אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:41 am
כל העניין של היחי ושליט"א מבזה את כבודו וזכרו של מרן הגאון הרבי מלובביץ' זצ"ל וקרוב יותר מדי למה שעושים הנוצרים מיש"ו. הרבי נפטר בג' בתמוז תשנ"ד והובא למנוחות ליד חמיו וגפתו נקברה ליד חמיו לאחר שעשו לה טהרה. כל הדברים האלו מפטירתו ועד הלוויה נעשו לעיני אנשים ואי אפשר להכחיש את הדברים האלו.
וגם עצם ההתייחסות אליו כמשיח הוא לא יכול להיות כוודאי כי רק כשהמשיח יתגלה ויוביל את הגאולה השלמה ויוביל את נדחי ישראל לארץ ישראל ואת בניית בית המקדש נדע בוודאות מי המשיח.
עד אז אפשר לדבר על ראוי להיות משיח ולא יותר מכך.

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מרן קודש קודשים האט געשריבן:כל העניין של היחי ושליט"א מבזה את כבודו וזכרו של מרן הגאון הרבי מלובביץ' זצ"ל וקרוב יותר מדי למה שעושים הנוצרים מיש"ו. .....עד אז אפשר לדבר על ראוי להיות משיח ולא יותר מכך.
סליחה, האדמו"ר בכבודו ובעצמו בחיים חייתו חיזק הענין. בפועל ממ"ש, ולא רק ב"ראוי" להיות...
וכל הראוי לבילה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
שליחות, שליחות, שליחות. איך האב שוין געשמועסט מיט א צאל ליבאוויטשער אידן איבער דעם, און איך האב נאכקיינמאל נישט באקומען א זאכליכער ענטפער. זיי רעדן אלץ פון מוח-וואשעריי אז שליחות איז די גרעסטע מצוה בעולם הזה. אויב איינער קען מיך געבן אביסל Insight אין דעם ענין וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען. פאלגענד איז א צאל קשיות וואס ברעטשט מיך אין קאפ:
1. זייט אידן זענען אין גלות, איז שוין געווען אזא מין מושג פאר אידן צו גיין וואוינען אין ארבה כנפות הארץ כדי צו מזכה זיין א איד מיט תפילין לייגן?
2. "שליחות" באדייט "הפצה" צו פארשפרייטן אידישיקייט אין די וועלט. זענען אונז ג-טס פאליציי? איז דא א מצוה אין די תורה פון פארן הונדערטער מיילן ווייט כדי צו געבן פאר א איד די מצוה פון נטילת לולב? איך דארף זיך זארגן אז א תינוק שנשבה אין מומביי אינדיע האט נישט געלייגט קיין תפילין? אויב שוין זארגן, אפשר זאל מען זיך זארגן אז די לאקאלע אבזערווירענדע אידן זאלן בעסער קענען דורכקומען מיט לעבן? איך פארשטיי פון אזא זאך פון מזכה זיין, אדער ערבות. אבער עד כדי כך? איז דאס יהדות?
3. שליחות מיינט אויך צו קאמפרעמייזן דעם אייגענעם אידישיקייט. דער פרושע שליח פון סאוט דעקארע, האט געגעבן די וואך אן אינטערוויו אין די עמי, און ער האט קלאר געזאגט, אז איינס פון די גרעסטע מכשולות איז, אז זיינע קינדער וואקסן נישט אויף צווישן אידן, סא זיי וועלן נישט פארשטיין, וואס דאס מיינט א פורים, א סוכות וכדו'. סא מעג א מענטש אנוואוירן זיין משפחה און לעבן צו געבן פאר אנדערע מצות?
4. ולא עוד, צו פארן אין ארץ נכריה איז שבעה מדורי גיהנם, דארף א מענטש אנוואוירן זיינע יארן פאר א צווייטן?
איך רעספעקטיר זייער די ליבאוויטשער שליחום, ווייל זיי גייען בתמימות ובנאמנות. אבער הזאת נעמי?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אין דער עמי מאגאזין האט ער אויך געזאגט אז פונקט ווי דער רש"ב האט געזען אלע נשמות התמימים עד סוף כל הדורות, אזוי אויך האט דער רממ"ש געזען אלע שלוחים עד סוף כל הדורות......
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל
נעבעך אויף וועלכע חלק? האט זיך די וועלט קלימאט עפעס דראסטיש געטוישט אין די 70 יאר חילוק שבין הרש"ב להרמ"ש? רוה"ק איז געווען בעפאר און איז פונקט נתבטל געווארן?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דעת תורה האט געשריבן:נעבעך אויף וועלכע חלק? האט זיך די וועלט קלימאט עפעס דראסטיש געטוישט אין די 70 יאר חילוק שבין הרש"ב להרמ"ש? רוה"ק איז געווען בעפאר און איז פונקט נתבטל געווארן?
איך קען מסביר זיין, נאר איך גלויב אז ס'פעלט נישט אויס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
דיין הסבר איז נישט אינטערעסאנט; דו זאגסט מסתמא איה"נ, דער רש"ב אויך נישט. די שאלה איז צו פרייוויליג
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:שליחות, שליחות, שליחות. איך האב שוין געשמועסט מיט א צאל ליבאוויטשער אידן איבער דעם, און איך האב נאכקיינמאל נישט באקומען א זאכליכער ענטפער. זיי רעדן אלץ פון מוח-וואשעריי אז שליחות איז די גרעסטע מצוה בעולם הזה. אויב איינער קען מיך געבן אביסל Insight אין דעם ענין וואלט איך שטארק דאנקבאר געווען. פאלגענד איז א צאל קשיות וואס ברעטשט מיך אין קאפ:
1. זייט אידן זענען אין גלות, איז שוין געווען אזא מין מושג פאר אידן צו גיין וואוינען אין ארבה כנפות הארץ כדי צו מזכה זיין א איד מיט תפילין לייגן?
2. "שליחות" באדייט "הפצה" צו פארשפרייטן אידישיקייט אין די וועלט. זענען אונז ג-טס פאליציי? איז דא א מצוה אין די תורה פון פארן הונדערטער מיילן ווייט כדי צו געבן פאר א איד די מצוה פון נטילת לולב? איך דארף זיך זארגן אז א תינוק שנשבה אין מומביי אינדיע האט נישט געלייגט קיין תפילין? אויב שוין זארגן, אפשר זאל מען זיך זארגן אז די לאקאלע אבזערווירענדע אידן זאלן בעסער קענען דורכקומען מיט לעבן? איך פארשטיי פון אזא זאך פון מזכה זיין, אדער ערבות. אבער עד כדי כך? איז דאס יהדות?
3. שליחות מיינט אויך צו קאמפרעמייזן דעם אייגענעם אידישיקייט. דער פרושע שליח פון סאוט דעקארע, האט געגעבן די וואך אן אינטערוויו אין די עמי, און ער האט קלאר געזאגט, אז איינס פון די גרעסטע מכשולות איז, אז זיינע קינדער וואקסן נישט אויף צווישן אידן, סא זיי וועלן נישט פארשטיין, וואס דאס מיינט א פורים, א סוכות וכדו'. סא מעג א מענטש אנוואוירן זיין משפחה און לעבן צו געבן פאר אנדערע מצות?
4. ולא עוד, צו פארן אין ארץ נכריה איז שבעה מדורי גיהנם, דארף א מענטש אנוואוירן זיינע יארן פאר א צווייטן?
איך רעספעקטיר זייער די ליבאוויטשער שליחום, ווייל זיי גייען בתמימות ובנאמנות. אבער הזאת נעמי?
צו פארענפטערן דיינע שאלות לכאורה איז דאס נישט קיין חיוב מן הדין, נאר מער א ענין פון לתקן עולם במלכות שדי, ער האט געוואלט אז די רבונו של עולם זאל האבן וואס מער נחת רוח פון זיין בריאה.
פאר די זעלבע סיבה האט ער אויך געהאט צענדליגע טויזנטע גויים וואס האבן מקבל געווען צו היטן שבע מצוות בני נח. ער האט געשטרעבט אז די בריאה זאל אויסזעהן אזוי ווי די איבישטער האט געוואלט.
וועגן די טענה פון חינוך הבנים. אין א דענעבערגדיגן אשכול ווערט שיין ארומגעשמועסט איבער פאמיליע מיט רעליגיע, כלל היוצא זיי וועלן זייער גוט וויסן פון די מצוות פון אלע ימים טובים, אפילו מיט די מאמרים פון'ם אלטען רבי'ן אויף דעם, זיי וועלן נאר נישט האב קיין ווענס אין די גאס פורים, און קיין נר מצוה 10 ברעקליך פאר בדיקת חמץ. אבער די מצוות השם כמתכונתם איז דא איבעראל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דעת תורה האט געשריבן:דיין הסבר איז נישט אינטערעסאנט; דו זאגסט מסתמא איה"נ, דער רש"ב אויך נישט. די שאלה איז צו פרייוויליג
אוודאי איז יענער חלק אויך נארישקייטען, אבער נישט מיט די זעלבע נעבעך.
ביי רוב חסידים, זענען די מעשה'לעך נישט מער ווי מעשה'לעך. ס'איז נישט למעשה אזוי געשען בפועל ממש. דעריבער ווען מ'דערציילט א מאדנע זאך אויף א רבי וואס איז אוועק באלד הונדערט יאר צוריק, איז עס א מעשה'לע וואס מ'דערציילט, מ'זאגט זכיתו יאגעין עלייני, מ'שלינגט איין נאכאביסל אלד וויליאמסבורג, און די וועלט פארט ווייטער. ווען זיי באקען אויף א מעשה אויף א רבי וואס אונז האבן דא געזען וואס ער איז און מ׳איז גרייט צוצושטעלען אזט סארט מעשה, איז דער טייטש אז די נארישקייט איז אויף למעשה, וע"ז ידוו ההוגים 'נעבעך'. ענליך צו דער וואס וועט נישט פאלגען א דאקטאר'ס באפעל, ווייל פון אריינלייגען א שאלה אין אג"ק האט ער געהערט אן אנדערע תירוץ. אלס איז גוט, ביז אויף למעשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ירח בן יומו האט געשריבן: צו פארענפטערן דיינע שאלות לכאורה איז דאס נישט קיין חיוב מן הדין, נאר מער א ענין פון לתקן עולם במלכות שדי, ער האט געוואלט אז די רבונו של עולם זאל האבן וואס מער נחת רוח פון זיין בריאה.
פאר די זעלבע סיבה האט ער אויך געהאט צענדליגע טויזנטע גויים וואס האבן מקבל געווען צו היטן שבע מצוות בני נח. ער האט געשטרעבט אז די בריאה זאל אויסזעהן אזוי ווי די איבישטער האט געוואלט.
וועגן די טענה פון חינוך הבנים. אין א דענעבערגדיגן אשכול ווערט שיין ארומגעשמועסט איבער פאמיליע מיט רעליגיע, כלל היוצא זיי וועלן זייער גוט וויסן פון די מצוות פון אלע ימים טובים, אפילו מיט די מאמרים פון'ם אלטען רבי'ן אויף דעם, זיי וועלן נאר נישט האב קיין ווענס אין די גאס פורים, און קיין נר מצוה 10 ברעקליך פאר בדיקת חמץ. אבער די מצוות השם כמתכונתם איז דא איבעראל.
הייסט ער איז גאר געווען א פראקטישער מענטש, ער האט געוואלט צו העלפן ג-ט מיט די בריאה? כ'פארשטיי. דאס איז קלאר אז רמ"מ איז געווען אן אדם גדול, און האט געמיינט נאר גוטס. אבער די מלכות שדי איז אביסל ארויס פון פראפארציע.
די פאמיליע-רעליגיע שמועס, דיקליינט נישט סטאנדארטן וואס יעדער מענטש האט. איך האב בלויז ציטירט פון ראביי מענדל און מאסי עלפעראוויץ, וואס פלאנירן זיך צו אריבערציען קיין סאוט דעקארע, און לויט זייערע סטאנדארטן זעען זיי נישט קיין פראדאקטיוו אידישקייט פאר זייערע קינדער. כמובן אז עס איז דא איין גרויסע נפקא מיניה, ווען א מענטש וואוינט צווישן גויים, אן קיין לעק יהדות. דאס איז נישט בלויז אן אפוועזענהייט פון 10 ברעקלעך.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין דער עמי מאגאזין האט ער אויך געזאגט אז פונקט ווי דער רש"ב האט געזען אלע נשמות התמימים עד סוף כל הדורות, אזוי אויך האט דער רממ"ש געזען אלע שלוחים עד סוף כל הדורות......
און אויף דעם ארויף האט ראפשיצער רב געזאגט אז עס רעגנט אין ראפשיץ ווייל ווען די באשעפער האט האט געוויזען פאר אדם הראשון דור ודורשיו עד סוף כל הדורות האט ער געגעבען א שפיי...
קען זיין וועגען דעם שנייט שטארק אין דע דעקאטע'ס און די וויינטער...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:כמדומני אז דער ענין פון שליחות איז בעיקר ווייל עס איז מקובל מפי הבעש"ט הק' אז משיח וועט קומען "כשיפוצו מעינותיך חוצה", און זיי ווילן מקרב זיין די גאולה דורך די הפצה ווי שנעלער. כך שמעתי יארן צוריק.
משיח גייט דאך אבער נישט קומען אויב אידן פירן זיך נישט צוטוהן ׳גמילות חסדים׳, הפצה אליינס וועט נישט מקרב זיין די גאולה אן מצות און חסד פאר א צווייטן איד.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
שוין באזוכט אדער געווען איבער שבת ביי אסאך חבד הייזער. יש ויש. ס'דא וואס טוען סטריקלי שליחות, ס'דא וואס זענען דא צו מאכן געלט, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין געהעריגע הכנסה, און ס'דא וואס זענען הארציגע בעלי חסד און געבערס שאין כדוגמתם. בקיצור, אן אפשפיגלונג פון יעדע נארמאלע סאסייעטי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שוין באזוכט אדער געווען איבער שבת ביי אסאך חבד הייזער. יש ויש. ס'דא וואס טוען סטריקלי שליחות, ס'דא וואס זענען דא צו מאכן געלט, פשוט ווייל זיי האבן נישט קיין געהעריגע הכנסה, און ס'דא וואס זענען הארציגע בעלי חסד און געבערס שאין כדוגמתם. בקיצור, אן אפשפיגלונג פון יעדע נארמאלע סאסייעטי.
אמת אז סאיז יש ויש, אבער די מעין תפקיד זייערע איז נישט ׳גמילות חסדים׳ אדער מקרב זיין א יעדע איד און זיי געבן צו עסען און טרינקען, די עיקר וואס זיי זארגן זיך איז די רוחניות׳דיגע חלק, תפילין, שופר, לולב, וכו׳, זייער פריערדיגע רבי האט זיי אזוי גע׳פראוגרעמט, דע עיקר איז אריינכאפן נאך א בעל תשובה דורך א ׳מצוה טאנק׳, איי סאיז דא אידן וואס הונגערן אין קראונהייטס און האבן נישט וואס צו עסען, די חלק פון די תורה האבן זיי אויסגעלאזט.
הער אויס סאיז דא קאטוילישע גלחים להבדיל וואס וועלן אויך זיין זייער העפליך און זיי וועלן אפילו טוהן א חסד פאר א איד. ווען אלע די חב״ד הייזער אין יעדע פארשטיפטע ווינקל ארום די וועלט וואלטן באמת זיך געפירט מיט גמ״ח אז א יעדע איד זאל קענען אריינקומען און מ׳זאל אים פארשאפן כשר׳ע ווארימע מאלצייטן מיט קאווע און געהריגע הכנסת אורחים פאר ווער ס׳נויטיגט זיך אין דעם, וואלט בלי שום ספק געוועהן טויזענטער פרומע און פרייע אידן רייך און ארים וואס וואלטן געווארפן אסאך געלט פארדעם, און די שלוחים וואלטן נאך געקענט מאכן שיין פרנסה דערפון, נאר אזויווי זיי זענען מעהר ווייניגער ליובאביטשער מיסיאנערן שטייען אסאך מענטשען אוועק פון זיי, גענוג רייכע אידן וואס פארן ארום די וועלט וואלטן גערן באשטייערט פאר אזא וויכטיגע פראדעיקט, ספעציעל אין די אלע פארשטיפטע ווינקלעך ווי סאיז שווער צובאקומען כשר׳ע עסען, דעמאלסט וואלט טאקע געוועהן א גרויסע אפטוה פון די חבדסקער אז סאיז אין די גאנצע וועלט א מעגליכקייט אז א איד זאל אריינקומען צו א ווארימע אכסניא מיט א היימישע אטמאספארע און היימישע כשרע עסען, אבער ליידער איז עס ווייט פון דעם- זייער ווייט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
יהודי פשוט האט געשריבן: בתוך הדברים האט דער מישקאלץ׳ער רב ז״ל איהם געפרעגט פארוואס ער גייט א בענ״ד דאו״ן און נישט קיין ספאדיק, האט דער ליובאוויטש׳ער געענטפערט אז היות ער טוט אסאך אין קירוב רחוקים איז עס גרינגער ווען ער גייט מיט אזא היט ווייל אזוי וועלן די רחוקים ענדערשט האלטן אז ער פארשטייט צו זיי,
איך האב אמאל געהערט אז איינער האט אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט קיין ספאדיק, ער וואלט דאך דורך דעם געקענט צוציען מער מענטשן, האט דער ליובאוויטש׳ער אים געפרעגט וואס פאר א סארט מענטשן? האט יענער געענטפערט, וואס הייסט חסיד'ישע אידן. האט דער ליובאוויטש׳ער געזאגט, ווען מער פרייע אידן וואלטן צוגעצויגן געווארן דורך א ספאדיק וואלט איך עס אנגעטון, אבער פאר חסיד'ישע אידן, זיי האבן דאך שוין ווי צי גיין, נו פאר זיי טו איך נישט אן קיין ספאדיק.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אברעימל: דער אנגעבליכער ענטפער פון רמ"מ מליובאוויטש, אויב ס'איז אמת, איז נאר א תשובה של ברירת מחדל. ווייל ס'איז באקאנט אז אין ארץ ישראל האבן די הויפן פון ביאלא, סאדיגורא און מאדזשיץ צוגעצויגן א סאך חילונים, וועלכע זענען געווארן אמת'ע בעלי תשובה. און די רבי'ס זענען אלע געגאנגען מיט דעם פולן חסידי'שן לבוש. אריינגערעכנט ספאדיקס...!
איינער פון די חשוב'ע בעלי תשובה וועלכע זענען נתקרב געווארן צו אידישקייט דורך מאדזשיץ/מודז'יץ, איז דער היינטיגער יועץ המשפטי לממשלה, ר' אביחי מאנדעלבליט הי"ו. א איד א תלמיד חכם...!