OTD מיט ברסלב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

OTD מיט ברסלב

שליחה דורך ווייל אזוי »

די אשכול איז געווען אויף אייוועלט דורך די ניק "חסדי אבות" אבער אזוי ווי דארט האבן נישט די אשכול'ס קיין קיום ברענג איך עס דא, אזוי ווי ס'געווען דארט.
עס איז שוין געווען דא אן אשכול מלא איבער ברסלב, וואס מען האט ב"ה פארשפארט צוליב פארשידענע אורזאכן (נישט דאס ערשטער מאל...), ידידנו הרב ר' "וויל וועלן" האט שוין געעפנט דערנאך א פרישן אשכול מיטן נאמען "תורת מוהר"ן לעובדה ולמעשה", מיטן פארזיכערונג אז די קריטיקירער וועלן זיך נישט אריינמישן דא, אבער דער דאזיגער אשכול האט ליידער נישט זוכה געווען צו צופיל אויפמערקזאמקייט, ווייניג ציפיות און דעריבער אויך ווייניג קאמענטארן, היינט קען מען איר געפינען פון אונטן (אומפארשפארטערהייט).

אצינד וויל איך אויפמערקן אן ענין, איך וויל אבער נישט אז דער אשכול זאל געפינען איר ארט מיט די פריעדיגע אשכולות. דעריבער איז נישט ראטזאם דן צו זיין שיטת ברסלב בכלליות, נאר וואס עס איז נוגע צו דער הערה וואס מיר ברענגען אצינד ארויף (און אויב די הנהלה זעט נישט דעם אשכול מיט א גוט אויג, זאלן זיי דאס תיכף פארשפארן).

עס איז באקאנט אז אין פוילן איז געווען טויזנטע ברסלב'ע חסידים, וועלכע זענען געגאנגען בתורתו של רבינו מוהר"ן מברסלב זיע"א. די אלע זענען נעבעך אומגעקומען אין די גאז-קאמערן בימי הזעם און עס איז פון זיי כמעט נישט איבערגעבליבן. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז איידערן ערשטן וועלט-קריג איז כמעט נישט געווען קיין ברסלב'ע חסידים אין פוילין. דאס אויפוואכונג צו תורת ברסלב אין פוילין האט זיך אנגעהויבן הערשט נאכן ערשטן קריג, וואס דעמאלס האט ברסלב געשלאגן טיפע ווארצלען אין פוילין, אויף די לענג און אויף די ברייט.

מען דארף באטאנען, אז דער מצב היהדות אין פוילין נאכן ערשטן קריג, איז געווען זייער אפגעשוואכט. דער ערשטער קריג האט איבערגעלאזט א שווערן חורבן און אפעקט אויף כלל-ישראל און די פירות האט זיך ליידער אנגעזען גאר שטארק נאכן ערשטן וועלט-קריג, די פרייע ווינטן האבן אוועקגעריסן מסלתה ומשמנה פון יהדות החרדית, רח"ל. דווקא אין יענע פינסטערע תקופה האט דער אור פון ברסלב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער אין פוילין און ברסלב איז שטארק אויפגעוואכט געווארן איבעראל.

אקאראט די זעלבע פאסירט בימינו אלה:
עס איז היינט א תקופה וואס איז נאכנישט געווען זינט דעם צווייטן קריג - עת אשר הרג ה' ולא חמל על שארית ישראל. די OTD באוועגונג האט זיך מיט חוצפה געהויבן דעם קאפ, עס פאלן ליידער אוועק פיל היימישע קינדער פון היימישע שטיבער, ה"י היל"ת, עס קומט ממש צום וויינען ווען מען באטראכט זיך וואס עס קומט דא פאר אין די יעצטיגע טעג - זאל שוין דער רבוש"ע אפשטילן די מגיפה אויף כלל-ישראל.

אבער וואס עס איז העכסט אינטערעסאנט איז, אז דווקא אין די יעצטיגע תקופה פארשטארקט זיך די השפעה פון ברסלב אויף א גאר שטארקער פארנעם, אויף א פארנעם וואס מען האט נאכנישט געזען איר'ס גלייכן אין די פריעדיגע דורות. עס איז שוין היינט נישט קיין בושה צו זיין א ברסלב'ער און אפשר אפילו פארקערט. פילע יונגע בחורי חמד און אברכי משי פארמאגן א צימאון לדבר השם און קלעבן זיך מיט דארשט לדרכו של רבינו הננמ"ח, און די תופעה ווערט אלס שטארקער און גרעסער.

עס פרעגט זיך דעריבער די שאלה: איז OTD פארבינדן מיט ברסלב? - איז די תופעה פון א רוחניות'דיגע מגיפה, א סיבה און גורם פארוואס חסידות ברסלב הויבט זיך אזוי שטארק אויף? - אויב יא, וואס איז די סיבה?

על פי רוחניות קען מען דערויף ממליץ זיין, אז דער באשעפער באשאפט שטענדיג די רפואה פאר די מכה און גרייט אן דעם פתרון פאר דעם פראבלעם. ברסלב איז דאס וואס ראטעוועט טויזנטע אידן פון באר שחת און דווקא דעמאלס וואס די סיטרא אחרא איז גובר, איז די קדושה אויך גובר פון די אנדערע זייט, ארויסצוהעלפן מיט די מלחמה.

אבער פארט לאזט זיך דעבאטירן, וואס עס איז דער דרך-הטבע אין די תופעה, פארוואס ווען אימער רוחניות באקומט א ירידה, באקומט חסידות ברסלב אן עליה?

וואס איז דער פשט דערפון?
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: OTD מיט ברסלב

שליחה דורך א איד »

הייסט עס אז נעקסט איז א נייע האלאקאוסט?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אינטערסאנט ער זאגט אז דער אייבישטער ברענגט די רפואה פאר די מכה, איז פארוואס איז לעצטענס נתרבה געווארן ספסלי אט״ד?. די מכה אין די פאלל זענען די רבנים מיט די בארבארישע ׳סיסטעם׳ וואס זיי האבן איינגעשטעלט.

אין אנדערע ווערטער זאגט ער, ענק ווילן נישט זיין קיין אמתע חסידישע פרומע אידן זייטס כאטש ברעסלאווער צי חבדסקער, מ׳מוז דאך נישט אינגאנצן אפלאזן אידישקייט, מ׳קען מאכן א פשרה און זיין א ברעסלאווער...
ס׳געפעלט מיר ווי דער נער שרייבט ״סאיז שוין היינט נישט קיין בושה צוזיין א ברעסלאווער״, און ווען איז עס יא געוועהן א בושה? פארוואס דארף מען זיך מעהר שעמען צוזיין א ברעסלאווער ווי א סאטמערער, סקווירער אדער א בעלזער? וואס א מין נאאיווע נערישע גערעדאכץ איז דאס??? אנדערש וואלט איך געזאגט אז סאיז א בושה אז מ׳רעדט זיך איין אז מ׳האלט זיך העכער ,חשובער, סופיריאו״ר פון א צווייטן און דער שוטה וגס רוח רעדט זיך איין אז זיין טעפלע כריין ווי ער איז אריינגעקראכן איז די בעסטע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

כ'מיין אז ער זאגט אז ברסלב טוט אדרעסירן די פראבלעמען וואס זענען גורם מענטשן צו ווערן א.ט.ד.

און א וועג זענען זיי סיסטעם האקערס, אבער לולא דמיסתפינא וואלט יאך געזאגט, אז עס איז דער זעלבע שוויגער נאר אנדערש געשלייט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

די ארטיקל איז א אומ-אינטרעסאנטער טאפיק איך האלט אז עס גייט האבן דאס זעלבע אריכות ימים ווי אין אייוועלט
נאכדעם וועט עס בלייבן א פארשעמט אשכול
א שאד געווען צו ברענגען אזא ארומע טעמא אינ'ן רייכן קאווע שטיבל
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

שבת אחים האט געשריבן:
אין אנדערע ווערטער זאגט ער, ענק ווילן נישט זיין קיין אמתע חסידישע פרומע אידן זייטס כאטש ברעסלאווער צי חבדסקער, מ׳מוז דאך נישט אינגאנצן אפלאזן אידישקייט, מ׳קען מאכן א פשרה און זיין א ברעסלאווער...
ס׳געפעלט מיר ווי דער נער שרייבט ״סאיז שוין היינט נישט קיין בושה צוזיין א ברעסלאווער״, און ווען איז עס יא געוועהן א בושה? פארוואס דארף מען זיך מעהר שעמען צוזיין א ברעסלאווער ווי א סאטמערער, סקווירער אדער א בעלזער? וואס א מין נאאיווע נערישע גערעדאכץ איז דאס??? אנדערש וואלט איך געזאגט אז סאיז א בושה אז מ׳רעדט זיך איין אז מ׳האלט זיך העכער ,חשובער, סופיריאו״ר פון א צווייטן און דער שוטה וגס רוח רעדט זיך איין אז זיין טעפלע כריין ווי ער איז אריינגעקראכן איז די בעסטע.


האסט א קשיא אויף א שוטה אייועלט שרייבער
אז ער שרייבט אין אייוולעט איז שוין גענוג סיבה איהם צו באצייכענען אלס שוטה, דאס וואס ער שרייבט איז כ"ויהודה ועוד לקרא"
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
פארשפארט