פערסט עיד
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
פערסט עיד
פערסט עיד
זינט הצלה האט זיך געגרינדעט האט למעשה פאסירט אז דער עולם האט ווי פארלוירן טאטש מיט די בעיסיקס אוו יומען לייף, מען האט ווי פארגעסן וואס די חיליק איז ווען א מענטש לעיבט אדער איז טויט, מען וועט ריפן הצלה און שוין.
דאס האט געברענגט לכאורה צו די פאסירינג איו בארא פארק, אז דער עולם איז געשטאנען און געקלאצט אנע דעם אז איינעם זאל איינפאלען וואס מען ברויך טיען ווען איינער פאלט ציזאם פאר דיין נאז, אדער דו באגעגענסט איינעם אויף די ערד, אדער איינער וואס איז נישט ביי זיך.
איך וועל דא נעמען די מי און אראפ שרייבן די בעיסיקס וואס מען ברויך וויסן ווען דו באגעגענסט א עמערדזשענסי. די וויכטיגסטע זאך איז צי קענען איינערקענען אז עס איז א עמערדזשענסי, און דאס איז די שווערסטע זאך, מחליט זיין אז עס איז נישט און ארדענונג און מען ברויך אריין גיין און א עמערדזשענסי.
עס איז דא איין צוגאנג צו יעדע מעשה, און דאס איז וואר פון א צוקיקער ביז א EMT ביז א Medic און אלעס הייבט זיך אן ביים ערשטער וואס זעיט וואס עס האט פאסירט.
לאמיר איבערשפילן די בארא פארק מעשה, איינער וואקט אין גאס און איז אוועק געפאלען פליצלינג און איינער באמפט אריין און א קערפער וואס ליגט מאכטלאז אויפן ערד.
דאס ערשטע ברויך ער צוגיין און אים א קלאפ טיען אויפן אקסעל, האלא איר זענט אקעי, ברויכט איר הילף? דאס ברויך טיען סיי ווען א מאן זעיט א פרוי, און סיי ווען א פרוי זעיט א מאן.
פון דא שיידט זיך די ווייטערדיגע הילף, אויב דער מאן ענטערט נארמאל, ניין! ריף נישט הצלה! איך בין אקעי!, איך זיך דא אויפן ערד א קוואדער וואס איז מיר אראפ געפאלן, אדער א נארמאלע תירוץ וואס לייגט זיך אויפן שכל, דאן וואק ווייטער, מיר וועלן קודם שפינען די מעשה פון בארא פארק, עס ווערט נישט געזען קיינער זאל בכלל צוגיין אים אויסטשעקן, האלא זענט איר אקעי, און יענער ענטפערט נישט.
דאן ברויך מען מיט איין האנט ארויס נעמען דעם סעל און דיילן 718-387-1750 און מיט די אנדערע טשעקן ביים האלז אויב עס איז דא א פולס, און מיט די אויגן קוקן אויב ער אטעמט, ווייל מען קען האבן א פולס און נישט אטעמען.
די טעכניק פון טשעקן א פולס ביים האלז איז גאר גרינג, אבער מען מיז עס אביסל פראקטעצירן, און עס איז כדי אז מען זאל דאס פראקטעצירן אויף זיך און אויף אנדערע, צי אינדענטעפעצירן די פלאץ אויפן האלז ווי עס געפינט זיך די פולס - פולס איז די פלאץ ווי בליט פליסט גאר נאנט צים אויבערפלאך, און מען קען עס שפירן מיט די פינגער'ס אויפן הויט.
לאמיר זאגן אז מען שפירט נישט די פולס, און דער מאן זעט נישט אויס בין החיים - וואס איך מיין צי זאגן אז עס זעט אויס ווי דער מצב איז גאר ערענסט. דאן זאג דעם מאן אויפן טרייבל אז ער זעט אויס - און איז לכאורה נישט ביים לעבען. דער דיספעטשער מיז דאס הערען, זאג נישט קיין האלבעטע זאכן, זאג אים קלאר 'איך מיין ער איז טויט'. עס איז אלעמאל וויכטיגער צי מאכן די מצב ערגער אויב דו ביזט מסופק, ווי איידער אראפ מאלן א גרינגערע מצב.
ווי נאר ער זאגט דיר אז ער פארשטייט ווי די ביסט און ווי הצלה ברויך גיין, דאן נעם זיך צו די ארבייט, צייט איז די טייערסע זאך, יעדע סקונדע מאכט אויס, לייג דעם פאציענט פרקדן, און לייג איין האנטפלאך אויפן אנדערן, מיט איין פלאך צווישן די צוויי בריסטן, און הייב אן אריין קוועטשן בערך צוויי אינטשעס איינס נאכן אנדערן, ביז הצלה נעמט דיך איבער, און מיט דיין מויל שריי הצלה אז מען זאל זיך צאמלויפן, און איינער זאל דיך איבערנעמען ווען דו ווערסט מיד, בערך צוויי מיניט פער מאן.
אויב וויל איינער אריין בלאזן ליפט אינעם פאציענט דאן ברויך מען סטאפן קוועטשען, און בלאז אריין נאך יעדע דרייסיג קוועטשעס איין מאל. און היינט גלייבט מען אז עס איז נישט אזוי וויכטיג נאר מאכן די קוועטשעס ביים הארץ. דאס הייסט סי-פי-אר CPR. די עקשען איס געניג צי האלטן דעם מאן אדער פרוי ביים חיות ביז איינער פראפעסיונאל קומט צים צענע.
די טעכניק פון אריין בלאזן ליפט איז זייער פשוט, לייג דיין מויל אויף יענעם'ס און בלאז אריין, ביי א בעבי ברויך מען לייגען דיין מויל אויפן בעבי'ס מויל און נוז, מען ברויך זעין די טשעסט זיך הייבן, און נישט מער, אויב זעיט מען נישט די טשעסט זיך הייבן און דו שפירסט אז ליפט גייט נישט אריין, דאן גראד אויס דעם קאפ, דהיינו הייב אביסל אינטער אויף ציריק ציוועיגס, און פריוו נאך אמאל. אויב גייט נאך אלס נישט דאן איז מעגלעך אז ער ווערגט זיך, און מיר וועלן באלד זאגען וואס צי טיען באופן כזה.
ווי איז ווען איינער פאלט אראפ און אטעמט, אבער ענטפערט נישט ווען דו פרעגסט אים די 'האלא ביזטו אקעי ברויכסטו הילף', דאן הייסט ער א אנקאנטשעס, דאס הייסט ער איז נישט ביי זיך. נאך אלס א געפערליכע עמערדזשענסי, קאל גלייך הצלה אוו זאג דעם דיספעטשער די ווערטער, 'איינער ליגט אויף דער ערד און אעז אנקאנטשעס, אבער אטעמט'. עס איז גאר וויכטיג אז זאל וויסן וואס גייט פאר, פארן צוקיקער אעז נישטא ספעציעל וואס צי טיען דארט, נאר זאל בלייבן אכטונג געבן אז ער בלייבט אטעמען, און צייגען פאר די חברה הצלה ווי זיי ברויכן גיין, און זיי ווייסן וואס צו טיען ווייטער. און אויב די מצב טוישט זיך ברויך ער אנהויבן CPR.
ווען מען זעט איינעם זיך מיטשענען מיטן אטעמען, אדער האט טשעסט פעין ברויך מען קאלן הצלה און בלייבן לעבען די פאציענט און אים באריאיגן אז הילף איז אויפן וועיג.
חליש'ן, דאס איז לכאורה די מערסטע פאסירענדע קעיס, איינער ציט זיך אויס אויפן ערד און איז נישט ביי זיך פאר א קארצע וויילע, עס איז וויכטיג צי ריפן תיכף ומיד הצלה און דיין ראלע ביים פאציענט איז אז ער זאל בלייבן ליגן ביז הצלה קומט אויפן ערד, וואס עס פאסירט וועל איך נישט אריין גיין, נאר אזויפיל איז וויכטיג צי וויסן אז ליגן איז די בעסטע רפואה, און הייב אביסל אינטער זיין פיס מיטן אינטערלייגן עפעס א זעקל ווי א קליינע בענקל אדער סיי וואס מען זעט פאר די אויגן. אינטערהייבן זיין פיס העלפט אז די בליט זאל פליסן צי זיין קאפ.
סיזשער'ס- דאס מיינט אז איינער נעמט זיך שאקלען ווילד און פליצלינג. דיין ראלע איז פשוט אז ער זאל זיך נישט צוקלאפן פון קיין טישן און בענקלעך, לאז אים שאקלען, ריק אלעס אוועק, און ריף הצלה. ווען ער הערט זיך אויף שאקלען - געווענטלעך נאך א מיניט אדער צוויי, וועט ער בלייבן אנקאנטשעס, דאס איז נארמאל, זאג פארן דיספעטשער אז ער שלאפט נאך די סישער, ער האט אויפגעהערט זיך ווארפן.
שטאקינג - די קלאסיש בילד ווי איינער כאפט אן זיין האלז, פרעיג אים 'ביזטו אקעי, ברויכסט הילף, אויב קען ער ענטפערן דאן טשאקט ער נישט, אויב זעיסטו אז ער קען נישט אטעמען ריף תיכף הילף, און דאן נעם זיך מאכן די באוויסטע היימליך מענאווער, (דר. היימליך ז"ל איז היינט געשטארבען און די אינגע עלטער פון 96) צי מאכן די מענאווער ברויך מען יא פראקטיק, אפילו די בעיסיק איז גאר פשוט אבער דאך שווער צי שרייבן, ע"כ נעם צוויי מיניט און באזיך די לינק פאר א קלארע דעמאסטראציע https://youtu.be/RbjjopFJ10E
ווען איינעם גיסט בליט, אויף א פאל וואס עס בליט שטארק און מען ברויך ריפן די הצלה,דאן דיין ראלע אלס דער בייסטענדער איז - צי אנהאלטן די פלוס פון בליט, דורך לייגען פרעשער, וויאזוי לייגט מען פרעשער, זייער פשוט נעם סיי וואס אפילו זיין אדער דיין בלויזע האנט און לייג עס אויפן וואונד, און האלט עס דארטן ביז הצלה קומט, ריק נישט אוועק די סיל צי קיקן אויב עס בליט נאך, נאר האלט די דריק ביז זיי קומען.

, לייג דעם פאציענט פרקדן, און לייג איין האנטפלאך אויפן אנדערן, מיט איין פלאך צווישן די צוויי בריסטן, און הייב אן אריין קוועטשן בערך צוויי אינטשעס איינס נאכן אנדערן, ביז הצלה נעמט דיך איבער, און מיט דיין מויל שריי הצלה אז מען זאל זיך צאמלויפן, און איינער זאל דיך איבערנעמען ווען דו ווערסט מיד, בערך צוויי מיניט פער מאן.
ווי איז די גענוי פלאץ פון צווישען די צוויי בריסטן? די אויבערשטע חלק פונקט אינמיטן? דארף מען נישט קוועטשען מער צו לינקס אויף די הארץ?
וואס מיינט קוועטשען צוויי אינטשעס איינס נאך די אנדערע?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: פערסט עיד
ייש"כ.
דאס הייסט געטוהן פראדאקטיוו!
הערה: ביי א פאל פון א סיזשער איז וויכטיג צו האלטן דעם פאציענט זייטוועגט אז ער זאל זיך נישט דערווערגן פון זיין שפייאכטס.
דאס הייסט געטוהן פראדאקטיוו!
הערה: ביי א פאל פון א סיזשער איז וויכטיג צו האלטן דעם פאציענט זייטוועגט אז ער זאל זיך נישט דערווערגן פון זיין שפייאכטס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
קל וחומר האט געשריבן:ייש"כ.
דאס הייסט געטוהן פראדאקטיוו!
הערה: ביי א פאל פון א סיזשער איז וויכטיג צו האלטן דעם פאציענט זייטוועגט אז ער זאל זיך נישט דערווערגן פון זיין שפייאכטס.
נישט געפערלעך וויכטיג, דער עיקר פראבלעם וואס קען אים אימברענגען איז די זעצעץ וואס מען קען כאפן, איך האב נאך נישט באגעגענט איינעם זיך ווערגען אויף שפייעכץ, ווייל ווען ער הערט אויף סיזען בלייבט ער נאר שלאפן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: פערסט עיד
איבערגעקוקט ביי דריי אנדערע מקורות, אלע שרייבן אז מ'זאל אים בייגן זייטוועגס אויב מעגליך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
מיין ציל דא אין אשכול איז נישט וואס פראפעסיונאלען טיען, איך ציל וואס דער פאבליק איז פארלאנגט צו טיען לכל הפחות, על כן און פאל פוו סידזשער'ס זאל מין מקפיד זיין אז עס זאל נישט זיין קיין טישן אדער בעינק אדער אביעקטן נאנט.
אז מען וויל דייקו קען מען לייגען אויפן זייט אבער מיין פאוקעס איז נישט דאס וואס מען קען אלס טיען נאר וואס מען מיז טיען.
אז מען וויל דייקו קען מען לייגען אויפן זייט אבער מיין פאוקעס איז נישט דאס וואס מען קען אלס טיען נאר וואס מען מיז טיען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
עקסידענטס
עקסידענטס - ווען אימער איינער באגעגנט זיך מיט א קאר עקסידענט אדער איינע וואס ווערט אראפ געקלאפט דורך א קאר, אדער א ביציקל.
אויב ביזטו אינוואלווד און דו קענסט ריפן הילף, דאן ריר נישט דעם קאפ נאר ריף הילף מיט די מינימאלסטע ריקן פון דיין קאפ, און בלייב אויפן פלאץ, אויב קיינער לויפט זיך נישט ציזאם, דאן נעם זיך פייפן מיטן קאר פייפער אז די ארימיגע זאלן אויפכאפן אז עפעס האט פאסירט.
ווען דו ביזט נישט אינוואלווד, סעפטי איז גאר וויכטיג, שטעל אפ די טרעפיק און זאג דעם דיספעטשער דורך ווי ער קען אריין צים צענע, כלומר די ראנג וועי, מאך זיכער אז טרעפיק פארט נישט און חלילה נישט ברענגען נאך עקסידענטן, מינימאל ביז די עס איז נישט קלאר וויפיל פאציענטען עס זענען דא. עס איז זייער וויכטיג אז מען זאל נישט ריקן דעם פאציענט, און זיכער מאכן אז קיינער ריקט זיך נישט, חוץ אויב איז דא א באלדעגע סכנה אז לאמיר זאגן די קאר ברענט חלילה. מאך זיכער אז דו פארשסט אויס די סיטאציע געוואויר ווערן וויפיל פאציענטען עס איז דא. עס זעהען ליידער דא פעלער ווי איינער פליעט ארויס פון די קאר און אוועק ווייט פון די צענע און מען ווייסט נישט דערפון. על כן פרעיג דעם דרייווער וויפיל זענען געווען אינעם קאר. ווען אלע פאציענטען זענען אפגעפינען דאן זאג זיי זיך נישט צי ריקן, מאך א שטיקל חשבון ווער עס איז די ערגסטע, ווער איז ביי זיך, ווער עס אטעמט אדער נישט, און אזוי ווען די הצלה באווייזט זיך זאלסטו האבן א שטיקל באריכט ווי יעדער איז, צייט איז די טייערסטע זאך וואס מען טאר בשום אופן נישט פארלירן אפילו א סקונדע, ממילא ווען דער מעמבער קומט אן, זאל ער קלאר וויסן די שנעלסטע וועיג, און וויפיל פאציענטען זענען דא, און בערך יעדען'ס מצב, ער זאל קענען משער זיין וועם זיך צו ווענדען קודם.

סטראוק
סטראוק - ליידער איז דאס איינע פון די זאכן וואס צייט איז גאר טייער און ווערט אפט פארנאכלעסיגט און ווען מען פארלירט צייט פארלירט מען לעבען, אלס צוקיקער איז דיין וויכטיגסטע אויפגאבע אויפצוכאפן ווען איינער רעדט פליצלינג נישט קלאר אן קיין פארוואס, אדער ווערט פליצלינג געלעמט אויף איין פיס מיט די הענט, אדער קען נישט שלינגען אן קיין נארמאלער ענטפער, אדער זיין מויל ווערט פארקרימט אויף איין זייט. איז מעגלעך אז ער/זי האט א סטראוק.
פראביר צי דערגיין ביי אלע אנדערע צוקיקער לאמיר זאגן ער איז אין שיל, און אנדערע מתפללים האבן גערעדט מיט אים נארמאל, פראביר פארשטן וויפיל א זייגער עס איז געווען די לעצטע נארמאלער שמיעס, אדער איידער די פאסירונג, פאר די הצלה איז די אינפארמאציע גאר קריטיש, און פיל מאל ווייסען מענטשען די אינפארמאציע נאר האבן אפגעצויגען פאר סיי וועלכע סיבה אן וויסן אז ער פארמאגט נויטיגע אינפארמאציע. על כן ווען דו באמערקסט אז איינער האט די סטראוק נאכן ריפן הצלה נעם א שטיקל פארש ארבייט ווען עס האט פאסירט, און ווער דער פאציענט איז, ווי ער וואוינט, אטן ווער פון די ארימיגע קען אים גיט, כדי יענער זאל זיין צו די האנט אז הצלה זאל נישט ברויכן פארברענגען קיין עקסטרע סקונדע זיכען זיין טעלעפאון נומער אדער וואס פאר מחלות ער ליידט. און ווען הצלה וועט דיך עס פרעגען וועסטו זיין באוואפענט מיט ריגטיגע אינפארמאציע.
פראביר צי דערגיין ביי אלע אנדערע צוקיקער לאמיר זאגן ער איז אין שיל, און אנדערע מתפללים האבן גערעדט מיט אים נארמאל, פראביר פארשטן וויפיל א זייגער עס איז געווען די לעצטע נארמאלער שמיעס, אדער איידער די פאסירונג, פאר די הצלה איז די אינפארמאציע גאר קריטיש, און פיל מאל ווייסען מענטשען די אינפארמאציע נאר האבן אפגעצויגען פאר סיי וועלכע סיבה אן וויסן אז ער פארמאגט נויטיגע אינפארמאציע. על כן ווען דו באמערקסט אז איינער האט די סטראוק נאכן ריפן הצלה נעם א שטיקל פארש ארבייט ווען עס האט פאסירט, און ווער דער פאציענט איז, ווי ער וואוינט, אטן ווער פון די ארימיגע קען אים גיט, כדי יענער זאל זיין צו די האנט אז הצלה זאל נישט ברויכן פארברענגען קיין עקסטרע סקונדע זיכען זיין טעלעפאון נומער אדער וואס פאר מחלות ער ליידט. און ווען הצלה וועט דיך עס פרעגען וועסטו זיין באוואפענט מיט ריגטיגע אינפארמאציע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
שטיי נישט אין וועג
שטיי נישט אין וועג
גאר וויכטיג איז צי וויסן אז מען ברויך העלפן מיט וויפיל מען קען אבער נישט שטיין אינטער די פיס, אפילו דו האסט וויכטיגע אינפארמאציע וועט ווען די צייט קומט און איין מעמבער געבען א פרעיג ווער ווייסט ווי אזוי ער הייסט, אדער ווער האט געזען וואס איז געשען, וועסטו דאן זיין צי די האנט מיט די אינפארמאציע צי די ריכטיגע צייט. די איבריגע וואס ווייסן גארנישט זאלן אפציען צי א דיסטאנץ, נישט מאכן עינג פארן מעמבער אדער פאציענט, אויב ווילסטו טיען א טובה פארן פאציענט נעם א תהלים און הייב אן שעפשען עטליכע קאפיטלעך לטובת רפואתו, נישט שטיין און אריין גולמען פאר נייגער, אדער חלילה כאפן בילדער.
וויפיל מאל האב איך געהאט ווען איך האלט אינמיטן טריטן א פאציענט אויפן גאס, און א חברה מאן ראלט אראפ זיין פענסטער און פרעגט 'האלא וואס איז געשען', עס ווילט זיך מיר אויסשיסן זיין ציין, אבער די פאקט איז אז עס קען פאסירן אפילו ביי נארמאלע מענטשען, עס מיינט נישט אז יענער איז געווען א משוגענער, נאר פשוט ער האט נישט געטראכט אדער נישט באמערקט, און מסתם אפילו אפגעהאלטן טרעפיק פארן אמבעלאנץ אנציקומען צי שטילן זיין נייגער, וועגן דעם שפיר איך וויכטיג אויפמערקזאם צי מאכן אז ווען דו זעסט אז דו פארסט אריין פונקט אינמיטן א עמערדזשענסי צענע, זעי צי פארן ווייטער ווי שנעלער, אדער אויב דו ביזט פונקט אנגעקומען ווען הצלה ברענגט אראפ דעם פאציענט אויפן גאס, זיי מוחל לויף אוועק ווי די אויגן פירן דיך, שטעל זיך נישט אפ קוקן ביטע, די בילדער וועלן ממילא נאכפאלגען אויפן גרופע...
ח''ו נאר געווען א וויץ, כאפן בילדער פון א פאציענט איז א עוות שאינו יכול לתקן, און א געפערליכע קראנקייט אויף וואס אינזער דור ליידט, און איז בבחינת מה דעלך סנא לחברך לא תעביד, און אויב באקימסט דו אזא בילד אויף דיין גרופ, ביטע פארשריי יענעם שיקער (תרתי משמע), עס העלפט נישט קיין שום תירוץ אז עס נאר געווען קאפי פעיסט, מען טאר בשום אופן דאס נישט צולאזן.