בחורים אין ישיבת מיר

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

מאך עס קלאר

שליחה דורך טיטאניק »

א בחור דארף קענען ארום האצקענען אביסעלע, שמח בחור, אבער אינטער א אויפזיכט, זאל ער בלייבען דא אין ניו יארק, זאל דער טאטע אליין גיין מיט אים אויף וועיקעישאנס אד"ג, אדער שיקען ארום האצקענען ווען דער טאטע "ווייסט" אבער ער "פרעגט נישט" ווי דער בחור גייט, דאס מיינט "פרידאם" פארן בחור אבער פארט מיט א השגחה,

ארץ ישראל איז היינט א מקום ליידער ווי זנות און די אלע ענינים זענען אסאך אסאך אסאך ערגער ווי אין אמעריקא, א בחינה פון הותר הרצועה וואס מען זעט נישט אין אמעריקא און אויך אין נאך נארמאלע לענדער, עס קאסט ווייניגער ווי איבעראל, און בחורים נוצען דאס אויס, וכל באיה לא ישובון, עס איז נישט אזוי שווער אפילו פאר א נארמאלער בחור "וואס וויל נאר מאכן א לעבן די צווייטע האלב טאג", איינמאל אריינצופאלען אין אזא מעשה און פון דארט אין ווייטער איז צרות, אפגערעדט וואס די ענין איז אין ארץ אסאך הארבער עפ"י הלכה ווייל זיי זענען אידישע קינדער, עס קען זיין א אשת איש לכל הדיעות אדער א נדה.

בחורים פארקויפען אז זיי פארן אויף מקומות הקדושים, אבער די פאקט ווייזט אז בחורים קענען נישט זאגען תהלים דאס גאנצע טאג, און עס איז א פאקט אז אמעריקאנע בחורים זענען ליידער זייער גוטע קליענטן פאר די סארט, און מען רעדט נישט פון 20 בחורים, מען רעדט פון מאסען!

מען וועט מיר באלד זאגן אז איך רעד שוין ווי נחום חזערבערג, אבער היות ווי איך בין אליין געווען (שוין מיט אסאך יארן צוריק) א ישיבה בחור אין ארץ ישראל און עס איז מיר אויסגעקומען מער ווי איינמאל צו זען ווי היבש נארמאלע בחורים קומען אן צו פלעצער ווי זיי וואלטען קיינמאל נישט אנגעקומען אויב בלייבען זיי אין ניו יארק, בעיני ראיתי ובאזני שמעתי מכלי ראשון!

איך בין חוזר על דברי, אמת א בחור דארף און מוז מאכן א לעבן, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט מאכן די לעבן ווען מען איז דאהי?

אמת "צדיקים ילכו בם וכו'" און עס איז טאקע דא א געוויסע חלק וואס טוען דאס נישט זיי לערנען יומם ולילה אבער די מערערע חלק טוען דאס יא, עס הייבט זיך טאקע אן נאר "מיט מקומות הקדושים" ווילאנג עס איז נאך אינטערסאנט, אבער נאך אפאר חדשים פארן און קלעטערן מערות ווערט עס נמאס און ציביסלעך ווערט מען "געוואר" פון אנדערע סארט פאן, און עס איז זייער שווער אז א בחור וואס האצקעט ארום דארט במשחבה תחילה צו האצקענען זאל נישט דורך פאלן,

מייין מירע קבוצה אלץ בחור זענען לאו דוקא געווען "עפישעלי שקצים", פארקערט, היבשע בני טובים, אבער א מענטש איז א מענטש, און אז מען ווייסט אז פאר קליינגעלט קען מען עס באקומען, מה יעשה הבן ולא יחטא?

טאטעס! זייט נישט אזוי נאאיוו! עס איז ערגער ווי איר מיינט!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

וועגען סעמינאר מיידלעך און מירע בחורים

שליחה דורך טיטאניק »

מיין שוועסטער האט געלערנט אין סעמינאר אין ארץ ישראל
זי ווייסט צי דערציילען (שוין מיט 7 8 יאר ציריק) אז עס זענען געווען אפיציעלע קבוצות וואס זענען ארים געפארען "מתפלל זיין אויף מקומנות הקדושים" באהבה ואחדות ורעות ודי למבין
און זי געדענקט נאך אויך מי ומי היו ההולכים
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אנטשולדיגט, אבער דו ביסט מוציא שם רע אויפן ערגסטען פארנעם. דו לייגסט אראפ הנחות און פאקטן אנע דעם וואס דו האסט זיי באשטעטיגט אמאל. איך ווייס נישט וואס דיין חשוב'ע שוועסטער האט דיר פארקויפט, אבער דאס וואס דו זאגסט איז ריין שקר.
בחורים אין מיר לערנען פלייסיג און טייל פארן טאקע ארום זיך אויסגעבן. אבער זיך דרייען מיט מיידלעך? ניין.
איך האב אויך געלערענט אין מיר פאר אפאר יאר, און זייט וויסן אז איר זענט מוציא שם רע אויפן ערגסטען פארנעם.
ס'איז אמאל געוועהן א בחור וואס האט זיך געדרייט מיט א מיידל? מיסתאם יא. אבער קבוצות? שקר וכזב.
נקודה.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

יעצט געזען דעם אשכול... קודם-כל, איך פארשטיי נישט וואו זענען די בחורים וואס האבן אליין געלערנט אין מיר, פארוואס קומט נישט קיינער רעדן פון אייגענע עקספיריענס לטב או למוטב?

אלס איינער וואס ווייסט יא, וועל איך עס מסכם זיין אין קורצן: עס איז ווייניגער פון וואס טיטאניק לייגט עס אראפ, אבער מער פון וואס די טאטעס שטעלן זיך פאר. אויב די טאטעס וואלטן געוויסט פונקטליך וואס טוט זיך דארט, וואלטן זיי די קינדער נישט געשיקט. און קום מיר נישט מיט זעלבסשטענדיגקייט, ווייל עס איז ליידער פיל ערגער.

איך וועל נישט רעדן קיינע דעטאלן, אבער פרעג נאר יעדן עסקן אין ארץ-ישראל. איך וועל נישט זיין קיין מגזם ווען איך וועל זאגן אז עס איז נישט אזוי רחוק מן המציאות, אז א בחור וואס איז נישט דער גרעסטער מתמיד, זאל זיך ערגעצוואו אנטרעפן מיט מאריוואנא. יא, קוקט מיר נישט אן, איך רעד נישט פון א זעלטענע מעשה פון אמאל א יובל. איך גיי שוין נישט אריין אין די מצב פון די דירות, איך וועל נישט מאריך זיין.

ליסן, קענסט עס אנרופן זעלבסשטענדיג, אבער הער גוט אויס... אויב א טאטע וואלט געוויסט צו וואס ער שיקט זיין זוהן, וואלטן רוב רובם פון די טאטעס נישט געטאן דעם שריט און נישט געלאזט זייער זוהן אהינפארן. די סיבה פארוואס זיי לאזן יא, איז ווייל זיי ווייסן נישט. אפשר האלסטו אז עס איז געזונט און מען דארף זיין זעלבסשטענדיג, אבער איך רעד וואס נארמאלע טאטעס וואלטן געטאן ווען זיי ווייסן. זיי וואלטן נישט אהינגעשיקט.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

טיטאניק האט געשריבן:

מען וועט מיר באלד זאגען אז איך רעד שוין ווי נחום חזערבערג,



:like
פארדריי די דיר דיין קאפ
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך its me »

If the fathers would know what the kid is really doing when he says he is going to learn "liel shishi", Iam not sure they would allow it  
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

אזויפיל שטותים ווי [tag]טיטאניק[/tag] האט דא צאמגעשריבן איז שווער צו ציטירן און צונעמען כראוי.
האסט געשריבן אז דו טוסט אין די ענינים און נאכדעם נעמסט דיך שרייבן שטותים מיט אן אימפעט. שרייבסט אז פון 10 בחורים זיצן אפשר 2 און לערנען, ביסט מיט אלעמען?
איך בין געווען דעים ווינטער צוויי וואכן אין ארץ ישראל און אסאך צייט פארברענגט מיט מיין נעפיו וואס לערנט אין מיר, וואס דאס האט מיר אביסל דערהייניגט מיטן מצב דארט. כאטש וואס איך געדענק אויך פון מיינע אייגענע צייטן אין ירושלים עיר הקודש.
צום אלעם ערשט איז דא בחורים וואס זייערע עלטערן ווייסן אז זיי לערנען נישט אין מיר נאר זיי דרייוון ארום און דרייען זיך און מאכן א לעבן, און דאך זאגן זיי אז זיי לערנען אין מיר, סיי דער בחור און זיין טאטע, ווייל וואס דען זאל מען זאגן?
ווייטער איז דא בחורים וואס די טאטעס ווייסן טאקע נישט פונקט ווען זיי לערנען און וויפיל, אבער די זעלבע איז געווען דא אין בארא פארק ווען זיי פלעגן טשילן שעות מיט פרענדס און די טאטע האט נישט געוואוסט ווי זיי געפונען זיך, ווען פארמערלי האבן זיי געהאט א חברותא.
מערסטן בחורים - חסידי'שע עכ"פ - וואס אונז רעד מיר פון, איז טאמער לערנען זיי נישט זיבן שעה לערנען זיי דריי אדער צוויי, אפילו די גאר שוואכע אין מיר האבן שיעורים ביינאכט ווי מ'לערנט אביסל, מרצונם, און ניין, קיינער פון מיר דרייט זיך נישט מיט קיין מיידלעך ווייל טאמער יא פארלירט ער פשוט זיין חברה, ווער חבר'ט זיך מיט א בחור וואס באווייזט זיך נישט ביינאכט אין א דירה? מיט וועם רעדט ער ווען זיין מיידל איז נישט בנמצא? נישטא! אויב יא איז ער נישט קיין מירער בחור און ער דרייט זיך נישט דארט נישט בייטאג נישט ביינאכט נישט שבת און נישט יום טוב. (מ'רעדט דאך פונעם נארמאלן בחור וואס אין אמעריקע גייט ער הוט און רעקל אויפן גאס - ווייל מ'גייט דאך נאך דעם פותח האשכול'ס שאלה)
די אויסגעיבעכץ פון די מירער בחורים איז ארויסדינגען א קאר און פארן קיין צפון, און עסן טשולענט און לויפן צו כותל און שמעון הצדיק, נאכהער פארן שבת מיט חברים צו עפעס אן אראבישן דערפל וחוזר חלילה. קיין איין טאטע מאמע האבן נישט ליב צו הערן אזעלכע דעטאלן פונקטליך ווייל אלע גלוסטן דאך די קינדער זאלן זיין צדיקים, אבער ווען מיינע קינדער וועלן קומען אין די מצב און וועלן פארן קיין מיר וועל איך זיי גערן דאס נאכגעבן.

ווער ס'וויל סותר זיין קען פראבירן. איך בין אינפארמד פון א קרוב וואס געבט מיר ערשט האנטיגע אינפארמעישן.
באס רבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:33 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך באס רבי »

ישר כח לאליפאפ פאר די הודעה ווייל איך בין געווען עכט באזארגט פון די ווערטער פון טיטאניק אויף אזוי ווייט אז איך האב געטראכט פון נישט צוריקלאזן מיין זון נעקסטע זמן
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

אזעלכע אטאקעס, זאג מיר קודם צי האלטען אז די גייסט פראסקענען ווען איך ווייס ווען לייג איך די הענט ארים מיין קאפ.... :lol: :lol: :lol: :lol:
אבער איך צי נישט ציריק, וקבל האמת ממי שאומרה
אמת עס איז טאקע דא גיטע בחורים וואס ניצען אויס די צייט צי לערנען און דאווענען אין דינען גאט
אבער עס איז קלאר אז אסאך זאכען וואס א געהעריגע בחור וואלט נישט ציגעקימען דא אין ב"פ אדער וומ"ס דערווייגט זיך יא צי טין דארט אין א"י
און די סיבות זענען צוויי, איינס ווייל מען פארברענגט יומם ולילה מיט די חברים, אלעס איז א הענגאוט, די לערנען די לאפען די עסען שבת ויו"ט און דערוואכען
צוויי ווייל א בחור ווייסט אז קיינער קען אים נישט דארט, קיינער קעירט נישט וואס ער טיט, ער איז א פרייערר פויגעל ועבדא בהפקירא ניחא ליה עבדא מיין איך דער יצר, דער יצר האט דאס זייער ליב ווייל אין אזא מצב קען ער אנדרייען זאכען וואס אין נארמיילע מצב וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט
אדרבה אשרי אדם מפחד תמיד דער יצר איז איבעראל דא און ספעציעל שטיפט ער זיך אין מער הייליגע פלעצער ווי ארץ ישראל אין ישיבה בחורים וואס דארט דארט איז שורה אסאך מער קדושה
און ליידער ליידער איז דאס א פאקט
גייט פרעגען מירע בחורים וגם אני בתוכם
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

חקרן האט געשריבן:יעצט געזען דעם אשכול... קודם-כל, איך פארשטיי נישט וואו זענען די בחורים וואס האבן אליין געלערנט אין מיר, פארוואס קומט נישט קיינער רעדן פון אייגענע עקספיריענס לטב או למוטב?

אלס איינער וואס ווייסט יא, וועל איך עס מסכם זיין אין קורצן: עס איז ווייניגער פון וואס טיטאניק לייגט עס אראפ, אבער מער פון וואס די טאטעס שטעלן זיך פאר. אויב די טאטעס וואלטן געוויסט פונקטליך וואס טוט זיך דארט, וואלטן זיי די קינדער נישט געשיקט. און קום מיר נישט מיט זעלבסשטענדיגקייט, ווייל עס איז ליידער פיל ערגער.

איך וועל נישט רעדן קיינע דעטאלן, אבער פרעג נאר יעדן עסקן אין ארץ-ישראל. איך וועל נישט זיין קיין מגזם ווען איך וועל זאגן אז עס איז נישט אזוי רחוק מן המציאות, אז א בחור וואס איז נישט דער גרעסטער מתמיד, זאל זיך ערגעצוואו אנטרעפן מיט מאריוואנא. יא, קוקט מיר נישט אן, איך רעד נישט פון א זעלטענע מעשה פון אמאל א יובל. איך גיי שוין נישט אריין אין די מצב פון די דירות, איך וועל נישט מאריך זיין.

ליסן, קענסט עס אנרופן זעלבסשטענדיג, אבער הער גוט אויס... אויב א טאטע וואלט געוויסט צו וואס ער שיקט זיין זוהן, וואלטן רוב רובם פון די טאטעס נישט געטאן דעם שריט און נישט געלאזט זייער זוהן אהינפארן. די סיבה פארוואס זיי לאזן יא, איז ווייל זיי ווייסן נישט. אפשר האלסטו אז עס איז געזונט און מען דארף זיין זעלבסשטענדיג, אבער איך רעד וואס נארמאלע טאטעס וואלטן געטאן ווען זיי ווייסן. זיי וואלטן נישט אהינגעשיקט.

אמת ויציב, אבער פארוואס זאגסטי "עס איז ווייניגער פון וואס טיטאניק לייגט עס אראפ"???? עס איז נאר קארץ געשריבען
אדרבה איך בין מציע פאר טאטעס אז זיי זאלען אינטערנעמען אמאל א סופרייז באזיך און פלוצילינג אנקימען צי די דירה אדער צי די "שיעור מיט די חברותא", איך ווינטש דער טאטע אז איך זאל נישט זיין גערעכט אבער עס איז כדאי אז עס זאל מיטנעמען א בארוהינגונס פיל ווייל ער וועט לכאורה דארפען ניצען מער ווי איינס ווען ער וועט סופרייזען זיין זין, ווייל דער טאטע גייט זיין ספורייזט אסאך מער ווי דער זין
mark my words
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט די קוראדזש צו צאמרעדן אזעלכע הוילע בלאף און דמיונות.
[tag]לאליפאפ[/tag] האט עס גוט ארויסגעברענגט, און אלס איינער וואס האט געלערנט איבער דריי יאר אין מיר קען איך אלס באשטעטיגן.
דאס מערסטע וואס א בחור טוט דארט, איז ארויסדינגען א קאר, פארן קיין צפון, מאכן עירפארט טריפס פאר אפאר שקל, און שפילן סאקער אין גן-סקר.
איך ווייס נישט פון קיין איין איינציגע בחור, מיט בארד און פיאות, וואס זאל האבן זיך געדרייט מיט מיידלעך, זיכער נישט קיין קבוצות. מען רייכערט, שפילט קארטן, עסט טשולענט און מ'לערענט זיך דרייווען.
כאילו די בחורים אין אמעריקא זענען בעסער. קוק נאר וויפיל טוויטער קאנטעס זענען געפירט דורך ק"י און וויליאמסבורגע בחורים, אנגעפילט מיט די ערגסטע שמוץ און מיסט.
ס'איז א פלא וויאזוי איינער קען שרייבן אזאנע שטותים.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

זעט אויס אז די האסט ערליך געדאוונט שתצילני מחבר רע
אבער נישט יעדער פויעלט
ספעציעל אין מיר
ואידך זיל גמור ביי אנדערע מירע חברה
לאו דוקא לכתחילה'דיגע שקצים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארוואס קען נישט זיין אז אלו ואלו דברי אמת?
פאראן אזעלכע בחורים און פאראן אזעלכע. נישט יעדער איינער ווייסט ערשט-האנטיגע עקספיריענס פון די ארום 6,000 בחורים בליעה"ר.
אין יעדע ישיבה זענען פאראן גוטע און נישט גוטע, אפילו אין פיל קלענערע ישיבות, על אחת כמה וכמה אז צווישן אזא ריזיגער מספר קע"ה איז לא ימלט עס זאל זיך נישט פארווארפן אלע סארטן בחורים יעדער מיט אן אנדערן מהות, ולא ראי זה כראי זה?
איך האב אויך געהאט קרובים און נאנטע חברים אין מירע ישיבה, ס'רוב פון זיי וואוילע און פיינע, אויפגעשטעלט פיינע שטובער, אבער עס איז געווען שמועות אז טייל בחורים טויגן ליידער נישט און טוען מעשים אשר לא יעשו, (און מיט 'מעשים' מיין איך נישט עסן טשולענט אין אראבישע דערפלעך... וד"ל).
עס איז קלאר אז א טאטע וואס שיקט אהין א בחור, איז מחוייב צוצושטעלן א מינימאלע השגחה, א באגלייבטער מענטש, וועלכער זאל וויסן בערך וואו דער בחור דרייעט זיך, בפרט אין די טעג פון בין הזמנים אדער אפילו וויקענדס ווען די זמנים זענען אביסל נאכגעלאזט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

טיטאניק האט געשריבן:זעט אויס אז די האסט ערליך געדאוונט שתצילני מחבר רע
אבער נישט יעדער פויעלט
ספעציעל אין מיר
ואידך זיל גמור ביי אנדערע מירע חברה
לאו דוקא לכתחילה'דיגע שקצים

דו ענפערסט גארנישט דו ברענגסט נישט קיין איין נארמאלע טענה. דו האקסט איין מאל און נאכאמאל, פארמעק עס און שרייב; סיבה - דאפלטע תגובה...
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

טיטאניק האט געשריבן:אזעלכע אטאקעס, זאג מיר קודם צי האלטען אז די גייסט פראסקענען ווען איך ווייס ווען לייג איך די הענט ארים מיין קאפ.... :lol: :lol: :lol: :lol:
אבער איך צי נישט ציריק, וקבל האמת ממי שאומרה
אמת עס איז טאקע דא גיטע בחורים וואס ניצען אויס די צייט צי לערנען און דאווענען אין דינען גאט
אבער עס איז קלאר אז אסאך זאכען וואס א געהעריגע בחור וואלט נישט ציגעקימען דא אין ב"פ אדער וומ"ס דערווייגט זיך יא צי טין דארט אין א"י
און די סיבות זענען צוויי, איינס ווייל מען פארברענגט יומם ולילה מיט די חברים, אלעס איז א הענגאוט, די לערנען די לאפען די עסען שבת ויו"ט און דערוואכען
צוויי ווייל א בחור ווייסט אז קיינער קען אים נישט דארט, קיינער קעירט נישט וואס ער טיט, ער איז א פרייערר פויגעל ועבדא בהפקירא ניחא ליה עבדא מיין איך דער יצר, דער יצר האט דאס זייער ליב ווייל אין אזא מצב קען ער אנדרייען זאכען וואס אין נארמיילע מצב וואלט עס קיינמאל נישט פאסירט
אדרבה אשרי אדם מפחד תמיד דער יצר איז איבעראל דא און ספעציעל שטיפט ער זיך אין מער הייליגע פלעצער ווי ארץ ישראל אין ישיבה בחורים וואס דארט דארט איז שורה אסאך מער קדושה
און ליידער ליידער איז דאס א פאקט
גייט פרעגען מירע בחורים וגם אני בתוכם


ח''ו אז דו זאלסט צוריק ציען זאגסט זייער שיינע תורת הנפשדיגע ענינים,
אבער ווי אנדערע האבן שוין ערווענט איז עס שטותים והבלים שקר והוצאת שם רע..,

און אויב האסטו באמת לעצטענס מיטגעהאלטען אזא חלום ו
וי מירע קבוצות בחורים און מיידלעך מאן און ווייב וד''ל
און דו ביסט נאך חושש וועגן א שאלה פון אשת איש..,
וועגען דעם ביזטו מוציא לעז... מיט וואס זאגסטו אנדערש ווי נחום רז''ב,
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

מיין עקספיריענס אין מיר, געלערנט דארט צוויי יאר, גוט געלערנט, גוט געדאוונט, גוט געשטיגען, געהאט פיינע שבתים אין אחרון חביב גוט גיהאקט א לעבן.
אבער אלץ אויפן אויסגעהאלטענע כשר וועג.
[tag]טיטאניק[/tag] האט עפעס געזאגט וועגען דראגס?????? דרייען מיט נקיבות????????? ביזט פארניכטערט?
אונז זענען געווען א גרופע פון אסאך חברה קיינער נישט אנגעפאלן די זאכן.
יעצט ס'האט זיך געמאכט אמאל וואס מ'האט ארום געפוילעצט, געגאנגען שלאפן אינדערפרי, געפארן קיין צפון, געגאנגען צו חברון וגו' ס'האט האט זיך געמאכט מער ווי איין מאל, אין איך זעה נישט גארנישט ראנג דערמיט,
אבער דראגס? נקבות?
אפאר אויסגערופענע שקצים געקומען פון אמעריקא שוין אלץ שקצים אין האבן געטוען די זעלבע אין א"י ווי אין אמעריקא, בס"ה האט נישט יעדער געוויסט דערפון אין די היים.
איז וואס האט דאס מיט ישיבת מיר? זיי זענען געקומען קיין א"י טשילען לאז מיר ארויס פון געשעפט, זיי ווייסן ניטאמאל ווי די ישיבה געפונט זיך, אין זיי זענען נישט געווען אויסגעמישט מיט אונז, געהאט אייגענע דירות וגו'.
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

אלו ואלו דברי אלקים חיים לכאורה.

ס'איז זיכער נישט אזוי גאלד ווי מאנכע פארבן עס, און ס'איז זיכער נישט אזוי ביטער און שווארץ ווי די אנדערע דערציילן. היוצא לנו מכל הנ"ל איז אז איידער מען שיקט אהין א בחור ברויך מען גוט קענען זיין תכונת הנפש, ס'איז בודאי פארהאן פאר וועמען ס'איז א ישועה, איך האב זעלבסט מיטגעהאלטן א חבר וואס האט אויפגעלעבט אין ארץ ישראל און נהפך געווארן לאיש אחר לטובה. און פאר אנדערע איז עס נישט אזוי איי איי איי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

באס רבי האט געשריבן:שכוח פארן זיך אנטשולדיגן די נאמען באס רבי בין איך זיך סומך אויפן אשכול איבער געשמאקע מענטשען וואס האבען א מעגליכקייט צו ווערען א באס רבי

שטילע אינגערמאן: איך האב אן אפמאך (דיעל, בלע"ז) מיט מיין באס רבי. ער פרעיגט נישט אויב איך בין בערל בעל עגלה. און איך פרעיג נישט אויב ער איז די באס רבי. 8-) :? :roll: :lol: :x :P :oops: :o :D
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גם כי אלך האט געשריבן:אלו ואלו דברי אלקים חיים לכאורה.

ס'איז זיכער נישט אזוי גאלד ווי מאנכע פארבן עס, און ס'איז זיכער נישט אזוי ביטער און שווארץ ווי די אנדערע דערציילן.

פונקט דאס געוואלט שרייבן ,דער אמת איז -כמו תמיד- ערגעץ אינדערמיט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך מײן אז מען דארף נישט קריכן ביז מיר פאר נקבות און דראגס. לײדער איז דא גענוג בחורים װאס ״לערנען״ דאהי און זענען
פארפוילטע חברה װאס האבן נישט זוכה געװען צו פארן לערנען אין מיר און דאך טיען אפ כל דבר אסור און אז די קלאפסט אײן
מיט זײ אביסל װעלן זײ דיך גערן ערלעידיגן אביסל פארבאטענע װארע. אװדאי דארפן די בחורים נעבעך ארבעטן אביסל שװערע צו
באהאלטן די גערוך פון די דראגס אבער העי מ׳דארף דאך טיען א ״שײנע״ שידוך, פארשטייט זיך אויב זײ זענען נאך נישט אינגאנצען
פארדראגט. נײן איך רעד פון הערסעי נאר איך קען פערזענליך כאטש א מנין פון די בחורים.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

איך מיין איהר זענט גערעכט אז טאמער זוכט מען שקצות וועט מען טרעפן איבעראל
אבער וואס מען רעדט נישט פון אין מיר איז די מצוינים און די ארגסטע
מען רעדט פון די בינונים און שוואכע בינונים
וואס דא אין אמעריקא האבן א Pressure אז דער גייט זעהן און יענער גייט זעהן
מען קען נישט אהיימקומען צ שפעט צו די עלטערן ס'איז דא צופיהל מענטשן ווי מען גייט
די עלטערן האלטן מער מיט מיט די ישיבות וואס זייערע קינדער מאכן
מען דארף זיין אינדרויסן פונדערהיים א דיסינט זייגער {איך זאג נישט 8 אבער נארמאל}
משא"כ אין ישיבת מיר
ווידער איך רעד פון בינונים און שוואכע בינונים
אין כמעט יעדען דירה איז דא אינטערנעט {און די Discussion איז נישט אויס ס'איז אויסגעהאלטן} און ווען ס'איז אומאפיציעל איז עס בדרך כלל אהן א פילטער
אויפשטיין איז אדער פאר חצות אדער נאך חצות {קריאת שמע ליינט מען פאר מען גייט שלאפן}
מיט מנין דאווענט מען נישט בדרך כלל {חוץ פון די געציילטע בחורים וואס האבן אן ענין אין דעם}
פארמיטאג סדר אמאהל יא און רוב מאל נישט
מען גייט עסן אין געשעפטן וואס אין אמעריקא וואלט ער דאס נישט געטוהן ער דרייט זיך נישט געהעריג אהנגעטוהן ווייל קיינער קען אים נישט
מען דרייט זיך ביז די שפעטע נאכט שעות איין באשעפער ווייסט ווי
שבתים איז מען יעדען שבת אין א צווייטען קיבוץ אדער שטאט אדער האט די עסן א גוטע הכשר אדער נישט
מענער פרויען בחורים מיידלעך אמאל חיילים וחיילות אויך
וואס דאס דאווענען ביי די בחורים אויף אזעלכע שבתים זענען אויך מישט עפעס מורא'דיג
שיכור'ן און הוליאן אין די גאס'ן עפעס זיי וואלטן נישט געוהן דא אין אמעריקא
זומער זיך דרייען אויף די ביטשעס און ביינאכט אין טיאטער {סינאמא סיטי בלע"ז}
ווינטער איז דא אילת וכו'
דאס איז חוץ פון מכלומרש'ט מקומות הקדושים ווי בחורים גייען נאר זיך צו כשר'ן
און דאס איז אלעס בחורים וואס דא אין אמעריקא זענען זיי געווען און אפשר גייען נאך ווייטער זיין בינונים אדער שוואכע בינונים
ואדרבה יבוא חי ויכחש את החי
איך בין גרייט איך וויל הערן פון איינער וואס האט דארט געלערנט אין די לעצטע דריי יאהר און זאגט אז אלעס וואס איך שרייב איז שקר וכיזב
און קומטס נישט יעצט זאגן אז ווער ס'וויל קען זיין א שגץ איבעראל ווייל נישט פון די רעד איך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און וואס איז דער לעזונג? מאכען נאך לחץ און עסקונה, ווייטער דערדרוקן דעם בחור, צונעמען דער זעלבסשטענדיגקייט וואס ער גייט לערנען אין מיר.

די געלעגענהייטן פאר א בחור אין א"י עקזיסטירן נישט אין אמעריקא, הן לטב הן למוטב. ער קען זיך אנטרעפן מיט א משפיע וואס שטימט מיט זיין תכונת הנפש, א מגיד שיעור וואס רעדט זיין שפראך און מושגים אין אידישקייט וואס דא אונטער'ן מאמעס פארטוך וואלט ער נישט באמערקט.

וכ"ה לענין עבירות. ס׳איז מעגליך זיך אנצוטרעפן מיט עבירות וואס איז נישט איינגעפאלן אין קאפ דאהי, ווייל מושגים זענען ברייטער. שמוץ אויפ׳ן אינטערנט איז איבעראל, אבער דער תורה האט נאך שס"ד עבירות. שוואכע הכשרים איז א נערישע פראבלעם, אבער חיילים וחיילות איז זיכער יא, על אף ער 'טוט' גארנישט למעשה, וזה פשוט. און אגב אורחא, וועגען דעם הערט מען ווייניג פון די מעשיות, ווייל מ'קוקט עס אן ווי גארנישט. וואס האב איך געטוהן? געשמועסט מיט א קבוצה קיבוצ'ניקעס? נו נו. האבן זיי זיך אויסגעלייזט פאר די צייט?! איז וואס? מ'פראבירט צו פארגעסן די אמת'ע סיבה פארוואס מ'האט עס געטוהן און פארוואס מ'טאר נישט.

מ'דארף אבער זוכן א חינוך וואס קען שפעטער לאזען דעםר בחור פריי, נישט אז ער דארף א לעבענסלאנגע משגיח. וכמו ששמעתי פון דער וואודרידזשע רב שליט"א: "שקר אין לו רגלים. ווען מ'גייט אין די מקומות השקר, קודם האקט מען דיר אפ די פיס, אז דו זאלסט נישט קענען אנטלויפן. מ'רעדט דיר איין אז דער ערגסטע איז אפלאזן דער פלאץ. אמת האט רגלים. מ'לערנט אויס ווי צו שטיין אליינס אויף די פיס".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

האבנדיג שייכות מיט די סארט ענינים, וויבאלד מענטשן פרעגן מיר טיילמאל בשתיקה אדער אפענערהייט, ווי אזוי זיך נוהג צו זיין אין די ענינים, פארמאג איך אביסל עקספיריענס און נאלידזש אין דעם גאנצער פרשה. לעולם וואלט איך געקענט אפשרייבן א גאנצע מגילה, וויבאלד עס איז נישט אזוי פשוט און נישט אזוי אויף איין פיס, און איך האף בעז"ה, ארויסצוקומען מיט א ספר, הן אין דער השקפה'דיגער חלק, הן אין די תורה'דיגע חלק, והעיקר - דאס וואס מען דעבאטירט דא - די רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע ערציאונג פון דעם בחור, פארנדיג קיין ארץ-ישראל בכלל און מיר בפרט, וואס דאס לאזט אים איבער.

אויף אזויפיל וועל איך שרייבן יעצט בלויז אין קורצן, אז עס איז אנטשטאנען א שינוי לטובה אין די ענינים אין די לעצטע יארן, נישט צוליב א גוטע סיבה, נאר ליידער צוליב א שלעכטע סיבה, וואס האט גורם געווען א שינוי לטובה אין די ענינים, ווי פאלגענד:

בשנים קדמוניות, ביז אפאר יאר צוריק, ווען א בחור איז געפארן לערנען קיין ארץ-ישראל, איז ער געווען הפקר (נישט אלע, אבער א גרויסער פראצענט פון די בינונים, וואס אין אמעריקע וואלטן זיי געווען בעסער אוועקגעשטעלט). ער פלעגט ארויסגיין אויף די גאס, רחוב יפו, סינימא סיטי און אפילו כשר'ע פלעצער, אבער ער פלעגט זיך דרייען ליידיג אויף די גאסן במשך דעם טאג, פאררייכערן ציגערעטלעך, זיך אנטרעפן מיט אלע מינים פערשוינען וואס דרייען זיך ברחובות העיר, כשר'ע ווי נישט כשר'ע, און די רעזולטאטן זענען געווען ווייט פון געוואונטשן. דאס איז שוין געווען אפילו א בחור וואס האט אכטונג געגעבן זיך צו דרייען בלויז אין כשר'ע פלעצער, אבער... דער מצב האט ווייט נישט געטויגט.

אין די לעצטע יארן האבן זיך זאכן געטוישט, צוליב עטליכע סיבות:

די ערשטע זאך איז דער סמארטפאון, דער אייפאון, וואס איז נישט קיין געוואונטשענע זאך - בפרט פאר א חרדי'שער בחור וואס ווערט אויפגעצויגן אין א כשר'ע סביבה. דאס איז זיכער לכל הדיעות, אז איינער וואס ווערט אויפגעצויגן אין א סביבה אזוי ווי אונזער, איז צו יונג ביי די זעכצן יאר זיך צו דערשנאפן צום אייפאון. ביי אנדערע קולטורן וואו מען לעבט אנדערש, שאדט עס אפשר נישט, אבער ביי אונז וועט יעדער מודה זיין, אז ארויסקומען פון אזא פארמאכטקייט צו אזא אפנקייט, איז פשוט א גשמיות'דיגע סכנה פאר א קינד אין די יארן, וואס קומט פון אונזער סביבה (נישט בעסער פון מאלעסטעישן, ודו"ק).

