שרעקעדיגע ווידיאו פון "מאמענט" ווי מרופט נישט הצלה און צייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שרעקעדיגע ווידיאו פון "מאמענט" ווי מרופט נישט הצלה און צייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאמענט מעגעזין האט פארעפענטליך א שרעקעדיגע ווידוא ווי מזעט א איד האט א הארץ אטאטקע און סענעמט זייער אסאך צייט ביז געהעריג מרופט הצלה
עטלעכע מענטשן וואקן פלעין דורך אפאר מענטשען שטעלן זיך יא אפ אבער דע באדעם ליין אז סהאט גענימען פינף מינוט ביז הצלה איז אנגעקימען
מאמענט ריפט פאר אווערנעס אז מענטשען זאלן וויסען צי רופן הצלה און צייט

https://www.youtube.com/watch?v=0Wj70VsybvA&t=5s
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דע איד איז געווען ר' יחזקאל שרגא לעווי א אייניקעל פון טאהשע רבי מאמענט זאגט זיי האבען גערעדט מיט זיין וייב
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

מאמענט ריפט אויך אז מ'זאל קויפן דעם מאמענט.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

איך האב נישט קיין צייט אויפצושרייבן מיין גאנצע אפשיי מיט די ארטיקל, אבער שטעלט אייך אפ פאר א רגע און לאזט זיך נישט מיטשלעפן מיט די פלוס פון אחרי רבים להטות'ניקעס און טראכט אויב איז דאס טאקע די בארא פארק וואס איר קענט. טראכט איר טאקע אז נישט מער נישט ווייניגער נאר מענטשן זעהן א אידישער יונגערמאן ליגט צוזאמגעפאלן אויף די גאס און מאכן זיך נישט וויסענדיג? איינער גאלאפירט ווייטער און א צוויטער קוקט זיך סתם אזוי צו.

טאקע?!?!

לא די וואס די פארלעסליכקייט פון די קליפ איז ווייט פון באקוועם, איז די לימוד זכות ארויס פון מציאות.

דאָנט געט מי ראָנג, איך האלט פון נישט באגראבן קיין חסרונות בשם פאטריאטישקייט, אבער דא איז א פריוואטע קאמפאני געקומען מאכן א דאללער מיט א פארדרייטע בלבול.

מענטשן פרעגן "הזאת בארא פארק?" גוט געפרעגט. כ'על אייך ענטפערן "ניין, ס'איז נישט!"
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סיז זייער א טרויעיריגע ווידיאו און טאקע קיינער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס אבער מענטשען ווערן צומישט אין פארלוירען מ'זעט קלאר סך הכל איז עס א ריף צי נעמען מער עקשאן און זען אז הילף זאל קימען פריער אין מדארף נישט אראפרייסען די קעמפעין
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

קיינער ווייסט נישט ווען מ'האט גערופן למעשה הצלה אבער וואס מ'זעט קלאר די מציאות אז ס'האט גענומען איבער פינף מינוט אז דער איד זאל באקומען זיין הילף.
נישט יעדער איז שולדיג און מ'זעט קלאר ווי ס'דא וואס פרובירן צו טון עפעס נאר נישט גענוג אגרעסיוו. וואס מ'זעט קלאר איז די פארלוירנקייט פון די פארבייגייער און די קווענקלען, און יא, אויך זעט מען ווי עטליכע מאכן זיך סתם נישט וויסנדיג, און דאס איז שרעקעדיג.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אזוי האט זיך טאקע אנגעפאנגען די גאנצע ׳הצלה׳ ארגאנעזאציע, ווען הרה״ח הנגיד ר׳ הערשל וועבער לרפו״ש פון ווימסב״ג איז אהיים געגאנגען פון כולל אלץ יונגערמאן איז א איד צאמצגעפאלן אויפן גאס און ר׳ הערשל וועבער האט פראבירט אים צו ראטעווען אבער מ׳האט גארנישט געקענט טוהן למעשה און די איד איז אוועק אויפן גאס, דעמאלסט איז ער אויפגעקומען מיט די המצאה צו מאכן א היימישע אמבולאנס, הצלה׳ס נומבער ביז היינט 718-387-1750 איז געוועהן ר׳ הערשל׳ס הויז נומבער און זיין סטעישאן וואגן איז געוועהן די ערשטע אומבלאנס, די צווייטע הצלה מעמבער איז געוועהן הרה״ח ר׳ שמואל אברהם סימקאוויטש פון וויזניץ, טאטע פון הנגידים ר׳ חיים און ר׳ דוד שמחה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פשי הא! א בריסקע חידוש, ווען מזעהט איינעם אויסגיין אויף די ערד זאל מען רופן הצלה, מרפסין איגרא! האט שוין איינער אמאל געטראכט דערוועגן? כ׳הייב אן צו שפעקולירן אז אפשר זענען זיי גערעכט.... קאט די קרעפ.... [tag]אדנירם[/tag] לייג אריין דעם בריסקער כאפ און פנינים שזורים (לייג עס אונטער חיים דער מעשוגענער)

אגב מיין פארזענדליכע מיינונג איז אז איינער פון די ערשטע מענטשן האט גערופן הצלה און ווייטער געגאנגען, פינעף מינוט איז נארמאל סזאל נעמען פאר הצלה אנצוקומען און א טרעפיק געפלאגטע בארא פארק פרייטיג נאכמיטאג. סאיז אפשר אפילו צו שנעל.

אז מ׳זוכט דוקא מעורר צו זיין דעם ציבור זאל מען מעורר זיי אויף דעם אופן וויאזוי מ׳קטן׳ט אין די פובליק טוילעט׳ס
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ס'איז א באקאנטע פענאמען אין פסיכאלאגיע, עס הייסט די "bystander effect". עס קומט נישט פון שלעכטיגקייט אדער דערשראקנקייט נאר קומט ווען די אחריות ווערט פארלוירן צו קאנפארמיטי.

די עצה איז טאקע נאר awareness.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OSsPfbup0ac[/youtube]
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העי שטיסל! אלץ אב ומחנך מיינעך וואלסט געטויגט אלץ טוילעט טרעינער קאנסטראקטער. 10% הנחה פאר די ערשטע פופציג איינגעשריבענע.

סיריעסלי, מען קען נישט זען גענוג קלאר וואס די רעאקציע פון אלע פארבייגייער זענען און צו זיי האבן טאקע גערופן הצלה. אבער אויבן אויף קוקט אויס ווי לערך 10-15 מענטשן גייען פארביי און טוען נישט וואס וואלט געדארפט געטון ווערן. רעדן דערפון איינמאל און נאכאמאל וועט זיכער העלפן מען זאל נישט זיין פארלוירן און צומישט.

איך האף הצלה זאל ערקלערן ווען, וויפיל, מענטשן האבן גערופן הצלה.
____
שטיסל איך בין אין פאר דיין קטן טרעינינג.

# מעגסט זיך באווייזן מער אפטער.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

ווען מען וואלט געזען ווי ער וואקט און פליצליג פאלט ער צוזאם, איז בלי ספק אז מענטשן וואלטן גלייך גערופן הצלה.

דא רעדט מען א פאל ווי מענטשן זענען אדורך און געקענט מיינען אז דאס איז עפעס א שיכור צו א היימלאזער, און בצירוף צו דעם וואס מען טרעינט אינז צו שטיין ווייט פון סטרעינדשערס אדער יעדע זאך וואס זעהט אויס אביסל מאדנע, קען מען מלמד זכות זיין.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

שליחה דורך הצלה מאן »

ביבער האט געשריבן:ס'איז א באקאנטע פענאמען אין פסיכאלאגיע, עס הייסט די "bystander effect". עס קומט נישט פון שלעכטיגקייט אדער דערשראקנקייט נאר קומט ווען די אחריות ווערט פארלוירן צו קאנפארמיטי.

די עצה איז טאקע נאר awareness.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OSsPfbup0ac[/youtube]

זייער א אינטערעסאנטער פאקט, אבער לכאורה נישט קיין געניג גיטע שטודיע, עס זענען דא געניג תירוצים וואס זאלן פארענטפערן די עפעזאדן, עס איז פונקט געווען די ריכטיגע מענטש, און די ערשטער האט אויסגעזעין ווי א שנארער האומלעס וכו' תירוצים שונים, אנציקומען צי די החלטות וואס זיי מאכן ברויך מען א פיל ברייטערע שטודיע.

אבער די מעשה אין בארא פארק גייט מיר בנפשי, עס בארירט מיר עד דוכדוכא של נפש.

וואס מיך באדערט איז נישט די אלע שטודיעס וואס מען מאכט, נאר פארוואס ווייסט מען נישט וואס מען ברויך טון, פארוואס זאל.מען זיין אזוי אימוויסענד אז ווען איינער ליגט אויף דיר ערד, לאמיר זאגן האסט געריפן הצלה, הלמאי נישט קוקן צי דער מאן האט א פולס, אולי ברויך ער מויל צו מויל, שטיין ווי א שוטה און נישט וויסן בחייכון, ווען דו זעסט אזא ווידיא שטערט דיך נישט אז דו ביזט דער זעלבער קלאץ וואס וואלט נאר געטראכט פון שפריצען וואסער?,

עס איז נישט מסתבר אז אימעצער דארטן האט גערופן הצלה, זיכער נישט איינער וואס איז געשטאנען נאנט, נאר אפשר פון א פענסטער ווייל דער דיספעטשער וואלט דיך געפרעגט קשיות, ער וואלט דיר געהייסן זיין מיט אים אויפן סעל, ער וואלט געפרעגט אויב ער אטעמט, ער וואלט דאס נישט אזוי דורך געלאזט מיט זאגן מיר גייען קומען צי פליען, ער וואלט בשום אופן נישט געלאזט דעם ריפער אראפלייגן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

הצלה האט געהאט דעם ווידעאו און עס נישט געלאזט ארויסגעבן. מאמענט האט דאס אפגעקויפט פון גרינטאג וואס האט זיך געלאזט באצאלן היבשע געלטער.
הצלה איז גערופן געווארן שוין ביים דריטן מינוט, דריי מאל האט דער דיספעטשער גערופן דעם קאל, ביז א הצלה-טראק דרייווער אויפן וועג צוריק פון א קאל האט עס מסכים געווען צו נעמען.
עס איז פרייטאג נאכמיטאג, הונדערטער באסעס הויבן אן צו קורסירן די בארא פארקע גאסן און עס איז זייער שווער פאר מעמבערס אנצוקומען צו קאלס, דעריבער האט עס קיינער נישט גענומען.
נישט דן זיין קיינעם איידער מען ווייסט פאקטן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@הצלה מאן אפשר גיט איר אנווייזונגען וואס א אומגלערנטער מאן זאל טון אין אזא פאל, טשעקן די פוילס? וואס מיינט מויל צו מויל? פלעין אריין אטעמען אין יענעם'ס מויל? און וואס איז מיט סי פי אר? קען עס שאטן דאס קוועטשען ביים הארץ? אדער בבחינת אם לא יועיל לא יזיק?

עס איז צייט שוין אז מען זאל לערנען דעם ציבור מטעם חברה הצלה פירסט עיט און זאל זיין חיוב צו גיין צו די שיעורים. הרב בראווער די פראמעטיק פון ווילימסבורג וועט שוין שאפן די פאנטס צו דעקן די קאסטן
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

איסר האטלקי האט געשריבן:הצלה האט געהאט דעם ווידעאו און עס נישט געלאזט ארויסגעבן. מאמענט האט דאס אפגעקויפט פון גרינטאג וואס האט זיך געלאזט באצאלן היבשע געלטער.

וואס מיינט הצלה האט געהאט דעם ווידיאו? ווי קומט עס צו זיי? זיי קענען האבן די אודיאו פון די קאלל אבער די ווידיאו?

וואס האבן זיי פון נישט ארויסגעבן? ווער איז גרינטאג?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ווען מאמענט מאכט ווען אווערנעס פאר אביסיטי און איבונגען וואלט עס ווען מער ווערט געווען.
מיר דארפען נישט קיין אווערנעס אויף העלפן אנדערע אין אן עת צרה
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

קלאר זעט זיך עס - פאר איין קוקער - דאס די ערשטער פעדעסטריענטשקע - די וואס פון רעכטס אויף לינקס שפרויזט - האט קיינמאל נישט אפגעטראטען. פון לינקנס צו זי שטייט, ווארשיינלעך מיט די רעטער לייט אויף די אראלישע זענדונג אפעראטוס איזט זי אין פערלויף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועט מען ווארטן פאר בעלאגאלע צו ערקלערן פירוש רש"י ;)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נולד מאוחר האט געשריבן:ווען מאמענט מאכט ווען אווערנעס פאר אביסיטי און איבונגען וואלט עס ווען מער ווערט געווען.
מיר דארפען נישט קיין אווערנעס אויף העלפן אנדערע אין אן עת צרה

זיי האבן דאס שוין אויך געטון, ס'איז נישט קיין סתירה. מיר האבן טאקע אלע געמיינט אז מען דארף נישט קיין אווערנעס אויף צו העלפן אנדערע בעת צרה, קומט דער קליפ און צעווארפט אלע קארטן. יא, עס איז שרעקעדיג! מיר דארפן א התעוררות דערצו. מיט'ן מאכן ליצנות וועט מען גארנישט פארדינען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וועט מען ווארטן פאר בעלאגאלע צו ערקלערן פירוש רש"י ;)

פירוש רש"י..? אדער ליבערשט א סילוק כמו שכתוב פאר די חוצפה פון רעדן די טמא'נע שפראך?
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן נריהו איז ווארשיינליך גערעכט, די פירש"י בקיצור טענה'ט ער אזוי: די ערשטע פרוי וואס גייט דורך פון רעכטס צו לינקס בלייבט דארט אין די זייט "קוקטס גוט", און ס'קוקט אויס ווי זי רופט הצלה. לויט דעם איז הצלה גערופן געווארן ביי מינוט 1:00. אבער בן נריהו טענה'ט אז זי איז נישט אוועקגעגאנגען ביזן סוף, דאס איז נישט אמת, זי גייט אוועק ביי 2:30 בערך.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

אין מאמענט שרייבן זיי אז עפעס א רבי'צן איז אראפגעקומען דריי שטאק און צוריק ארויפגעלאפן רופן הצלה און ווען זי איז צוריק אראפגעקומען האט זי שוין געהערט די סיירינ'ס, מסתמא איז זי נישט געווען די ערשטע וואס האט גערופן......
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: שרעקעדיגע ווידיאו פון "מאמענט" ווי מרופט נישט הצלה און צ

שליחה דורך קלוגע יודל »

איסר האטלקי האט געשריבן:הצלה איז גערופן געווארן שוין ביים דריטן מינוט, דריי מאל האט דער דיספעטשער גערופן דעם קאל, ביז א הצלה-טראק דרייווער אויפן וועג צוריק פון א קאל האט עס מסכים געווען צו נעמען.

די פראדזעקט אוועירנעס איז "פארוואס מען האט נאר גערופן ביים דריטן מינוט?"
פארשפארט