'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יא. טאטעלע שיינער. וואדען... אן אוהב ישראל...? האסטו שוין אמאל אדורכגעליינט די מעשה. איך האב עס א דורך געליינט. און מיין בלוט פרעשור איז זייער שטארק ארויף...!
נישט אלעס וואס שמעקט מיט גוי'איש'קייט איז גוט און שיין. ס'איז שיין צו זיין קיהל און ליינען אדער זעהן די דראמא. אבער וועם פאטשט מען דא אויס...? דעם איד...! ווען איך וואלט געוון א פארטא ריקאנער, וואלט איך זיכער הנאה געהאט פון די דראמא. אבער וואס זאלל איך טון אז איך (און דו) זענען מיר אידן...

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וועגן איין פלעי ווערט מען נאכנישט קיין שונא ישראל, איך זאג נישט אז נישט, איך פרעג א פשוטע קשיא. בארוהיג דיך זיידי, כהאב מיך קיינמאל נישט פארטיפט אין שעיקספיר און איך האב נישט קיין אהנונג, כ׳האב קיינמאל נישט געטעהנט אז עפעס איז גויאיש איז עס אויטמאטיש שיין, ביטע נישט אריינלייגן קיין ווערטער אין מיין מויל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
וויאזוי הייסט נאכאמאהל דער איד? אה יא, שיילאק, דאס איז א סימבאל פין א אידישע געלט רייסער.
אבער אזוי איז עס, די אידען זענען געבליבען די באנקירען עד היום הזה. די אידישע שיילאק'ס, און זיי רייסען געלט ביים עולם אהן רחמנות.
אוודאי איז שייקספיר נישט געוועהן א אוהב ישראל, אבער דער מציאות איז, אז דעמאלס האבען זיך אידען אויפגעפירט מיט אכזריות צו זייערע לווה'ס, סיי אידען סיי גוים. סא שייקספיר האט געקענט פשוט שולדערען די מציאות, לאו דוקא עס איבערטרייבען מחמת שנאת ישראל.
משל למה"ד? ווען היינט קומט ארויס א ווידיא וואס שילדערט די לעבען פין שווארצע פאמיליעס וואס וואוינען און א דירה וואס די אידישע רשעות'דיגע פריצים האבען געקויפט, וואלט עס לאו דוקא געקומען פין שנאת ישראל, נאר ארויס ברענגען נישט אזא באקאנטע מציאות, אז די שווארצע ליידען זיך אהן צרות צרורות פין אחב"י וואס ווילען מאכען אפאר דאלאר.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
שעיקספעיר האט לכאורה קיינמאל נישט געזען קיין איד, ווייל און זיינע צייטן האבן אידן נישט געמעגט וואוינען אין ענגלאנד. און די מעשה וואס ער שרייבט איז פשוט א השפעה פון אלגעמיינע פראפעגאנדע, אדער - לויט געוויסע - אז דעמאלטס איז פארגעקומען א משפט פון א געשמאד'טער אידישע דאקטער וואס האט אנגעבליך צוגעברענגט צו 'קווין עליזעבעט'ס' טויט, ועל זה יצא הקצף.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:וויאזוי הייסט נאכאמאהל דער איד? אה יא, שיילאק, דאס איז א סימבאל פין א אידישע געלט רייסער.
אבער אזוי איז עס, די אידען זענען געבליבען די באנקירען עד היום הזה. די אידישע שיילאק'ס, און זיי רייסען געלט ביים עולם אהן רחמנות.
אוודאי איז שייקספיר נישט געוועהן א אוהב ישראל, אבער דער מציאות איז, אז דעמאלס האבען זיך אידען אויפגעפירט מיט אכזריות צו זייערע לווה'ס, סיי אידען סיי גוים. סא שייקספיר האט געקענט פשוט שולדערען די מציאות, לאו דוקא עס איבערטרייבען מחמת שנאת ישראל.
משל למה"ד? ווען היינט קומט ארויס א ווידיא וואס שילדערט די לעבען פין שווארצע פאמיליעס וואס וואוינען און א דירה וואס די אידישע רשעות'דיגע פריצים האבען געקויפט, וואלט עס לאו דוקא געקומען פין שנאת ישראל, נאר ארויס ברענגען נישט אזא באקאנטע מציאות, אז די שווארצע ליידען זיך אהן צרות צרורות פין אחב"י וואס ווילען מאכען אפאר דאלאר.
זייער גיט זאגסטו, ער מאלענט אראפ די אמתע היסטאריע און מציאות, קען נאכאלץ זיין אז ער איז געועהן א אנטיסעמיט, אבער פון דעם קען מען קיין ראי נישט ברענגן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שטיינער האט געשריבן:הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס. נישט לאנג צוריק איז געוועהן אין די נייעס וועגן צוויי היימישע אידן פון ב״פ וויאזוי זיי האבן געטריט זייערע טענעטס, קוק עס נאך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קיין איין דאקטער האט זיך נישט געוואלט אונטערנעמען. ביז ס'האטציך געטראפן א דאקטער וואס איז געווען גרייט ארויסצושניידן א פונט פלייש פון דעם סוחר.
Nowadays there'd be no problem finding a Doctor as they're all Jewish
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי:איך וויל נישט פארפארן מיט דעם אשכול. ר'איז שוין ממילא פארפארן. נאר איין קליינע קאמענט אויף דיין..."משל למה"ד"... אין דעם לעצטן פאראגראף פון דיין תגובה...
דער טעם פארוואס די שווארצע באפעלקערונג זענען אין די מערסטע פעלער די טענענטס און די אידן זענען די לענדלארדס, איז זייער פשוט. רוב פון די שווארצע (או.קעי. אפריקאנער-אמעריקאנער) באפעלקערונג האט אימיגרירט פון די סאוטה. און ווען זיי זענען געקומען האבן זיי די איירישע און איטאליענער נישט אריינגעלאזט. די איינציגע וועלכע האבן זיי געלאזט אריינקומען אין זייער געגנט זענען די אידן. אויב דו וועסט אויפפאסן, אז אלע (אן אויסנאם) געגנטן אין ניו יארק סיטי וואו די שווארצע באפעלקערונג איז קאנצענטרירט, זענען אמאל געווען אידישע געגנטן. נאר די שווארצע האבן מיט זייער בארבארישע אויפפיהרונג זיי פארטריבן פון דארט. ואטו כי רוכלא ליחשיב וליזיל...!
נאר איין קליינעם סעמפל. הארלעם. דאס איז דאך אן אלטע אידישע געגנט וואו ס'איז נאך פארהאן אלטע שולן. דער מאונט סיני האספיטאל איז דאך געבויעט געווארן דארט, ווייל דארט איז געווען א גרויסע אידישע געגנט. די זעלבע איז אין ברוקלין און קווינס. און אין בראנקס. נאר אין איין אידישע געגנט אין קווינס האט מען געזאגט פאר דעם מלאך המשחית, הרף...! אין פארעסט היללס. איך אליינס האב געזעהן אין סאוטה אוזאון פארק, אין קווינס, ווען איך בין אדורכגעפאהרן א לאמבער יארד. האביך באמערקט א גרויסן, פארברענטן בילדינג מיט א מגן דוד אויפ'ן שפיץ...!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
שבת אחים האט געשריבן:שטיינער האט געשריבן:הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס. נישט לאנג צוריק איז געוועהן אין די נייעס וועגן צוויי היימישע אידן פון ב״פ וויאזוי זיי האבן געטריט זייערע טענעטס, קוק עס נאך.
אפילו וועסט טרעפן 20 איזעס אויך זייער א קליינע פראצענט,
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שטיינער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שטיינער האט געשריבן:הוילע שטותים, טויזענטער שווארצע זענען טענענטס ביי יודן, אלעס צוגעשטעלט נארמאל, איך זאג נישט, איבעראל מאכט די פארפוילטע עפעל, אבער צו געבן רעכט אראפצורייסן דעם גאנצן יודישע געמיינדע דערפאר, איז אבסורט.
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס. נישט לאנג צוריק איז געוועהן אין די נייעס וועגן צוויי היימישע אידן פון ב״פ וויאזוי זיי האבן געטריט זייערע טענעטס, קוק עס נאך.
אפילו וועסט טרעפן 20 איזעס אויך זייער א קליינע פראצענט,
הלואי ביסטו גערעכט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בערעל,
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די שווארצע זענען צדיקים וכו', עד כדי כך אז די זאגסט אז די אידען האבען "אריינגעלאזט" שווארצע ביז זיי האבען געמוזט אליין אוועקמופען.
לפי ידיעתי האט קיינער נישט געקענט איינטיילען ווי ווער זאל וואוינען, און אמת אידען האבען אמאהל געוואוינט אין פיל מער געגענטער אין ברוקלין, און האבען אלץ פארלאזט קיין ב"פ ווילי וכו'. אבער אידען זענען נישט געוועהן קיין צדיקים און אריינגעלאזט, מען האט קיין סאך נישט געקענט טוהן, אידען וואס האבען געוואוינט אין ביליגע געגענטער, האבען בעל כרחך באקומען ביליגע גוים זאלען דארט וואוינען.
אבער הנוגע לענייננו איז דאס אלץ נישט נוגע, ווייל כ'רעד פין דער תופעה פין די אידישע פריצים אין בעד סטיי און בושוויק, היימישע אינגעלייט קויפען הייזער טרייבען ארויס די שווארצע, קען זיין אז רוב מאהל איז עס געזעצליך, און נאר א מיעוט פירען זיך אויף ווי דער לעצטע באקאנטע קעיס, אבער סוף כל סוף איז דאס דער מציאות, ווייל מען קויפט דער הויז נאר אויף דעם חשבון פין ארייננעמען ארטיסטען און בעסערע גוים.
דער שווארצע באפעלקערונג איז פיל מיט אזעלכע מעשיות, איך אליין האב אמאהל געשמועסט מיט א פאליסמאן פין בעדסטיי ווי ער האט מיר אראפגעלייגט דער ביזנעס מאדעל פין די היימישע אידען אין דער געגענטער. כלומר, זיי ווייסען דערפין, און די אידען טוהן גארנישט קעגען דער געזעץ, אבער דער שנאה פין שווארצע צו חסידים איז גאר שטארק צוליב דעם, ווייל יעדער איינער האט אדער אליין אדער א קרוב אדער א חבר דאס מיט געמאכט.
פארוואס שרייב איך דאס? נישט ווייל חלילה איך האס אידען חלילה, אדער כ'וועל נישט אינגעלייט זאלען פארדינען, נאר פאר איינער קלערט פין גיין צו די ביליגע געגענטער און קויפען א הויז און אויפקלינען און פארקויפען, זאל ער מאכען א חשבון אויף צוויי זאכען,
איינס, דער שווארצע איז אויך א מענטש, ורחמיו על כל מעשיו, טריט אים ווי א מענטש, אפשר צאל אים ליבערשט ווי איידער ניצען דער סיסטעם.
צוויי, דער שנאה וואס די וועסט אנארבעטען אז גיא שווארצע משפחה זאל פיינט האבען א איד, און קען זיך שפעטער צוריק שפרינגען חלילה און חלילה וויי טוהן אן אנדערע איד עד כדי נפשות, וועט זיין דיין אחריות.
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די שווארצע זענען צדיקים וכו', עד כדי כך אז די זאגסט אז די אידען האבען "אריינגעלאזט" שווארצע ביז זיי האבען געמוזט אליין אוועקמופען.
לפי ידיעתי האט קיינער נישט געקענט איינטיילען ווי ווער זאל וואוינען, און אמת אידען האבען אמאהל געוואוינט אין פיל מער געגענטער אין ברוקלין, און האבען אלץ פארלאזט קיין ב"פ ווילי וכו'. אבער אידען זענען נישט געוועהן קיין צדיקים און אריינגעלאזט, מען האט קיין סאך נישט געקענט טוהן, אידען וואס האבען געוואוינט אין ביליגע געגענטער, האבען בעל כרחך באקומען ביליגע גוים זאלען דארט וואוינען.
אבער הנוגע לענייננו איז דאס אלץ נישט נוגע, ווייל כ'רעד פין דער תופעה פין די אידישע פריצים אין בעד סטיי און בושוויק, היימישע אינגעלייט קויפען הייזער טרייבען ארויס די שווארצע, קען זיין אז רוב מאהל איז עס געזעצליך, און נאר א מיעוט פירען זיך אויף ווי דער לעצטע באקאנטע קעיס, אבער סוף כל סוף איז דאס דער מציאות, ווייל מען קויפט דער הויז נאר אויף דעם חשבון פין ארייננעמען ארטיסטען און בעסערע גוים.
דער שווארצע באפעלקערונג איז פיל מיט אזעלכע מעשיות, איך אליין האב אמאהל געשמועסט מיט א פאליסמאן פין בעדסטיי ווי ער האט מיר אראפגעלייגט דער ביזנעס מאדעל פין די היימישע אידען אין דער געגענטער. כלומר, זיי ווייסען דערפין, און די אידען טוהן גארנישט קעגען דער געזעץ, אבער דער שנאה פין שווארצע צו חסידים איז גאר שטארק צוליב דעם, ווייל יעדער איינער האט אדער אליין אדער א קרוב אדער א חבר דאס מיט געמאכט.
פארוואס שרייב איך דאס? נישט ווייל חלילה איך האס אידען חלילה, אדער כ'וועל נישט אינגעלייט זאלען פארדינען, נאר פאר איינער קלערט פין גיין צו די ביליגע געגענטער און קויפען א הויז און אויפקלינען און פארקויפען, זאל ער מאכען א חשבון אויף צוויי זאכען,
איינס, דער שווארצע איז אויך א מענטש, ורחמיו על כל מעשיו, טריט אים ווי א מענטש, אפשר צאל אים ליבערשט ווי איידער ניצען דער סיסטעם.
צוויי, דער שנאה וואס די וועסט אנארבעטען אז גיא שווארצע משפחה זאל פיינט האבען א איד, און קען זיך שפעטער צוריק שפרינגען חלילה און חלילה וויי טוהן אן אנדערע איד עד כדי נפשות, וועט זיין דיין אחריות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
די זעלבע מעשה איז ווען היימישע אינגעלייט האבן שווארצע און ספאנישע ארבעטאר, זיי פירן זיך אויף צו זיי אזויווי זיי וואלטן געוועהן חיות פון וואלד, איך האב יאהרן צוריק געארבעט פאר א היימישע קאמפני ווי דער מענדזשער א נערוועזע חסיד וואס האט נישט געהאט קיין שלום בית און ער האט זיי אויסגענוצט און אויסגעפייניקט ביזן לעצטען טראפ און זיי נישט געלאזט אטעמען פאר א רגע, די גוים פלעגן מיך פרעגן פארוואס היטלער האט נישט גענעדיגט די זשאב, די אידיאלגיע פון אתה בחרתנו מיינט נישט אז מ׳מעג זיך אויפפירן צו די שווארצע וויאזוי די גוים פלעגן זיך אמאל אויפפירן צו די אידן אין די מיטעל-אלטער.
היימישע יונגעלייט עפ״ר ווייסן נישט וויאזוי זיך אויפצופירן מיט גוים און דעס איז די גרעסטע חילול השם וואס מ׳קען מאכן, ס׳האט א דירעקטע שיכות מיט דעם וואס מ׳האט אונז געהאקט אין קאפ אריין פון קינדערגארטן אן אז גוים זענען נישט קיין מענטשען, מיר חרדישע אידן זענען די גרעסטע ראסיסטן וואס איז פארהאנען אין ניו יארק לדעתי.
איך זאג עס נישט ווייל איך האב פיינט חרדישע אידן חלילה, פארקערט איך זאג עס ווייל איך האב ליב חרדישע אידן און ס׳טוט מיר וויי וויאזוי זיי האבן א איינגעבאקנע שנאה צו א יעדען וואס איז נישט אזויווי זיי.
היימישע יונגעלייט עפ״ר ווייסן נישט וויאזוי זיך אויפצופירן מיט גוים און דעס איז די גרעסטע חילול השם וואס מ׳קען מאכן, ס׳האט א דירעקטע שיכות מיט דעם וואס מ׳האט אונז געהאקט אין קאפ אריין פון קינדערגארטן אן אז גוים זענען נישט קיין מענטשען, מיר חרדישע אידן זענען די גרעסטע ראסיסטן וואס איז פארהאנען אין ניו יארק לדעתי.
איך זאג עס נישט ווייל איך האב פיינט חרדישע אידן חלילה, פארקערט איך זאג עס ווייל איך האב ליב חרדישע אידן און ס׳טוט מיר וויי וויאזוי זיי האבן א איינגעבאקנע שנאה צו א יעדען וואס איז נישט אזויווי זיי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- איציק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
ריכטיג האט געשריבן:daattorah.blogspot.co.id/2016/04/secular-education-and-rav-shach.html?m=1
איך ווייס נישט אויב פון דא איז אזא גרויסע ראי'. איך וואלט געזאגט בדרך אפשר אז הרב שך האט אזוי געפסקנ'ט וויבאלד דער פאטער האט קלאר געמאכט זיין שטעלונג מיט א שארפקייט. קען זיין אז הרב שך האט פארשטאנען אז ס'איז א פארלוירענע קאמף, און סיי דער פאטער און סיי דער בחור וועלן מער דערלייגן אויב ער וועט אים הייסן לערנען אין א "נארמאלע" ישיבה.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
איציק האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:daattorah.blogspot.co.id/2016/04/secular-education-and-rav-shach.html?m=1
איך ווייס נישט אויב פון דא איז אזא גרויסע ראי'. איך וואלט געזאגט בדרך אפשר אז הרב שך האט אזוי געפסקנ'ט וויבאלד דער פאטער האט קלאר געמאכט זיין שטעלונג מיט א שארפקייט. קען זיין אז הרב שך האט פארשטאנען אז ס'איז א פארלוירענע קאמף, און סיי דער פאטער און סיי דער בחור וועלן מער דערלייגן אויב ער וועט אים הייסן לערנען אין א "נארמאלע" ישיבה.
נאא! איך לערן עס אפ פשוט, עס איז א שווער שטיקל, נא! ס'איז א שךמאט...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
- איציק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
אדנירם האט געשריבן:טאמבי, בארואיג דיך. ער האט עס בפשטות געליינט נאך בעפארן קריג, איידער ער איז געווארן רבי, וואס דאן איז דאס געווען זייער א נארמאלע זאך.
אגב, איך האב שוין געזען ענליכעס פון אנדערע גדולי ישראל, וואס האבן ציטירט אדער גערעדט פון שעיקספיער. כרגע געדענק איך נישט וואו און אויף וועם כ'האב עס געזען.
ווער זאגט אז ער האט עס בכלל געליינט? איך האב עס אויך נישט געליינט אבער דער נאמען פון די בוך איז מיר באקאנט, אויך די מעשה אין אלגעמיין.
פון וואו? טאקע פון די זעלבע מקור ווי דער באבובער רבי דערציילט, ווייל די צייטונגען האבן געשטורעמט דערוועגן אז ס'איז אנטיסעמיטיזם.
עטליכע יאר צוריק (פרעג מיר נישט פונקטליך וועלכע יאר) איז די מעשה ערשינען אין א האליוואד פילם, און ס'איז ווידעראמאל געווען אין די צייטונגען. זינט דאן ליגט מיר עס אין קאפ.
דער באבובער ז"ל, פריער אלס יונגער רב און שפעטער נאך די מלחמה, איז אוודאי געווען אויסגעקאכט אין עניני הכלל, ממילא האט ער געוואוסט אסאך זאכן וואס פשוטע יונגעלייט אין זיין קהלה האבן נישט געוואוסט. דאס מיינט דען אז ער האט געלערנט שעיקספיר שניים מקרא ואחד תרגום???
- איציק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
שבת אחים האט געשריבן:
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס.
א שאד דו ביזט נישט געווען אין מדבר. ווען יא וואלסטו געראטן משה רבינו זאל גיין זוכן שונאי בצע דוקא ביי די גוים, ווייל ביי אידן איז די דאזיגע אייגנשאפט ניט צום האבן...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
מיש-נייעס האט געשריבן:איציק האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:daattorah.blogspot.co.id/2016/04/secular-education-and-rav-shach.html?m=1
איך ווייס נישט אויב פון דא איז אזא גרויסע ראי'. איך וואלט געזאגט בדרך אפשר אז הרב שך האט אזוי געפסקנ'ט וויבאלד דער פאטער האט קלאר געמאכט זיין שטעלונג מיט א שארפקייט. קען זיין אז הרב שך האט פארשטאנען אז ס'איז א פארלוירענע קאמף, און סיי דער פאטער און סיי דער בחור וועלן מער דערלייגן אויב ער וועט אים הייסן לערנען אין א "נארמאלע" ישיבה.
נאא! איך לערן עס אפ פשוט, עס איז א שווער שטיקל, נא! ס'איז א שךמאט...
ס׳איז ברייט באקאנט אז אין הנהגה האט הרב שך נישט געפסקנ׳ט פריוואט מיט דער קאפ אין וואנט. ער האט נישט פאר׳אייבישטערט׳ דער מציאות מיט הבטחות שוא און ער האט נישט געהייסען זיך פיהרען שטרענג. נאר ברבים האט ער גערעדט שטרענג.
אנדערע טענה׳ן אז זיין הנהגת הכלל איז געווען באזירט אויף זיין קוק אויף דער סאטמארער רב, שטרענג ברבים און ווייכער בצנעא, מיט א גלויבונג פון יודע צדיק נפש בהמתו.
הרב שטיינמאן איז מעסיגער ברבים, אבער פריוואט רעדט ער א פרומערע שפראך. ווען ער איז געקומען קיין לעיקוואוד האבען ליידיגייער׳ס און פרומאקע׳ס איהם געפרעגט וועגען ווייבער שטודירען אין א קאטוילישע קאלעדזש כדי צו טרעפען א פרנסה אויסצוהאלטען די משפחה. זיין תשובה איז געווען ׳מ׳דארף אויסלערנען די יונגעלייט צו לעבען אויף ווייניגער׳.
איך בין חושד אז א חלק פון די סבה אז לעיקוואוד איז נישט אזוי אויף זיין זייט איז צוליעב דער מימרא
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איציק האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:
אפשר ליינסטו נישט גענוג וואס זיי זאגן אויף זייערע לענדלארס! אידן האבן שטארק ליב געלט און רוב פון היימישע אידן מרוב צומצם און נאאיווקייט קאונסידערן זיי ליידער גוים און שווארצע ווי סעקונד קלעיס סיטיזיאונס.
א שאד דו ביזט נישט געווען אין מדבר. ווען יא וואלסטו געראטן משה רבינו זאל גיין זוכן שונאי בצע דוקא ביי די גוים, ווייל ביי אידן איז די דאזיגע אייגנשאפט ניט צום האבן...
דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל. און איכ'ל זיין אן אומר דבר בשם אומרו...!
בשעת די התייסדות המדינה (הטמאה... ), ווען בן גוריון האט געוואלט אז אויך די אגודה זאלל זיין א טייל פון די רעגירונג. האט ער געזאגט אז ער וויל בויען א מדינה וואס פיהרט זיך עפ"י התורה. ווען ר' איטשע מאיר לעווין האט איהם געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען ..."שונאי בצע"...פאר שופטים. האט בן גוריון געענטפערט..."פאר געלט וועט ער דאס אויך קענען באקומען"...
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
עפעס גייט אריבער אויפן צייטונג דער בלאט, די לעצטע שטיק צייט.
צוויי אפיקורסישע ארטיקלעך, זינגען שירה: איינס איז אן ארטיקעל ווי דער חתם סופר האט געגעבן א הסכמה אויף א ש"ס וואס האט געזאלט געדריקט ווערן אויף דויטש (ער האט צוריקגעצויגען צוליב זייטיגע אישוס), צווייטענס איז א ארטיקעל ווי זיין זין דער כתב סופר האט אויפגענומען א מגיד אין שטאט וואס האט געגעבן די דרשות אויף דויטש.
די מיהאלאוויצע תקנות האבן די צוויי חברה עובר געווען בשאט נפש.
שרעקליך! וואו זענן געווען די חדש אסור מן התורה חברה?

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
די ערשטע איז נישט קיין שום אפיקורסות, וואס האט די מיהאלאוויצע תקנות א קעגן א ש"'ס אויף אידיש, צי דויטש?
דעם כתב סופר'ס התנגדות און נישט אננעמען די תקנה וועגן דרש'ענען אויף דויטש, איז ברייט באקאנט. (ווי אויך דעם מהר"ם שיק'ס רעזערוואציע'ס).

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

דעת תורה האט געשריבן:די ערשטע איז נישט קיין שום אפיקורסות, וואס האט די מיהאלאוויצע תקנות א קעגן א ש"'ס אויף אידיש, צי דויטש?
דעם כתב סופר'ס התנגדות און נישט אננעמען די תקנה וועגן דרש'ענען אויף דויטש, איז ברייט באקאנט. (ווי אויך דעם מהר"ם שיק'ס רעזערוואציע'ס).
פאר א סיבה האט מען היבש אויסגעקרויזט דעם כתב סופר ווען ארטאדאקסיע איז געפארן שטארק רעכטס.
וואס מיינסטו צו זאגן מיט "דעם מהר"ם שיק'ס רעזערוואציע'ס". מהי?
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
אין אן אלטער "מחנה חרדי", און אין "אור הצפון", איז געווען א שיינע מאמר איבער ר' אברהם שמואל פטשעניק אדמו"ר מברעזנא וחותנו של ר' ישכר דוב בעלזער (בזיווגו השני). דער פטשעניק איז געווען א טשערנאבילער אייניקעל, און אויך א אייניקעל פון בעל אוהב ישראל מאפטא, און האט נאטורליך געוויסט צו דערציילען איבער זיינע זיידעס.
ווערט געברענגט פון כתבי זכרונות של ר' אהרן פטשעניק נכד הברעזנע רבי הנ"ל, אז איינמאל חוה"מ פסח ביים סעודה איז אנוועזנד געווען אן ארימער גאסט, און ער האט איינגעטינקען די מצה אין די בארשט - מאכנדיג געבראקטס, און דער ברעזנער רבי האט מרמז געווען פאר די אנוועזנדע אז מ'זאל אים גערנישט זאגן.
פיין, מידות קומט בעפאר חומרות, אבער דא קומט די גוטע חלק פון די מעשה:
נאכן סעודה, האט דער רבי דערציילט די פאלגענדע מעשה פאר זיינע שטיב מענטשן. רבותי, דאס איז א לינקע שטיקל!
די היינטיגע מה יפית חברה וואלטען געמעגט צענזירורען אזא קאנטעווערסילע שטיקל. היתכן כזאת? אפטע רב געבט אויף אזא הייליגע חומרא צוליב געשמאק?! מה נענה אנן אבתרי'???...

מעשה שהיה אצל זקני הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, שאחד הרבנים הידועים ממקורביו היה לו ענין דחוף לדבר אתו, ובא אליו בחוה"מ פסח בשעה שהיה באמצע סעודתו, וכשנכנס אותו רב לחדרו הבחין שהרה"ק מאפטא זי"ע מטבל חתיכות מצה בתוך המרק, והתפלא מאוד.
כשהרגיש הרה"ק מאפטא זי"ע בתמיהתו, אמר לו: "בודאי מתפלא הנך על שאני אוכל שרויה בפסח, אבל מה אעשה שמצטער אני באכילת מצה יבשה, ובעוד שאכילת שרויה היא חומרא מדרבנן, הרי ששמחת יו"ט היא מצות עשה מדאורייתא"!