געדאנקען אויף די פרשה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך אמת45 »

אין די פרשה די וואך, שפילט זיך אפ אן אינטערסאנטער געשיכטע:

יעקב'ס בת יחידה, דינה, א פרישע איינוואוינערין אין שטאט שכם, גייט ארויס אין שטאט זיך אביסל אומקוקן אויף די מענטשהייט. שכם, דער זוהן פונעם נשיא חמור, לייגט אויף איר אן אויג, נעמט איר צו זיך אין שטוב, שלאפט מיט איר קעגן איר ווילן, פארגליסט זיך איר צו הייראטן און בעט דעם פאטער צו איבערעדן די ישראלי משפחה איינצוגיין אים צו געבן דינה פאר א ווייב.

יעקב הערט די שמוציגע פאסירונג, שווייגט און ווארט ביז די ברידערס קומען אהיים זיי צו פארציילן. הערנדיג אז מען האט פארשוועכט זייער קליינעם שוועסטער ווערן די ברודערס מורא'דיג אויפגעברויזט, אויף די נבלה און פארשוועכונג אין זייער פאמיליע. ווער רעדט נאך פון מסכים זיין צום שידוך, אפגערעדט אז דאס קומט נישט אין באטראכט. מען רעדט דאך אבער פונעם נשיא זעלבסט, קען מען זיך דאך נישט סתם ארויסדרייען. קומען זיי אויף מיט א וואזשנעם געדאנק אזוי, מען וועט דעם נשיא געבן אן אנבאט וואס ער וועלן קיינמאל נישט אקצעפטירן, און אזוי ארום זיך פאליטיש ארויסדרייען, נעמען דאס מיידל און גיין לחיים ולשלום.

חמור מיטן זוהן קומען צו גיין מיט א געשעפט אזא.
אין אויסטויש פאר דאס מיידל וועט די ישראלי פאמיליע געניסן פון פארשידנארטיגע בענעפיטן, פרנסה, שידוכים, מהר ומתן לרחצה, און שטענדיגע פריינטשאפט, און די ברידער געבן צו פארשטיין זייער חכמה'לע, בעצם וואלטן מיר דעם אנבאט אוודאי אנגענומען אבער מיר זענען געמל'עטע, און איר זענט דאך ערלים, און דאס איז ביינאינז גאר א שטארקע טראדיציע, מיר וואלטן זיך מיט אייך גערן משדך געווען, בלויז רעליגיע איז אן אפהאלט. בקיצור אזוי דרייען זיי אהער אהין מיט שיינע פאליטישע רייד, אונטערשטע שורה געט אהער דאס מיידל און מ'גיימער פון דאנעט.

צו זייער אומגעראכטענע אכזבה, נעמען די צוויי בהמות אן דעם אנבאט און גייען איין אויפן געשעפט, די גאנצע שטאט גייט זיך מל'ען.
דינה פארבלייבט דערווייל ביי שכם אין שטוב.
והיה ליום השלישי, דער עולם זיצט אפגעשוואכט אינדערהיים, שמעון און לוי גארטלען זיך אן מיט כלי מלחמה, און אין א מורא'דיגן אקציע פירן זיי דורך א מאסן מערדעריי אינעם שטאט שכם, אויסקוילנדיג אלע אפגעשוואכטע מהולים. צום לעצט, דערשטעכן זיי שכם מיטן פאטער, און באפרייען די שוועסטער דינה מיט גרויס טריאומף.
לפנים א געוואלדיגע סוקסעס פון א מיסיע. ביים טאטן אבער נישט. יעקב איז איבערהויפט נישט צופרידן.
ביי יעקב איז דאס א דורכפאל פון א מיסיע. יעקב איז בייז אויף זיי פארן פארשטינקען די משפחה'ס נאמען.
פארן די שונאים וואס די צוויי האבן אים געשאפן.
און וואס איז מיט דינה, פרעגן זיי דעם טאטן, האמיר זיי געדארפט לאזן פארוואנדלען אונזער שוועסטער אלס א זונה?
באין מענה, יעקב ענטפערט נישט.

א קליינעם באמערקונג האט מיר געדריקט אין די פרשה:
יעקב איז אין א סיטואציע. זיין בת יחידה איז א געפאנגענע ביים שטאטס הויפט, גערעיפט צו סעדוסט ביי שכם די זוהן זיינעם . די ברידערס הערן די מעשה, פארדאמען עס און פארפירן אויף די פרצה און נבלה וואס האט פאסירט. יעקב ווידעראום, דריקט עפעס די תורה, אז והחריש עד בואם. זילטש, נאדא. אין די גאנצע פרשה געפינט מען נישט א ווארט איבער יעקב'ס תגובה אויפן פאסירונג.
די מילה געדאנק פאלט אדורך און די סומאטוכע ווערט נאר ערגער, קומען שמעון און לוי מיט אן אייגן געדאנק און פירן דורך א העלדישע סוקסעספולע בליץ אקציע, און ראטעווען די שוועסטער, אבער יעקב בייזערט זיך, און פארדאמט די צוויי פארן אריינלייגן די משפחה אין א סכנה. ס'הייסט יעצט וועלן די ארומיגע נוקם זיין. וואס טוט זיך מיט זייער פראגע הכזונה יעשה את אחותנו? וואס איז יעקב'ס תשובה? איז זיך די שטאט טאקע דען  נישט ווערט דאס געלט?

אויב באטראכט מען אביסל יעקב'ס ביאגראפיע, אנטפלעקט זיך א שטיקל בילד איבער אונזער ראש האומה, די טאטע פון כלל ישראל. פון קינדווייז אן שוין האט יעקב זיך ערווארבן זיין פאסיוון גאנג. נאך זייענדיג אין מאמען'ס בויך, האט שוין רבקה געוויסט איבער דעם דעם פארקערטן פאָר וואס זי טראגט אין זיך. יעקב איז בטבע געווען דער טראכטער, א תם וישב אוהלים, אפגעזיצענדיג יארן ביי שם ועבר, און עשו דער ווילדער יעגער, לוחם, וואס האט בשעתו אומגעברענגט דעם לעגענדארן גיבור נמרוד. יעקב האט מחדש געווען די פאסיוון וועג פון מאניפילירן מענטשן. ולאום מלאום יאמץ אבער ורב יעבד צעיר. מיט אביסלע לינזן אינעם ריכטיגן מינוט, האט ער פון עשו ארויסגעריקט די בכורה. מיט אביסלע איבערקליגן עשו האט ער אים פרידליך צוגעכאפט די ברכות. [אגב, רבקה'ס עצה ביי די ברכות שווינדל שיינט גראדע שטארק צו זיין נוסח לבן, איר ברידער, רבקה א צדיקת האט דאס פשוט געניצט ווי און ווען זי האט פארשטאנען אז ס'איז פאסיג]. מיט אביסלע קריצן אין די מקלות, האט ער פון לבן ארויסגעריקט א הון תועפות זיך אפרעכענענדיג מיט אים אויף א שיינעם אויפן. אויף א פרידליך פארנעם האבן זיי ביידע געשלאסן א בונד אין גלעד און זיך געזעגנט בשלום.

עשו קומט אים אנטקעגן מיט פיר הונדערט באגלייטער, מיט א לאנג ערווארטעטן אפרעכענונג, יעקב גרייט זיך דערפאר אהן מיטל פון ווידערשטאנד. ער שיקט אנטקעגן מתנות, סטאדעס פון אלע סארט, אויף אן אויסגערעכנטן גאנג, מיט א פונקטליכן נוסח ווי אזוי דאס צו אדרעסן און.. נישטא קיין זכר פון קיין מלחמה, מען קישט זיך ברידערליך (אויף קיינעם געווינטשען), און עשו וויל מיט אים גאר מיטקומען. ווייטער מיטן אלטן נוסח איז אים יעקב מסביר אהער אהין, די קינדער זענען קליין די בהמות זענען שוואך, אלעס, חוץ עשו, ווי נישט אים מיינט מען.. און זיי געזעגענען זיך אויפן פלאץ.

יעקב איז דער ערשטער מחדש פון לינקאלן'ס באקאנטע ציטאט: "די בעסטע וועג צו פארטיליגן דעם פיינט איז אים צו מאכן א פריינט"
וידו אוחזת בעקב עשו. אפילו געשעדיגטערהייט, נאכן זיך שלאגן שעות מיטן מיסטריעזן פערזאן, געזעגנט ער זיך מיט א ברכה.

יעקב, שוין אן אלטער פיפיגער געלערנטער פאליטישען (אויף אן ערליכן פארנעם, פארשטייט זיך) וואס האט שוין דורכגעפירט און באזיגט מערערע מלחמות אין לעבן, אהן אויפהייבן א פינגער, אהן א ברעקל וואפן, שטויסט זיך אהן אין א פרישע סיטואציע, שכם די נשיא'ס זוהן, א קליינטשיק מנובל, וויל זיין טאכטער. נישקשה. יעקב איז שטיל, נוסח יעקב. ער פאלירט זיך נישט און ווערט נישט ווילד, ער ווארט אויף די קינדער, אינאיינעם העט מען שוין מסדר זיין די זאך אויף א שיינעם אויפן. אז מילה ארבעט נישט, העמיר זעהן ווייטער. ער האט תפלה, דורון, מלחמה אין ארסענעל. אבער מלחמה צום לעצט.

