עפארדעבל מחאה פלאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

קופערניקוס האט געשריבן:ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען אין דעם שוואכן דור עקבתא דמשיחא אז עס זענען פארט דא עטליכע ברכיים אשר לא כרעו לבעל ולאשה, און ברוך השם אז זיי היטן אפ די חומות און שטייען על המשמר.
ברם, דא עקא, די עמידה על המשמר איז א טייערע מעשה וואס קאסט אפ אן הון רב. צום ערשטן קאסט אפ דער פאשקעווילן שרייבער אן הון תועפות, דער שרייבער ברויך אפיר זוכן מפי ספרים וסופרים אלע שטרענגע און שרעקעדיגע פסוקים וואס רעדן איבער חורבן בית המקדש און זיי צופאסן צום פרעס-טראק, וואס רעדן איבער נבוכדנצר און זיי אויסשארפן קעגן די באיאנערס וואס טראגן מיטן עירוב, קעגן די קראים ומלשינים און זיי אנשמירן קעגן רבי שמעון ראלניצקי'ן און דער שטערן. דערנאך דארפן זיי נעמען א גראפיקער וואס זאל אנשמירן די ירושלימער אותיות און צומאל א אילוסטראציע פון ציונים לייגן אריין אידן אין קרעמיטאריוםס וכדומה. דערנאך קאסט אפ די צעטיל קלעבן, ובפרט זינט בקצה המחנה טרויען זיך יונגען שלא קרו ולא שנו ולא שימשו רבי ז"ל צו מפריד זיין בין הדבקים און אפטשעפען די צעטלעך פונעם סקאטש טעיפ, מוז מען שמירן מיט א געמיש פון רויע אייער און מקוה וואסער פון די זייטיגע מקוה אין ראדני ווי מען האט געטובלט דעם רבין ביום המר והנמהר ה' אייר... כ'מיין כו אב.
נאך די צעטלעך קומט די פאזע פון אנגרייטן א מעמד אדיר. נישט קיין עולמי חלילה, דאס שמעקט פון כינוס כלל ישראל און אגודה, נאר סתם מעמד אדיר איום ונורא הענקי פענקי. דערנאך דארף מען משכנע זיין די גדולי תלמידי רבינו, מען ברויך זאגן ר' משה מאיר בריפ'ן אז ר' משה מנחם טירנויער ברענט שון אויף דעם פירצה, און פאר ר' זלמן לייב פילאפ'ן, אז אפילו אזא פרעמדער ווי ר' משה גרין פארשטייט דעם חומר הדבר. די אלע זאכן קאסטן געלט ווייל מען דארף געבן קמחא דפסחא און שאר ירקות פאר די אלע גודרי גדר ופורצי פרץ ונפחי נפח.
דערנאך דארף מען אראפדרייען דעם קאפ פאר די זאלן און זיי זאגן אז אויב זיי געבן נישט ארויס די זאל וועלן זיי ביטער לידן סיי פונעם נשיכת הערשל קלאר נשיכת עקרב ועקיצת יצחק שטערן עקיצת נחש, און סיי ווייל ממש מען פירט אראפ פון וועג.
דערנאך קומט די פרעשור אויף די מנהלים, די פאשקווילן, די היום, די הויכהילכער מיט די הייליגע ירושלימער הברה, דערנאך דאס לייגן פרעשור אויף משה גבאי אז ער זאל עס לייגן אויף די דריטע זייט אין דער איד און נישט אויף מהדורה תניינה דף מג
וכו', ואטו כי רוכלא ניתי וניזל
אבער ווען דאס וואלט געווען אמאל א יובל, החרשתי, אבער דאס מוז מען דאך טון גאר אפט, אזוי לאנג ווי די פורצי גדר שלאפן נישט, טארן זיי נישט שלאפן!
קומט אויס יעדע וואך א פראטעסט צוויי.
גל פז - המודיע אין א גראסערי - פרעס-טראק- קאסמעטיק סטאר אויף ליע עווניו - שילדן פון עורה מיט בילדער פון א יונגל וואס איז מעורר דם חימוד - אבי ראזן - שמואל לובעצקי - ארונים - גור-וויזניץ-בעלז- מתמידים - עמנואל- אנטי עמנואל- שלום מיט בעלזא- אבי ראזן גראבט שוין ווייטער - שפאניע גראבט שוין ווייטער - ארונים שוין ווייטער - בתי ווארשע שוין ווייטער - רב שטיינמאן - ארונים שוין ווייטער - אבי ראזן.
די זאכן קאסטן אפ אוצרות מיט געלט.
אה, איר טראכט אז נו, הערשל קלאר האט גענוג געלט......... יא, אבער די געלט ליגט שוין לאנג באגראבן אין דריי פיר אנדערע עי-קעי פאליסיס, און נישט יעדן טאג קען מען געבן א שטופ אריין אן אלטן אין מקוה, נו, מוז מען ווארטן, און דערווייל גיין מיטן פארקראכטן קאפעלוש און מעלקן משה מענדל מענדלאוויטש און הערשל שרייבער.
אבער געוואלד, אידיש געלט?!
איך האב פאר זיי אן עצה, לולא אז דער אחיו הגדול רבי אהרן וואלט געווען דער בן עמינדב אין די נושא פון עפארדעבל, וואלטן זיי עס אפשר אנגענומען, אבער דער שייגעץ, דער איידעם פונעם וויזניצער שייגעץ גייט אונז נישט איינטיילן. אבער פארט, א הצעה מעג מען הערן:
די שפאגל נייע "עפארדעבל מחאה פלאן" וועט מאכן איין מחאה א יאר, אפשר זאל מען עס מאכן די סאמע סיטי פיעלד און מען זאל דארטן שורף זיין יעדן עוף הפורח כדי יעדער זאל הערן דעם זיסן שטימע פון רבי מנשה פילעפ'ן בבהירות. דארטן וועט מען מוחה זיין במשך א צען שטונדן אויף אלע פירצות, אדער כסדר א"ב אדער כפי סדר קבלתן, און אזוי גיין פון איין פירצה צום צווייטן, שטארקע מוחות קענען גאר משלב זיין פרצה בפירצה, און סוף הפירצה בתחלתה, למשל אז די ארונים גייען אין קארט ווייל זיי זענען נישט קעגן די עירוב ואן דעריבער איז די שטערן אזוי טמא ווייל אן ארוני פירט עס אן, און די פרעס טראק איז גורם די חפירות פון אבי רוזן ווייל אז א חסיד אין בעלז טוט אן קנעפ שמדט זיך אן אסימילאנט אין פאריז, די בילדער פון עורה איז גורם די רויטע טורבאנס, און פארשטייט זיך אז די פרעס טראק איז גורם די געפאצטע קליידער, ווייל א טעגליכן גוטן האמבורגער מאכט די קליידער מער און מער פאציג, און אזוי ווייטאער וחוזר חלילה, און בעצם איז דאך טאקע דא איין סיבה וואס איז גורם די אלע זאכן, דאס איז די חוסר דרך ארץ קעגן אותו זקן, וואס ווען מען ווייסט ווען וויפיל טרערן ער האט פארגאסן בשעתו, און אז דאס איז אתרא דמר, און אז רבי עזריאל גליק האט אמאל זיך אויסגעדרוקט בשמו, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען.
אזוי קען מען אפשפארן אסאך געלט, און ר' הערשל קלאר וועט קענען קויפן נאך עטליכע הייזער, נאך ארטיסטן בילדינג, און אפשר אפשר, סוף סוף קויפן א נייע היט.


אשפג
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אשפג


חחחחחחחחחחחחחחחחחח
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האט איינער געזעהן דעם בריוו די וואך אין "דער איד" פון הערשל קלאר, היתכן מען פרובירט צו מלמד זכות זיין אויף א אידישן סאלדאט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

יא!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און וואס איז דיין דעה דערוועגן?

(אויכעט, זאל איך עס ארויפשטעלן דא?)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

ביסט דאך אן אחראי, טוה וויאזוי דו פארשטייסט.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

שמעקעדיג האט געשריבן:האט איינער געזעהן דעם בריוו די וואך אין "דער איד" פון הערשל קלאר, היתכן מען פרובירט צו מלמד זכות זיין אויף א אידישן סאלדאט?



ממש געפערליך! ער האט מיר ארויסגענומען פון די כלים...

איך שטעל מיך אפ דא ווייל באלד צוגיסט זיך מיין פעדער....
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שמעקעדיג האט געשריבן:האט איינער געזעהן דעם בריוו די וואך אין "דער איד" פון הערשל קלאר, היתכן מען פרובירט צו מלמד זכות זיין אויף א אידישן סאלדאט?

יא.
עס איז א עקל
פוי!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמואל הלוי האט געשריבן:ביסט דאך אן אחראי, טוה וויאזוי דו פארשטייסט.


איך פרעג נישט רשות.
איך פרעג צי דער עולם איז אינטרעסירט.

לויט די תשובות קוקט אויס אז יא.
נו, בקרוב בעז"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דהעיר יו גאו:
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און ער שעמט זיך ניטאמאל!!
אוי
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קראנק איז נישט די ווארט אויף אים
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

וואסעפעס קראנק?
רשעות אכזריות ליגט אים עם
וויפיל יודן האט ער שוין געצאפט דאס בלוט? וויפיל אידנס ביזנעס האט ער שוין חרוב געמאכט? וויפיל טרערן האבן שוין יודען פארגאסן וועגן עם?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

יאנקל האט געשריבן:א דאנק, שמעקעדיג.
און אט דער אנשיקעניש איז דער טאן-געבער אין וויליאמסבורג!
לייג אויך צו דעם ״ענטפער פון דער רעדאקציע״. מר. קלאר איז א יחיד, אבער דאס אז די רעדאקציע אנטשולדיגט זיך זאגאר פאר אים, און פאלט פאר אים כורעים, איז נאך מער פילזאגנד.

א ברירה האבן זיי? אויב וועלן זיי זיך נישט צושטעלן וועט ער ארויס גיין קעגן זיי אויך, און זיי ארויס לייגן פון ביזנעס.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

זר זהב האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:זייער פיין געשריבן, אבער מען דארף געדענקען אז דא איז קאווע שטיבל, וועלכע איז דירעקט געצילט נישט צו ווערן פארטייאיש, און עס האלט שוין אזוי ב"ה פאר ארום צוויי חדשים, אלזא ביטע, טריי, פאר אונזערט וועגן, צו האלטן די ארטיקלען - בפרט אזעלכע געשמאקע - צו נוטראלן ליניע.

נאכאמאל א גראויסן יישר כח

מיר קוקט נישט אויס אז דער ארטיקל איז פארטייאיש; עס שפיגלט פשוט אפ דעם מציאות אז די ״עסקנים״ וועלכע טרעפן כסדר אויף וואס מוחה צו זיין געהערן געווענליך צו דער פארטיי וועלכע פאררופט זיך אויף האדמו״ר זלמן לייב. פאקטן געהערן נישט צו קיינע ספעציפישע פארטייען.
אבער עס איז טאקע כדאי זיך צו דערווייטערן אפילו פון א חשש פארטייאישקייט.

דאס איז אלעס בלויז ווייל אדמור מהר"א איז נישט דער פילאט אין ווילי, מילא וועלן נישט זיינע מענטשן אונטערנעמן קיין שום מערכות, זאל דער פליגער קראכן ווי מ'זאגט!

יעצט לאמיר אריבערקריכן קיין קר"י צו די דארטיגע עסקנים-וועד הצניעות זעלאטס טערראריסטן, צו וועלכע פארטיי באלאנגען זיי ??


וועד הצניעות האט גארנישט מיט הערשל קלאר, אך אין וויי וואלט געווען אויב יא,
לאז אפ וועד הצניעות, אז די ווילסט עפן א באזינדערע אשכול

אין קרית יואל זענען נישטו קיין שום עסקנים לטובת העיר פין די זאליס, דריי נישט קיין קאפ
די וועד הצניעות נעמט אריין פין די קעגנער כדי די וועד הצניעות וועלכע איז נאך אלעם א וויכטיגע זאך זאל נישט ליידן פין קיין פאליטיק ווי אין אנדערע געגנטער
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

זר זהב האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:זייער פיין געשריבן, אבער מען דארף געדענקען אז דא איז קאווע שטיבל, וועלכע איז דירעקט געצילט נישט צו ווערן פארטייאיש, און עס האלט שוין אזוי ב"ה פאר ארום צוויי חדשים, אלזא ביטע, טריי, פאר אונזערט וועגן, צו האלטן די ארטיקלען - בפרט אזעלכע געשמאקע - צו נוטראלן ליניע.

נאכאמאל א גראויסן יישר כח

מיר קוקט נישט אויס אז דער ארטיקל איז פארטייאיש; עס שפיגלט פשוט אפ דעם מציאות אז די ״עסקנים״ וועלכע טרעפן כסדר אויף וואס מוחה צו זיין געהערן געווענליך צו דער פארטיי וועלכע פאררופט זיך אויף האדמו״ר זלמן לייב. פאקטן געהערן נישט צו קיינע ספעציפישע פארטייען.
אבער עס איז טאקע כדאי זיך צו דערווייטערן אפילו פון א חשש פארטייאישקייט.

דאס איז אלעס בלויז ווייל אדמור מהר"א איז נישט דער פילאט אין ווילי, מילא וועלן נישט זיינע מענטשן אונטערנעמן קיין שום מערכות, זאל דער פליגער קראכן ווי מ'זאגט!

יעצט לאמיר אריבערקריכן קיין קר"י צו די דארטיגע עסקנים-וועד הצניעות זעלאטס טערראריסטן, צו וועלכע פארטיי באלאנגען זיי ??


דיין קאפ טיישט אלעס אויס לויט די פאליטיק
איז דען אדמור מהרז''ל יא בעה''ב אין וויליאמסבורג?

פארוואס זאלען די ארונים מיטשטיין מיט די סוקריקום ווען אלע זייערע מערכות זענען פיל מיט אינטערסן אין פאליטיק
געב א קוק ווי דער בליץ איז כשר ווען דער שטערן איז טריפה
אדער גיב א קוק ווער עס מעג בויען פאר ארטיסן אין ווער נישט
אא''וו

די נארמאלע זאליס וואלטן שוין לאנג זיך אפגעשאקעלט פין הערשל קלאר
נאר פאר סאם ריזאן דארפן זיי אים האבען...
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רעדנדיג פון די ערשטע צייטן פון קאווע שטיבל מוז מען דערמאנען דעם "אשפ"ג" איך האב צוריק ארויפגעברענגט דעם אשכול, ווייל דא, אין די תגובה פון דבילה איז אריינגעקומען די ווארט "אשפ"ג" וואס איז געווען א סטייל אין קאווע שטיבל פאר א שיינע שטיק צייט.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: עפארדעבל מחאה פלאן

שליחה דורך נעגעל וואסער »

אפשר וועט דער #כח היחיד אויפטוען אויך פאר די מחאות...
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

קופערניקוס האט געשריבן:ברוך השם אז מיר האבן זוכה געווען אין דעם שוואכן דור עקבתא דמשיחא אז עס זענען פארט דא עטליכע ברכיים אשר לא כרעו לבעל ולאשה, און ברוך השם אז זיי היטן אפ די חומות און שטייען על המשמר.

ברם, דא עקא, די עמידה על המשמר איז א טייערע מעשה וואס קאסט אפ א הון רב. צום ערשטן קאסט אפ דער פאשקעווילן שרייבער א הון תועפות, דער שרייבער ברויך אפיר זוכן מפי ספרים וסופרים אלע שטרענגע און שרעקעדיגע פסוקים וואס רעדן איבער חורבן בית המקדש און זיי צופאסן צום פרעס-טראק, וואס רעדן איבער נבוכדנצר און זיי אויסשארפן קעגן די באיאנערס וואס טראגן מיטן עירוב, קעגן די קראים ומלשינים און זיי אנשמירן קעגן רבי שמעון ראלניצקי'ן און דער שטערן. דערנאך דארפן זיי נעמען א גראפיקער וואס זאל אנשמירן די ירושלימער אותיות און צומאל א אילוסטראציע פון ציונים לייגן אריין אידן אין קרעמיטאריום'ס וכדומה. דערנאך קאסט אפ די צעטיל קלעבן, ובפרט זינט בקצה המחנה טרויען זיך יונגען שלא קרו ולא שנו ולא שימשו רבי ז"ל צו מפריד זיין בין הדבקים און אפטשעפען די צעטלעך פונעם סקאטש טעיפ, מוז מען שמירן מיט א געמיש פון רויע אייער און מקוה וואסער פון די זייטיגע מקוה אין ראדני ווי מען האט גע'טובל'ט דעם רבין ביום המר והנמהר ה' אייר... כ'מיין כ"ו אב.

נאך די צעטלעך קומט די פאזע פון אנגרייטן א מעמד אדיר. נישט קיין עולמי חלילה, דאס שמעקט פון כינוס כלל ישראל און אגודה, נאר סתם מעמד אדיר איום ונורא הענקי פענקי. דערנאך דארף מען משכנע זיין די גדולי תלמידי רבינו, מען ברויך זאגן ר' משה מאיר בריפ'ן אז ר' משה מנחם טירנויער ברענט שון אויף דעם פירצה, און פאר ר' זלמן לייב פילאפ'ן, אז אפילו אזא פרעמדער ווי ר' משה גרין פארשטייט דעם חומר הדבר. די אלע זאכן קאסטן געלט ווייל מען דארף געבן קמחא דפסחא און שאר ירקות פאר די אלע גודרי גדר ופורצי פרץ ונפחי נפח.

דערנאך דארף מען אראפדרייען דעם קאפ פאר די זאלן און זיי זאגן אז אויב זיי געבן נישט ארויס די זאל וועלן זיי ביטער ליידן סיי פונעם נשיכת הערשל קלאר נשיכת עקרב, ועקיצת יצחק שטערן עקיצת נחש, און סיי ווייל ממש מען פירט אראפ פון וועג.

דערנאך קומט די פרעשור אויף די מנהלים, די פאשקווילן, די היום, די הויכהילכער מיט די הייליגע ירושלימ'ער הברה, דערנאך דאס לייגן פרעשור אויף משה גבאי אז ער זאל עס לייגן אויף די דריטע זייט אין דער איד און נישט אויף מהדורה תניינה דף מ"ג וכו', ואטו כי רוכלא ניתי וניזל.

אבער ווען דאס וואלט געווען אמאל א יובל, החרשתי, אבער דאס מוז מען דאך טון גאר אפט, אזוי לאנג ווי די פורצי גדר שלאפן נישט, טארן זיי נישט שלאפן!

קומט אויס יעדע וואך א פראטעסט צוויי.

גל פז - המודיע אין א גראסערי - פרעס-טראק- קאסמעטיק סטאר אויף ליע עוועניו - שילדן פון עורה מיט בילדער פון א יונגל וואס איז מעורר דם חימוד - אבי ראזן - שמואל לובעצקי - ארונים - גור-וויזניץ-בעלז- מתמידים - עמנואל- אנטי עמנואל- שלום מיט בעלזא- אבי ראזן גראבט שוין ווייטער - שפאניע גראבט שוין ווייטער - ארונים שוין ווייטער - בתי ווארשע שוין ווייטער - רב שטיינמאן - ארונים שוין ווייטער - אבי ראזן.
די זאכן קאסטן אפ אוצרות מיט געלט.

אה, איר טראכט אז נו, הערשל קלאר האט גענוג געלט....... יא, אבער די געלט ליגט שוין לאנג באגראבן אין דריי פיר אנדערע עי-קעי פאליסיס, און נישט יעדן טאג קען מען געבן א שטופ אריין אן אלטן אין מקוה, נו, מוז מען ווארטן, און דערווייל גיין מיטן פארקראכטן קאפעלוש און מעלקן משה מענדל מענדלאוויטש און הערשל שרייבער.
אבער געוואלד, אידיש געלט?!

איך האב פאר זיי אן עצה, לולא אז דער אחיו הגדול רבי אהרן וואלט געווען דער בן עמינדב אין די נושא פון עפארדעבל, וואלטן זיי עס אפשר אנגענומען, אבער דער שייגעץ, דער איידעם פונעם וויזניצער שייגעץ גייט אונז נישט איינטיילן. אבער פארט, א הצעה מעג מען הערן:
די שפאגל נייע "עפארדעבל מחאה פלאן" וועט מאכן איין מחאה א יאר, אפשר זאל מען עס מאכן די סאמע סיטי פיעלד און מען זאל דארטן שורף זיין יעדן עוף הפורח כדי יעדער זאל הערן דעם זיסן שטימע פון רבי מנשה פילעפ'ן בבהירות. דארטן וועט מען מוחה זיין במשך א צען שטונדן אויף אלע פירצות, אדער כסדר א"ב אדער כפי סדר קבלתן, און אזוי גיין פון איין פירצה צום צווייטן, שטארקע מוחות קענען גאר משלב זיין פרצה בפירצה, און סוף הפירצה בתחלתה, למשל אז די ארונים גייען אין קארט ווייל זיי זענען נישט קעגן די עירוב און דעריבער איז די שטערן אזוי טמא ווייל אן ארוני פירט עס אן, און די פרעס טראק איז גורם די חפירות פון אבי רוזן ווייל אז א חסיד אין בעלז טוט אן קנעפ שמד'ט זיך אן אסימילאנט אין פאריז, די בילדער פון עורה איז גורם די רויטע טורבאנס, און פארשטייט זיך אז די פרעס-טראק איז גורם די געפאצטע קליידער, ווייל א טעגליכן גוטן האמבורגער מאכט די קליידער מער און מער פאציג, און אזוי ווייטער וחוזר חלילה, און בעצם איז דאך טאקע דא איין סיבה וואס איז גורם די אלע זאכן, דאס איז די חוסר דרך ארץ קעגן אותו זקן, וואס ווען מען ווייסט ווען וויפיל טרערן ער האט פארגאסן בשעתו, און אז דאס איז אתרא דמר, און אז רבי עזריאל גליק האט אמאל זיך אויסגעדרוקט בשמו, וואלטן די אלע זאכן נישט געווען.

אזוי קען מען אפשפארן אסאך געלט, און ר' הערשל קלאר וועט קענען קויפן נאך עטליכע הייזער, נאך ארטיסטן בילדינג, און אפשר אפשר, סוף סוף קויפן א נייע היט.
איך האב געזוכט א געוויסן ארטיקל פון ערב פסח וואס האט די ווערטער זו פרושת דרך ארץ, ממילא האב איך זיך אנגעשטויסן יעצט אין דעם ארטיקל ווען כ׳בין דורכגעגאנגען די ליסטע פון אלע תגובות וואס האבן די ווארט ״דרך ארץ״
איין שאלה האב איך דא:

מנשה פיליפ האט דען געדארפט אזא סטראשע אז ער זאל ווערן אינוואלווד? דאכט זיך אז ער האט געקענט טון אזעלכע לשם שמים׳דיגע אקטן זייער גערן
פארשפארט