נשתכח, אדער נישט געהאלטן
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
איך ווייס נישט ווער דער איד איז געוועהן, אבער ווען אזא זאך וואלט געזאגט געווארן דורך צאנז׳ער רב וואלט מען ווען געוואוסט דערפון און די אלע מקומות וואס זענען געוועהן צאנז׳ער אייניקלעך אדער פאר׳ברענט׳ע צאנז׳ע חסידים ווי למשל קלויזענבורג, באבוב, פשעווארסק, מונקאטש, סאטמאר, די גרעסטע ראי׳ אז הרה״ק מ׳צאנז האט אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט איז ווייל סאטמאר רב האט עס נישט דערמאנט ווען ער האו געזאגט אז ס׳איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעש״ט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
בכלל איז א פלא אויף סאטמאר רב אליינס אז ער האט אזוי געהאלטן, ווייל נשתכח איז נאר שייך צו זאגן אויף א זאך וואס איז נישטא, לדוגמא מען קען זאגן אז די תורה וואס די רבי האט געזאגט פרייטאג צונאכטס ביים טיש איז נשתכח געווארן ווייל קיין רעקארדערס איז נישט געוועהן און קיינער האט עס נישט אראפ געשריבן נאך שבת ממילא איז עס נשתכח, וויזוי וועט אבער זיין אז איינער וועט וועלן זאגן אז עס איז נשתכח געווארן די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני, איז די ענטפער פשוט, עס איז נישט מעגליך אז עס זאל נשתכח ווערן ווייל עס איז דא, קוק אריין אין חומש וועסטו זעהן די תורה, מען קען אפשר זאגן אז עס איז נישטא קיינער וואס קען עס אבער נשתכח איז נאר שייך ביי א זאך וואס איז נישטא, די זעלבע לגבי חסידות עס איז זייער שווער צו זאגן נשתכח אינדערצייט וואס די ספרים שאנק איז פיל מיט חסיד׳ישע ספרים, וואס די חסיד׳ישע ספרים דאס איז חסידות, קדושת לוי איז חסידות, בני יששכר איז חסידות וכו׳ וכו׳, שוין אפגערעדט פון תניא און תורה אור און ליקוטי תורה וואס דאס איז ממש די יסודות החסידות, ממילא איז זייער אום פארשטענדלעך וואס סאטמאר רב האט געמיינט צו זאגן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
גאנץ פארשטענדליך. ס׳איז דא א רקע אויף וואס אלע חסידישער ספרים זענען געבויט, און דאס איז נשתכחה און ס׳איז געבליבען בלויז ווערטער. לכן, מדמה זיין מילתא למילתא איז אוממעגליך.
די טענה פון אנדערע יוצאי צאנז איז נישט אזוי אין פלאץ. פראקטיש האבען אלע פון די חדר זיך געפיהרט כאילו ס׳איז נשתכחה. ווערטלעך האט דער קלויזענבורגער רבי געזאגט, אבער ט׳דען האט ער עפעס מחליט געווען ווייל אזוי האלט חסידות? קליינעקייטען מיט מנהגים׳לעך יא, אבער נישט עפעס ערנסט.
די וואס האבען גענוצט חסידות אויף ציונות זענען געווען די רוזשינע קלענערע רבי׳ס, נישט די גרויסע קאמפאני׳ס וואס דו ברענגסט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ליטוואק פון בודאפעסט: איך מיין אז די זאלסט זיך אינגאנצן ארויס לאזן פון חסידות ווייל די האסט ממש נישט גערעדט צום זאך.
וואס מיינט דאס ס׳איז דא א רקע און ס׳איז נשתכח געווארן, איז תניא חסידות??? אויב יא, דאן דא איז חסידות, וואס הייסט נשתכח געווארן אויף א זאך וואס איז דא???
ווייטער בנוגע וואס די טענה׳סט אז די יוצאי צאנז האבן זיך געפיהרט כאילו נשתכחה ווייל זייערע החלטות האבן זיי נישט מסביר געוועהן געבויעט אויף חסידות, האביך פאר דיר נייעס חסידות איז נישט געמאכט נאר אז מען זאל מיט דעם מאכן החלטות, עס איז דא כמה וכמה חלקים אין חסידות, קוק אריין אין די ספרים פון מונקאטש דאס איז איין שטיק חסידות

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יהודי פשוט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
איך זעה נישט ווי יא אדער נישט ניצן חסידות קעגן ציונות קומט בכלל אריין אין דעם געשעפט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 341
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דער איד איז געוועהן, אבער ווען אזא זאך וואלט געזאגט געווארן דורך צאנז׳ער רב וואלט מען ווען געוואוסט דערפון און די אלע מקומות וואס זענען געוועהן צאנז׳ער אייניקלעך אדער פאר׳ברענט׳ע צאנז׳ע חסידים ווי למשל קלויזענבורג, באבוב, פשעווארסק, מונקאטש, סאטמאר, די גרעסטע ראי׳ אז הרה״ק מ׳צאנז האט אזא זאך קיינמאל נישט געזאגט איז ווייל סאטמאר רב האט עס נישט דערמאנט ווען ער האו געזאגט אז ס׳איז נשתכח געווארן דעם דרך הבעש״ט
רבי יקותיאל אריה קאמעלהאר איז געווען זייער א באוויסטע און אנגענומענע שרייבער, זיין ספר דור דעה איז א ספר יסוד פאר אלע ספרי תולדות פון די צדיקים וואס ער ברענגט
אפילו דער לעגענדא'רער סיפורי מעשות קריטיקער ר' יהושע מונדשיין אין זיין ספר הצופה לדודו שטיצט ער גאר שטארק די מקורות פון רי"א קאמעלהאר, ליין אביסל אונ'ם ספר וועסטו זעהן אז דאס איז נישט געוועהן א מעשיות שרייבער נאר איינער וואס האט ארויס געהאט אויף זייער א קלאהרע אופן די פארשידענ'ארטיגע דרכים, שיטות, און זייער היסטוריה
וואס די צייכענסט אן אז מען הערט נישט דערוועגען און די חסידיות וואס מקורם מצאנז, וואס פונקטליך האסטו געוואלט? זיי זאלען זיך אינטערהאקען די אייגענע פיס? אפשר זאלען זיי גאהר גיין ארבעטען ה"י?
פארוואס די סאטמערע רב דערמאנט נישט די צאנזע רב וועגען דעם ווייס איך נישט, און איך ווייס אויך נישט צי ער האט נישט גערעדט וועגען דע שיטה פון צאנז'ער רב ולא שמענו ולא ראינו אינו ראיה
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ווען מען רעדט פון אזעלכע גזע׳ס ווי קלויזענבורג, מונקאטש, רעדט פון קדושים וואס ווען זיי וואלטן געוואוסט צו זאגן פון אזא ווארט פון צאנז׳ער רב וואלטן זיי דאס נישט באהאלטן צוליב אייגענע אינטערעסן, דאס איז איינס און צווייטנס קוק אן סאטמאר רב האט געזאגט נשתכח און עס האט איהם גארנישט אונטער געהאקט די פיסלעך, אדרבה.
ווען סאטמאר רב וואלט דאס ווען דערמאנט וואלט די גאנצע וועלט גוט געוואוסט דערפון ווייל די סאקמורים וואלטן עס גאר גוט מפרסם געוועהן און אז עס איז נישט מפורסם אין די וועלט מיינט אז סאטמאר רב האט עס נישט געזאגט און אז ער האט עס נישט געזאגט האט ער נישט געוואוסט דערפון ווייל ווען יא קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט עס דערמאנט.
ווען סאטמאר רב וואלט דאס ווען דערמאנט וואלט די גאנצע וועלט גוט געוואוסט דערפון ווייל די סאקמורים וואלטן עס גאר גוט מפרסם געוועהן און אז עס איז נישט מפורסם אין די וועלט מיינט אז סאטמאר רב האט עס נישט געזאגט און אז ער האט עס נישט געזאגט האט ער נישט געוואוסט דערפון ווייל ווען יא קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט עס דערמאנט.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
כנראה האסטו נישט פארשטאנען דער ווארט רקע. אויף ענגליש זאגט מען background. ווען מ׳האט נישט קיין חינוך אין למדות, קוקט מען אןמא סברא פון ר׳ חיים ווי אישתשבי. ווען מ׳האט נישט קיין חינוך אין חסידות, לערנט מען תניא ווי ראביי משה וויינבערגער. דאס מיינט נשתכחה.
וכדברי הגאון מוואודרידזש "ווילסט לייקענען נשתכחה? אדרבה, זאג אונז וואס ס׳איז!" וש"י
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וכדברי הגאון מוואודרידזש "ווילסט לייקענען נשתכחה? אדרבה, זאג אונז וואס ס׳איז!" וש"י
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
און וועגען ציונות, ווארשיינדליך ווייסטו גאנץ ווייניג פון דער סאטמארער רב, אלזא זייט׳ס מוחל און קריינא דאגרתא.... דער זאג ׳נשתכחה׳ איז נישט עפעס מפי השמועה, ער שרייבט עס אין ויואל משה אפצוווענדען די וואס האבען גענוצט חסידישע מושגים צו פארטיידיגען מעשי רשע. דער קלויזענבורגער איז נישט קיין קלענערע קנאי געווען ווי סאטמארער רב לגבי עבירות. ער האט גראדע נישט איינגעזען דער כנסת וכו׳ אלס א סתירה צו דעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
דעם ווארט רקע האב איך פארשטאנען, מיט דעם אלעם האלט איך אז די ביסט נישט גערעכט ווייל חסידות למעשה איז דא, און אפילו אויב עס זענען פארהאנדען אזעלכע וואס ווייסען נישט וויזוי אפצולערנען א שטיקל תניא, זענען אבער דא אזעלכע וואס ווייסן יא, וממילא איז נישט שייך צו זאגן נשתכח
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
בנוגע הרה״ק מ׳סאטמאר זצוק״ל, איך האב געזעהן דעם שטיקל אינעוויינחג און איך האב געזעהן לגבי וואס ער זאגט עס, מיט דעם אלעם איז עס זייער שווער צו פארשטיין אז ער זאל אזאנס זאגן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
יהודי פשוט האט געשריבן:דעם ווארט רקע האב איך פארשטאנען, מיט דעם אלעם האלט איך אז די ביסט נישט גערעכט ווייל חסידות למעשה איז דא, און אפילו אויב עס זענען פארהאנדען אזעלכע וואס ווייסען נישט וויזוי אפצולערנען א שטיקל תניא, זענען אבער דא אזעלכע וואס ווייסן יא, וממילא איז נישט שייך צו זאגן נשתכח
הייבסט שוין אן צו פארשטייען. דו האסט אנגעהויבען מיט א קשיא אז דער ספר זיצט אויפ׳ן פאליצע, גיי לערן. יעצט פארשטייסט דו שוין אז מ׳דארף איינער וואס פארשטייט עס.
זאגט דער סאטמארער רב אז אזוינס עגזיסטירט שוין נישט. זאגט יהודי פשוט-אז ס׳עגזיסטירט יא. נו נו. גאנץ פיין. די זענען די צוויי צדדים.
לאמיר זע׳ען צו קלויזענבורגער רבי האט זיך געהאלטען ווי איינער וואס פארשטייט תניא, ווייל דאס איז די גאנצע נושא, נישט פיהרען פארטייען צו טיילען שיריים פון א גרויסע פיש
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
דאס איז דאך זיכער אז צו לערנען א זאך ריכטיג דארף מען האבן איינער וואס פארשטייט עס, די זעלבע זאך איז ביי די תורה וואס מיר האבן פון משה רבינו, ווייל עס זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן געלערנט אז בין עיניך מיינט אז מען דארף לייגן די תפילין צווישן די אויגן ממש, מיינט דאס נאכנישט אז עס איז נשתכח תורת משה, דאס מיינט אז עס זענען דא אזעלכע וואס לערנען עס נישט אפ ריכטיג, הוא הדין חסידות, אוודאי זענען דא אזעלכע וואס האבן עס נישט ריכטיג אפגעלרענט וממילא האבן זיי געמאכט טעותים אינעם דרך החסידות, קומט אבער נאך אלץ נישט צו זאגן נשתכח, בסך הכל זענען דא אזעלכע וואס האבן פארדרייט דעם דרך החסידות פונקט ווי עס זענען דא אזעלכע וואס פאר דרייען די תורה פון משה רבינו
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
נאכאמאל, הייסט׳ס דו דינגט׳ס זיך מיט איהם. וואס האט עס מיט ספרים אויפ׳ן שאפפע?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
חס וחלילה, איך דינג זיך נישט מיט תוספות ווען איך פארשטיי נישט זיינע ווערטער און פונקט אזוי דינג איך זיך נישט מיט הרה״ק מ׳סאטמאר זצ״ל ווען איך פארשטיי נישט זיינע ווערטער, בסך הכל זאג איך אז איך פארשטיי נישט זיינע ווערטער, איך פארשטיי נישט וויזוי מען קען בכלל אזא זאך זאגן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
ווייל ער האט איינגעזע׳ען אז מענטשען קענען נישט. וואס איז אזוי שווער? ווילסט ברענגען א מעגליכקייט פון איינעם ערגעץ אונטער די הרי חשך וואס קען יא? וויאזוי האט דער רמ"א געקענט זאגען אין אנו בקיאין בבדיקת צומת הגידין, אפשר ווייסט איינער יא?
סארא קשיא דאס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סארא קשיא דאס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.... גיי לערן מיט א ליטוואק נשתכח....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
וואס האב איך דערפון אז עס איז דא חסידישע ספרים אויפן שעלף, קיינער קיקט נישט אריין און דעם.
אזוי ווי מיר ווערן דא טעקניקל וועגן די ווארט נשתכח, וויל איך דיך פרעגן, לקט שכחה ופיאה מיינט דאס אז די בינטל איז פארשווינדן? שכחה מיינט אז דער עולם כאפט נישט אז עס איז דא.
סא, א סאטמערער וועט זיך נישט משדך זיין מיט א וויזניצער כאטשיק ביידע קאכן זיך און מאור ושמש מיט א ברען שעות ארוכות....ווייל נשתכח.

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
קוקט אויס אז די ביסט אריין געטוהן אין עסן א גוטן אייז קרים ווייל די האסט נישט אפ געלייענט געהעריג וואס איך האב בכלל געזאגט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: נשתכח, אדער נישט געהאלטן
די האסט פון דעם אז עס זענען דא חסיד׳ישע ספרים אויפן שעלף דאס זעלביגע וואס די האסט פון דעם וואס עס זענען דא גמרות מיט חומשים אויפן שעלף, בסך הכל איז דאס א ראי׳ אז עס איז נישט נשתכח.
שטעל דיך פאר אז איינער העט דיר זאגן מארגן אז עס איז נשתכח געווארן די צורה פון סאטמאר רב, עס איז פשוט פארגעסן געווארן וויזוי ער האט אויס געזעהן, וואס העסטו איהם ענטפערן, גיי אויף גוגל און חייג אריין סאטמאר העט באלד ארויף קומען א בילד, ממילא קען נישט זיין אז עס איז נשתכח געווארן.
נשתכח געווארן קען מען זאגן אויפן צורה פון דברי חיים, קיינער געדענקט איהם נישט און עס זענען נישט פארהאנדן קיינע בילדער איז ממילא איז שייך צו זאגן נשתכח, הגם עס איז נישט בהכרח ווייל עס קען זיין אז עס זענען דא אזעלכע וואס האבן מקבל געוועהן דור אחר דור וויזוי ער האט אויס געזעהן, אבער אפילו אזוי איז שייך צו טענה׳ן אז די קבלה איז א פאלשע קבלה און עס איז נישט ריכטיג איבער געגעבן געווארן איז ממילא איז עס פארגעסן, אבער א זאך וואס איז דאס איז נישט שייך שכחה.
אויב באדערט דיך אז איך בין אזוי מדייק אינעם ווארט נשתכח, דאס איז פשוט ווייל ביי מיר איז סאטמאר רב אזוי ווי א שטיקל רמב״ם און איך בין בריסק׳ער רב ודו״ק
שטעל דיך פאר אז איינער העט דיר זאגן מארגן אז עס איז נשתכח געווארן די צורה פון סאטמאר רב, עס איז פשוט פארגעסן געווארן וויזוי ער האט אויס געזעהן, וואס העסטו איהם ענטפערן, גיי אויף גוגל און חייג אריין סאטמאר העט באלד ארויף קומען א בילד, ממילא קען נישט זיין אז עס איז נשתכח געווארן.
נשתכח געווארן קען מען זאגן אויפן צורה פון דברי חיים, קיינער געדענקט איהם נישט און עס זענען נישט פארהאנדן קיינע בילדער איז ממילא איז שייך צו זאגן נשתכח, הגם עס איז נישט בהכרח ווייל עס קען זיין אז עס זענען דא אזעלכע וואס האבן מקבל געוועהן דור אחר דור וויזוי ער האט אויס געזעהן, אבער אפילו אזוי איז שייך צו טענה׳ן אז די קבלה איז א פאלשע קבלה און עס איז נישט ריכטיג איבער געגעבן געווארן איז ממילא איז עס פארגעסן, אבער א זאך וואס איז דאס איז נישט שייך שכחה.
אויב באדערט דיך אז איך בין אזוי מדייק אינעם ווארט נשתכח, דאס איז פשוט ווייל ביי מיר איז סאטמאר רב אזוי ווי א שטיקל רמב״ם און איך בין בריסק׳ער רב ודו״ק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
זעט אויס איר האט זיך נישט גענוג נאכגעפרעגט ווייל סיי אין קלויזנבורג אין סיי אין באבוב אין סיי אין מונקאטש איז די שטימונג לגבי חסידות די זעלבע ווי אין סאטמאר אין דאס איז לאפוקי חב"ד אין אנדערע אזעלכע פלעצער , דאס איז קלאר ווי די טאג אז די רבי'ס פון ראפשיצער רב , די רבי פון לובלין אין די רבי ר' מענדעלע (בעצם נישט אזוי ווייט רבי ר' מענדעלע ווי די רבי פון לובלין) האבן זיך געפירט אנדערש בעניני חסידות-קבלה בפומבי וה"ה ביי צאנזער רב כלפי זיין רבי די ראפשיצער רב (שוין אפגערעדט כלפי ר' הערשעלע זידטשויבער) .יהודי פשוט האט געשריבן:ווען מען רעדט פון אזעלכע גזע׳ס ווי קלויזענבורג, מונקאטש, רעדט פון קדושים וואס ווען זיי וואלטן געוואוסט צו זאגן פון אזא ווארט פון צאנז׳ער רב וואלטן זיי דאס נישט באהאלטן צוליב אייגענע אינטערעסן, דאס איז איינס און צווייטנס קוק אן סאטמאר רב האט געזאגט נשתכח און עס האט איהם גארנישט אונטער געהאקט די פיסלעך, אדרבה.
ווען סאטמאר רב וואלט דאס ווען דערמאנט וואלט די גאנצע וועלט גוט געוואוסט דערפון ווייל די סאקמורים וואלטן עס גאר גוט מפרסם געוועהן און אז עס איז נישט מפורסם אין די וועלט מיינט אז סאטמאר רב האט עס נישט געזאגט און אז ער האט עס נישט געזאגט האט ער נישט געוואוסט דערפון ווייל ווען יא קענסטו זיכער זיין אז ער וואלט עס דערמאנט.
אין לגבי קלויזענבורג'ער רב, האט ער טאקע נישט נאר זיך געפירט אזוי, נאר כסדר גערעדט דערוועגן ,כידוע אז ער האט נישט אויפגעהערט צו רעדן וועגן לערנען גפ"ת , מפעל הש"ס , מורנו, וכו'.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
דאס איז א טעות נפוצה, סאטמאר רב אליינס ביים שרייבן די ויואל משה ,על הגאולה, אין בכלל, האט ער אליינס נישט אזוי שטארק מדייק געווען אין זיינע ווערטער ווי זיינע נאכפאלגער אין 2016 .יהודי פשוט האט געשריבן:אויב באדערט דיך אז איך בין אזוי מדייק אינעם ווארט נשתכח, דאס איז פשוט ווייל ביי מיר איז סאטמאר רב אזוי ווי א שטיקל רמב״ם און איך בין בריסק׳ער רב ודו״ק
ונכון לציין כאן מה שכתב @ריכטיג אין אן אנדערע אשכול אז ר' אהרן קאטלער האט אמאל זיך אויסגעדרוקט אויף א געוויסע גדול "עם הארץ בפניו פון סאטמאר רב, אין סאטמאר רב איז געווען זייער צוטראגן פון דעם, ביז ר' יהושע געלדצעהלער האט עם מסביר געווען אז ס'איז אזוי ווי די רבי זאגט אפיקורס .......