ענדרויד

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

וואס איז די בעסטע בחינם'דיגע פילטער פאר ענדרויד סמארטפאון?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

די נייע "גוגל קיבאורד"

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס קען מען שוין שרייבן פון א קיבארד? מען דרוקט סך הכל קנעפלעך און עס טייפט, ניין? טעות! קיבארדס פאר ענדרויד זענען שוין היינט שטארק פארגעשריטן. ביז א שטיק צייט צוריק האב איך נישט געגליכן גוגל'ס אייגענע קיבאורד, נאר גענוצט דריטע-פארטי קיבאורד'ס צוליב פארשידענע סיבות; אבער רוב פון די סיבות זענען לעצטנס מער נישט פעליג, גוגל האט מיט די לעצטע אפדעיט (ארום 2 וואכן צוריק) אריינגעלייגט שטארקע כוחות צו ברענגען די קיבאורד צו איינע פון די סאמע בעסטע קיבאורדס וואס איז נאר פארהאן אויף ענדרויד, און ס'בלייבט כמעט נישט איבער קיין אויסרייד פארוואס צו נוצן א צווייטע. כאטש עס פארבלייבט נאך פלאץ פאר תיקונים.

לאמיר אדורכגיין די בעסטע פונקציעס, רוב פון וועלכע איר האט מסתמא נישט געוואוסט.

יעדער איז געוויס באוואוסטזיניג צום פאקט אז מען קען "סווייפן", סיי ענגליש און סיי אידיש/לשה"ק. רוב מאל דארף מען ניטעמאל ענדיגן דאס גאנצע ווארט! כידוע טוט דאס שטארק פארגרינגערן און פארשנעלערן דאס טייפן. בפרט מיטן אויטא-קארעקט וואס העלפט ארויס מתקן זיין די טעויות הדפוס (חוץ ווען נישט..) ביז די לעצטע אפדעיט פלעגט גוגל אונטערשטרייכן א רויטע ליניע אונטער א נייע אומבאקאנטע ווארט, און מען האט דאס געקענט מעניועלי צולייגן צום "יוזער דיקשאנערי" צו סעיוון פאר קומענדיגע מאל. מיטן לעצטיגן אפדעיט וועט גוגל זיך אליינס לערנען די ווערטער שטילערהייט אין די בעקגראונד, אן מוזן דרוקן "add to dictionary". פארשטייט זיך אז מען קען אלעמאל אראפנעמען א נישט-ריכטיג ווארט וואס איז בטעות אריינגעפאלן. א נייע גרינגע וועג צו פארמעקן אן אומריכטיג געסעיווטע ווארט, איז לאנג-פרעס (האלט אן לאנג) דעם אומריכטיגן ווארט, און שלעפ עס ארויס פון די ליסטע, און עס וועט אריינפאלן אין שאול תחתית.

ביז היינט, אויב האט איר געשריבן א נייע ווארט און דער אויטא קארעקט האט עס געטוישט צו עפעס אומפאסיג, האט איר געקענט דרוקן "בעקספעיס" און גוגל האט כאילו 'חרטה געהאט' פון זיין תיקון און צוריקגעלייגט וואס איר האט געטייפט. אבער דאס האט געארבעט נאר תוך כדי דיבור; אויב האט איר שוין געדרוקט נאך א אות נאכדעם, איז געווען פארפאלן. דער אריגינעלער ווארט איז פארשוואונדן במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו. מיטן נייעם אפדעיט, קענט איר סיי ווען אימער קליקן אויף די 'פארראכטענע' ווארט צוריקצוברענגען אייער אריגינעלע ווארט, עס וועט ערשיינען צווישן די ליסטע פון תיקונים. דאס איז א געוואלדיגע תיקון וואס איז געווען (עכ"פ ביי מיר) איינע פון גוגל קיבאורד'ס גרעסטע חסרונות.