שמעון און לוי האבן דאס געהארגעט, מיטן מערדעריי אינאיינעם.
שמעון און לוי מיט זייער ווילדע אקט, האבן אינגאנצן פאלעצט דעם טאטן'ס גאנג. עכרתם אותי! דאס איז נוסח עשו נישט מיינס.
איי דינה?
וואס פארשטייט עטס... גיי לערן א גוי ברטנורא. גיי לערן א גוי שווינדלען...
(ליידער ניצט כלל ישראל דעם מיטל, אויף צו בעוול'ען אנדערע אויך, אבער שווינדלען ווען מען ברויך און נוטיג, האט אונז די טאטע יעקב געלערנט. פרידליך און עפעקטיוו.)

יעקב האט אין זיי געזעהן א שרשיות'דיגער חסרון.
הערשט יארן דערנאך, לפני פטירתו, ווען ער האט יעדן אינדענטיפיצירט זיין פערסאנעליטי טיפ, האט ער זיי שוין פונקטליך מסביר געווען דעם פראבלעם בשרשה. נישט בלויז די אקט פאר זיך האט אים אזוי געשטערט, נאר די טעמפער, די כלי חמס, די ווילדע פלענער, ארור אפם כי קשתה ובסדם אל תבוא נפשי... אומגעברענגט און באראבעוועט אן אומשולדיג שטאט מיט מענטשן, מחמת א שווערן טעמפער. אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. פון דעם זאל קיין זכר נישט בלייבן.

דער זיידע האט אונז איבערגעגעבן א מיטל ווי אזוי צו האנדלען מיט מענטשן, אהן געווער, אהן שפיזן, אהן ווילדע שטעכעריי, אהן בלוט פארגיסונג וואס ער האט שארף פארדאמט. ער האט אונז געלערנט די פריינטליכע מיטל פון אפקויפן דעם שונא, און אים מאכן אן אמת'ע פריינט. והבן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין.
צו נעמען א מוסר השכל אויף היינטיגע צייטן, קוקט אויס ווי אבאמא האט גענומען יעקב'ס וועג, און טראמפ שמעון און לוי'ס.... וועלכע איז בעסער?
וירח ה' את ריח הניחוח
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך אמת45 »

שמעקעדיג האט געשריבן:זייער שיין.
צו נעמען א מוסר השכל אויף היינטיגע צייטן, קוקט אויס ווי אבאמא האט גענומען יעקב'ס וועג, און טראמפ שמעון און לוי'ס.... וועלכע איז בעסער?

ישר כח!
אמת, אבער נישט ממש. ס'קען גאר זיין פארקערט. טראמפ'ס טעמפער איז א שיטה און אבאמא'ס פיוס איז שוין אן אג'ענדע, נישט א דורכגעטראכטע. איך מיש מיך נישט..
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ביזט א נייער און זייער שנעל זיך מיטגעכאפט מיטן וואגן דא
זייער שיינע זאכן
באמת
און איך האב ליב דיין ניק איך ווייס נישט צו כאדיר עס שוין געזאגט עס ליגט אין דעם א שטארקע 'אמת...ק
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

אמת45 האט געשריבן:אין די פרשה די וואך, שפילט זיך אפ אן אינטערסאנטער געשיכטע:

יעקב'ס בת יחידה, דינה, א פרישע איינוואוינערין אין שטאט שכם, גייט ארויס אין שטאט זיך אביסל אומקוקן אויף די מענטשהייט. שכם, דער זוהן פונעם נשיא חמור, לייגט אויף איר אן אויג, נעמט איר צו זיך אין שטוב, שלאפט מיט איר קעגן איר ווילן, פארגליסט זיך איר צו הייראטן און בעט דעם פאטער צו איבערעדן די ישראלי משפחה איינצוגיין אים צו געבן דינה פאר א ווייב.

יעקב הערט די שמוציגע פאסירונג, שווייגט און ווארט ביז די ברידערס קומען אהיים זיי צו פארציילן. הערנדיג אז מען האט פארשוועכט זייער קליינעם שוועסטער ווערן די ברודערס מורא'דיג אויפגעברויזט, אויף די נבלה און פארשוועכונג אין זייער פאמיליע. ווער רעדט נאך פון מסכים זיין צום שידוך, אפגערעדט אז דאס קומט נישט אין באטראכט. מען רעדט דאך אבער פונעם נשיא זעלבסט, קען מען זיך דאך נישט סתם ארויסדרייען. קומען זיי אויף מיט א וואזשנעם געדאנק אזוי, מען וועט דעם נשיא געבן אן אנבאט וואס ער וועלן קיינמאל נישט אקצעפטירן, און אזוי ארום זיך פאליטיש ארויסדרייען, נעמען דאס מיידל און גיין לחיים ולשלום.

חמור מיטן זוהן קומען צו גיין מיט א געשעפט אזא.
אין אויסטויש פאר דאס מיידל וועט די ישראלי פאמיליע געניסן פון פארשידנארטיגע בענעפיטן, פרנסה, שידוכים, מהר ומתן לרחצה, און שטענדיגע פריינטשאפט, און די ברידער געבן צו פארשטיין זייער חכמה'לע, בעצם וואלטן מיר דעם אנבאט אוודאי אנגענומען אבער מיר זענען געמל'עטע, און איר זענט דאך ערלים, און דאס איז ביינאינז גאר א שטארקע טראדיציע, מיר וואלטן זיך מיט אייך גערן משדך געווען, בלויז רעליגיע איז אן אפהאלט. בקיצור אזוי דרייען זיי אהער אהין מיט שיינע פאליטישע רייד, אונטערשטע שורה געט אהער דאס מיידל און מ'גיימער פון דאנעט.

צו זייער אומגעראכטענע אכזבה, נעמען די צוויי בהמות אן דעם אנבאט און גייען איין אויפן געשעפט, די גאנצע שטאט גייט זיך מל'ען.
דינה פארבלייבט דערווייל ביי שכם אין שטוב.
והיה ליום השלישי, דער עולם זיצט אפגעשוואכט אינדערהיים, שמעון און לוי גארטלען זיך אן מיט כלי מלחמה, און אין א מורא'דיגן אקציע פירן זיי דורך א מאסן מערדעריי אינעם שטאט שכם, אויסקוילנדיג אלע אפגעשוואכטע מהולים. צום לעצט, דערשטעכן זיי שכם מיטן פאטער, און באפרייען די שוועסטער דינה מיט גרויס טריאומף.
לפנים א געוואלדיגע סוקסעס פון א מיסיע. ביים טאטן אבער נישט. יעקב איז איבערהויפט נישט צופרידן.
ביי יעקב איז דאס א דורכפאל פון א מיסיע. יעקב איז בייז אויף זיי פארן פארשטינקען די משפחה'ס נאמען.
פארן די שונאים וואס די צוויי האבן אים געשאפן.
און וואס איז מיט דינה, פרעגן זיי דעם טאטן, האמיר זיי געדארפט לאזן פארוואנדלען אונזער שוועסטער אלס א זונה?
באין מענה, יעקב ענטפערט נישט.

א קליינעם באמערקונג האט מיר געדריקט אין די פרשה:
יעקב איז אין א סיטואציע. זיין בת יחידה איז א געפאנגענע ביים שטאטס הויפט, גערעיפט צו סעדוסט ביי שכם די זוהן זיינעם . די ברידערס הערן די מעשה, פארדאמען עס און פארפירן אויף די פרצה און נבלה וואס האט פאסירט. יעקב ווידעראום, דריקט עפעס די תורה, אז והחריש עד בואם. זילטש, נאדא. אין די גאנצע פרשה געפינט מען נישט א ווארט איבער יעקב'ס תגובה אויפן פאסירונג.
די מילה געדאנק פאלט אדורך און די סומאטוכע ווערט נאר ערגער, קומען שמעון און לוי מיט אן אייגן געדאנק און פירן דורך א העלדישע סוקסעספולע בליץ אקציע, און ראטעווען די שוועסטער, אבער יעקב בייזערט זיך, און פארדאמט די צוויי פארן אריינלייגן די משפחה אין א סכנה. ס'הייסט יעצט וועלן די ארומיגע נוקם זיין. וואס טוט זיך מיט זייער פראגע הכזונה יעשה את אחותנו? וואס איז יעקב'ס תשובה? איז זיך די שטאט טאקע דען  נישט ווערט דאס געלט?

אויב באטראכט מען אביסל יעקב'ס ביאגראפיע, אנטפלעקט זיך א שטיקל בילד איבער אונזער ראש האומה, די טאטע פון כלל ישראל. פון קינדווייז אן שוין האט יעקב זיך ערווארבן זיין פאסיוון גאנג. נאך זייענדיג אין מאמען'ס בויך, האט שוין רבקה געוויסט איבער דעם דעם פארקערטן פאָר וואס זי טראגט אין זיך. יעקב איז בטבע געווען דער טראכטער, א תם וישב אוהלים, אפגעזיצענדיג יארן ביי שם ועבר, און עשו דער ווילדער יעגער, לוחם, וואס האט בשעתו אומגעברענגט דעם לעגענדארן גיבור נמרוד. יעקב האט מחדש געווען די פאסיוון וועג פון מאניפילירן מענטשן. ולאום מלאום יאמץ אבער ורב יעבד צעיר. מיט אביסלע לינזן אינעם ריכטיגן מינוט, האט ער פון עשו ארויסגעריקט די בכורה. מיט אביסלע איבערקליגן עשו האט ער אים פרידליך צוגעכאפט די ברכות. [אגב, רבקה'ס עצה ביי די ברכות שווינדל שיינט גראדע שטארק צו זיין נוסח לבן, איר ברידער, רבקה א צדיקת האט דאס פשוט געניצט ווי און ווען זי האט פארשטאנען אז ס'איז פאסיג]. מיט אביסלע קריצן אין די מקלות, האט ער פון לבן ארויסגעריקט א הון תועפות זיך אפרעכענענדיג מיט אים אויף א שיינעם אויפן. אויף א פרידליך פארנעם האבן זיי ביידע געשלאסן א בונד אין גלעד און זיך געזעגנט בשלום.

עשו קומט אים אנטקעגן מיט פיר הונדערט באגלייטער, מיט א לאנג ערווארטעטן אפרעכענונג, יעקב גרייט זיך דערפאר אהן מיטל פון ווידערשטאנד. ער שיקט אנטקעגן מתנות, סטאדעס פון אלע סארט, אויף אן אויסגערעכנטן גאנג, מיט א פונקטליכן נוסח ווי אזוי דאס צו אדרעסן און.. נישטא קיין זכר פון קיין מלחמה, מען קישט זיך ברידערליך (אויף קיינעם געווינטשען), און עשו וויל מיט אים גאר מיטקומען. ווייטער מיטן אלטן נוסח איז אים יעקב מסביר אהער אהין, די קינדער זענען קליין די בהמות זענען שוואך, אלעס, חוץ עשו, ווי נישט אים מיינט מען.. און זיי געזעגענען זיך אויפן פלאץ.

יעקב איז דער ערשטער מחדש פון לינקאלן'ס באקאנטע ציטאט: "די בעסטע וועג צו פארטיליגן דעם פיינט איז אים צו מאכן א פריינט"
וידו אוחזת בעקב עשו. אפילו געשעדיגטערהייט, נאכן זיך שלאגן שעות מיטן מיסטריעזן פערזאן, געזעגנט ער זיך מיט א ברכה.

יעקב, שוין אן אלטער פיפיגער געלערנטער פאליטישען (אויף אן ערליכן פארנעם, פארשטייט זיך) וואס האט שוין דורכגעפירט און באזיגט מערערע מלחמות אין לעבן, אהן אויפהייבן א פינגער, אהן א ברעקל וואפן, שטויסט זיך אהן אין א פרישע סיטואציע, שכם די נשיא'ס זוהן, א קליינטשיק מנובל, וויל זיין טאכטער. נישקשה. יעקב איז שטיל, נוסח יעקב. ער פאלירט זיך נישט און ווערט נישט ווילד, ער ווארט אויף די קינדער, אינאיינעם העט מען שוין מסדר זיין די זאך אויף א שיינעם אויפן. אז מילה ארבעט נישט, העמיר זעהן ווייטער. ער האט תפלה, דורון, מלחמה אין ארסענעל. אבער מלחמה צום לעצט.

שמעון און לוי האבן דאס געהארגעט, מיטן מערדעריי אינאיינעם.
שמעון און לוי מיט זייער ווילדע אקט, האבן אינגאנצן פאלעצט דעם טאטן'ס גאנג. עכרתם אותי! דאס איז נוסח עשו נישט מיינס.
איי דינה?
וואס פארשטייט עטס... גיי לערן א גוי ברטנורא. גיי לערן א גוי שווינדלען...
(ליידער ניצט כלל ישראל דעם מיטל, אויף צו בעוול'ען אנדערע אויך, אבער שווינדלען ווען מען ברויך און נוטיג, האט אונז די טאטע יעקב געלערנט. פרידליך און עפעקטיוו.)

יעקב האט אין זיי געזעהן א שרשיות'דיגער חסרון.
הערשט יארן דערנאך, לפני פטירתו, ווען ער האט יעדן אינדענטיפיצירט זיין פערסאנעליטי טיפ, האט ער זיי שוין פונקטליך מסביר געווען דעם פראבלעם בשרשה. נישט בלויז די אקט פאר זיך האט אים אזוי געשטערט, נאר די טעמפער, די כלי חמס, די ווילדע פלענער, ארור אפם כי קשתה ובסדם אל תבוא נפשי... אומגעברענגט און באראבעוועט אן אומשולדיג שטאט מיט מענטשן, מחמת א שווערן טעמפער. אחלקם ביעקב ואפיצם בישראל. פון דעם זאל קיין זכר נישט בלייבן.

דער זיידע האט אונז איבערגעגעבן א מיטל ווי אזוי צו האנדלען מיט מענטשן, אהן געווער, אהן שפיזן, אהן ווילדע שטעכעריי, אהן בלוט פארגיסונג וואס ער האט שארף פארדאמט. ער האט אונז געלערנט די פריינטליכע מיטל פון אפקויפן דעם שונא, און אים מאכן אן אמת'ע פריינט. והבן.

הערליך שיין
עס דערקענט זיך אויף דיין שרייבעריי אז דו ביסט א גראדער שכל
און א הערליכע בעל מחדש
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך אמת45 »

מיש-נייעס האט געשריבן:

עס דערקענט זיך אויף דיין קאמפלימענט אז די ביסט א געזונטער, פיינער נפש.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אמת45 האט געשריבן:

הערשט יארן דערנאך, לפני פטירתו, ווען ער האט יעדן אינדענטיפיצירט זיין פערסאנעליטי טיפ, האט ער זיי שוין פונקטליך מסביר געווען דעם פראבלעם בשרשה. נישט בלויז די אקט פאר זיך האט אים אזוי געשטערט, נאר די טעמפער, די כלי חמס, די ווילדע פלענער, ארור אפם כי קשתה ובסדם אל תבוא נפשי... אומגעברענגט און באראבעוועט אן אומשולדיג שטאט מיט מענטשן, מחמת א שווערן טעמפער. אחלקם ביעקב ואפיצםבישראל. פון דעם זאל קיין זכר נישט בלייבן.

דער זיידע האט אונז איבערגעגעבן א מיטל ווי אזוי צו האנדלען מיט מענטשן, אהן געווער, אהן שפיזן, אהן ווילדע שטעכעריי, אהן בלוט פארגיסונג וואס ער האט שארף פארדאמט. ער האט אונז געלערנט די פריינטליכע מיטל פון אפקויפן דעם שונא, און אים מאכן אן אמת'ע פריינט. והבן.

הערליך שיין
עס דערקענט זיך אויף דיין שרייבעריי אז דו ביסט א גראדער שכל
און א הערליכע בעל מחדש

ישר כח

עס דערקענט זיך אויף דיין קאמפלימענט אז די ביסט א געזונטער, פיינער נפש.

אזוי שיין, אבער וואס פעלט אויב צו ציטירן די גאנצע תגובה? יעדער וועט וויסן אויך אנדעם אויף וואס דו באציהסט זיך.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

געוואלדיג האט געשריבן:

ער וויל אנפילן זיין פעידז ...
איינוועגס העלף איך עם צו שוין..
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

אך! איך האב מיך שוין געפרייט צו זעהן דעם אשכול צוריק אויפן אויבן אן, געקלערט אפשר קומט נאך א גוטס פון דעם באבאווער יונגערמאן... אנטשולדיגס דער 45טער יונגערמאן
דערווייל איז עס סתם אפאר ציגאנער וואס טרייבן שפאס (איך מיין נישט ציגיינער... ס'איז א ניק אויף די חברה)
עניוועי איך קען נישט ווארטן אויף די נעקסטע גוט'ס וואס קומט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גם אני מצטרף וידי תכון עמו לקיים מה שאמרו ז"ל קנאת סופרים תרבה חכמה, אבל דא עקא, הלא אמרו אין הבור מתמלא מחוליתה, אבל מאי אית לי למעיבד, ידי ידים עסקניות הן, נסיתי גם לצרף דברי מרנא בעל הקאצקע, אבל יצתה בת קול וצוחה "אתה יכול לקבוע 4 ציטוטים בלבד אשר נמצאים אחד בתור השני". אז הרימותי את ידי ואשמע בקול רעש גדול, כל מה דתיקון רבנן באתרא הדין אקבל עלי באהבה מתוך מסירות נפש.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך נאסע ליילעך »

באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

יוסף הצדיק חלום'ט זיך אז די זון, די לבנה און די 11 שטערען בוקען זיך צו איהם.
שטעלט זיך א שאלה. וואס איז מט דינה? ווי איז זי געוועהן? פארוואס האט זי זיך נישט געבוקט?

נאר יוסף האט חתונה געהאט מיט אסנת, און זי איז געוועהן די טאכטער פון דינה פון ווען זי איז נתעבר געווארען פון שכם בן חמור, קומט אויס פון דעם אז דינה איז געוועהן יוסף'ס שוויגער...

און דאס אז א שוויגער זאהל זיך בוקען פאר אן איידים קאן אפי' אין א חלום נישט געשעהן...
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

אין פסוק שטייט אז וַיִּפֹּל יוסף עַל צַוְּארֵי בִנְיָמִן אָחִיו וַיֵּבְךְּ וּבִנְיָמִן בָּכָה עַל צַוָּארָיו.
זאגט רש"י בנימין האט געזעהן ס'וועט חרוב ווערן משכן שילה בחלקו של יוסף און יוסף האט געזעהן אז די ביהמ"ק וואס א חלק דערפון איז געוועהן בחלקו של בנימין וועט חרוב ווערן
שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט נישט יוסף געוויינט אויפ'ן משכן און בנימין אויפ'ן ביהמ"ק? פארוואס האט מען געוויינט נאר אויף יענעם'ס חורבן?
שמעתי מצדיק גאון וקדוש אחד
אויף אן אייגענעם חורבן איז נישט דא קיין צייט צו וויינען מ'דארף טוהן צו די זאך
אויף יענעם'ס חורבן די איינציגסטער זאך דו קענסט טוהן איז מייטפיהלען מיט זיין צער

און דאס האבן זיי געטוהן
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:יוסף הצדיק חלום'ט זיך אז די זון, די לבנה און די 11 שטערען בוקען זיך צו איהם.
שטעלט זיך א שאלה. וואס איז מט דינה? ווי איז זי געוועהן? פארוואס האט זי זיך נישט געבוקט?

נאר יוסף האט חתונה געהאט מיט אסנת, און זי איז געוועהן די טאכטער פון דינה פון ווען זי איז נתעבר געווארען פון שכם בן חמור, קומט אויס פון דעם אז דינה איז געוועהן יוסף'ס שוויגער...

און דאס אז א שוויגער זאהל זיך בוקען פאר אן איידים קאן אפי' אין א חלום נישט געשעהן...

זייער טרעפליך
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

א הפלא'דיג שטיקל פונ'ם בית הלוי אויף די פסוק ... וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל-אֶחָיו: אֲנִי יוֹסֵף הַעוֹד אָבִי חָי וְלֹא-יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו
די ברודער זענען על החיים ועל המוות: מען דארף רחמנות האבן אויפן טאטען, אויב בנימין וועט נישט צוריקגיין וועט יעקב עס נישט קענען איבערטראגן, פראבירן מיט גוטן און מיט בייזן, מיר גייען נישט לאזן דעם טאטען ליידן.
דא כאפט זיי יוסף אין שאק אני יוסף - איך בין יוסף, מיך האט מען פארקויפט! (סארקאסטיש...)העוד אביכם חי - נו דער טאטע לעבט נאך?
ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו. אויף דעם איז שוין נישט דא וואס צו ענטפערן.

א מענטש כאפט נישט, ער איז ביזי: כבוד שמים, יענער איז א שגץ, דעם דארף מען אונטערברענגן וכו' וכו'
א מינוט א מינוט... האסט שוין פארגעסן ווער דו ביסט? עס ברענט דיך כבוד שמים? ממש דו קענסט ניצט צוקוקן די צער פונ'ם טאטען!?!? הע...? זאג שעפעלע וואס ברענט דיר דא? אה! כבוד שמים...! זיככככעעער!
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך יהושע חיים »

דאס איז פשוט אויפצווייזן אז ענק זענען פותח על שני סעיפים
אויב איך געדענק גוט שטייט עס אויך אין כתב סופר די זעלבער געדאנק
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

יהושע חיים האט געשריבן:דאס איז פשוט אויפצווייזן אז ענק זענען פותח על שני סעיפים

וואס הייסט פותח על שתי סיעופים
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ער איז מיט דעם מסביר די מדרש דארט:
"אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה" אוי לנו מיום הדין, אוי לנו מיום התוכחה.
ומה יוסף שהוא בשר ודם של וקטנן של שבטים כשהוכיח את אחיו לא יכלו לעמוד בתוכחתו, הקב"ה שהוא דיין, ובעל דין, ויושב על כסא דין, ודן כל אחד ואחד עאכ"ו שאין כל בשר ודם יכולים לעמוד לפניו.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז איינער האט זיך געטראפען מיט אן "איש"

ביי יעקב אבינו שטייט... ויאבק "איש" עמו... און ביי יוסף הצדיק שטייט... וימצאהו "איש"

ביי יעקב אבינו זאגט רש"י אז עס געוועהן... שרו של עשיו, און ביי יוסף הצדיק איז דאס געוועהן מלאך גבריאל.

איז די שאלה פון ווי ווייסט מען ? פון ווי האט רש"י געוויסט ווער איז שר פון עשיו און ווער איז מלאך גבריאל?

האט געזאגט דער הייליגער רב משה ליב סאסאווער זצ"ל... אז אויב מען בעט איינעם א טובה און דער פאנגט אן... נישט יעצט איך דארף גיין דאווענען, איך האב א שיעור יעצט... דאס איז עשיו.

אויב ער העלפט דיר גלייך אויפ'ן פלאץ, איז דאס מלאך גבריאל.

יעקב האט גבעטען... כי אם ברכתני, בענטש מיר, ענטפערט ער אוי, נישט יעצט שלחתי כי עלה השחר, איך דארף גיין זאגען שירה.

ביי יוסף ווען ער האט איהם נאר געטראפען האט ער גלייך געפרעגט, מה תבקש, מיט וואס קען איך דיר העלפען... דאס איז דער מלאך גבריאל
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך יהושע חיים »

מיש-נייעס האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:דאס איז פשוט אויפצווייזן אז ענק זענען פותח על שני סעיפים
אויב איך געדענק גוט שטייט עס אויך אין כתב סופר די זעלבער געדאנק

וואס הייסט פותח על שתי סיעופים

א היפאקריט בלע"ז
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

חוקר וסקרן האט געשריבן:אין פסוק שטייט אז וַיִּפֹּל יוסף עַל צַוְּארֵי בִנְיָמִן אָחִיו וַיֵּבְךְּ וּבִנְיָמִן בָּכָה עַל צַוָּארָיו.
זאגט רש"י בנימין האט געזעהן ס'וועט חרוב ווערן משכן שילה בחלקו של יוסף און יוסף האט געזעהן אז די ביהמ"ק וואס א חלק דערפון איז געוועהן בחלקו של בנימין וועט חרוב ווערן
שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט נישט יוסף געוויינט אויפ'ן משכן און בנימין אויפ'ן ביהמ"ק? פארוואס האט מען געוויינט נאר אויף יענעם'ס חורבן?
שמעתי מצדיק גאון וקדוש אחד
אויף אן אייגענעם חורבן איז נישט דא קיין צייט צו וויינען מ'דארף טוהן צו די זאך
אויף יענעם'ס חורבן די איינציגסטער זאך דו קענסט טוהן איז מייטפיהלען מיט זיין צער

און דאס האבן זיי געטוהן

viewtopic.php?p=314140#p314140
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

איך האב נישט געוואלט שרייבן קיין נאמן ווייל מיין הו"א איז געווען אז ס'וועלן זיין טייל אידן דא אין שטיבל
וואס וועלן דאס אדער פרובירן אפפרעגן אדער נישט אהנעמען ווען זיי הערן וועמענ'ס ווארט דאס איז
אבער טעיתי און איהר זענט גערעכט
די ווארט איז פונעם לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן זי"ע
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חוקר וסקרן האט געשריבן:איך האב נישט געוואלט שרייבן קיין נאמן ווייל מיין הו"א איז געווען אז ס'וועלן זיין טייל אידן דא אין שטיבל
וואס וועלן דאס אדער פרובירן אפפרעגן אדער נישט אהנעמען ווען זיי הערן וועמענ'ס ווארט דאס איז
אבער טעיתי און איהר זענט גערעכט
די ווארט איז פונעם לעצטן ליובאוויטשער רבי'ן זי"ע

ספעציעל ביים לעצטען ליובאוויטשער רבי וואס האט אזוי פיל געקאכט אין גאולה וואלט געווען גלייך צו זיין א אומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם

פארשפארט