פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.
קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נייגעריג צו הערן..
קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נייגעריג צו הערן..
איך הער! נו נו..
איך וואונדער זיך אויך אייביג. די פראבלעם איז אז בלויז די ברעסלעווע האבן דאס פארשריבן לדורות, בעת וואס ביי די מתנגדים איז דאס מער תושבע"פ, אלזא ווען מען זוכט נאך בכתובים זעהט מען בלויז איין צד וואס שטעלן זיך אהער ווי שרעקליכע נרדפים. אבער לאידך גיסא ווייסן מיר אז די מתנגדים זענען געווען גרויסע לייבן, א שטייגער ווי דער שפאלער זיידע און דער סאווראנער זי"ע, נישט אבי ווער.
בלייבט בלויז צו שפעקעלירן, לפי ערכינו אויב זאלן מיר אננעמען אז ס'איז געווען דארטן א בחינה ווי מוהרא"ש ומהר"א ברלנד קען מען עס אביסל דערהערן, פארט היפש ביסל ארומגעדרייט מיט יסודי הדת עיקר וטפל, אויב אבער איז עס געווען מער בבחינת רלוי"צ בענדער ומהרי"מ שכטר איז צ"ע. שיחות הר"ן זעהט אויס אביסל ווי די ערשטע און ליקוטי מוהר"ן ווי די צווייטע, כנלענ"ד וה' הטוב יכפר.

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
לפי עניית דעתי האבן זיך אלע חסידות'ער געהאט זייערע מחלוקת זייער פשוט דער רבי האט זיך אריינגעצויגן נעבען דעם שטעטל און אויפ'ן לעטער העד פונ'ם אנדערן רבי'ן איז שוין געשטאנען אב"ד העפשיץ (איךכאפ עס אן נאר לדוגמה) ו...הגלילות
איז גיי יעצט דרוק איבער אלע זיינע בריווליך און פארמעק דעם והגלילות
אויב טראכסטו עס איז איבערגעטריבן, וויל איך דיר מוסר מודעה זיין מען האט זיך געקריגט אויף פיל גרעסערע שטותים
און לאו דווקא ברסלב זאג מיר איין חסידות וואס האט זיך נישט געקריגט.
געקריגט????? גע'רצח'עט!!!!!

ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
ישראל גלויבער האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.
קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נייגעריג צו הערן..
זיי האבן געהאלטן אז דאס איז כעין שיטת שבתי צבי
מען ציעט פון גהינום
פסוקי תהילים ווישט אוועק שווערע פעקלעך עבירות
וכדומה וכדומה
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

ווייל יעדע זאך וואס איז געוועהן א טראפּקלע אנדערש פון די געווענטליכע וועג (norm) האט מען זיך דערשראקן צום טויט און עס אוועקגעמאכט און אראפגעקוקט פאר מ׳האט עס בכלל אדורכגעטוהן, מ׳פירט זיך נאך היינט אזוי אין רוב חרדישע פראקציעס, חדש אסור מן התורה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
איינער האט מיר געשיקט אין אימייל, עפעס היסטאריע וואס כ'האב נישט געוואוסט.
ס'וועט מיר נעמען אביסל צייט עס צו פארדייען..
קודם כל שרייבט ער, אז דער הייליגער שפאלע זיידע זצוק''ל איז געווען ר'נחמנ'ס רבי, ווען ער איז געווען גאנץ יונג, און ער איז געווען דער וואס האט עהם אראפגעריסן, און נישט סתם געהאקט אויף עהם, נאר געטון צו עהם אזעלכע זאכן, וואס מ'האט נישט געהערט ביז היינט אז א רבי זאל דאס טון קעגן איינעם וואס מ'האט התנגדות.
איך לייען דא אראפ פון א לאנגע אימייל, און כ'דארף כאפן דעם אטעם צו פארדייען די נייע פרטים. המשך יבוא

- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.
קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נייגעריג צו הערן..
זיי האבן געהאלטן אז דאס איז כעין שיטת שבתי צבי
מען ציעט פון גהינום
פסוקי תהילים ווישט אוועק שווערע פעקלעך עבירות
וכדומה וכדומה
שבתי צבי דרייט זיך איבער און קבר זעהענדיג וויפיל גדרים און סייגים ער האט גורם געווען פאר יודישקייט...unintended consequences
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ישראל גלויבער האט געשריבן:איינער האט מיר געשיקט אין אימייל, עפעס היסטאריע וואס כ'האב נישט געוואוסט.
ס'וועט מיר נעמען אביסל צייט עס צו פארדייען..
קודם כל שרייבט ער, אז דער הייליגער שפאלע זיידע זצוק''ל איז געווען ר'נחמנ'ס רבי, ווען ער איז געווען גאנץ יונג, און ער איז געווען דער וואס האט עהם אראפגעריסן, און נישט סתם געהאקט אויף עהם, נאר געטון צו עהם אזעלכע זאכן, וואס מ'האט נישט געהערט ביז היינט אז א רבי זאל דאס טון קעגן איינעם וואס מ'האט התנגדות.
איך לייען דא אראפ פון א לאנגע אימייל, און כ'דארף כאפן דעם אטעם צו פארדייען די נייע פרטים. המשך יבוא
הוא אשר דברנו, פארדעם האבן די רבנים גע׳אסרט די אינטענעט, כדאי מ׳זאל נישט געוואר ווערן די סודות, היינט הערט ער אז סאיז א שאלה בכלל צי ר׳ נחמן איז געוועהן א צדיק, אין אנדערע אשכול וועסטו געוואר ווערן אז ס׳האט בכלל קיינמאל באמת עקזעסטירט א ׳גולם פון פראג׳, אין אנדערע תגובה וועסטו הערן אז דער ׳שפאלער זיידע׳ איז סתם א כאראקטאר וואס מ׳האט אויסגעזויגן פון פינגער כדאי אנצופילן די מעשה ביכלעך, און באלד וועסטו נאך פרעגן ווער סהאט געשריבן די זוהר, נאכדעס פעלט אונז אויס! גלייב נישט די אלע שקרים אין אישי, ווייל אז נישט ווער ווייסט ווי דו וועסט נאך אנקומען, היום אומר לך עשה כך, ומחר... נישט אלעס דארף מען פארשטיין! מ׳טאהר חלילה נישט פרעגן אזעליכע קשיות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
מ׳זאגט נאך פון ׳חיים דער רב׳ס׳ אויף דער משנה ׳ושרף אפוסטמוס את התורה׳. ער האט געוואלט אז ס׳זאל זיין ווייניגער תורה אין דער וועלט. דערווייל ווען מ׳זאגט די ווערטער איז מען מקיים א מצוה פון תלמוד תורה, ס׳האט זיך פארמערט תורה אין דער וועלט!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
אישתישבי האט געשריבן:לויט דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, איז א ספק אױב דער שפאלער זיידע האט עקזיסטירט בכלל.
ער האט געוואלט זאגן, אז ר' לייב שרה'ס איז די זעלבע צדיק ווי דער שפאלע זיידע, אבער מ'האט שוין אויפגעוויזן קלאר, אז ס'דא אייניקלעך היינט פון ביידע באזונדער, און זייערע עלטערנס נעמען זענען אפילו אנדערש ווי מקובל.
דער שפאלע זיידע האט געהייסן יהודה לייב בן ברוך, און ר' לייב שרה'ס ר' ארי' לייב בן יוסף זיעועכ''י.
איך וואלט געוואלט דא מעתיק זיין גראד די גאנצע אימייל, און כ'נעם נישט קיין אחריות אויף ווער ס'וועט ווערן וויי געטון.
איך הער! נו נו..
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
ישראל גלויבער האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.
קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נייגעריג צו הערן..
