'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קל וחומר האט געשריבן:איצטער מאך אן אשכול פאר רעכטע שטיקלעך אין לינקע ספרים.

אין די ספרים פון הרב ראי"ה קוק קענסטו עס א סאך טרעפן. אבער ער איז דאך שר"י עפ"ל ימ"ש כידוע במקומותינו...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גרויסע ייש"כ לידידי הרב [tag]געוואלדיג[/tag], פארן אויסלייזן דעם אשכול ממיצר, אזוי וועט יעדער קענען צולייגן קטעים וואס זענען פאסיג פאר דעם אשכול.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: איך האב מיך טאקע געוואונדערט וויאזוי דער אשכול איז אריינגעפאללן אין מאחורי. אפשר כדי דער "אנאנים" זאלל זיך אנרופן מיט זיינע אויפגעטראכטע מעשיות, וועלכע קומען פון א קריעטיוו מח, אבער א ליצנות'דיגן כאראקטער, וועלכער האט א ספעציעלע הנאה אנוצדרייען דעם תמימות'דיגן עולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטעלט אייך פאר, אז איינער קומט אריין אין ביהמ"ד און נעמט זיך זאגן אז די גאנצע טעם פארוואס רבי גרשום מאור הגולה האט מתקן געווען נישט אפצו'גט'ן א פרוי בעל כורחה, איז צוליב דעם וואס ער האט געהאט א טאכטער אין אזא מצב. מיר וואלטן אים פארשטיינערט פאר זיין חוצפה.

השכלה במיטבה! חשבונות גשמיות אין דעת תורה? ח"ו!


אבער צו אונזער וואונדער שרייבט ענליך צו דעם, נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער גדול בדורו, דער הייליגער רלב"ח, און טאקע אויף רש"י זעלבסט!

מראה מקום אני לך: שו"ת הרלב"ח סי' ל"ו.

וז"ל בא"ד: "כנראה שהרב ז"ל [רש"י] כאב הבנות הפך בזכותן בכל, ואולי מזה הצד הוסיף כפייה לחליצה, שלא כדברי שאר הפוסקים".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איר קענט די 'שיקצעס' וואס לייגן טלית ותפילין ביים כותל? זיי רופן זיך 'נשות הכותל', און ס'רוב פון זיי זוכן דייקא יא א קאנפראנטאציע מיט די חרדים, און איך קום זיי אוודאי נישט מצדיק זיין.

אבער וואס וואלט פאסירט אויב איר קומט מארגן אהיים, און איר טרעפט אייער ווייב מעוטר בטלית ותפילין? קודם וואלט איר גענומען איר פיבער, דערנאך וואלט איר געזוכט אנדערע צייכענעס פון א נערוון בראך, און צום סוף - וואלט איר פשוט געהאלטן אז זי האט זיך אנגעליינט מיט לינקע ליטעראטור איבער 'גלייכע רעכטן' פאר די פרויען א.א.וו.


פאקטיש, טענה'ט דער גאון ומקובל וראשון לציון, דער מהרי"ט אלגאזי, אז זי באקומט שכר פאר דעם, און זי איז קלוג פארן נישט קומען שואל עצה זיין ביי רבנים וואס צו טון, נאר מחליט זיין מעצמה צו לייגן טו"ת.

מראה מקום אני לך: קדושת יום טוב דף פ"ז ע"ב.

"והוא הנרצה באומרו 'עוז והדר לבושה', שהיתה לובשת תפילין וטלית שנקרא עז והדר, ומעיד עליה הכתוב לאמר 'ותשחק ליום אחרון' דשכרה איתה ליום אחרון בעה"ב, דאע"ג דאינה מצווה ועושה מ"מ יש לה שכר, ד'גדול המצווה' אמרו - מכלל דמי שאינו מצווה ועושה נמי נוטל שכר. אבל אף חכמתה עמדה לה שלא באתה לשאול לחכמים אם תהי' מנחת או לא, אלא היא מעצמה 'פיה פתחה בחכמה ותורת חסד על לשונה', שהיתה עושה מ"ע שה"ג שלא נצטו' בהם מעצמה".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אגב, פון די רלב"ח איז נישט אזא שטארקע ראיה, ווייל מ'זעט עס אסאך אין די ראשונים ווי זיי מאכן אוועק דעם בר פלוגתא'ס שיטה טייל מאל מיט לצנות ממש. עי' ערך רמב"ן, בעל המאור, ואבן עזרא וכדו'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דו האסט דיך מסתמא פארמישט מיטן רלב"ג וואס איז געווען א ראשון.

דער רלב"ח איז געווען פיל שפעטער, בתקופה שלאחר גירוש ספרד [באקאנט אלס בר פלוגתא פונעם מהר"י ביר"ב, ביים פולמוס הסמיכה, ואכמ"ל].

