איך דאך קיינמאל נישט געזעהן.

שבת אחים: ס'הייסט דין פרענד דער הערעטיק, זז"ג האט דאך טאקע נישט געזעהן דעם באשעפער. מתן תורה און מעשה בראשית. דערפאר גלעיבט ער נישט אין די אלע זאכן...!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שמואל פרימו האט געשריבן:די "הייליגע סבא קדישא"... יא יא שבת, קענסט ווערן אויס היימישע איד, אבער אויס וויזניצער וועסטו נישט ווערן...

ס'דא עפעס א מעשה אויף דעם וואס די סוף איז "אויס איד קען מען ווערן, אבער אויס חסיד קען מען נישט ווערן". ווער ס'געדענקט די מעשה זאל זיך אנרופן ווארעם.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט