זר זהב האט געשריבן:ר"י לעבאוויטש דעזערווט א באזונדערן אשכול איך וואלט זייער געוואלט ליינען און וויסן מער איבער דעם אינטערעסאנטן אינדיווידואל. ער איז מלא תוכן
בן תמליון האט געשריבן:דער אשכול דערמאנט מיר א מימרא פון וואודריזשער רב הגר"י לעבאוויטש. וואס איז דאס ענין ביי משה ע"ה ולא ידע איש את קבורתו? משה רבינו זאגט: ביי מיין קבר עט עטץ נישט קומען טרינקען פאנטש מיט קאלעיד. ודפח"ח.
אורח האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן: (אפשר איינע פון די גדולים)
מרגלא בפומיה פון וואודרידזשע רב "אויף גדולים מאכט מען אשר יצר" ודפח"ח
ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו. (ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן. א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
א איד וואס שמייסט די אמת אין פנים, צו זאל דאס זיין וועגן פארטיי, פאגרעבטקייט ביי די היימישע (קנאישע) אינגעלייט, און די עיקר וועגן דרך הלימוד. ער האט ארויסגעגעבן א קונטרס ווי ער איז מסבר אז חסידות האט ארפגעברענגט די דרך הלימוד פון תלמידי החת''ס.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
דאכט זיך אז איהר מיינט די מלבי"ם הגדה וואס ער האט אןיפגעוויזען אז דאס איז געשריבען געווארען דורך אן אנדערען (כאטש וואס די מהר"ל הגדה איז די זעלבע מעשה).
טראכט האט געשריבן:ווי דער עולם האט שוין געשריבן איז ער איז א איד א תלמיד חכם עצום, מען קען אים רופן ביז שפעט ביינאכט פרעגן שאלות. ער האט א מיינונג אין יעדע זאך, איך רוף אים פיל מאל פרעגן שאלות.
ער האט א הפלה'דיקע בקיאות אויך אין די ספרים פון אנדערע קרייזען ווי חב"ד ליטווישע און נאך חאטש אז ער קען זיי קריטיקירען, קומט אלעס פון ידיעות און נישט סתם געשאסען.
זר זהב האט געשריבן:ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו. (ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן. א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)
"אלל דזשאוקס עסייד" איך קען פערזענליך די משפחה פון ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א אב"ד וואודרידזש והגלילות. זיין טאטע ע"ה איז געווען א בעל הבית (נישט קיין שיינער איד) ער איז געווען א נהנה מיגיע כפיו, געארבייט אויף דריי דזשאבס צו ברענגען פרנסה אין שטוב. אבער א גרויסער תלמיד חכם וואס האט אוועקגעגעבן גאנץ שבת אויף לערנען תורה מיט די קינדער אנשטאט "כאפן א דרימל". דער וואודרידזשער רבי שליט"א איז א פרשה פאר זיך. ער איז בקי בכל מקצועות התורה, נאר ער איז נאכנישט אנגעקומען צום שער הענוה.