דער יוזער דיקשאנערי – ד.ה. די אלע ווערטער וואס דער גוגל קיבאורד לערנט זיך צו מיט דער צייט, ווערט געסעיווט אין א פייל. גוגל האט אצינד צוגעלייגט דעם אפציע "סינק עקראס דעווייסעס". דהיינו, אויב האט איר עטליכע טעלעפאנען, טאבלעטן, אדער קויפט איר א נייעם פאון, מוז מען נישט גיין איבערלייגן די אלע ווערטער פון דאסניי, נאר די דיקשאנערי ווערט כמו- יוניווערסל פאר אלע דעווייסעס אונטער דיין אקאונט.

001.jpg


נאך א געוואלדיגע מעלה איז צוגעקומען אז מען קען רוקן דעם קארסור דורכ'ן ספעיסבאר, און לאמיך עקספלעינען. איינע פון די גרעסטע ציין ווייטאג בשעת'ן טייפן אויף א סקרין, איז צו קענען אנשטעלן דעם קארסור גענוי אויף א געוויסן פלאץ. צב"ש איר האט געוואלט שרייבן דעם ווארט "ראובן", און בטעות געשריבן "רובן", יעצט ווילט איר צולייגן דעם א' צווישן דעם ר' אונעם ו'. פרוביר אהינצושטעלן דעם קארסור, גוד לאק! קענסט קליקן אבער דער קארסור (מלשון curse) איז לכאורה פארשאלטן געווארן נאך מששת ימי בראשית אז ער וועט שטענדיג גיין מיט עטליכע אותיות אפגערוקט רעכטס אדער לינקס, איבעראל נאר נישט ווי מען ברויך. קראכן זאלסטו! אצינד האט גוגל געמאכט א פונקציע אז מען קען סווייפן אויפן ספעיס-באר, אויב סוויפסטו רעכטס, וועט זיך דער קארסור מיטרוקן רעכטס; וכן לינקס. עס איז געוואלדיגע הילף בשעת מען איז אין טראבל מיט דעם קארסע"ר און די געדולד האלט אט אט ביים פלאצן.

וואס טוט זיך אויב איר ווילט טייפן אפאר אותיות אין קעפס? למשל NY? קענט איר סווייפן פונעם SHIFT קנעפל ביז דעם אות, און דער אות ערשיינט בגדול.

ווילסט אויסמעקן מערערע ווערטער? סווייפ פונעם X, דער DEL קנעפל.

נאך א חידוש אין די נייע אפדעיט איז אז איז פאראן די אפציע צו האבן קליינע סימבאלן העכער יעדע אות, וואס מען קען נוצן דורך לאנג-דרוקן דעם קנעפל (א זאך וואס רוב אנדערע קיבאורדס האבן שוין געהאט יארן). זעה בילד.

002.jpg


גוגל'ס קיבארד פארמאגט נאך נישט קיין עקסטערע רייע אויבן פאר נומבערס – א זאך וואס אנדערע האבן שוין יא – אבער ביי געוויסע פלעצער וועט יא ערשיינען א באזונדערע רייע מיט נומערן – ווי למשל אויב דארפסטו ערגעץ ענטערן א פעסווארד. עס איז א שטיקל פליאה פאר מיר. זייער אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם פראבלעם.

גוגל האט אויך צוגעלייגט מערערע THEMES, און איר קענט זיך אויסוועלן וועלכע קאליר איר גלייכט. ווי אויך צי איר ווילט בארדערס ארום יעדן קנעפל אדער ליבערשט בארדערלעסס. אויב ווילט איר נאך מער, קענט איר לייגן אייער אייגענע בילד פאר די בעקגראונד.

#יאכלו ענוים
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

3 טיפס פאר די קיבאורד (איינס האב איך שוין דערמאנט אויבן):

http://www.computerworld.com/article/30 ... tcuts.html
וירח ה' את ריח הניחוח
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

נאָך אַ מעלה איז אז זי האט אידיש בילט אין. אריינגעבויט אלע ספעציעלע אותיות ווי איר א פֿ ווען מען דרוקט לאנג אויפן פֿ אדער א קמץ אָ.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ענדרויד

שליחה דורך פליקער »

גוגל האט דאך נישט קיין נקידות?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גוגל האט ארויסגעגעבן א נייע אפדעיט אויפן קיבאורד, מיטן נייעם נאמען GBoard. דער עיקר מעלה (ביי מיר) איז, אז ענדליך קען מען האבן א באזונדערע שורה פון נומערן פון אויבן. ענדליך!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: ענדרויד

שליחה דורך קלוגע יודל »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך זיך א גוטע קלאוד בעיסד נאוטבוק וואס איך זאל קענען ניצן פון ענדרויד און פונעם קאמפיוטער, איך האב גענוצט OneNote אבער ווען איך שרייב לה''ק אויפן ענדרויד קומען אויס די ווערטער פארקערט,
Evernote ארבעט יא גוט מיט לה''ק אבער איך זעה אז כדי צו קענען האלטן נאוטבוקס אפליין מוז מען צאלן דערפאר,
ווייסט איר עפעס בעסער?

פראביר keep
עס איז א גוגל פראדוקט, און מען קען עס אויך ניצן פון א פשוט'ן בראוסער
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ענדרויד

שליחה דורך פליקער »

Gnotes איז לכאורה וואס דו זיכסט
עס האט גאר פיינע פיטשערס, און עס סינקט אקראס דיווייסעס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מאנסי אינגערמאן »

gnote will def work for you
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: ענדרויד

שליחה דורך פליקער »

פליקער האט געשריבן:Gnotes איז לכאורה וואס דו זיכסט
עס האט גאר פיינע פיטשערס, און עס סינקט אקראס דיווייסעס.

גריידע צו איך ציריק, עס ברויך סינקען, אבער ס'סינקט נישט, נאר אויב מען באצאלט א חודשליכע אפצאל,
על כן איז לכאורה ס'בעסטע אפציע, עווערנאוט.
איך בין געגאנגען איינמאל מיט וואן נאוט, אבער עס האט אריין געסינקט אידיש קאפויער, נישט גיט.
איך גלייך אויך צו ציילען וויפיל ווערטער מיין ארטיקל האט, דעריבער ניץ איך דערווייל נאוט עווריטינג, עס איז זייער פיין, אבער עס סינקט נישט, אבער האט יא א בעקאפ. משא''כ דזשינאוט ווייס איך נישט אויב עס האט א גיטע בעקאפ אפציע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב א שאלה.

לעצטענס, יעדעס מאל מיין סקרין פארמאכט זיך צוליעב לאנגווייליגקייט ווארטענדיג אז איך זאל עפעס דארט טון, פארלעשט זיך די עפפ אין וואס איך בין נארוואס געווען. דאס מאכט מיר זייער נערוועז. ווי קען איך דאס טוישען? וועלכע setting איז דאס?

ייש"כ פון פאראויס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וועלכע קיבארד נוצט איר אין אייער אנדרויד פאון? מן הסתם Gboard, אזוי ווי רוב אנדערע מענטשן (ואני בתוכם).

דא האב איך געטראפן א ליסטע מיט נוצבארע פיעטשורס, עס איז ווערד צו לייענען. עס קען אייך פארגרינגערן דאס לעבן, און איר וועט קענען געבן מער צייט פאר די קינדערלעך...


Got Gboard? 12 hidden shortcuts for faster Android typing

https://www.computerworld.com/article/3 ... tcuts.html
וירח ה' את ריח הניחוח
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

זייער אינטערסאנט דורכצולויפן אזא אשכול, ס’איז אינטערסאנט צו זעהן ווי מ’האט זיך געפריידט צו אפדעיטס אין 2012 וואס יעצט נעמט מען עס אן פאר א פשטות, ווער ווייסט וואס וועט זיין אין ניין יאר פון יעצט.
פארשפארט