נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

http://www.buzzfeed.com/jewinthecity/13 ... rthod-9kbu

איך ווייס נישט אויב ס׳איז נעגיטיוו אדער פאזעטיוו, מאכטס אליינס די דיסשאון.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

שליחה דורך טאמבל סאס »

חרדישע פאמיליעס דערהאלטן זיך אדאנק געכשרטע געלטער
http://www.haaretz.com/misc/iphone-arti ... m-1.709558

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

וואס דארף א טראקינג קאמפעני טון אז פלעטבושע צימערמאן׳ס זאלן שמירן זייערע טראקס?
http://nypost.com/2016/03/22/orthodox-j ... -moving-ad
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

תשב"ר איז ווידעראמאל אין די נייעס. דאסמאל אין די מערסט געלייענטע צייטונג אין לאנדאן - The Evening Standard. די פאפיר ווערט אויסגעטיילט בחנם ביי יעדן טיוב סטאנציע אין לאנדאן.

עס איז קלאר אז די זשורנאליסטן - צווישן זיי אידן - ווערן געפיטערט מיט אינפארמאציע פון אינערליכע אינפארמאנטן.

מ'קען זאגן אז ס'איז א געפערליכע חילול השם צו זען וואספארא דיסרעגארד די היימישע אידן האבן פאר די געזעץ מ'קען אבער אויך זאגן אז מען זעהט ב"ה אז איינס, די מידיא און די גאווערנמענט זענען ענדליך וויליג אנצונעמען זיך פאר די רעכטן פון א נייע דור אידישע קינדער און נישט ווי היינט בלייבן גלייכגליטיג און אינדיפרענט צו אזא געפערליכע הימל געשריי אז קליינע קינדער ווערן צוגערויבט זייערע מעגליכקייטן און אויסוואהלן אין לעבן. נישטא קיין גרעסערע אנטי-סעמיטיזם פון דעם.

און צוויי, געלויבט דער פון אויבן אז פון אינעווייניג טרעפן זיך שוין אידן וואס האבן די קוראזש צו טוהן מעשים און בוחר זיין הרע במיעוטו; צו פארשעמען די איצטיגע פאלשע מנהיגים און זייערע התנהגות. אזוי ארום צו פארהאלטן א פיהל גרעסערע חילול השם פון דערלאזן א דור אויסוואקסן פארטעמפט פון חכמה. א גענעראציע וועלכע באציהט זיך מיט א קאנטמעפט צום געזעץ, א האסע צו אלצדינג פרעמד און אזא וועלכעס איז בלויז inward looking and self centered - תוך כדי פארזעהענדיג די רעכטן פון דעם אינדיווידואל אפ' בקרב מחנינו.

בזכותם זאל הקב"ה העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א דור דעה, א דור וואו תורה וחכמה שרויין כאחד, א דור וואו די אינגע מאכן אויסוואהלן און בחירות וועלכע זענען ריכטיג און דויערהאפטיג, א דור וואס זאל העלפן לינדערן די הונגער, מחלות און אונטערדריקונג איבעראל אויפ'ן ערדקוגל.

http://www.standard.co.uk/news/educatio ... 10871.html
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

ר' הירץ - איך בין נישט איבערצייגט אז די זאכען העלפען, אמאל ברענגט עס אפילו פארקערטע רעזולטאטען, עס מאכט אז די קיצונים זאלען גיין אנדערגראונד,

להבדיל ביי די עקסטרעמע מוסולמענע גרופע'ס אין אייראפע ווייזען די סטאטיסטיקס אז ווי מער מען דערדרוקט זייער קולטור [ווי למשל אין פראקרייך ווי מהאט געמאכט א געזעץ אז מטאר נישט גיין מיט קיין היזשאב אין פובליק וכדומה] אלס מער ראדיקאל ווערען זיי, פראצענטואל איז אין אמעריקה דא אסאך אסאך ווייניגער מוסולמענער ראדיקאלען ווי אין אייראפע צילוב דעם וואס דא צווינגט מען נישט ארויף בכח די אמעריקאנע קולטור (עכ''פ אין די גרעסערע שטעט),

אלופינו משה יעלון שר הבטחון בארצינו הקדושה האלט אויכעט אזוי, ער טענה'ט אז די מהלך פון יאיר לפיד מאכט די חרדים מער עקסטרעים (ואוירבאך יוכיח), לענ''ד איז די מערסטע ווירקזאמע וועג -אינעם לאנגען טערמין- צי לייגען נאר לייכטע פרעשור, בעיקר מיט געלט אז ווער עס שטעלט זיך צו צום געזעץ פון ליבה/קאור-קאריקאלאם באקומט פראגראמען און ווער נישט באקומט גארנישט,

בד''וו וואס טוט זיך אין בעלגיע? ווי די העכסטע געריכט אין לאנד האט מחייב געווען די עלטערין מיט ליבה/קאור-קאריקאלאם אין אז נישט קען די רעגירונג צונעמען די קינדער פון די עלטערין
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

http://www.haaretz.co.il/news/education/1.2895977
הרב הראשי הספרדי: אסור לגויים לגור בארץ ישראל
בדרשתו השבועית טען הרב יוסף כי מקור האיסור בהלכה, וכי שלטון תקיף יותר היה שולח אותם לסעודיה. לדבריו, גויים חיים כיום בארץ כדי לשרת את היהודים: "מי יהיו כל העוזרים שלנו?"
27.03.2016 21:38

בילד
הרב יצחק יוסף באזכרת אביו הרב עובדיה יוסף, בשנה שעברה


הרב הראשי הספרדי, יצחק יוסף, טען בדרשה השבועית שנשא אמש (שבת) כי לפי ההלכה, אסור לגויים לגור בארץ ישראל. בהקלטה ששודרה היום בערוץ 10, נשמע הרב אומר: "לפי ההלכה – אסור לגוי לגור בארץ ישראל. רק אם קיבל עליו שבע מצוות בני נוח".

לדבריו, "אם הוא לא מוכן לקבל על עצמו אחת מהן שלא יתאבד, הוא לא מוכן לקבל על עצמו את זה, שולחים אותו לסעודיה". הרב הוסיף כי "אם היתה ידנו תקיפה, אם היה לנו כוח שלטון, גויים לא צריכים לגור בארץ ישראל. אלא מה, ידנו לא תקיפה. מחכים למשיח צדקנו, שתהיה הגאולה השלמה והאמתית ואז יעשו את זה". לדבריו, הסיבה בגינה גרים גויים בישראל היא על מנת לשרת את תושביה היהודים: "מי יהיו השמשים? מי יהיו כל העוזרים שלנו? לכן משאירים אותם פה בארץ".

עוד כתבות בנושא
הרב הראשי הספרדי: "מצווה להרוג מחבל עם סכין. לא לפחד מבג"ץ, ולא שהרמטכ"ל יגיד משהו" 13.03.2016


לפני כשבועיים דן הרב הראשי בדרשתו השבועית בגל הטרור. "מגיע מישהו עם סכין – מצווה להרוג אותו", אמר יוסף. "הבא להורגך השכם להורגו. לא להתחיל לפחד עם כל מיני... שיעשו עליו אחר כך בג"ץ, או יבוא איזה רמטכ"ל ויגיד משהו אחר... זה גם מרתיע אותם. ברגע שמחבל יודע שאם הוא בא עם סכין הוא לא חוזר חי, זה ירתיע אותם. לכן מצווה להרוג אותו".

בדרשתו יוסף התייחס לדברים שאמר איזנקוט בחודש שעבר, כאשר נפגש עם תלמידים בבת ים. במהלך המפגש ביקש אחד מהתלמידים מהרמטכ"ל להתייחס להוראות הפתיחה באש, שלטענתו מסכנות את החיילים. איזנקוט השיב כי ההוראות מספקות, והוסיף כי "צה"ל לא יכול לדבר בסיסמאות, כמו 'הבא להורגך השכם להורגו'. אני לא רוצה שחייל ירוקן מחסנית על נערה עם מספריים". הדברים עוררו על איזנקוט ביקורת מצד ח"כים בבית היהודי ובליכוד.



מסתמה ווארט ער שוין קוים אויף דעם טאג וואס מ'וועט צירוק איינפירען קנעכטשאפט, און ווען די זעכציג יעריגע הער וועט קענען חתונה האבען מיט א צוועלעף יעריגע אמה עבריה, און מ'וועט קענען באגיין זשענעסייד אויף די אומות און אין איינוועיגס איינקעשען אויף דיני יפת תואר,

בד''וו זיינע אייסיס שכנים אין סוריה האלטען און פראקטעצירן שוין א זייער ענליכע אידילוגיה
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

מור וקציעה האט געשריבן:ר' הירץ - איך בין נישט איבערצייגט אז די זאכען העלפען, אמאל ברענגט עס אפילו פארקערטע רעזולטאטען, עס מאכט אז די קיצונים זאלען גיין אנדערגראונד,

להבדיל ביי די עקסטרעמע מוסולמענע גרופע'ס אין אייראפע ווייזען די סטאטיסטיקס אז ווי מער מען דערדרוקט זייער קולטור [ווי למשל אין פראקרייך ווי מהאט געמאכט א געזעץ אז מטאר נישט גיין מיט קיין היזשאב אין פובליק וכדומה] אלס מער ראדיקאל ווערען זיי, פראצענטואל איז אין אמעריקה דא אסאך אסאך ווייניגער מוסולמענער ראדיקאלען ווי אין אייראפע צילוב דעם וואס דא צווינגט מען נישט ארויף בכח די אמעריקאנע קולטור (עכ''פ אין די גרעסערע שטעט),

אלופינו משה יעלון שר הבטחון בארצינו הקדושה האלט אויכעט אזוי, ער טענה'ט אז די מהלך פון יאיר לפיד מאכט די חרדים מער עקסטרעים (ואוירבאך יוכיח), לענ''ד איז די מערסטע ווירקזאמע וועג -אינעם לאנגען טערמין- צי לייגען נאר לייכטע פרעשור, בעיקר מיט געלט אז ווער עס שטעלט זיך צו צום געזעץ פון ליבה/קאור-קאריקאלאם באקומט פראגראמען און ווער נישט באקומט גארנישט,

בד''וו וואס טוט זיך אין בעלגיע? ווי די העכסטע געריכט אין לאנד האט מחייב געווען די עלטערין מיט ליבה/קאור-קאריקאלאם אין אז נישט קען די רעגירונג צונעמען די קינדער פון די עלטערין

אט הערט פארוואס איר זענט נישט אינגאנצן גערעכט.

עס איז דא אפאר פאנדומענטאלע חילוקים פון די חרדישע צו די מוסלעמענע גרופעס. ערשטנס, לאמיר קודם שטופן סטאטיסטיק אין א זייט. א אינסולאר קאמיוניטי וואס ווערט קאנטראלירט דורך אומערוועלטע יחידים און אין וועלכע אינדיווידועלע מיינונג ווערט אונטערדרוקט, איז נישט נאר וואס סטאטיסטיקס איז נישט באגלויבט נאר די פראצעדור ווי אזוי די סורוועיס זענען דורכגעפירט געווארן ברויך אריינגעלייגט ווערן אין question. חוץ מזה האסטו נישט געברענגט קיין מקור צו דיינע קלעימס.

אונזער חינוך סיסטעם איז א עוולה מכח עטליכע סיבות. 1. די רעכטן (וואס איז כולל כמה) פון די קינדער ווערן אוועקגערויבט. 2. די כשרונות פון די קינדער ווערן נישט יוטילייזד צו בעסער מאכן די וועלט פון וועלכע זיי וועלן שפעטער נעמען, פון וואס זייערע עלטערן האבן שוין גענומען און צו וועלכע די איבריגע וועלט-אינהאביטאנטס קאנטריביוטן עט די מאמענט. 3. די קינדער קומען ארויס מיט א נעגעטיווע בליק אויף 'אנדערע' מיט וועמען מיר שערן די וועלט.

אמת אז ארויפצווינגען פרייהייט קען פירן צו עקסטרימיזעם. אבער קודם לאמיר פארשטיין עקסטרימיזם און נאכדעם וועלן מיר פרובן אפצולערנען וואס איז דאס 'ארויפצווינגען פרייהייט'. אלעס פארשטייט זיך אין א ניסן שאלעכץ.

ווי איך פארשטיי רעדסטו פון צוויי סארטן עקסטרימיזם: שטעכן מיט מעסערס אדער נאך מער זיך פארשליסן אין זיך. איך זע א דריטע עקסטרימיזם: רמאות. דאס איז, אזוי ווייניג זיך רעכענען מיט אן אנדערען אז איך בין דיך גרייט אויסצוטאן נאקעט בעירום ובחוסר כל - זאלסט אפהונגערן און פיגרן.

פרובירן צו סעקולערייזן א טראדיציע, א צוריקגעבליבענע רעליגעיזע לייף-סטייל - אדער ווי דו רופסט עס - ארויפצווינגען קולטור, קען געטוהן ווערן אויף עטליכע וועגן און יעדע האט זיך זיינע פראָס און קאָנס. איך קען גיין און דיך אריינשטיפן א מורה נבוכים אין די האנט אבער כ'גלייב כ'וועל נישט האבן קיין סאך קונים דערפאר. כ'קען פרובירן דיך אריינשטופן א פורנו מאגאזין אבער איך שטעל איין צו פארלירן מיין טראסט ביי דיר אדער קען איך נאך ערגער אפשניידן ווען דו וועסט זיך נוקם זיין אדער וועסט חוזר זיין נאכדעם וואס די גילט וועט אריינקיקען. אין בעסטן פאל קען איך פארגעסן פון נאך אמאל האבן אן ערנסטן דיסקאשן ווייל מעגליך וועסט בחייך -- פון די ריזיגע פורנו סעלעקשן קיינמאל נישט ארויסקריכן. אדער קען איך דיך שיין מסביר זיין פארוואס פורנו איז נישט קיין פראבלעם אבער דאס איז לאו דוקא די סעלושען - ס'איז דא בעסערס ווי דעם, ריעל לייף; עס לכול, לאמיר ארבעטן סטראטעגיש וכו'. כ'קען גיין נאך מער - פורנו איז נישט קיין פראבלעם אבער ס'איז נאו פוינט וועיסטן דיין צייט, קום לאמיר טראכטן ווי אזוי מיר האבן א וועלט אין וועלכע ס'איז מעגליך צו וואטשן פורנו. אבער נאכאמאל, כ'גלייב אז אויכעט פאר דעם אפשען וועל איך נישט האבן קיין סאך אינטרעסירטע.

ביז אהער איז געווען פאזעטיוו. דערנאך חזר'ט זיך אלעס בדרך שלילי. כ'קען דיך צווינגען צו גיין געקליידעט פריצות'דיג. געגן דיין ווילן דיך עקספאוזן צו אויסגעלאסענע בילדער וכו'.

הכלל, געוואנדן אין וועלכע דרך איך וויל אויסקלייבן, וועט זיך פאדערן דיפערענט לעוולס אויף איבערגעגעבנקייט - קאמיטמענט, סעלפישנעס און אידיעלאגיע - פון מיין זייט - וואס איך זאל גרייט זיין צו ספענדן כדי אנצוקומען צום דעזייערטן ציהל והוא הדין דיפרענט לעוולס אויף קנאה שנאה און דיסדעין צו דיין וועג פון לעבן - וואס איז פארשטייט זיך מער נאטורליך והבן. נאכדעם איז סתם אזוי די שאלה, טוט מען עס פון אינעווייניג אדער פון אינדרויסן. טוט מען פראמאוטן קולטור (נישט די פורנו), עקענאמיע, וויסענשאפט פון אינעווייניג אדער פונדרויסן? וועט מאטעריאל באאיינפלוסן דעם אינטעלעקטואלן און ספיריטואלן אספעקט אדער פארקערט?

און דא קום איך צו צו מיין וויכטיגסטע נקודה. עכ"פ, די נקודה וואס כ'האב לכתחילה עקסלוסיוולי געוואלט אנמערקן אין דעם תגובה. פראנקרייך, און אזוי אין נאך מדינות, טוען זיי צוערשט ארבעטן אויפ'ן מאטיריעלן חלק מיינענדיג אז דאס וועט שוין ברענגען אידעלאגיע. זיי פארפאסן צו זעהן אז דאס פאלגט נישט נעסעסערעלי. און בעוונותינו הרבים איז עס מער מאל נעגעטיוו -- און פונדרויסן, ווי פאזעטיוו -- און פון אינעווייניג. אינזינענדיג האבן זיך קודם, און נאכדעם דער סאבדזשעקט. מתוך קנאה מער - ווי מתוך אהבה. קומענדיג צו ראטעווען ווי איידער צו פרעווענטן. אוועקנעמענדיג דעם אלטן אבער נישט גיבענדיג א פאסנדער אלטערנאטיווע איבערלאזענדיג דאדורך א חלל.

אויסער דעם, איז דאך לערנען און פארשטאנד דאך יא עפעס וואס מיר טוען מחשיב זיין - נאר א תורה אחרת. איז אויך ממילא נישטא אזוי ווייט די פחד פון ווייאלענס אבער נאך מער די פחד פון רמאות. אויך איז אונזער חינוך - וו"ס די מוסלעמענע- מער באזירט אויף 'אונז זענען בעסער' ווי דער 'זיי זענען ערגער'. א זאך וואס איז שוין א פלוס. ווייל יעצט בלייבט נאר איבער צו פרעזענטן די עווידענס אז זיי זענען אויך גוט. אין אנדער ווערטער, איך דארף דיך נישט צווינגען אויפצוגעבן דיין תורה, אונזערע פריעדיגע האבן זי שוין מאדאפיצירט און די מקורות עקזעסטירן שין. אצינד בלייבט נאר איבער דיך איבערצוצייגן זאלסט א בליק טאהן אויף זיי, משא"כ די מוסלעמענער וק"ל.

סתם זאג איך, כ'קען מיך איינפאך נישט איינהאלטן, זיי נישט נאריש: ווילסט צוגלייכן אן אמעריקאנער מעינסטריעם קולטור צו א פראנצויזישער מעינסטריעם קולטור? פון א מדינה אפיציעל געפירט און באאיינפלוסט פון קור רעליגיעזיע ווירדן צו א מדינה וואס האט א נחשונדיגע - ווידערגעשפעניגט אין די קירכע און קלערגי - שוין מיט אפאר מאות צוריק?

יעצט פראקטיקלי, גיין אנדערגראונד קודם כל איז גאר שווער אין די היינטיגע וועלט. און וויפיהל אנדערגראונד קענסטו שוין גיין און נאך אלס האבן השפעה אויף א ציבור? מיינסטו אז יעצט זענען זיי נישט אנדערגראונד? קעגן דעם מכם ובכם אין עצה ואין תבונה. נאכדעם, דרוק מיט געלט איז טאקע אויך וויכטיג אבער דאס אליינס איז טאקע סתם פייניגן. כ'זע נישט ווי אזוי צומאכן סקולס איז צווינגען אדער דערדרוקן. זיכער מוז אפהאלטן געלט זיין א גרעסערע צער. ווילסט לערנען תורה? לערן אים אינדערהיים. אבער אז דו האסט נישט צועסן, קענסטו נישט זאגן, "כ'וועל מיך באגיין אנדעם."

כ'ווייס נישט ווער משה יעלון איז אבער די ארץ ישראלדיקע שרים האב איך מורא צו טראסטן נאך פאר ווען ס'קומט צו חרדים מער ווי אונזערע. פראגראמען זאגט מען שוין צו און מען גיבט שוין יארן, דערווייל האלט מען נאך אלס ביי די ערשטע פאזע - פון געבן. אין געוויסע מקומות האלט עס שוין ביי די "ענגעידזשן" פאזע. אויך דארף מען א קוק טאן ווער ס'מאכט זיך קודם אן די חובות. ס'נישט יושר דו זאלסט מאכן צענדליגע קינדער און פארלאנגען איך זאל צאלן זיי אויסצוהאלטן. ועוד, דערווייל לעבן מיר אין א וועלט אין וואס אפילו כ'וועל נישט צאלן וועסטו לכאו' נישט אויסגיין פאר הונגער. נו, וועסטו נישט האבן די ערקאנדישן אין די זומער. און ווער ס'דארף קודם מאכן די השתדלות דער משלם אדער דער משנה איז א שמועס פאר זיך.

פיינעלי, איז זאגן אז מ'טאר נישט ענפארסן די געזעץ און וואליוס פון דעמאקראטיע און מענטשן רעכט, ווייל דו וועסט נאך ווערן א גרעסער מענטשן רעכט פארלעצער נעמט אוועק די בחירה, איז חוטא נשכר און איז א נותן יד לפושעים.

איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין בעלגיע אבער פון פאליסי ביז ענפארסמענט צו פולע רעאליזאציע איז א מהלך. די עדיקט פון טאלעראנץ האט אויך גענומען יארן ביז זי האט פולשטענדיג מאטיריעלאזירט.
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

די אומלעגאלע ישיבות מאכן ווידערמאל די העדליינס אין ענגלאנד - דאס מאל אין די BBC - אויף די ניוזנייט אווענט ווידיאו פראגרעם. אזא דעקונג הילכט אפ אין די מדינה און באקומט די אויפמערקזאמט פון די העכסטע אין געזעלשאפט.

די ארטיקעל אנליין אויף די בי בי סי.

דא קען מען וואטשן אויף BBC I-PLAYER.

אויף DAILY MOTION פאר די מערהייט אויסלענדישע בינינו.

דער זשורנאליסט און פראדעצורער באריכטענדיג אויף פעיסבוק.

1551835e-6942-42b2-96a2-27377d816e17.jpg


c3751a55-a08b-4b5e-addb-11dbe07bff09.jpg
הירץ אייכל גומפרץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מאי 24, 2014 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך הירץ אייכל גומפרץ »

די פלייץ פון ארטיקלען שטעלן זיך נישט אפ. עס איז ווי א באן וואס איז ארויסגעפארן פון סטאנציע און וועט זיך שוין מער נישט אומקערן. פיהר ארטיקלען אין די "אינדעפענדענט" נאכגעפאלגט פון א פאדקעסט טאלק שאו אויף LBC נעכטן זונטאג נאכמיטאג.

jewish-schools-2-teri.jpg

מען האט מיר צוגערויבט מיינע קינדעריארן: א געוועזענע תלמיד פון א אומלעגאלע ישיבה אנטדעקט פיזישע אביוז

jewish-building.jpg

די רעגירונג האט געוואוסט וועגן די לאקאלע קאונסיל קאווערינג-אפ טויזנטע סטודענטן וועלכע ווערן פארשוואנדן ווי נאר זיי ענדיגן פריימערי סקול (חדר)

Orthodox_Jewish_GETTY.jpg

אלס אידישער ראביי, טוט מיר זייער וויי צוקוקענדיג צו די שאדן וואס די חרדישע סקולס מאכן אן צו אונזערע קאמיוניטיס

"רעליגעיזע שולעס שטעלן נישט אויס קינדער צו פיזישע געפארן, טענה'ט א אידישע פירער"

א לינק צו די LBC רעקארדינג, אוואו מענטשן האבן אריינגערופן קאמענטירן איבער די נושא, וועט נאכפאלגן ווי נאר עס וועט אפלאודעט ווערן אויף זייערע וועבזייטל.
עפעס אזוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 21, 2016 9:07 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך עפעס אזוי »

בן תמליון האט געשריבן:דורך די קאמענטס אויפן טיימס ארטיקל זעט זיך אז אן ארנטליכער גוי קוקט אן זייער בייז דאס חרדים זיך נישט וועלן אראפזעצן און פארלאנגען די נישט אידישקע, וואס האט געקויפט איר זיץ מיט רעכט זאל זיך אויפשטעלן ווייל איר וועט האבן מחשבות זרות. להלכה איז קיין שום איסור צו זיצן נעבן א פרעמדע וואס איר האט קיין שייכות מיט. ווילט איר זיין פרום כל הכבוד אבער זייט מוחל פארשאפט אייך א צווייטן איד נעבן אייך ווען איר קויפט די טיקעט אדער קויפט צוויי זיצן. דאס איבערקערן עראפלאנען און הייסן גוים זיך אויפשטעלן ברענגט אויף בייז בלוט ביים גוי און ברענגט נישט קיין כבוד פארן עם ישראל.


איך וויל דא פרעגן צוויי שאלות, אמת דאס איז אן אלטע נושא, אבער עס איז זייער א פארווייטאגטע נושא.
1. וועמענס געדאנק איז געווען אז מען גייט בעטן די שכנ'טע די גויטע אז זי דארף זיך טוישן, איים סארי אז די האסט א פראבלעם מיט איר, זיי מוחל הייב זיך אויף און די טויש זיך פלאץ זי איז דיר גארנישט שולדיג :!:
2. א שאלה אין הלכה, אלס איינער וואס פליט גאנץ אפט, וואס דארף איך צוטוהן, זאל איך גיין בעט'ן די סטוארדיסט אז זי זאל מיך טוישן פלאץ גייט זיך די פרוי אויך באליידיגן, (פאר אלע וואס גייען שרייבן, טויש נישט פלאץ,
איים רילי סארי אבער איך פיל מיך זייער אומבאקוועם צו זיצן נעבן א פרוי, אויך איך האב מורא, די ווייסט וואס די פרוי קען שפעטער שרייען ה' ירחם וד"ל).
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

I can't help ווען כ׳האב הנאה צו זען אזא נייעס׳ל באריכטעט ווי עס פאסט זיך, כולי האי ואולי יחוס:
http://mobile.nytimes.com/2016/09/04/ny ... women.html
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איז אזא נייעס אין דער ניו יארק טיימס א חידוש?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך טריי סתם צו פארשטיין מיט וואס איז 'ליבעלע פאלאקי' מער קיהלער און פענסיער ווי 'ליבי פאללאק' ?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא

שליחה דורך טמיר »

שרעקליכע חילול השם. ריטוירן פאליסי אנדערש ביי חרדישע געגענטער
http://www.vosizneias.com/249993/2016/0 ... z+Neias%29
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט געפערליך, ס'איז א היימישע קאמפאני.

צו הערן וואס דער בעה"ב זאגט, זעה דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 4#p1295684
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

קוק די לינק אין ישראל היום
געמאכט א בער פון א אומשילדיגע שרדה

http://www.israelhayom.co.il/article/434407

אויסגעדרייט זיינע ווערטער
און ניצט פאר א שטעקן פאר זייערע אג'ענדעס קעגען די חרדים
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיש-נייעס: זייער קארעספאנדענט האטציך נאר טועה געווען מיט א קלייניגקייט. זיי זענען בכלל נישט גוט אין די קליינע פרטים ווען ס'קומט צו חרדים. דער הרב יואל ראטה האט בכלל נישט קיין שום שייכות צו תולדות אהרון. אויסער דעם פאקט וואס זיין נאמען איז אויכעט ראטה. ער איז א ברסלב'ער תלמיד מיט זיין אייגענעם דרך אין מפרש זיין דאס חסידות. און ער האט א גרויסן עולם פון אנהענגערס...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

זיי גייט עס נישט אן, אז זיי זעהען א חרדי'שע רב רעדט אז מען דארף גיין ארבעטן, איז דאס זיי שוין א קרן,
איי, הא לן והא להו, און ארצות הבריט... איז די דרך העולם צו גיין ארבעטן, מען לאזט ארבעטן, מ'מאכט נישט משוגע מיט'ן צה"ל, נחל חרדי ליב"ה ודומיהם
און עס זיצט א יונגערמאן נאך דו חתונה אין כולל און קומט און גייט און גייט און קומט שוין!
אבער זיי כאפן זיך אן אויף א שטרוי העכערן וואסער.

חוץ פון דעם זענען די "שרייערדיגע קעפלעך" חרדי שלא הולך לעבוד הוא גנב סתם שקר, ווייל מכלל לאו אתה שומע אז חילוני (וואס "אאאלע" גייען ארבעטן) איז נישט קיין גנב, וואאס אגב זענען זיי סתם אזוי גנבים
און ווי אזוי דער יהודה שלזנגר האט שוין געוויסט צו זאגן אז ער איז א שטארקער און אנגעזענע רב ביי די חרדים

זיי זענען נישט גוט אויף כלל אויך נישט נישט נאר אויף פרטים...

דרך אגב זאגט ער זייער גוט, איך האב געוואלט לייגן א סקרין שאט פון די כתבה, ווייל דא אין אמעריקא איז עס יא נוגע, אבער גיי רעכן דיך אויס מיט די גבאים, ווער עס קען יא אדער נישט לייגן א בילד
שוין זאל זיין אזוי,

עניוועי איך האב דיך געלייקט, אויב דו פייגער'סט פאר א לייק!
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
פארשפארט