באמת לאמיתו אז דו ווילסט דווקא וויסן איז אזוי דו דארפסט קודם פארשטיין אז עס שוין אדורכגעלאפן 200 מיט עפעס יאר פון יענע צייטן
און ווי די תקופה האט זיך געטוישט אזוי האט זיך די סיבה פון מחלוקת געטוישט
עד כדי כך אז מען קען זאגן אויף זיכער אז די מחלוקת וואס סקווירא האלט אן אלץ מסורה טראגט אונטער זיך די סיבה פונ'ם אריגנעלער מחלוקת
און די שפעטערדיגע מחלוקת האט יעדע געהאט א באזונדערע סיבה
איז לאמיר עס צולייגן
בשעת ווען דער רבי האט געלעבט איז נאר געווען מחלוקת פונ'ם שפאלער, אדרבה נייתי ספר וניחזו, סיי פון די מצדדים לימין סיי פון די מצדדים לשמאל טרעפט זיך נישט קיינער וואס זאל קריגן אויפן רבי'ן
אויף ר' נתן איז שוין געווען א שארפערע מחלוקת (ובדרך אגב דו זאגסט אז עס איז נישט באשריבן פון די מתנגדים'ס זייט זייער צד, עס איז דא שיינע געבינדענע בענדער תחת ידי פון פאשקעווילן פון אלע חולקים אויף ר' נתן וואס דארט קענסטו פינקטליך זעהן זייערע טענות אויף איהם)
איז נחזור לענינינו, דער שפאלער מחלוקה אויפ'ן רבי'ן האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די מחלוקת פונ'ם חולק אויף ר' נתן זעהסטו שוין פון דעים אז מען קען דאס נישט קעטאגארעזירן אלץ מחלוקת קעגן ברסלב ווייל מיט איין דור האט שוין די מחלוקה געהאט א נייע צורה נייע טענות נייע ענינים לא ראי זה כראי זה
און וואס איז געווען די יסוד המחלוקת אויף ר' נתן איז אזוי: דער רבי האט געהאט א טאכטער וואס איז ביים רבינס פטירה נאכנישט געווען פארהייראט, דער רבי האט איבערגעלאזט צוואה פאר ר' נתן איר חתונה צו מאכן, ער'ט איבערגעלאזט געלט פאר נדן וכו' וכו'
דער חולק אויף ר' נתן האט אינטערגעשיקט פון זיינע חסידים אז מען זאל רעדן דעם שידוך פאר איהם ער איז געווען אן אלמן ל"ע און ר' נתן האט מכמה סיבות נישט געוואלט, דא האט זיך די קנאה אנגעהויבן און טענות זענען שוין צוגעקומען במשך פון די צייט
יעצט גיי א דור שפעטער אין פוילן זענען די ברסלבע געווען צעווילדעוועט און געטוהן עבודות משונות וואס אגב האט עס נישט קיין מקור אין ספרי רבינו דאס אליין איז נאכנישט גענוג סיבה פאר מחלוקת אבער אז אין א משפחה קלעבט זיך איינער צו צו די ברסלבע משוגעים און מען קען איהם נישט אפטשעפען וועט דער טאטע ארויסגיין בחרב ובחנות, און פארשטייט זיך אריינמישן זיין רבי'ן און זיין חסידות
איז דאס איז בקצה המזלג פשוט אז דו זאלסט זעהן אז מען קען עס נישט אריינלייגן אין איין קאטאגאריע 'ברסלבע מחלוקת'
ועוד חזון למועד מער פינקטליכע פרטים יעדע מחלוקת עקסטער מיט זיין סיבה
א פרייליכע חנוכה
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: דברי בזיון על צדיק קדום
סיבה: דברי בזיון על צדיק קדום
איך הער! נו נו..
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
א חקרן און א ידען
פשי הא!
אזא גוט שטיקל... ווי אזוי האט דאס געווארט אויף דעם נידריגן פארשוין
זאג כאטש דעם נאמען כדי עס זאל כאטש זיין א מקור ראשון פון תנור ראשון
מ'האט פשוט ```פארהוילן````` א שטיק היסטאריע און עס איז מיסטעריעז אויפגעדעקט געווארן ביי א נער מיט א ניק
טא פון היינט און ווייטער קען מען פארשרייבן היסטאריע מיט א נייע מקור נאמן ונסמך
ישראל גלויבער מחדר קפה
חברה עס קומט נייע צייטן... היסטאריע גייט באקומען נייע קאלירן
נישט שלעכט
פשי הא!
אזא גוט שטיקל... ווי אזוי האט דאס געווארט אויף דעם נידריגן פארשוין
זאג כאטש דעם נאמען כדי עס זאל כאטש זיין א מקור ראשון פון תנור ראשון
מ'האט פשוט ```פארהוילן````` א שטיק היסטאריע און עס איז מיסטעריעז אויפגעדעקט געווארן ביי א נער מיט א ניק
טא פון היינט און ווייטער קען מען פארשרייבן היסטאריע מיט א נייע מקור נאמן ונסמך
ישראל גלויבער מחדר קפה
חברה עס קומט נייע צייטן... היסטאריע גייט באקומען נייע קאלירן
נישט שלעכט
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.
קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נייגעריג צו הערן..
זיי האבן געהאלטן אז דאס איז כעין שיטת שבתי צבי
מען ציעט פון גהינום
פסוקי תהילים ווישט אוועק שווערע פעקלעך עבירות
וכדומה וכדומה
שאול די ספרים פאקער: נאך א טעם פאר די שטארקע התנגדות, לאוו דוקא צום דרך. נאר צו די פראקטיצירערס. זיי פלעגן האבן מאדנע מנהגים. למשל, א יונגערמאן וואס איז געזיצן אויף קעסט ביי זיין רייכן שווער, האט געקענט איבערלאזן זיין ווייב אינמיטן די נאכט און אנטלויפן צום קיבוץ (פון אנ"ש) אן זיך געזעגענען (אויס מורא אז מ'וועט איהם נישט לאזן גיין) אדער זאגן א ווארט. און דארט פארבלייבן חדשים לאנג. די ווייב און איהרע עלטערן האבן זיך שוין באטראכט פאר אן עגונה. און אזוי פלוצלינג ווי ער איז פארשוואונדן איז ער צוריקגעקומען. אן אפגעבן א דין וחשבון וואס ער האט אלץ געטון אדער אויפגעטון דארט...! וחוזר חלילה. און דאס משוגעת האטציך אריינגעכאפט ביי א סאך משפחות אזוי ווי א פייער ביי דערנער...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
שמעקט פון שאולזאהן.
וואס ער איז אבער יא גערעכט איז דאס וואס ער מערקט אן אז ר' נחמן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ נישט, אין קיין שום אנדערע חסידות האט מען אים נישט גורס געווען, זחינע תורות ווערן נישט דערמאנט אין קיין שום חסיד'ישע ספר, איבעראל האט מען געוואוסט אז 'ביינונז האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו'.
וואס איז די פונקטליכע סיבה, ווייס איך אויך נישט, צו ס'איז די משוגעת, צו די גאוה, צו די לייכטזיניגקייט צו עבירות, צו די פילע שקרים וכזבים וואס זיי פארקויפן, צו אפשר אלעס?
וואס ער איז אבער יא גערעכט איז דאס וואס ער מערקט אן אז ר' נחמן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ נישט, אין קיין שום אנדערע חסידות האט מען אים נישט גורס געווען, זחינע תורות ווערן נישט דערמאנט אין קיין שום חסיד'ישע ספר, איבעראל האט מען געוואוסט אז 'ביינונז האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו'.
וואס איז די פונקטליכע סיבה, ווייס איך אויך נישט, צו ס'איז די משוגעת, צו די גאוה, צו די לייכטזיניגקייט צו עבירות, צו די פילע שקרים וכזבים וואס זיי פארקויפן, צו אפשר אלעס?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
ס'שמעקט נישט גוט
ס'נישטא קיינער וואס האט געהאלטן פון עהם, נישט קיין איינער פון די תלמידי בעל שם. אבער! וויבאלד ער איז געווען זיין אייניקל 'א בעל שמ'ס אייניקל' האט מען נישט געוואלט רעדן.
אזוי זאגט מיר א סלאנימער חסיד פריער.
איך האב מיך אריינגעלייגט אינעם סוגיא היינט, און כ'נישטער אין דעם. ס'עפעס שמעקט דא איז באהאלטן. ס'נישט סתם א פייט

- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל