פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
אין גייסט פון די לעצטע פאר אשכולות, האב איך אפגעשריבן די פאלגענדע מאמר:
[justify]איינס פון די ארגסטע פראלעמען פון חינוך און רעליגיע, ספעציעל ביי חרדים איז, אז מיר לייגן 'רעליגיע' בעפאר 'פאמיליע'. אז מען טראכט גוט אריין וועט איר זען אז רוב מחלוקות, און פירוד לבבות צווישן טאטע און קינד, ברידער און שוועסטער, חבר מיט שכן, איז וויבאלד מען לייגט 'רעליגיע' בעפאר 'פאמיליע'. א מענטש פארמאגט ווירדן פון שכל, נפש, ובחירה, און אויף דעם קומט די תורה און זאגט אונז די שריפטן און גדרים וואס מען מעג אדער מ'טאר נישט טון.
א טאטע ברענגט אראפ א קינד אויף דער וועלט, נישט וויבאלד די קינד גייט אויסוואקסן א צדיק, דיין, ת"ח, ראש הקהל, אדער מחבר ספרים. נישט וויבאלד ער וויל האבן איינעם וואס גייט גיין בעקביו. נישט וויבאלד ער גייט האבן איינעם וואס גייט האבן די זעלבע משפחה נאמען ווי אים. נישט וויבאלד ער גייט האבן איינעם וואס גייט אים העלפן לייגן די סכך. נישט וויבאלד ער גייט קענען איינפלאנצן זיינע ווירדן אין א צווייטן.
און נישט וויבאלד ער גייט קענען האבן איינעם וואס גייט האבן די זעלבע אנשויאינגען ווי אים.
מיר ערציען קינדער צו פערטילייזן דעם מענטשליכער באשאף פון ג-ט. יעדער מענטש וויל האבן נחת פון די קינדער. וואס מיינט נחת ביי איינעם מיינט צער ביי א צווייטן. יעדער מענטש וואלט געקענט באשטיין אז זיינע קינדער זאל זיין א שותף מיט זיינע אידילאגיעס, אבער דאס איז בלויז צו זיין "אייגענעם בעניפיט", ווייל קינדער זענען בלויז גענעטיש צוגעבינדן צו עלטערן, אבער די נשמה און שכל טוט זיי מאכן ווי צוויי פרעמדע מענטשן. דאס אז ער גייט די זעלבע היט און שיך ווי דיך איז וויבאלד דו האסט אים דאס געקויפט. אבער עס מיינט נישט אז דיין קינד האט אויך די זעלבע נשמה ווי דיך.
עס איז אבער דא א געוויסע אינוועסמענט וואס א מענטש קען טון צו האבן די פריוויליגיע פון זען קינדער וואס שפיגלען אים אפ, און מיר וועלן צוקומען צו דעם אין א מינוט.
די מיסיע פון האבן קינדער, איז זיי צו אינטערדוסען צו מענטשליכער וועליוס, זיי צו אינטערדוסען צו תורה ומצות. אבער דיין מיסיע איז נישט צו זיין א עומד על גביו און זיכער מאכן אז ער וואקסט א שוחט ובודק. די פאקטישע אויסשטעל פון דיין קינד'ס לעבן איז נישט געוואנדן אין דיך. עס איז אזויפיל געוואנדן אין עלטערן, אז וויבאלד דו ביסט די פאטער/מוטער פונעם קינד, האסטו די געלעגענהייט און כבוד, אז קינדער זאלן מעגליך געווינען טראסט אין ענק, און וועלן שטרעבן נאכצוגיין בעקבות הוריהם מרצונם הטוב.
קינדער וואקסן אויף ביי עלטערן אין שטוב, און זיי באקומען די ערשטע בליק אויף די וועלט דורך זיי. עלטערן באקומען א שאנס פון אינוועסטן זייערע אנשויאינגען אין זייערע קינדער, אויב זיי טוען די ריכטיגע מעטאדן. עס מיינט נישט אז אויב עלטערן טוען די בעפארצוגטע פארשריפטן וועלן זיי באקומען זיכערע טראסט. נאר עס מיינט אז עס איז דא א שטארקע שאנס אז די קינד וועט וועלן בוחר זיין אין די ווירדן פון זיינע עלטערן אויב עס איז דא א לעגיטימע קאנעקשען - און דאס אלעס איז בלויז אן אינוועסמענט וואס קען געלונגען.
