ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"ם?
- ארי נוהם
- שריפטשטעלער
- הודעות: 478
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
- האט שוין געלייקט: 1139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל
ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"ם?
יעצט נאכן ענדיגן די ימי החנוכה בכי טוב, ווען מהאלט אינמיטן חרטה האבן אויף די מאס פאנקען וואס יובילירן און געדערים, און מוויל מער נישט אריינקוקן אין דעם שוידערליכן ספר בית יוסף וואס האט אונז פארשקלאפט פאר אכט טעג מיט זיין באמבע קשיא. יעצט ווען מקלינט אויס די מנורה פון די אויל אפפאל, און נר מצוה זוכט שוין די נייע היכא תימצא וויאזוי צו מאכן געלט דורך פארקופן כל מיני שגעונות. יעצט ווען די סקעיל צוברעכט זיך פון די קושי השעבוד נאך אכט פלאס חנוכה פארטיס.
אה, יעצט, וויל איך פרעגן מיין שווערע קשיא.
די חשמונאים זענען נישט געגאגנען מלחמה האלטען וועגן כוחי ועוצם ידי ח"ו, דער רבי זי"ע לאזט דעך נישט. זיי זענען געגאנגען לוחם זיין פאר כבוד שמים, הרגענען די יוונים, פטור ווערן פון די מתיוונים, און צוריק ארויפברעינגען די תורה צום אויבערפלאך. ניחא. האט מען געהאט פינעף ברודערס וואס האבן געפירט מלחמות, און שפעטער קומט דער גרויסער קעניג ינאי המלך. א קנאפע אייניקל פון איינער פון די ברידערס, און שוין איז ער א שייגעץ א באנדיט, איינער וואס איז א ריכטיגע מתייווני, א העלעניסט מיט אלע פיטשעווקעס, און רודפט אפילו די ערליכע יודען פונקט ווי אנטיוכוס אין זיין צייט.
דאס איז גאר מאדנע, אז דער אייניקל זאל זיך אויפפירן פונקט פארקערט ווי דער זיידע, אזוי ווייט אז ווען ער וואלט געלעבט בזמן הזיידע וואלט אים דער זיידע געהארגעט פארן זיין א מתייווני א עוכר ישראל. וויאזוי קען דאס געמאלט זיין.
אלא מאי זעהט מען פון דא, וכאן המשגיח מרעים ומרעיד בקולו, דרייענדיג מיטן פינגער און פארקייכענדיג דאס קול, אז absolute power corrupts. דער זיידע מיינט כבוד שמים, ער קומט מלחמה האלטען מיט די אלטגעזעצעענע שגצים, די אנגעפרעסענע מתייונים, אבער דער אייניקל באקומט שוין זיין מלוכה על סיר הבשר, ער איז שוין געבוירן אין א שומערירענדע פאלאץ, ער איז שוין געווען א פרינץ אלץ קינד, און יעצט טוט ער פונקט פארקערט ווי די הייליגע זיידע, ווייל דאס געשעהט ווען מקריגט מאכט, אבסאלוטע מאכט.
אט דאס האב איך געטראכט טרויעריג ביים אדמו"רס חנוכה טיש, וואס דער רבי האט געפראוועט בלבוש מלכות, אנגעפראסן פון אלץ קינד און געפיעטשעט ווי א פרינץ, אז די איראניע איז ווי ווייט זיי שטייען פון דאס וואס דער בעל שם טוב האט טאקע געוואלט איינפירן אין כלל ישראל. ממש דאס פארקערטע ווי די אייניקלעך טוען היינט, וואס דריי הונדערט יאר צוריק וואלטן די תלמידי בעל שם אנגעראכטען זייערע פיילען טאקע געגן די אייניקלעך זייערע.
די אדמורי"ם פרייען זיך שטארק מיט חנוכה, ווען מהאט צוערשט געזעהן וואס פאסירט מיטן "אייניקעל". סוואקסט אונטער א רשע מרושע, א ינאי המלך, וואס צאפט בלוט פון וועמן ער וויל, אלעס צוליב זיין absolute power. און ער איז גאר א יחסן ווייל ער איז א רביש אייניקל: כבין א אייניקל פון הצדיק ר' מתתיהו, און דער פריערדיגער רבי ר' יוחנן'טשע כהן גדול.
די נוסח הערט זיך היבש קענטליך.

אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
טייערער סמבטיון, איז דען דער חרדיזם טראגעדיע אנטרינען אז מען זאל זיך קענען ערלויבן צו זיצן אויף די סאפעס און שרייבן פאזיטיווע זאכן אויף חרדים? הונדעטער מענטשן וואלגערן אין די גאסן האלב טויט באשמת הסיסטעם און דו ווילסט מען זאל זיין שטיל?
פארוואס? ווייל דו ווילסט רואיגקייט? ווייל דו האסט נאך נישט געשפירט אויף דיין אייגענע הויט וואס עס מיינט צו פאלן אין די הענט פון דער סיסטעם?!
אנשטאט צו דערשטיקן דעם נושא, לאמיר זעהן, וואס אפערסטו עפעס ערנסט ארויס צו העלפן דער מצב?

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טייערער סמבטיון: אונזער היימישער אבסעססיווער אפיקורס'ל מושב זקנים איז דאך ליידער ביטער גערעכט. ווי קענמען שרייבן עפעס פאזיטיוו אויף כלל ישראל אדער אויף חרדים, הס מלהזכיר. הטרם תדע. ווייסטו דען נאך נישט אז דער פסוק פון די תוכחה איז ליידער מקויים געווארן אין פולן זין פונ'ם ווארט..."בחוץ תשכל חרב, ובחדרים אימה"...דער דורכגעפוילטער און קארופטירטער חרדי'שער סיסטעם שיסט דאך מענטשן אין די גאסן. און אויך אין די שטובער איז מען נישט זיכער פון זיינע טעראריסטישע באצווינגענישן. מ'האט מורא א יעדע מינוט אז ער וועט זיך אריינרייסן אין אידישע שטיבער און וועט אנמאכן א חורבן, רח"ל.
ביז ס'איז אנגעקומען אונזער העלד דער היינטצייטיגער חשמונאי, מושב זקנים, וועלכער האט זיך אנגעגארטלט מיט קוראזש, און גענימען די שווערד אויף זיינע לענדן. און ער איז ארויס אין א קרייצ צוג זיך אקעיגנצושטעללן און פארלענדן דעם שעדליכן חרדישן סיסטעם. און ער וועט נישט איינרוען ביז ער וועט איהם ערלעדיגן (אדער דער סיסטעם וועט איהם ערלעדיגן) עד חורמה...!

- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"
ינאי המלך איז נישט געווען קיין מתייוון. ער איז געווארן א צדוקי, דאס איז עפעס אנדערש. און דאס אויך נאר נאכן הערן אז די פרושים פארשפרייטן פאלשע רומערס איבער זיין מאמע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"
מפוזרי האט געשריבן:ינאי המלך איז נישט געווען קיין מתייוון. ער איז געווארן א צדוקי, דאס איז עפעס אנדערש. און דאס אויך נאר נאכן הערן אז די פרושים פארשפרייטן פאלשע רומערס איבער זיין מאמע.
פאלשע ??? איך געדענק אז אין דעם תלמוד בבלי שטייט אז עס איז יא געווען אמת
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"
קידושין סו ע"א: שהיו אומרים אמו נשבית במודיעים ויבוקש הדבר ולא נמצא ויבדלו חכמי ישראל בזעם.. עיי"ש בגמרא וויאזוי מען האט מברר געווען אז ס'איז ליגנט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל