אבער ושמחת דערמאנט נישט סוכות, אדער עפעס וואס רעדט פון סוכות. למען ידעו איז גראדע אויך גוט און אפשר נאך בעסער. אינטרעסאנט, פון אלע סוכות פיוטים האט מען נאך נישט געקענט ארויס קוועטשן עפעס א לייטישער זינגבארער ניגון.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מאכסט ליצנות? כ'האב אנגערופן קולמע, די ערשטע מאל אין צוויי יאהר מסתמא, ספעציעל צו הערן 'בסוכות תשבו,' כבין פונקט געזיצן על האבנים, ס'האט מיר אזא קרינזש געגעבן אז די בעיבי איז מיר שיער צוריק אריינגעלאפן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ח-י-י-ב א-ד-ם ל-ב-ס-ו-מ-י ------- כללישראל יונייטעד, התעוררות מתוך שמחה......
#בסוכותתשבו
אינטערעסאנט אז די הויעכע פאל פון בסוכות איז אקוראט די זעלבע ווי די הויעכע פאל פון חייב איניש, אשר נתחבר ע"י יוסל טאבאק מפלעטבוש וואס מעו זינגט דארטן א גאנץ פורים.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
שוין דא א געווינער. מטעם די מבינים איז עס כאיל תערוג (#1) פון איינעם איינהארן פון ברוקלין, און מטעם דעם עמך איז עס דער א טרערעלע (#2) פון איינעם רובינשטיין אין מאנטריאל.
די דעת הקהל און דעת המבינים כלפי דעם צווייטן ניגון איז גאנץ נאנט געווען. א שאד נאר אז עס ווערן נישט אנאנסירט די געווינערס אין ראנג, אזוי וואלטן מיר געוויסט ווער עס איז אריין געקומען דער צווייטער א.א.וו. בכל אופן עס איז א סברא צו זאגן אז לא במקרה זענען די צוויי ערשטע אריין געקומען די שטערקסטע, זיי ביידע זענען שטייט און אומעטיג, ביידע זענען גוט אראפ געלייגט, און בעיקר, ביידע זענען פון אנהייב. זאל מען זאגן אז די מבינים טראץ זייער סענס אף קריטיג מאכן למעשה ענדליכע החלטות צום קהל? ווער ווייסט. פאקטיש האבן זיי ביי די ערשטע צוויי געטיילט ברייטערע מוצות פון ביי די שפעטעריגע.
און יעצט כלפי די מבינים און זייער קריטיג אויף די ניגונים. זיי רעדן זייער מביניש, סיי פריד (נשמה'דיגע מבינות) און סיי וואלדנער (דער וואלדנער פארמאגט א קלאסישקייט חבל על הזמן), און מאיר אדלער מיט א שפראך זיך אונטערצוהאלטן. עס באדערט מיר נאר אז אלע האבן זיי בערך איין מיינונג. און וואלט ערווארטעט מער חילוקי דעות.
איך פערזענליך דינג זיך מיט זיי אויף עטליכע ניגונים. בכלליות האלט איך אז א ניגון מעג פארמאגן א פארלוירנקייט און פארבלאדזעטקייט, און אדרבה, דארטן שטעקט א ספעצעלער שיינקייט און ארט. דער צווייטער פאל פון א טרערעלע האבן זיי גע'פסל'ט און איז אבער ביי מיר די בעסטער, דארט כאפ איך א הייב. ביום צרה איז אויך דער צווייטער פאל וואס מאכט די זאך ביי מיר, הצד השוה, די פארלוירנקייט. איך ווייס דאס אז א גוטער ניגון דארף קיצלען דעם געזאנג ביין, אבער אמאל איז א לייכטער שטילער אנועזנהייט ארום דעם בין בעסער ווי א דירעקטער קיצל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מען האט געדארפט זיין טויב אויף צו נישט פארשאצן א געווינס פאר על אלה אני בוכי' און אויף איי וועלט האט דאס אויך געווינען. וועגן כאיל תערוג אגב די מחבר הייסט אוסטערליץ בעל מחבר ספר חסידות על העליונה זייער א געשמאקע ניגון נישט סורפרייזט אז דאס איז ארויס די שטערקסטע ביי זיי. אגב מאיר אדלער'ס שטערקסטע רעיט איז געגאנגען פאר לא לנו
די קומענדיגע וואך ניגונים איז א שווערע אויסוואל און שווער פארצושאצן וואס די עולם וועט גיין פאר.
ביי די צווייטע באנדל האבן מיר געכאפט מער די לעצטע האלב.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
האלאו, קריך צוריק אין דיין ד' אמות של הלכה, דער עולם דארף א מנהיג.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
ביסט ארויס געקראכן פון דיין באהעלטעניש פשוט ווידער אמאל אנצישטינקען דעם פלאץ? וועלעכער ווינד האט דיר אהער געבלאזן אין מיין מוזיק אשכול?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
דערווייל זע איך נישט אז דער עולם זאל האלטן אז איך שטינק אן דאס פלאץ, און אויב דו זאגסט אזוי - בין איך דאך אוודאי צופרידן.
דער זעלבער ווינט וואס האט דיר אריינגעבלאזן אין יעדן נארמאלן אשכול, וואס דו האסט פארוואנדלט אין א צוקאליעטשטן אשכול, האט מיר דא אהערגעבלאזן.
אלנפאלס, איך האב פשוט מעיר געווען אויף געוואלדיג'ס ווערטער, און נישט געזוכט צו רעדן ווייטער דערוועגן אין דעם אשכול, אבער אז דו מוזט האבן די לעצטע ווארט ארבעט איך מיט. יעצט ענטפער, אזוי אז איך זאל ווייטער צוריקענטפערן.
איך מיין אז דער ניגון נומער 5 הייסט מרובים צרכי עמך. עס האט אנגעצינדן אין מיר עפעס, האב איך דערויף געוועהלט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
דער מוצאי שבת איז נאר מאיר אדלער געווען אינטרעסאנט. פריד מיט ברייער זענען עפעס געשלאפן. און ווידער דער זעלבער פראבלעם, אלע האבן דער זעלבער מיינונג, און בעיקר, צו מאל אנדערש פון מיין מיינונג... מאיר פראבירט צו דערגיין דער מהות פונעם מחבר דורך'ן ניגון, אן מאיר קען מען שוין נישט גיין צום טיש. (אפשר מאכט מען יעדער וואך ניין ניגונים מיט מאיר'ס אבזערוואצעס, א נייע פרנסה פאר אים ניגונאלאג במקום גראפאלאג...). מאיר גיט דעם ניגון א צורה, איז עס מדמה צו עלטערע ניגונים, און זאגט פאראויס מיט הצלחה וואו און פארוואס דער ניגון פאסט זיך דא אדער דארטן. איין פראבלעם נאר, ער בארימט יעדער איינציגסטער ניגון, נו, אז ער גלייך'ט יעדער ניגון דארטן איז דאך נישט שייך אנדערש.
געווינען ביים קהל האט ואני תפילתי, וואס איז לויט מאיר'ן א בחור אדער יונגערמאנטשיק. און ביי די מבינים, מהר. און ביי מיר מער ווי איינס...
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מושב דאס אז מאיר און די אנדערע רימען יעדע ניגון איז ווייל די קאמפאזערס זענען יענע וואך באליידיגט געווארן פון אויפריכטיגע אפשאצונג, ממילא איז די וואך געווארן א חדר ווי יעדער איז גוט און געשמאק... און די רעיטינג-וואלן איז געווען אףף ליין כדי שלא יבייש, די געווינען ארבייט ווער עס באקומט די מערסטע רעיטינג פוינטס פון אלע 3 צוזאמען, אדלער וואלט ווען בעצם געקליבן מהר און ברייער מי אדיר
קען זיין. דער אמת איז אבער אז עז איז לאו דוקה א מצווה צו קריטיקירן ניגונים. אז זיי זענען גוט זענען זיי גוט. מען רעדט דאך דא נישט פון ניגונים וואס דארפן גרייכן א אקאדעמישער סטרוקטור. מען רעדט פון ניגונים וואס איז געמאכט פון מענטשן פאר מענטשן, פון הארץ צו הארץ. איז ווילאנג עס איז עפעס וואס דער צבור קען מקבל זיין סיי וואו און הנאה האבן דערפון, איז דאס א גוטער ניגון. יואלי גליק וסעתו קלויבן אודאי אזעלעכע סארט ניגונים, ממילא איז נישטא וואס צו זאגן דערויף מער ווי אפשאצונגען.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).