יעדער מענטש איז אנדערש פונעם חבר, ברידער, טאטע, און שוועסטער. א מענטש האט אן אייגענע מוח ונשמה, און אייגענארטיגע נסיונות. א מענטש איז וואס ער ליינט, וואס ער גליסט און וואו ער דרייט זיך. די גרעסטע מאס רשעות און רציחה איז, ווען מ'זאגט פאר א קינד "פארוואס ביסטו אנדערש פון דיין ברידער און פארוואס ביסטו נישט אויפגעוואקסן ווי יענעם". 'דעותיהם אינם שווים' טיילן אפ מענטשן ווי צוויי פעלקער. די איינציגסטע טעכנישע חלקים וואס באהעפטן מענטשן איז דורך די פראצעס פון קינדער. אויב וואלטן מענטשן אראפגעפאלן פון הימל ווי די בני ענק וואלטן מען בעסער דערהערט דעם פענאמענאן אז 'יעדער איז אנדערש'.
עס מיינט נישט אז וויבאלד דו גלייבסט אין דיין רבי, וועט דיין קינד גלייבן אין דיין רבי. דאס אז אין מציאות ביסטו לענגער דא אויף די וועלט און די מוטער-נאטור האט דיך צוגעטיילט דעם טיטל 'פאטער', מיינט נישט אז דו קענסט געוועלטיגן אויף דיין קינד'ס נפש רוח ונשמה.
מענטשן באטראכטן קינדער ווי א שדה אחוזה וואס מ'קען טון מיט עס ככל העולה על רוחו. קינדער זענען נישט קיין פראפעטי. די תכלית פון קינדער איז נישט כופה צו זיין דעם בארג על ראשם און זיי באגראבן אויב האבן זיי נישט די זעלבע סארט טעיסט ווי דיך. פריה ורביה איז נישט צו געבן סופערמאכט פאר איין גענעראציע איבער דער צווייטער.
זיכער געבט די תורה געוויסע עלעמענטן וואס עלטערן האבן איבער קינדער, און דאס אויך צוליב די געוואלדיגע הכרות הטוב וואס קינדער דארפן האבן צו עלטערן.
עלטערן דארפן פארמאגן א קשר פון 'מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה' צו די קינדער. א קינד איז א קינד, נישט קיין חילוק וואס ער איז. עס איז דיין קינד! אפילו דו ביסט א איד און ער איז א גוי, אדער צו דו ביסט א גוי און ער איז א איד. עס איז דיין קינד אפילו דו ביסט א ברסלבער און דיין קינד איז א ליבאוויטשער. רוב מענטשן לעבן לויט הרגשים און נישט לויט וואס די כתובה פונעם מענטש פארלאנגט. עלטערן וועלן נישט אקצעפטירן קינדער אין הארץ אויב זיי וועלן צב"ש עסן מאשין מצות, זיי וועלן ווערן דיקטירט לויט די הרגשים אז 'רעליגיע' ערלויבט נישט מאשין מצות, און אויב זיין קינד פארשטייט נישט וואס ער פארשטייט, פארלירט ער דאס הארץ פונעם קינד. די ליבשאפט פון עלטערן צו קינדער ווערן דערשטיקט למחצה לשליש ולרביע ווען עס קומט צו רעליגיע.
טייכן פון בלוט און שנאה איז שוין פארגאסן געווארן דורך עלטערן ווייל זיי האבן נישט געקענט באשטומען אז פאמיליע איז בעפאר רעליגיע.
די איינציגסטער 'אינוועסמענט' פאר עלטערן צו קענען באקומען די פריוויליגיע פון האבן קינדער וואס זאלן וועלן פירן א שטוב לויט זיי - און צומאל וועלן קינדער אפילו קאמפרעמייזן אויף די אייגענע רצוניות, צוליב די ליבשאפט צו די עלטערן - קען נאר זיין אין א פרידיליכע שטוב, וואס איז געבויט אויף פאמיליע, און געבויט אויף ליבשאפט.
די וועלט זאגט אז קינדער האבן נישט ליב די עלטערן אזוי ווי די עלטערן האבן זיי ליב, ווייל עס ליגט זיי נישט אין די די-ען-עי, ווייל אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע וועמען ליב צו האבן. אויף וויפיל למעשה די מימרא טראגט, איז וויכטיג צו געדענקן, אז מען טאר נישט צוזאממישן רעליגיע מיט פאמיליע. דיין קינד איז דיינס ווייל ער איז דיין בלוט און פלייש. און איך לייג אריין אין אים כוחות אויף וויפיל איך קען נאר, און אויף וויפיל איך דארף. דיין ארבעט איז צו לעבן מיט אים און אים צו ווייזן די וועלט אויף א אופן וואס ער 'אליין' זאלן וועלן גלייבן דערינען. דיין קינד דאווענט נישט ווייל 'דו האסט געהייסן', ער דאווענט ווייל הקב"ה וויל אז מען זאל שמועסן צו אים, און דו דארפסט אים דערציילן די זיסקייט פון ה' ותורתו אויף אזא וועג אז ער זאל דאס קענען שפירן. דו קענסט נישט לעבן פאר אים.
א מענטש וואס ברענגט אראפ קינדער און לייגט רעליגיע בעפאר פאמיליע, איז גורם רעה לעצמו ולדורותיו. עס איז באמת זייער שווער צו זאגן פאר עלטערן אז עס זאל נישט באדערן ווען קינדער זענען בוחר עפעס אנדערש, ווייל די הרגשים זענען גובר. אבער עס איז וויכטיג צו חזר'ן אז די בליק אויף קינדער דארף זיין, פונקט אזוי ווי די גייסט און מאטיוואציע פאר מענטשן וואס לעבן און טראכטן נישט, אפשר גיי איך האב א גאר שווערע לעבן, און למה זה אנכי, פארוואס זאל איך לעבן, אפשר גיי איך האבן א חיים רעים ר"ל. דארטן קענען מענטשן דערשטיקן די הרגשים. פונקט אזוי דארפן עלטערן זיין צו קינדער. עטץ זענטס עלטערן ווייל אזוי האט מוטער-נאטור באשטומט. דו ציעסט אויף דיינע קינדער מיט א שטרעבונג אז זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן לה', א לעבן פון תורה און מצות. מענטשן ווילן אז קינדער זאלן שעפן און מיטטיילן די אידיאלגיעס לויט וויאזוי יעדער פרעזענליך באשטימט. אבער די עקזיסטענץ פון רעליגיע וואס זאגט דיך וויאזוי צו לעבן און ערציען קינדער, טאר נישט זיין א וואנט צו דיינע אייגענע קינדער. און פארשטייט זיך אז די זאך גייט אויך אן צווישן ברידער און שוועסטער.
יעדער מענטש וואס באקומט די מתנה פון האבן קינדער האט די געלעגענהייט צו דערציילן פארן קינד וואס ליגט אים על לוח לבבו, ער קען מיט אים אויסשמועסן וויאזוי ער קוקט מעשה בראשית. און ספעציעל ווען ער וויל אים מוריש זיין השקפה און רעליגיע, מוז געשען אז די קינד זאל דאס וועלן ירש'נען, און דאס קען פאסירן אויב איז דא א גייסט פון פאמיליע אין שטוב. ווי מער עלטערן ווילן "ארויפצווינגען" דעות אויף קינדער אלס שטערקער וואקסט די ווידערשטאנד.
אוועק צו ווארפן בפועל א קינד אדער פונעם הארץ, איז מען אויך מכחיש צו קענען צוריק צו געווינען די אינוועסמענט וואס קען עווענטועל נאכאמאל געשען. די פאלגענדע מעשה האט פארציילט הגאון רבי רבי יוסף יצחק יאקאבסאן: א מיידל איז אמאל ארויס געגאנגען לתרבות רעה, און די מאמע האט באשלאסן אז זי וועט אויף קיין פאל אוועקווארפן דאס קינד. די מאמע האט זיך געמאכט א מנהג אז יעדן טאג 9:00 אזייגער וועט זיך רופן דעם קינד אויפן סעלפאן. די מאמע האט פאר א לאנגע צייט יעדן טאג 9 אזייגער גערופען דאס קינד. זי פלעגט רופן דאס קינד, פרעגן וואס מאכסטו וויאזוי שפירסטו זיך. זי פלעגט אסאך מאל נישט אויפהייבן, זי פלעגט לאזן מעסעדזשעס. אבער דאס איז אנגעגאנען חק ולא יעבור.
איין טאג רופט מען איר אז איר טאכטער אין אין שפיטאל.
די מאמע איז געקומען לויפן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס קינד האט זיך געוואלט נעמען דאס לעבן. די טאכטער האט פארציילט, אז זי האט זיך אווערדאזט. און זי וואלט נאך געדארפט נעמען איין טעבלעט וואס וואלט איר אוועק געלייגט, און עס איז פונקט געווען 9:00 אזייגער, און די טעלעפאן האט געקלינגען. די טאכטער זעט א בילד פון איר מאמע אויפן איידי, און די טעלעפאן קלינגט. האט די טאכטער געטראכט: אויב גיי איך שטארבען, וועט קיינער נישט קלאגן אויף מיך, אבער איין מענטש אין דער וועלט, גייט דאס זייער וויי טון, און דאס איז מיין מאמע. ניין! איך גיי דאס נישט טון.
איר מאמע האט איר געראטעוועט פון א זיכערן טויט. עלטערן קענען צומאל אוועקלייגן און ראטעווען קינדער.[/justify]
:Pinned Quote
[justify]איך וויל מאכן א קלארשטעלונג פארוואס איך רוף אן "מיינונגען" שיטות וכדו' "רעליגיע". באמת האט דאס גארנישט צו טון מיט רעליגיע, נאר היות א ריזן עולם לייגט "אלעס" אריין אין רעליגיע, דערפאר רוף איך עס אן "רעליגיע". זאכן וואס מ'טוט אדאנק רעליגיע רוף איך אן רעליגיע. די רגע דער מענטש פארשטייט אז דאס וואס ער האלט איז "זיין אייגענע מיינונג" און עס האט גארנישט מיט רעליגיע, החרשתי. איך רעד אבער פון די אלע מיינונגען וואס לויפט אין נאמען פון רעליגיע, אין נאמען פון רבי, אין נאמען פון "ג-ט", אויף זיי זאג איך: נישט בעפאר פאמיליע. מענטשן וואס ווייסן אפצוטיילן עכטע רעליגיעזע זאכן פון אייגענע דעות, ווי צב"ש קולטורישע זאכן, וועלן אויך פארשטיין אז "עכטע רעליגיעזע" זאכן ווי שמירת שבת, וכדו' קומט אויך נאך פאמיליע. אבער דא וועלן זיי שוין קענען טענה'נען אז "רעליגיע" זאגט אז ביי חייבי כריתות וכדומה זאל מען איר נישט לייגן בעפאר רעליגיע.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
זייער שיין. אבער דער איינציגער זאך אויף וואס אייערע ווארעמע ווערטער זענען באזירט, איז דער אייגענער געפיל און הארץ-וואונטש.
היסטאריש גערעדט, האבן מענטשן אייביג געהאט קינדער בלויז צוליב דער אייגענער טובת הנאה פון קענען ממשיך זיין דורכן שטעלפארטרעטער, אדער טאקע פון רעליגיעזע סיבות. און פארשטייט זיך אז 'רעליגיע' האט זיך תמיד געשטעלט פאר די קינדער.
איך וועל זאגן נאך מער; דיין שיינע שטעלונג נעמסטו אויך, מסתמא, צוליב דיינע רעליגיעזע ליברעראלע אנשויאונגען.
און איך וועל ברענגען א ראיה טאקע פון דער ערשטער געבורט פון זייט וועלט-באשאף. אז חוה האט געהאט קין, האט זי געזאגט: קניתי איש את ה', זאגט רש"י: כשברא אותי ואת אישי הוא לבדו בראנו, אבל בזה אנו שותפים עמו. זאגט דער רמב"ן: והנכון לי שאמרה, הבן הזה יהיה לי קנין לה', כי כאשר נמות יהיה במקומנו לעבוד את בוראנו. זעסטו אז פון אנהייב האט מען געמיינט, לויט רש"י, דעם אייגענעם עגא מיטן דגוש אויפן 'קניתי', אדער לויטן רמב"ן, דער פרומער צוועק פון ממשיך זיין ערליכע דורות.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
דאס איז נישט קיין רעליגיע-פאמיליע נושא, דאס איז א נידון אויף די טייטש פון די ווארט רעליגיע. דיין רבי איז נישט רעליגיע, מאשין מצות איז נישט רעליגיע, הוט און רעקעל איז נישט רעליגיע און שפראך איז נישט רעליגיע.
ווען מ׳האט טאקע א פראבלעם מיט משפחה און רעליגיע, צב"ש א קינד וואס האט חתונה מיט א גויטע און ער וויל מ׳זאל קומען צום חתונה, איז עס גאר אן אנדערע שאלה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
און יבמות סה זאגט די גמרא אז א פרוי קען בעטן א גט אויב דער מאן קען נישט האבן קיין קינדער, מיטן טענה אז זי דארף האבן "חוטרא לידא ומרא לקבורה". דאס הייסט זי דארף א באדינער אויף דער עלטער.
די גמרא נעמט דאס אן אלס א לעגיט טענה.
און פסוק שטייט "כי ידעתיו למען אשר יצוה בניו ואת ביתו". א מענטש האט אן התחייבות צו טיהן וואס ער קען אז די קונדער זאלן גיין אויפן גלייכן וועג.
פארשטייט זיך מען דארף וויסן וועלכע מיטלען מען קען און מען קען נישט ניצן און וואס העלפט יא אדער נישט.

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פרייוויליג: נאר כדי מחזק צו זיין דיינע ווערטער (אזוי ווי די קעפל פונ'ם אשכול). אז די סאציאלע און רעליגיעזע לערנונגען קומען פון די עלטערן. אבער נאך א נקודה. ווען זענען קינדער גרייט איבערצונעמען די לערנונגען פו די עלטערן. ווען זיי זעהן אז די עלטערן לערנען דורך זייער אייגענע התנהגות. ווען א יונגל (אדער א מיידל) זעהט אז דער טאטע אדער מאמע פיהרט זיך אויף ווי א חיה אין בית המדרש אדער אין גאס, בין אדם לחבירו. סיי במילי דשמיא און סיי במילי דעלמא, וועט גארנישט העלפן וואס דער טאטע קלאפט אריין אין איהם. ווייל ער זעהט דאך אז דער טאטע אליינס האלט נישט איין וואס ער לערנט איהם. אבער ווען א קינד זעהט אז דער טאטע רעדט איידל און קריגט זיך מיט קיינעם נישט ארום. זאלל דאס זיין איבער קנאות אדער געוויינליכע ביזנעס. און אין שטוב פיהרט ער זיך אויך אויף איידל. ער שרייט נישט און ווארפט באפעלן פאר די ווייב און קינדער רעכטס און לינקס. נאר ער טוט אלעס בדרכי נועם. דאמאלס האט ער גוטע שאנסן אז די קינדער וועלן זיך אפלערנען פון זיינע גוטע מידות און זיי וועללן ממשיך זיין אין זיין וועג...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
האומיייר, לאביו ולאמו לא ראיתיו, ואת אחיו לא ידע, וגו'
אין א נאטשעל, זאגט דא די רעליגיע אז זי קומט בעפאר פאמיליע.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דעת תורה האט געשריבן:האומיייר, לאביו ולאמו לא ראיתיו, ואת אחיו לא ידע, וגו'
אין א נאטשעל, זאגט דא די רעליגיע אז זי קומט בעפאר פאמיליע.
ניין! די פסוק רעדט דארט פון די וואס האבן געזינדיגט ביי די עגל. דעס איז זיכער נישט פשוט פשט אין פסוק!
קוק וואס רשי זאגט:
כשחטאו בעגל ואמרתי מי לה' אלי נאספו אלי כל בני לוי וצויתים להרוג את אבי אמו והוא מישראל או את אחיו מאמו או בן בתו וכן עשו וא"א לפרש אביו ממש ואחיו מאביו וכן בניו ממש שהרי לויים הם ומשבט לוי לא חטא אחד מהם שנאמר כל בני לוי.
צולייגן צו די תורה טאהר מען אויך נישט!
די באר מים חיים האט געהאט א זוהן וואס האט גערייכערט אין שבת ביי אים אינדערהיים, ער איז נאך געוועהן אזא ת״ח ווי דיר! דער אהבת ישראל האט מקרב געוועהן ״אלע אידן״ אפילו די גרעסטע מינים און כופרים, ער האט זיך נישט צוקריגט מיט זיין אפגעפארענע טאכטער! ער איז נאך געוועהן אזוי הייליג ווי דיר און ער האט געקענט טויזנט מאל אזויפיל תורה ווי ׳דעת תורה׳ פון ק״ש. כמיין גארנישט קיין פערזענליך ח״ו. איך דיסעגרי נאר שטארק מיט דיר.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
מפוזרי האט געשריבן:איך וועל זאגן נאך מער; דיין שיינע שטעלונג נעמסטו אויך, מסתמא, צוליב דיינע רעליגיעזע ליברעראלע אנשויאונגען..
דאס האט נאדע צו טון מיט ליבעראלע אנשויאינגען. וואס איך זאג, איז וואס די נאטור פארלאנגט פונעם מענטש. בעפאר רעליגיע, בעפאר מיינונגען, בעפאר אנשויאינגען קומט "פאמיליע". דאס נעמט זיך פון די נימוסי הבריאה. גראדע זאג איך נישט גארנישט אייגנס. אז מען וועט אריינקוקן אין חינוך ספרים, זאגן זיי אלע די נקודה.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז נישט קיין רעליגיע-פאמיליע נושא, דאס איז א נידון אויף די טייטש פון די ווארט רעליגיע. דיין רבי איז נישט רעליגיע, מאשין מצות איז נישט רעליגיע, הוט און רעקעל איז נישט רעליגיע און שפראך איז נישט רעליגיע. Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעליגיע איז א שם הכולל, און דאס איז שוין א באזונדערע שמועס אז מיר לייגן אריין אלסדינג אין רעליגיע. אנגעהויבן פון רבי ביז היט רעקל און מאשין מצות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
שבת אחים האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:האומיייר, לאביו ולאמו לא ראיתיו, ואת אחיו לא ידע, וגו'
אין א נאטשעל, זאגט דא די רעליגיע אז זי קומט בעפאר פאמיליע.
ניין! די פסוק רעדט דארט פון די וואס האבן געזינדיגט ביי די עגל. דעס איז זיכער נישט פשוט פשט אין פסוק!
קוק וואס רשי זאגט:
כשחטאו בעגל ואמרתי מי לה' אלי נאספו אלי כל בני לוי וצויתים להרוג את אבי אמו והוא מישראל או את אחיו מאמו או בן בתו וכן עשו וא"א לפרש אביו ממש ואחיו מאביו וכן בניו ממש שהרי לויים הם ומשבט לוי לא חטא אחד מהם שנאמר כל בני לוי.
צולייגן צו די תורה טאהר מען אויך נישט!
די באר מים חיים האט געהאט א זוהן וואס האט גערייכערט אין שבת ביי אים אינדערהיים, ער איז נאך געוועהן אזא ת״ח ווי דיר! דער אהבת ישראל האט מקרב געוועהן ״אלע אידן״ אפילו די גרעסטע מינים און כופרים, ער האט זיך נישט צוקריגט מיט זיין אפגעפארענע טאכטער! ער איז נאך געוועהן אזוי הייליג ווי דיר און ער האט געקענט טויזנט מאל אזויפיל תורה ווי ׳דעת תורה׳ פון ק״ש. כמיין גארנישט קיין פערזענליך ח״ו. איך דיסעגרי נאר שטארק מיט דיר.
איך האב נישט געזאגט קיין שום מיינונג לכאן ולכאן אויף למעשה. און אוודאי איז דא טויזנט חילוקים צווישן דעם פסוק און א פאקטישע מעשה וואס איז יעצט נוגע (כאטש דיין חילוק האב איך נישט פארשטאנען).
איך האב נאר געברענגט דעם פסוק אלס'ן קאנצעפט, דער פסוק לויבט אויס איינער וואס לייגט רעליגיע בעפאר פאמיליע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
הייסט׳ס דער חשוב׳ער פותח האשכול האלט אז מ׳דארף גייען צו דער ׳חתונה׳ פון א זוהן מיט א גויטע?
דעת תורה מאכט א גוטען פוינט. דער תורה לויבט אויס איינער וואס באהערשט זיין נאטורליכע געפיהלען פאר זיין משפחה אויף צו קענען היטען די תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דעת תורה מאכט א גוטען פוינט. דער תורה לויבט אויס איינער וואס באהערשט זיין נאטורליכע געפיהלען פאר זיין משפחה אויף צו קענען היטען די תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע
פרייוויליג האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:איך וועל זאגן נאך מער; דיין שיינע שטעלונג נעמסטו אויך, מסתמא, צוליב דיינע רעליגיעזע ליברעראלע אנשויאונגען..
דאס האט נאדע צו טון מיט ליבעראלע אנשויאינגען. וואס איך זאג, איז וואס די נאטור פארלאנגט פונעם מענטש. בעפאר רעליגיע, בעפאר מיינונגען, בעפאר אנשויאינגען קומט "פאמיליע". דאס נעמט זיך פון די נימוסי הבריאה. גראדע זאג איך נישט גארנישט אייגנס. אז מען וועט אריינקוקן אין חינוך ספרים, זאגן זיי אלע די נקודה.
דארף מען דאך זיין אן איש מנומס צו פארשטיין צו די נימוסי הבריאה. און דאס איז על הצד אז די בריאה האט בכלל מיט נימוסים. היסטאריש האט די מענטשהייט זיך נישט געפירט מיט אט די נימוסים, אדרבא, וואס מער פרימיטיוו, ווי נענטער צום נאטור, אלץ מער האט דער קינד געדינט אלס בלויזע פּראַפּ צו זיינע עלטערן.
צו פארשטיין בעסער פעלט אויס א פארגעשריטענער, געקינצעלטער, מיינדסעט.
נ"ב, מיט 'ליבעראלע אנשויאונגען' איך האב נישט געמיינט דא צו באליידיגן. כ'האב נאר געוואלט זאגן אז ס'איז נישט natural.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט׳ס דער חשוב׳ער פותח האשכול האלט אז מ׳דארף גייען צו דער ׳חתונה׳ פון א זוהן מיט א גויטע?
דעת תורה מאכט א גוטען פוינט. דער תורה לויבט אויס איינער וואס באהערשט זיין נאטורליכע געפיהלען פאר זיין משפחה אויף צו קענען היטען די תורה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
עס זענען פארהאנען מסילות רבות ביים דעם ענין. איך האב גערעדט פון די השקפה בדרך כלל, און יעדער זאך דארף מען בוחן זיין לפי המצב ולפי הזמן.
- סימפל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
- האט שוין געלייקט: 94 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
ווען דיין קינד זשוינט ווען אייסיס וואלסטו אויך געזאגט אז פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע? פאר אסאך היימישע אידן איז א קינד וואס לאזט אפ זיין רעליגיע פונקט ווי ער זשוינט אייסיס. זיי גלייבן אז ׳גדול המחטיאו יותר מן ההרגו׳.
אדער ווען דיין קינד וועט אן נעמען די מהלך אז רעליגיע בעפאר פאמיליע פאר זיינע קינדער וועסטו נאך אלץ אן נעמען אז פאמליע בעפאר רעליגיע פאר דיין קינד?

(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס הייסט א קאפ אוט. דו טענהס'ט האלב וועגס אדער גאנץ וועגס? דו גלויבסט אז רעליגיע קומט פאר פאמיליע אדער פארקערט? איך האלט להדיא אז רעליגיע קומט פאר פאמיליע, נאר פאמיליע שאפט א שעת הדחק וואס מאכט א חילוק אין הלכות רעליגיע. אבער ווען די צוויי שטויסען זיך קלאר אן איינער אין די צווייטע, קומט רעליגיע ערשט. פארפאלען. מעשה'לעך פון דער צו יענער מאכען נישט קיין גרויסע חילוק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
סימפל האט געשריבן:ווען דיין קינד זשוינט ווען אייסיס וואלסטו אויך געזאגט אז פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע? פאר אסאך היימישע אידן איז א קינד וואס לאזט אפ זיין רעליגיע פונקט ווי ער זשוינט אייסיס. זיי גלייבן אז ׳גדול המחטיאו יותר מן ההרגו׳.
אדער ווען דיין קינד וועט אן נעמען די מהלך אז רעליגיע בעפאר פאמיליע פאר זיינע קינדער וועסטו נאך אלץ אן נעמען אז פאמליע בעפאר רעליגיע פאר דיין קינד?
ביסט גערעכט אז אסאך היימישע אידן קוקן אן אטד׳ס אזוי ווי זיי וואלטן געדזשוינט אייסעס, דאס איז טאקע די פראבלעם!!! אז מ׳מאכט א ראונג חשבון, ווי קען מען אפילו צוגלייכן די צוויי זאכן? אייסעס איז א טעראר גרופ וואס הארגט אומשוליגע מענטשען און וועלן זיך נישט אפשטעלן צו הארגענען אפילו קליינע קינדער, ווידער אטד׳ס מיינט סה״כ אז דער אינדיווידיאל האט זיך נישט געטראפן דאס פלאץ אין א סיסטעם וואס מ׳האט אים איינגעזאלצן בע״כ און ער האט אויסגעקליבן א ׳אנדערע׳ דרך פון זיינע עלטערן און געווארן א ׳סעקיואלער פרייע איד׳ און געדזשוינט רוב כלל ישראל !
קום אויף מיט א צווייטע פשעטעל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס הייסט א קאפ אוט. דו טענהס'ט האלב וועגס אדער גאנץ וועגס? דו גלויבסט אז רעליגיע קומט פאר פאמיליע אדער פארקערט? איך האלט להדיא אז רעליגיע קומט פאר פאמיליע, נאר פאמיליע שאפט א שעת הדחק וואס מאכט א חילוק אין הלכות רעליגיע. אבער ווען די צוויי שטויסען זיך קלאר אן איינער אין די צווייטע, קומט רעליגיע ערשט. פארפאלען. מעשה'לעך פון דער צו יענער מאכען נישט קיין גרויסע חילוק.
רעליגע קומט אויסדרוקליך נאך פאמילע קענסט מאכן וויפל ליטוויטשע פשעטלעך דו ווילסט, ומבשרך אל תתעלם! נישט קיין חילוק צו ער איז פרום אדער פריי!
לויט פשוטע מארלישע קאוד קומט קודם ׳פאמילע׳ און נאכדעם ׳רעליגיע׳!!!
ובזה יצא ידי חובתי...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- סימפל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
- האט שוין געלייקט: 94 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל
שבת אחים האט געשריבן:סימפל האט געשריבן:ווען דיין קינד זשוינט ווען אייסיס וואלסטו אויך געזאגט אז פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע? פאר אסאך היימישע אידן איז א קינד וואס לאזט אפ זיין רעליגיע פונקט ווי ער זשוינט אייסיס. זיי גלייבן אז ׳גדול המחטיאו יותר מן ההרגו׳.
אדער ווען דיין קינד וועט אן נעמען די מהלך אז רעליגיע בעפאר פאמיליע פאר זיינע קינדער וועסטו נאך אלץ אן נעמען אז פאמליע בעפאר רעליגיע פאר דיין קינד?
ביסט גערעכט אז אסאך היימישע אידן קוקן אן אטד׳ס אזוי ווי זיי וואלטן געדזשוינט אייסעס, דאס איז טאקע די פראבלעם!!! אז מ׳מאכט א ראונג חשבון, ווי קען מען אפילו צוגלייכן די צוויי זאכן? אייסעס איז א טעראר גרופ וואס הארגט אומשוליגע מענטשען און וועלן זיך נישט אפשטעלן צו הארגענען אפילו קליינע קינדער, ווידער אטד׳ס מיינט סה״כ אז דער אינדיווידיאל האט זיך נישט געטראפן דאס פלאץ אין א סיסטעם וואס מ׳האט אים איינגעזאלצן בע״כ און ער האט אויסגעקליבן א ׳אנדערע׳ דרך פון זיינע עלטערן און געווארן א ׳סעקיואלער פרייע איד׳ און געדזשוינט רוב כלל ישראל !
קום אויף מיט א צווייטע פשעטעל!
דו האלטס אז זיי מאכן א ראנג חשבון, זיי האלטן אז דו מאכסט א ראנג חשבון. ׳גדול המחטיאו יותר מן ההרגו׳ מיינט אז די רעליגעזער חלק פון א מענטש איז מער חשוב פון זיין פיזישן עקסזיסטענס, אזוי ווי די אידישן געזעץ לויטעט טאקע אז ביי געוויסע עבירות איז ׳יהרג ואל יעבור׳.
די געדאנק אז פאמליע בעפאר רעליגיע איז עפעס וואס יעדער דארף מודה זיין צו דעם אפילו שטארק רעליגעזער מענטשן, מיינעך איז נישט גערעכט. אזוי האלטסו, זיי האלטן שוין פאר אפאר טויזענט יאר פארקערט.
בד״וו איך פראביר נישט צו נעמען א צד.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער 'פשוט'ער מאראלישע קאוד' האט מער פירכות ווי דיין קשיא'ס אויף תורה מסיני. תורה מסיני איז געקומען מיט א קלארקייט, דער אויבישטער איז אראפ אויף בארג סיני מיט א קלארע תורה, וואס דארט שטייט אלע מענטשליכע באציאונגען, ווי אויך אז דער תורה קומט העכער ווי דער לעבען. נאר וויבאלד דער תורה אליינס זאגט אונז אין געוויסע אופנים וחי בהם, דעריבער איז עס למעשה נדחה צוליעב דער לעבען. דער זעלבע תורה רימט אויס דער וואס קען פארגעסען פון זיין קינדער מחמת אהבת ה'. און דער זעלבע תורה זאגט אונז ומבשרך אל תתעלם, אז מ'דארף אינזין האבען די משפחה. די זיינען תורה ווירדען וואס זענען געמאסטען מיט גדרי התורה, נישט העכער ווי דער תורה. און ווי איינער האט פריער געזאגט 'מ'טאר נישט צולייגען צום תורה'.
ובזה יצאתי ידי חובתי (א פליכט וואס דער תורה האט געגעבען, איך ווייס נישט דער פליכט פון איינער וואס האט פון זיך אפגעשאקעלט די פליכטען פון די תורה)
ובזה יצאתי ידי חובתי (א פליכט וואס דער תורה האט געגעבען, איך ווייס נישט דער פליכט פון איינער וואס האט פון זיך אפגעשאקעלט די פליכטען פון די תורה)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער 'פשוט'ער מאראלישע קאוד' האט מער פירכות ווי דיין קשיא'ס אויף תורה מסיני. תורה מסיני איז געקומען מיט א קלארקייט, דער אויבישטער איז אראפ אויף בארג סיני מיט א קלארע תורה, וואס דארט שטייט אלע מענטשליכע באציאונגען, ווי אויך אז דער תורה קומט העכער ווי דער לעבען. נאר וויבאלד דער תורה אליינס זאגט אונז אין געוויסע אופנים וחי בהם, דעריבער איז עס למעשה נדחה צוליעב דער לעבען. דער זעלבע תורה רימט אויס דער וואס קען פארגעסען פון זיין קינדער מחמת אהבת ה'. און דער זעלבע תורה זאגט אונז ומבשרך אל תתעלם, אז מ'דארף אינזין האבען די משפחה. די זיינען תורה ווירדען וואס זענען געמאסטען מיט גדרי התורה, נישט העכער ווי דער תורה. און ווי איינער האט פריער געזאגט 'מ'טאר נישט צולייגען צום תורה'.
ובזה יצאתי ידי חובתי (א פליכט וואס דער תורה האט געגעבען, איך ווייס נישט דער פליכט פון איינער וואס האט פון זיך אפגעשאקעלט די פליכטען פון די תורה)
איך פארשטיי נישט דיינע פשעטלעך מיט תורה מסיני, און די געבסט נישט קיין שום לאגישע סיבה פארוואס א קינד מוז בע״כ בלינדערהייט נאכגיין זיין טאטעס וועג, און אויב איז ער נישט אזויווי זיין טאטע דארף מען אים ווארפן צו די הונט! נאכאמאל, אז א מענטש באשאפט אנדערע מענטשען אויף די וועלט קען ער נישט ׳צווינגן׳ יענע מענטש וואס ער האט באשאפן צו טראכטן און האלטן פונקט ווי אים, ווייל יענער האט א אייגענע מוח און א אייגענע בחירה, מ׳דארף דעס אפילו מסביר זיין? יעדע נארמאלע מענטש מיט שכל הישר פארשטייט אז לא זו הדרך! נאר געוויסע צוריקגעשטאטנע פרימיטיווע קולטס ווי די היינטיגע אולטרו אראטאדאקיסשע חרדיזים און להבדיל די ראדיקאלע מוסלימינער זענען איינשטומונג מיט דיינע אייגענע פארדרייטע ליטוויטשע שיטות.