פרעגט א מעדיצינישע שאלה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריכטיג: ייש"כ. נאר איך זעה ב"ה גוטע רעזולטאטן מיט די סטאטין מעדיצין. איך נעם 60 מ"ג. איינמאל א טאג. אן די נעגאטיווע סייד עפעקטס.

איך האב געהאט א נישט גוטע עקספיריענס מיט בעטא בלאקערס וואס מיין הארץ דאקטער האט פארשריבן. ס'האט מיך געמאכט פארלירן א יעדעס ביסל ענערגיע. איך האב קוים געקענט וואקן א האלבן בלאק. איך האב אייביג געשפירט ווי גלייך איך טראג א לאסט פון טויזנט פונט. ווען איך האב געסטאפט צו נעמען די מעדיצין האטציך אלעס אויפגעהערט.

נאר פארוואס האלט איך אזוי ווייניג פון מעקסי העלטה. ווייל זיי זענען מגזים (או.קעי., מע-גא-זעם, אויף היימיש.). זיי האבן פאר א יעדע מחלה אדער מיחוש א מעדיצין. איך האב אמאל געליטן פון א געוויסן מיחוש אויפ'ן מאגן. און מעקסי העלטה האט געזאגט אז זיי האבן פאר דעם אויכעט א רפואה. ווען כ'האב געפרעגט אן עקספערט (ער האט אויך א ווייטאמין סטאר. און א קאמפאני.) האט ער מיר געזאגט אז פאר דעם עקזיסטירט נישט קיין סופלעמענט אדער ווייטאמין. נאר איך דארף נעמען עכטע מעדיצין...!
פארשפארט