ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער פון די פלעצער ווי מ'קען טרעפען דער דברי חיים איז ח"א חו"מ י"ז, והדברים מפורסמים
ווען האט זיך אנגעהויבען דער ליטווישע גאות? ביים מהרש"ל? ביים חלקת מחוקק? דער ווילנא גאון איז דער ערשטע פון די פארשטינקענע בעלי גאווה שהתחיל לדבר בגודל מעלת עצמו? וויאזוי האט זיך עס אנטוויקעלט?
ס'איז מיר געפערליך וויכטיג צו וויסען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אז גדולים יחידים וואס זענען גענוג גרויס זיך צו קענען קריגען אויף ראשונים, איז איבעראל געוועהן, דער ראגאטשאווער איז געוועהן א חסיד און קריגט אויף דער נו"כ אהן א פראבלעם, אבער ביי די ליטווישע איז דאס א נחלת הכלל, וואס יעדע ראצער רעדט זיך איין אז טאמער זיין קטנות המוחין פארשטייט עפעס נישט, קריגט מען אהן א פראבלעם.
און פין דעם איז געווארען דער מהלך אז מען ארבעט אויס סוגיות און מען מאכט אייגענע הכרעות מיט הלכות, אפי'פארקערט פין שולחן ערוך.
ר' משה אין די תשובות ליידט אויך אויף דער מחלה, מיט איין פרט אנדערש אז ער זעצט איין פשטים אין מחבר און רמ'א עס זאל שטימען מיט זיין מהלך אין די סוגיא, אפילו עס איז קלאר אז נישט דאס האבן זיי געמיינט. איין ערך הקטנת גז ביו"ט לדוגמא. און מקוואות בור ע"ג בור. אחרונים מיינען ביי אים גארנישט. ער ברענגט נישט אפילו. ווען א שואל ברענגט, פראבירט ער צו מאכען אוקימתות.