ער האט געלעבט הונדערטער יארן שפעטער, און עס איז שוין איינמאל א חידוש - אין אונזערע אויגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בשנת תשי"ט לפ"ק איז האדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל געפארן קיין ארץ ישראל, אונטערוועגענס האט מען זיך אפגעשטעלט אין עטליכע מקומות אין אייראפע, ביניהם ווענעציע. די פרטי הנסיעה איז געווארן פארצייכנט און געדרוקט אין א קונטרס "ויהי בנסוע" דורך א מיטפארער, דאס האב איך געפונען דארטן ווי דער באבובער רב ווערטלט זיך "בתמימות" מיט א שטיקל שעיקספיר:
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

שליחה דורך טאמבל סאס »

דיס פיסעס מי אףף!
ער לייענט זיך אן מיט ספרים חיצוניים אויפן חשבון פון די קהילה'ס קאסע, די זעלבע קהילה וועמענס מענטשן ער לאזט נישט זיי לייענען. ווען ער האט זיך ארויסגעכאפט, פארווישט ער עס בלבוש קנאי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבי, בארואיג דיך. ער האט עס בפשטות געליינט נאך בעפארן קריג, איידער ער איז געווארן רבי, וואס דאן איז דאס געווען זייער א נארמאלע זאך.

אגב, איך האב שוין געזען ענליכעס פון אנדערע גדולי ישראל, וואס האבן ציטירט אדער גערעדט פון שעיקספיער. כרגע געדענק איך נישט וואו און אויף וועם כ'האב עס געזען.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

שליחה דורך טאמבל סאס »

א מענטש מאכט נישט קיין ווערטל פון א זאך וואס ער שעמט זיך ער האט געטוהן. ספעציעל אזא איינער וואס יעדעס ווארט זיינער ווערט געמאסטן. אפשר וואלט בעסער געווען אז ער לאזט יא זיינע קינדער לכהפ עס לייענען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן: אגב, איך האב שוין געזען ענליכעס פון אנדערע גדולי ישראל, וואס האבן ציטירט אדער גערעדט פון שעיקספיער. כרגע געדענק איך נישט וואו און אויף וועם כ'האב עס געזען.

theantitzemach.blogspot.com/2016/09/how-did-ryy-of-skver-know-about.html?m=1
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, ייש"כ [tag]ריכטיג[/tag] פארן מחזיר זיין מיין אבידה. אט דאס האב איך טאקע געמיינט, און מ'רעדט גאר פונעם קאלאראשער צדיק!

טאקע דארט שרייבט אן אנאנימער מגיב איבערן מעשה פון ר"ש מבאבוב מיט שעיקספיער, וואס יעדער קען אפירזוכן אליינס דא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא, כ'וואלט געדארפט גוגלען בעפארן ארויפלייגן, כ'האב געמיינט ס'איז מיין מציאה.

(אחר צאתך מקאווע שטיבל האב איך נישט גע'חלומ'ט אז מיין טויזענסטע לייק וועט זיין פון דיר!)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס: בארואיג דיך. יא. ווער מיר נישט אזא קנאי. א רבי איז נישט מער ווי א בשר ודם. אפשר האט ער עס געליינט ווען ס'איז געווען בין יום ולילה. איך בין דא נישט סארקאסטיש. ס'מעגליך ער האט עס געליינט אין ביהכ"ס. אלס יחיד. אלס פריוואטער מענטש. און ער איז געווען צופרידן אז דער עולם איז נישט געווען באהאוונט אין די עניינים...!

בדוו. פרעג סיי וועלכן טיפיקל וויליאמסבורג'ער ווער ס'האט געשריבן די פראטאקאלן פון די זקני ציון... נאך וואס ר'עט דיך אנקוקן ווי א האן אין בני אדם וועט ער זיכער זאגן אז די פארשאלטענע ציונים,ימ"ש, שר"י, עפ"ל... :lol: :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:יא, כ'וואלט געדארפט גוגלען בעפארן ארויפלייגן, כ'האב געמיינט ס'איז מיין מציאה.

(אחר צאתך מקאווע שטיבל האב איך נישט גע'חלומ'ט אז מיין טויזענסטע לייק וועט זיין פון דיר!)

WOW, טאקע א זכיה.

כ'האלט שטארק פון דיר און דיין פאטענציעל, על'ך מערצעשעם דארפן אפשרייבן עפעס באזונדער אינעם אשכול אלף לייקס.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אדנירם האט געשריבן:יא, ייש"כ [tag]ריכטיג[/tag] פארן מחזיר זיין מיין אבידה. אט דאס האב איך טאקע געמיינט, און מ'רעדט גאר פונעם קאלאראשער צדיק!

טאקע דארט שרייבט אן אנאנימער מגיב איבערן מעשה פון ר"ש מבאבוב מיט שעיקספיער, וואס יעדער קען אפירזוכן אליינס דא.

איבערהויפט ווען מהר"ש מבאבוב האט געהאט אביסל אן אנדערע היסטאריע בעפאר די קריג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג" ביטע זיי מרחיב את הדיבור א ביסל. איך ווייס וואס דו מיינסט. אבער פאר'ן עולם. נאר ער איז נישט געווען קיין בן יחיד. דאס האטציך אפגעשפיעלט אין א סאך רעבישע הויפן...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טאמבל סאס האט געשריבן:דיס פיסעס מי אףף!
ער לייענט זיך אן מיט ספרים חיצוניים אויפן חשבון פון די קהילה'ס קאסע, די זעלבע קהילה וועמענס מענטשן ער לאזט נישט זיי לייענען. ווען ער האט זיך ארויסגעכאפט, פארווישט ער עס בלבוש קנאי.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk


אדרבה, כ'געב איהם קרעדיט ער בי עסט נישט ארום און זאגט אפילו זאכען וואס ער האט אליינס געליינט צי עס פאסט יא אדער עס פאסט נישט מיט אן אויפריכטיגקייט. אבער נאך אלעס איז ער א מנהיג פאר א חסידישע עדה דארף ער אויפמערקזאם מאכן אז ס'איז אייביג בעסער אז מ'לייענט בכלל נישט די זאכן. און בכלל ווער זאגט אז ער האט זיך "אנגעלייענט" ער האט סאך הכל דערמאנט א מעשה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער תוא"י רבי פארציילט, אמאהל האט מען געשפילט אין טיאטער "דער בעטלער", האט זיך א בעטלער געזעצט אינדערויסען, און געבעטען האלב פין דער איינטריט געלט, און געטענה'ט וואס דארף מען גיין אינעווייניג און באצאלען צו זעהן א פאלשע בעטלער, דא אינדערויסען קען מען מיר באצאלען און זעהן א אמת'ע בעטלער!!!
ודברי פי חכם חריין.

פין א אמת'ע בעטלער....
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

שליחה דורך טאמבל סאס »

אפשר דאס האט דער מהרש געמיינט. וואס דארף מען גיין זעהן 'דער סוחר פון ווענוס' וכו'

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אז מ'רעדט שוין: לאמיר דערציילן די גרויסע מיסטעריע פון די מעשה פון דעם סוחר פון ווענעציע. אויס פאנטאזירט דורך דעם בארימטן גרויסן ענגלישן שרייבער און אנטיסעמיט, וויליאם שעיקספיער. (לפי זיכרוני)..והנה: ס'איז אמאל געווען אן אנשטענדיגער סוחר אין די שטאט ווענעציע אין איטאליע, וועלכער האט געהאט א שוואכן יאר מיט ווייניג פארדינסט. איז ער אוועקגעגאנגען צו דעם אידישן (דגוש אויף אידישן) פראצענטניק/געלט פארלייער. און ר'האט איהם געבעטן אז ער זאלל איהם פארלייען א סכום פון געלט. פארשטייצעך מיט הויעכע פראצענטן. און ער האט געשריבן מיט איהם א קאנטראקט. איין תנאי איז געשטאנען אין קאנטראקט, אז אויב דער סוחר געט נישט צוריק דעם גאנצן סכום ביז א געוויסע צייט, מוז ער אויך געבן א פונט פון זיין אייגן פלייש פאר דעם איד, דעם באנקיר.

אבער דער ווענעציער סוחר האט געהאט זייער א שוואכע יאר. און ער האט נישט געקענט צוריקגעבן דעם גאנצן סכום ביז דעם באשטימטן דאטום. נאר ערשט נאכדעם. אבער ער האט באצאלט דעם גאנצן סכום.דער אידישער באנקיר, דער אכזר, איז אבער נישט געווען צופרידן. און ער האט גערופן דעם סוחר אין קאורט אריין. דער סוחר האט זיך געבעטן צו איהם בתחנונים אז ער האט שוין זיין געלט. אן ער זאלל איהם אפלאזן אבער דער הארטנעקיגער איד האט בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן. און דער דזשאדזש האט געפסקנ'ט לטובת דעם אידישן באנקיר. אז דער סוחר דארף איהם אפגעבן א פונט פון זיין אייגן פלייש. מיט די טענה אז אויב מ'וועט נישט איינהאלטן דעם תנאי וועלכע שטייט אין קאנטראקט, וועט קיין איין באנקיר מער נישט וועללן לייען געלט. אבער ווער גייט טון דעם דזשאב...? קיין איין דאקטער האט זיך נישט געוואלט אונטערנעמען. ביז ס'האטציך געטראפן א דאקטער וואס איז געווען גרייט ארויסצושניידן א פונט פלייש פון דעם סוחר. אבער אינצווישן איז אנטשטאנען א לאנגער וויכוח/דיאלאג צווישן דעם סוחר און דעם אידישן באנקיר. דער שמועס איז אדורכגעווייקט מיט שנאת ישראל ווי ער שילדערט דעם איד אלס אכזר. און פארגלייכט איהם צו א שלאנג...איך געדענק נישט דעם סוף פון די מעשה ....אבער דער גאנצער דיאלאג , געשריבן דורך שעיקספיער און געשפיעלט אין די ענגלישע טעאטערס און געדרוקט אין אלע לערן ביכער פון די גוי'אישע שולעס האט איינגעפלאנצט אנטי סעמיטיזם און שנאת ישראל אין די הערצער פון די גוי'אישע קינדער...!

דאס דארף זיין א לימוד אז אידן וועלכע זענען די מערסטע באנקירן און עשירים, זענען גרויסע אכזרים אויף די ארעמע גוי'אישע באפעלקערונג...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שעיקספיר איז געועהן א אנטיסעמיט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט