אייז קריעם האט געשריבן:אין אלל דא ריספעקט, בריסקער רב, האסט פארזעהן א גמרא מפורשת און ברכות יג, צרות אחרונות משכחות את הראשונות,
דאס הייסט צו זאגן אז מען פארגעסט צו רעדן דערפון אבער נישט אז קיינער געדענק נישט.
אוי וויי די שלעפסט מיך דא אריין אין א גאנצע לומד׳ישע ענין, קוק אריין אין די מפרשים קוקט אויס ווי זיי האבן זיך שוין געמוטשעט מיט׳ן פראבלעם, און בפשטות דער צרות אחרונות מיינט די שפעטער׳דיגע גלות אין משכחות איז פשוט ווייל עס איז פאר ביי זייער אסאך צייט פון איין גלות צום צווייטן און אינאיינעם מיט דעם אז די שפעטער׳דיגע זענען געוועהן ערגער פון די פריערדיגע, זענען די פריערדיגע פארגעסן געווארן, ועוד יש בזה אריכות גדול ואכמ״ל