דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר יאר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר יאר

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אן אינטרעסאנטע ערשיינונג פאסירט אין אונזער געזעלשאפט ביי א געוויסע יארגאנג אין א מענטשנ'ס לעבן.

יעדער מענטש הייבט אן אלס אינגעלע א זיסע, ער ווערט א בחור, ער האט חתונה און ווערט א יונגערמאן, ער מאכט חתונה קינדער און ער ווערט א מיטליעריגער באלעבאס, ביז ער מאכט שוין חתונה אייניקלאך און ער ווערט שוין אן עלטערע איד, אן אנגעזע'ענער איד, מעמודי הקהלה אדער א 'באטשי'. דעמאלס טוישען זיך שוין אלע געזעצן. פון היינט און ווייטער איז ער אין אזא מצב אז זיין לעבן האט אן אנדערע טייטש. ווען ער איז קאלט איז די פענסטער פארמאכט, ווען ער איז ווארעם איז עס אפען. נקודה! ווען ער האט יארצייט פאר א מומע פון ערגעץ האט ער א זכות קדימה צום עמוד אויף סיי וועמען. ווען ער קומט אריין צו א קידוש, מוז יעדער איינער אוועקגעבן זיין פלאץ. ער וויל גארגלען ביים עמוד אויף א שבת חנוכה, מי יאמר לך מה תעשה ומה תפעל. ער וויל דאווענען שנעל אזש קיין צייט צו חלומ'ן איז נישט דא, וואויל איז איהם. זיין אייניקעל ווערט א חתן און ער זאגט עפעס צום כלה וועגען איהר קלייד, איז ער א זיסע זיידי, נישט קיין חזיר מיט גרויסע אויגן (אגב, א חבר מיינע וואס ארבעט אלס א פאטאגראפיער האט מיר פארציילט אז ער האט גענומען בילדער ביי א בר מצוה פון א לעיקוואוד ישיביש'ער משפחה. דער באבע קומט צו צו איהם סוף שמחה און זי כאפט איהם אן ביים ארעם זאגענדיג מיט א שטארקע אונגארישער אקצענט 'אוי ביסטו זיס! ווען איך בין פערציג יאר יונגער נעם איך דיר אהיים מיט מיר!' די טאכטער די מאמע פון די בר מצוה אינגעל האט זיך געוואלט באגראבן פאר בושות). ווען א קליין קינד פיהרט זיך אויף ווי א קליין קינד, איז עס זיין רעכט איהם אנצושרייען און וויי צו טוהן. איהם געפעלט נישט דער זופ, מעג ער עס צוריקשיקן ווייל ס'איז 'אייז קאלט' ווען נאר א דינע פארע קריכט ארויף דערפון, נישט קיין גרויסע געדיכטע וואלקען. זיין מיינונג איז ווערד מער ווי יעדן איינעמ'ס, ווייל זיין אויגען זענען וואוילער ווי דיינס. ער האט שוין א זיץ אויפ'ן באס יארען לאנג און ער מעג יעדן אנשרייען אראפצוגיין פון יענע זיץ, און די ארומיגע וועלען איהם פארטיידיגען, נישט דעם יונגערמאן וואס האט ערליכערהייט געקויפט זיין בילעט און זיך אראפגעזעצט אויף א ליידיגע זיץ. ער ווארפט ארויס מענטשן פון בית הכסא אין בית המדרש כאילו ער האט פערזענליך באצאלט אויף דער שטאל, און מ'האט נאר פארגעסען דער שילד מיט זיין גע'רצח'טע זיידעס אויסגעשריבען מיט די דערפעל אין קארפאטערוס וואו זיי האבען אמאל געפאשעט זייער רינדער און געוואשען וועש אין טייך.

רוב נארמאלע מענטשען ביים דאס באמערקען טוהן דאס אוועקשטופען פון קאפ. "וואס ווילסטו פון איהם? ער איז שוין אן עלטערע איד. א מיטגעמאכטע פון דא צו דארט. גיב איהם נאך זיין זאכען, ער שטארבט סייווי אין א פאר יאר". מ'מאכט נישט קיין צימעס דערפון און מ'גיבט איהם וואס ער וויל און ווייטער געגאנגען. טאמער איינער שטעלט זיך קעגען איהם, בעטן זיי פון יענער זאל איהם נאכגעבען, נישט פון דעם באטשי אז ער זאל מוחל זיין איידער מ'דערלאנגט איהם צוויי אויף זיין מחילה כנגד זכור ושמור, און טאקע בדיבור אחד ווי ס'קומט זיך איהם.

דאס איז, רבותי, א גרויסע טעות. פארוואס טוהען די באטשי'ס (איך זאג באטשי, נישט ווייל די חברה זענען בעיקר אונגארישר, איך האב עס געזען ביי פוילישע און גאליציאנער מיט ליטווישע אויך. נאר דער עולם דא פארשטייט עס לייכטער אזוי. אגב, ביי ירושלימ'ער האב איך עס נישט באמערקט, איך ווייס נישט פארוואס) אזעלכע זאכן? יארן לאנג האבען זיי איינגעהאלטען זייערע שלעכטע מדות, ווייל דער ארום און ארום וואלטען עס נישט צוגעלאזט. זיין ווייב וואלט איהם אפגעלאזט און קיינער וואלט זיך נישט משדך געווען מיט איהם, זיינע אייגענע קינדער וואלטען איהם נישט אנגעקוקט אין פנים. היינט וואס מ'רעדט שוין פון חתונה מאכען דער דריטער דור און ער שטרעבט שוין נישט צו גארנישט, האלט ער אז ער קען טוהן ווי זיין הארץ באגערט און קיינער וועט איהם גארנישט קענען טוהן.

ווען אונז, די יונגערע דור, וואלטען עס קלאר און שטארק פארדאמט, נישט צולאזענדיג זיך באטרעטן פון אזעלכע וואס דער וועלט האט גאר ווייניג פארדינט פון זייער קייען קארטאפעל זעכציג יאר אויף אונזער באליבטע כדור, וואלטען זיי געוואוסט אז מ'דארף זיך ווייטער איינהאלטען און נישט גלייך גרעפסען וואס מ'האט פריער איינגעשלינגען.

און דער תועלת פון דעם האט זיך נאך נישט אנגעהויבען. קוק אויף זיך. דו ביסט היינט פערציג יאר אלט, פינף און פערציג? באלד ווערסטו אויך אין יענער יארען. ווילסטו דען פארלירען דיין צלם אלקים אין יענער יארגאנג און ווערען א פרא אדם וואס מ'לאזט דיר ווייל מ'פאדערט שוין גארנישט פון דיר? אוודאי נישט. ווען מיר נעמען א קלארע שטעלונג היינט אז 'כן לא יעשה', טוהן מיר פארמיידען פון זיך דער ירידה ממדרגות. מיר וועלען אנשטעלען א נייעם ווינט אין בית המדרש און ביים ציבור אז מ'דארף זיך פיהרען מיט דרך ארץ און איידעלקייט עד זיבולא בתרייתא, ווערען אוויפגערופען צום מצוה טאנץ ביים אנהייב ווייל ער איז דער וואס טוט חתונה מאכען אן אייניקעל איז נישט קיין תירוץ זיך צו פיהרען ווי חיה בצורת אדם, דאס געדענקען ווען מ'האט געמופט פון קראון הייטס קיין בארא פארק מאכט דיר נישט קלוגער ווי סיי וועמען, און דיין קערפער איז גארנישט וויכטיגער ווי א צווייטענס. און דער זכות וועט אונז ביישטיין לעתיד. מיר אליינס וועלען זיך נישט דארפען שעמען פון אונזער התנהגות לאחר ששים, מיר וועלען אויך זיך פיהרען איידעלער.

ומלאה הארץ דעה את ה'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי איידעלע אידן פאסירט טאקע נישט דאס ביי די עלטער, די התנהגות איז פשוט א תוצאה פון א שוואכע כח המעצר בעצם וואלט ער זיך שוין אזוי נוהג געווען אין די יונגע יארן.

און טאקע דאס איז די סיבה פארוואס אין ירושלים זעהט מען נישט דאס, ווייל דארט פארנעמט כמעט נישט די כבוד המדומה אפילו ביי חשובע אידן תלמידי חכמים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געקלערט גאר אן אנדערע פשט. אפשר ביסטו גערעכט און נישט מיר.

לדעתי פאסירט דער טויש, נישט אזוי פיהל ביים חתונה מאכען די אייניקלעך נאר ווען מ'שפירט אז מ'איז שוין פערטיג, מ'דארף זיך שוין נישט שלאגען, נישט נאכיאגען די ארבעט, נישט חנפנ'ן אנדערע. מ'דארף שוין נישט אנקומען צו אנדערע. דעריבער לאזט מען נאך די מאסק. אפילו אז מ'ארבעט נאך, ווייסט מען אז מ'פארלירט נישט די ארבעט צו שנעל, קיין שום בעלעבאס וועט נישט פטור ווערען פון אן אלטען ארבעטארער אזוי שנעל, ער דארף נישט קיין טלפון רוף פון יענעמ'ס קינדער און אייניקלאך.

אין ארץ ישראל איז אבער אנדעריש. דער געראנגעל פון לעבען ענדיגט זיך קיינמאל נישט עד זיבולא בתרייתא. ער קען קיינמאל נישט איינזיצען רואיג און לעבען פון די ארבעט וואס ער האט גע'ארבעט ביז יעצט. אי ווייל ער האט נישט גע'ארבעט נאר געזעצען אין עץ חיים צו אין כרם שול צו אין אמעריקאנער שול צו אין כולל חזו"א, אי ווייל דער לעבען דארט איז א פרימיטיווער ווי מ'ארבעט ביז צום טויט, נישט ווי דאהי ווי מ'קען רעטיירען און טוהן גארנישט די לעצטע צוואנציג יאר (ביי די וואס האבען רעטיירד און גייען ווואוינען אין א"י, אדער האבען אייביג געוואוינט דארט און גע'ארבעט, זעט מען די זעלבע זאכען ווי דאהי, ה"י). ער לויפט נאך פון גמ"ח צו גמ"ח, ער חנפ'ט נאך אמעריקאנער גבירים ועוד. דעריבער שפירט ער נישט אז ער קען נאכלאזען די מאסק פון פנים און ער מוז זיך ווייטער פיהרען מיט אנדערע איידעלעהייט.

עכ"פ, אזוי קלער איך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז, רבותי, א גרויסע טעות. פארוואס טוהן די באטשי'ס (איך זאג באטשי, נישט ווייל די חברה זענען בעיקר אונגארישער, איך האב עס גגעזען ביי פוילישע און גאליציאנער מיט ליטווישע אויך. נאר דער עולם דא פארשטייט עס לייכטער אזוי. אגב, ביי ירושלימ'ער האב איך עס נישט באמערקט, איך ווייס נישט פארוואס) אזעלכע זאכען?


!!GOOD

כ'האב א פילינג אז דיין אן טארגעט אנאלאסיס פון די "באטשי" פינאמינאן האט א שייכות צו די בודעפעסט חלק פון "ליטוואק פון בודעפעסט"...

אפשר נאך בעסער ווי ווען די שרייבסט וועגען ספרדים און בריסק
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עמעזאן האט געשריבן:די התנהגות איז פשוט א תוצאה פון א שוואכע כח המעצר בעצם וואלט ער זיך שוין אזוי נוהג געווען אין די יונגע יארן.

פונקט דאס געוואלט שרייבן. אן עלטערער איד קען זיין ער האט א גאנץ לעבן געארבעט אויף די מדות, אבער אויף די שוואכערע יארן ווען דער כח המעצר איז שוואכער קען מען זיך נישט אזוי קאנטראלירן.
אנטשולדיג מיר אבער דיין שרייבן איז אביסל פרעך. ווי איז אביסל רעפעקט פאר'ן עלטערן דור וואס האט אונז געבוירן. שוין אפגערעדט אז תורה'דיג זענען מיר מחוייב צו מכבד זיין עלטערע מענטשן (אפילו א גוי לויט חז"ל), אבער אפילו שכל'דיג! איז דען נישט דער מענטש אדורך אן א שיעור שוועריגקייטן? ימי שנותינו בהם שבעים שנה וכו' ורהבם עמל ואון - ער איז שוין אדורך די עמל ואון, אין אלע הינזיכטן, געזונט פרנסה נחת, וויפיל האט ער געשוויצט פאר זיינע קינדער און נישט אלעמאל האט מען דעם ערווארטעטן נחת. ער גייט שוין יעדן חודש מיט פחד פאר א טשעקאפ ביים דאקטאר און האפט צו הערן גוטע בשורות. ער איז שוין געזעצן אסאך מאל שבעה אין זיין לעבן. שוין געהערט כל מיני בשורות מחרידות. ער האט שוין נישט קיין דזשאב און איז סמוך על שלחן אחרים, וואס עולם חשך בעדו, ווער רעדט נאך אויב מוז מען צוקומען צו די טובות פון די אייגענע קינדער, מ'זאל נישט געפראוואוט ווערן אבער עס איז ביטער ווי א זית. עס איז נאר נארמאל אז אזא מענטש זאל אביסל מאכן טראבל (act up).

אזעלכע ווערטער ווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ווען אונז, די יונגערע דור, וואלטען עס קלאר און שטארק פארדאמט, נישט צולאזענדיג זיך באטרעטן פון אזעלכע וואס דער וועלט האט גאר ווייניג פארדינט פון זייער קייען קארטאפעל זעכציג יאר אויף אונזער באליבטע כדור, וואלטען זיי געוואוסט אז מ'דארף זיך ווייטער איינהאלטען און נישט גלייך גרעפסען וואס מ'האט פריער איינגעשלינגען.

איז ממש א חרפה און א בושה, דער וועלט האט ווייניג פארדינט פון זיי? סך הכל האבן זיי געקייעט קארטאפל 60 יאר? זיי האבן נישט באשטייערט קיין ביזנעס און רווחים? געברענגט קינדער און אייניקלעך אויף דער וועלט? מנדב געווען ספרים אין א ביהמ"ד? געלערנט און געדאווענט? ווי אזוי קען מען נעמען א מענטשנ'ס הארעוואניע אין לעבן און אזוי א רוק טאן אין מיסט אין איין רגע? אביסל הכרת הטוב פאר א מענטש וואס איז אזויפיל אדורך...

כ'זאג נישט, עס זענען ליידער פאראן אסאך שווערע אידן אויף דער עלטער, ביודעי ומכירי קאמינא, אבער דאס דארף קומען מיט א ווייטאג און רעספעקט, און מתפלל זיין אויף זיך זעלבסט אל תשליכני לעת זקנה... נישט אזוי צו אטאקירן אן עלטערן מענטש צוליב זיינע שוועריגקייטן און אומבאהאלפנקייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

און בית מדרש ווי איך דאוון זיצן צוויי אלטע יודן ביידע אונגארישע, איינער איז אלס גיט אויפגעלייגט און איינער שפירט זיך אלעמאל באקריוודעט.

ס'איז מיר געווען אלעמאל אינטערעסאנט פארוואס. בין איך געוואיער געווארן אז דער בייזער האט אסאך געלט אבער האט נעבעך געג'טע קינדער אין אנדערע משפחה פראבלעמען, משא"כ דער אנדערער האט ווייניג געלט אבער אסאך נחת פון די קינדער.אזוי אויך זייער מיטמאכעניש ביים קריג איז ווייט נישט געווען די זעלבע.

עס איז א חידוש הרב ליטוואק אז איר האט פארזען די גמרא און קידושין אז מען דארף זיך אפילו פאר אן אלטן גוי אויפשטען ווייל כמה הרפתקאי דעדו עלי.קומט אויס אז ווען אן אלטער גוי וואס האט געפרעסן פאטעיטעס זעכציג יאר גייט אריבער פאר די לעיקוואדער ראשי ישיבה מיט די לענגסטע בערד דארפן זיי אים מכבד זיין.

איך ווייס נישט איייער יארגאנג אבער איך מיז זאגן מן הסתם זענט איר ערגעץ 28-35 און נאכנישט טועם געווען וויאזוי זאכן קענען גיין אדער זענט איר פון די עליטע וואס ווייסט נישט וויאזוי די ריעל וואורל איז.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די עולם מישט אויס צוויי נקודות, יא אויפשטעלן פאר א זקן איז הלכה און קיינער דינגט זיך נישט דערויף. ווידער נאכגיבן די קאפריזן פון זקנים ווערט נישט דערמאנט אין הלכה, אזוי אויך אן היתר פאר זקנים צו טשעפענען און חוזק מאכן פון יונגווארג איז אויך נישט פארהאן, און דאס אז די עולם גיט אטומאטיש גערעכט פאר די זקן איז א אומרעכט.

זיינע פערזענליכע מיטמאכענישן איז נישט אנדערש ווי א מיט געמאכטע יונגערמאן.

אז מען צאלט א טיקעט פאר די באס האט עם איד מיט א ווייסע בארד נישט קיין רעכט אויפצושטעלן אפילו באופן ער וועט מוזן שטיין וכ"ש ווען ער האט א אנדערע פלאץ ווי צו זיצן, און ווען ער רעדט ניבול פה דרייט ער זיך נישט ארויס פון די גמ' אין כתובות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זייער גערעכט.

איך מיין נאך עפעס אויך. דער גרעסטע זלזול אין דער אלטיטשקע איז טאקע דאס אז מ'פאדערט גארנישט פון איהם. טאמער ער כאפט דער עמוד, אנע רעכט, פון א צווייטע יונגערע חיוב און יעדער הייסט אז מ'זאל עס לאזען וואוילגייען ווייל יענער איז אן אלטע איד, איז דער טייטש מ'קוקט איהם אן ווי אן עבר ובטל'ניק. מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר איהם, כאילו ער איז דער צודרייטע וואס קען נישט בעסער.

אלענפאלס, איך בין נישט קיין שאהיד. טאמער ס'איז בעסער פאר אונזער דור אונטערצוברענגען דער 'עס קומט מיר' גלויבונג פון פריערדיגע דור, האלט איך נישט ביים דערלייגען צוליעב דער כבוד וואס ס'קומט זיך פאר דער לאנגיעריגע שוסטער וואס האט מנדב געווען א ספרים שאפפע אין תשל"ה. פאר אונזער צוקומפף דארף מען דאס פארדאמען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

איך האב מיך אלס געמיטשעט מיט די חיוב צו געבן אן ארימאן סוס לרכוב עליו. פארוואס זאל מען נישט זאגן wake up and smell the coffea וואס בין איך דיר שולדיג אז דיר פאסט נישט אנדערש.
אין מיי אפיניאן איז דער אלטער ענטייטלט צו אביסל עקסטרע פריוויליגיעס. פארשטייט זיך מיט א מאס אין פארשטייט זיך ער קען עס נישט דעמענדן אויב יענער וויל נישט.
ווען איך בין געווען א יונגערמאנטשיק די דריטע פערטע יאר און כולל נאכן גיט קענען א שיינע פאר סימנים און שלחן ערוך און אפאר געזינטע מסכת האב איך אויך געקוקט אויפן אלטן עם הארץ מיט א מין ביטול, אבער ווען מען ווערט נענטער צו 40-45 פארשטייט מען יענעם אביסל בעסער. פארוואס קען מען נישט אמאל נאכגעבן דעם אלטן?
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר י

שליחה דורך קל וחומר »

כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט געכאפט וואו אהין די אשכול ציעט...

ווען גייען די חברה שוין אויפהערן זיך ארומשלאגן?!?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן:-----------
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט געכאפט וואו אהין די אשכול ציעט...

ווען גייען די חברה שוין אויפהערן זיך ארומשלאגן?!?

אךךך... מיר מיטגעשלעפט מיט זיין גארביטש... פרעגט ווי א תם און שטויסט ווי א מועד...
נוקם ונוטר כנחש.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר י

שליחה דורך א איד »

קל וחומר האט געשריבן:כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט געכאפט וואו אהין די אשכול ציעט...

ווען גייען די חברה שוין אויפהערן זיך ארומשלאגן?!?

עס קוקט מיר אויס אז דער בעל דבר אליינס כאפט אויך נישט, עם דערמאנט עס גאר אנדערע דאגות.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט געכאפט וואו אהין די אשכול ציעט...

ווען גייען די חברה שוין אויפהערן זיך ארומשלאגן?!?

אךךך... מיר מיטגעשלעפט מיט זיין גארביטש... פרעגט ווי א תם און שטויסט ווי א מועד...
נוקם ונוטר כנחש.

עמעזאן: כ'האב פארמעקט די תגובה. יעצט ביסטו העפפפי...? שקויעך...1
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' בערל איך האב אייך בכלל נישט געמיינט, זיך באצויגן בלויז אויף די פותח האשכול. אין פאקט האב איך ניטאמאל אנגעיאגט צו ליינען אייער פארמעקטע תגובה
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט וואס מ'וויל פון מיר. 'דער נער זאל ארויסגייען פון מקוה'.

טאמער איינער פיהרט זיך טאקע אויף ווי דער אלטע באטשי, און דער עולם לאזט איהם ווייל ער איז סייווי אן אלטע איד, קען ער קומען דא ליינען און זע'ען וויאזוי מ'קוקט איהם אן.

מ'זוכט צו נעמען די מוסר און צילען אויף איינעם דא, איך בין פונקט נישט זיכער וועלכע אדער וויפיהל מענטשען דאס נעמט אריין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

ליטוואקס נייע תורה:
מפני שיבה תקום. קעגן די אלטע זאלסטו מאכן אן אויפשטאנד
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

איך באזוך דא אפט אין שטיבעל, אבער שרייבען שרייב איך זייער זעלטען. דא בין איך טאקע איבערגענומען געווארען פון די אייגענארטיגקייט פון דער שטיבעל פון קאווע. מיר האב שוין לאנג גע'ענגבערט דער אלטיטשקע וואס פארפיהרט אין 'סמעדרעש פאר זיין עמוד, זיץ, כבוד, ווארעמקייט צו נאר וואס. מ'האט מיר אבער אלס אראפ געקלאפט מיט מיין אינערליכע קול אז אן אלטע איד קומט כבוד און 'וואויל זענען די אויגען וכו'' און נאך אזעלכע טענות. ווען מ'קען נישט ארויסגעבען די טענות בפה, דערהייבט מען זיי נישט אזוי קלאר און בלייבען בלייבט עס אזא קוויטש אין געדערעם. יעצט ווען הרב ליטוואק האט אזוי שטארק ארויס געברענגט די נקודה, בפרט אז דער 'כבוד' פאר דער אלטיטשקע איז גאר א בזיון אז פון איהם בעט מען גארנישט און האפט מען גארנישט, דאס איז אן אויסדרוק פון מיין געפיהלען אין קלארע ווערטער, און ס'פרייט מיר דאס הארץ אז אליינס בין איך נישט.

ווי נאך אויפ'ן אינטערנעט טרעפט מען אזא פלאץ ווי אומפאפולערע מיינונגען שפילען אויך א ראלע און מע קענען דורכשמועסען אפילו די זאכען וואס מע האט מורא דערפון אין דער עפענונג, און אלס אין א פרומע גייסט?

כה לחי!
שווארצע קעיז
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך שווארצע קעיז »

רבותי פון וויפיל פראצענט עלטערע מענטשען וואס פירען זיך אויף אזוי רעדט מען דא?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער באטשי וואס קאמאנדעוועט היינט - דאס ביסטו אין א פאר י

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט די וואס פיהרען זיך אזוי איז דער פראבלעם, נאר די ארום און ארום וואס לאזען עס צו. אז דער בחור דער יתום מוז אוועק געבען זיין עמוד ווייל דער אלטיטשקע האט מחליט געווען ער וויל צוגייען, און קיינער קלערט נישט אז זיין געפיהלען זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי דער קארטאפעל קייער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

:lol:
shem-tov האט געשריבן:ליטוואקס נייע תורה:
מפני שיבה תקום. קעגן די אלטע זאלסטו מאכן אן אויפשטאנד

:D
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

[justify]בשיטה האלט איך אז בעצם זענען די באטשי׳ס אקוראט די זעלבע ווי זיי זענען געווען יונגערהייט, לטב או למיטב... נאר יונגערהייט האט מען א שטערקערע כח המעצר, און אויך רעכנט מען זיך אסאך מער מיט די ס'פאסט יא/ס'פאסט נישט - ס'נארמאל/ס'נישט נארמאל ווען מען איז יונגער.
יעצט ווען דער אום-מענטש [וואס האט זיך יונגערהייט איינגעהאלטן... אבער זיך נישט אויסגעארבעט די מדות און געפילן באמת] ווערט עלטער, קומט עס ארויס אויף גאר א שטארקער פארנעם, דער אום-מענטש וועט אנהייבן שרייען און בונטעווען [אדער אפילו שטויסן און שלאגן... בעיני ראיתי אזעלכע פעלער!!] אדער פאדערן זיין כיבוד אויף אום-נארמאלע אופנים [איך קען לדוגמא איינער וואס קומט נישט צו זיינע אייניקלעך'ס חתונות נאר אויב ער באקומט ברכה אחריתא!! האללא?! עס איז דיין אייניקל'ס חתונה, אפשר קומסטו זיך מיטפרייען מיט דיין שמחה רעגארדלעס וועלכע מען וועט דיר געבן? ניין! אזוי פאדערט ער אפן אן קיין בושות!].
פון די פארקערטע זייט איז דען דא עפעס זיסער ווי א עלטערע זיסע יודל?? נישטא! א מחיה צו זיין אין זייערע ד' אמות און פארברענגן מיט זיי וכו' וכו'.

יעצט נישט יעדע עלטערע זיסע יוד וואס אונז זעען איז געווען א זיסע געשמאקע בעל מדות נאטורליך פון געבורט, און נישט יעדע אנגעצויגענע פאריקטע באטשי וואס שרייט און שעלט וכו' איז אזוי געווען ביי די צוואנציג, נאר [כמעט] יעדער ווערט געבוירן מיט ביידע חלקים אין זיך און לויט וויפיל מען ארבעט זיך אויס קומט עס ארויס שטארק אין די עלטערע יארן...
רבותי, אונז זענען נאך גאנץ יונג, אונז האבן נאך א טשענס...

נ.ב. עס איז לאו דוקא איבער גוטע מדות אדער שלעכטע, נאר יעדע נאטור קומט ארויס שטערקער אין די עלטערע יארן, לדוגמא: א בעל בכי וועט וויינען אסאך מער ווען ער ווערט עלטער.[/justify]
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
פארשפארט