וואס עס געשעט אצינד איז, אז בחורים וואס פארן לערנען קיין ארץ-ישראל - אין די אפענע ישיבות - באקומען מער שאנסן זיך צו דערשנאפן צו א סמארטפאון און דאס פארמאגן - קיינער שטערט אים נישט. אין די היינטיגע טעג איז זייער שכיח, א בחור וואס באזיצט א סמארטפאון אין א דירה'לע אין ארץ-ישראל, שטייט אויף דערמיט, ער קוקט ווידאוס און גליטשט אויף סייטס א גאנצן טאג, ער קומט קוים ארויס פון זיין דירה און איז פארנומען מיט זיין סמארטפאון יומם ולילה, שלאפט איין דערמיט און שטייט אויף דערמיט. איך האב געהערט פון עסקנים אז צומאל קען מען דאס דערקענען אויף א בחור, ער קומט ארויס פון זיין דירה, כאילו ער לאנדעט יעצט אויף א נייעם פלאנעט, ער קומט אראפ פון די לבנה... ער ווייסט קוים וואו ער געפינט זיך, מען קען עס זען אויף זיין פנים, והמבין יבין...

דאס איז טאקע א געפערליכע זאך בגשמיות, אבער ברוחניות איז דאס נאר א ברכה פאר א בחור וואס געפינט זיך אין ארץ-ישראל (בעסער וואלט געווען ווען ער איז בכלל נישט דארט...) אנשטאט זיך ארומצודרייען אין די גאסן און עובר זיין אויף חמורות שבתורה (אין ערגסטן פאל), אדער אפ'בטל'ען און זיך אנטרעפן מיט כל צרי וכל זאב אין מאה שערים אדער אין מירון (אויפן בעסערן אופן), זיצט ער ביי זיך אין דירה, זינדיגט בינו לבין עצמו (איך נעם נישט אוועק פון דעם ביטערן חורבן דערפון), אבער מאכט נישט קאליע זיין נשמה אויף דעם ביטערן פארנעם אזוי ווי אין די ימי קדם... העכסטנס בטל'ט ער אפ אפאר יאר, שלאפט דורך נפשיות'דיג א תקופה פון זיין לעבן, האט חתונה און סעטלט זיך.

די צווייטע סיבה פארוואס היינט איז בעסער פון אמאל, איז אויך צוליב די סמארטפאונ'ס און אייפאונס. היינט איז געווארן א קליינער וועלט, מען קען אין אן אויגן-בליק וויסן וואס דיין זוהן טוט אין ארץ-ישראל. איך ווייס פאר א פאקט אז בחורי חמד ציטערן זיך צו דרייען אין די גאסן, און זיך אויפפירן אומפארווארנטליך, צוליב דעם וואס יעדער קען היינט נעמען בילדער פון וואו אימער... נאר דאס פעלט אויס פאר א בחור אז אלע זיינע חברים, כולל זיין טאטע און מאמע, זאלן זיך דערווישן צו א בילד פון אים, אנגעטאן נישט ווי א חסידי'שער בחור (אויפן בעסטן פאל). אין פאקט זענען היינט פיל ווייניגער בחורים פלאצירט אויף רחוב יפו והגלילות אדער אין תל-אביב, מען דרייט זיך ווייניגער במקומות המתועבים, צוליב די פחד פאר בילדער. יעדע מאל א בחור זיצט איבער א סמארטפאון און עס קומט ארויף א פריש בילד אדער ווידאו פון א חסידי'שער בחור אדער יונגערמאן, פארשטעלט מיט די פיאות אונטערן אויער (כאילו קיינער דערקענט נישט...) און פירט זיך נישט אויף איידל... גייט דאס אריין פארן בחור אין די ביינער און ער באשליסט אונטערן באוואוסטזיין אז ער וועט נישט זיין דער קומענדיגער קרבן.

וואס עס בלייבט פארן בחור צו טון איז, בלייבן זיצן אויפן סמארטפאון, באהאלטן אין זיין דירה אין ירושלים! - דאס איז די בעסטע וואס ער קען טון.

דיסקלעימער: איך בין נישט אויסגעשפראכן גענצליך קעגן שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל מצד מצב הקדושה וההפקרות (איך רעד נישט מצד השקפה וציונות, וואס דאס איז א באזונדערע מסיכתא, איך באציה זיך דירעקט בלויז איבער דער מצב ההפקרות). עס זענען פאראן בחורים וואס איך וואלט זיי אהינגעשיקט, וויבאלד מען קען זיי מער טראסטן, און מען דארף אמאל געמבלען מיט א נשמה אויך, אויב איז פאראן גוטע אויסזיכטן אז ער קען דארט שטייגן. איך רעד בלויז איבער דער סכנה וואס א גרויסער טייל פון די בחורים פארמאגן יא אין ארץ-ישראל, אז אין א געוויסער פרט איז לעצטנס פיל בעסער געווארן אין דעם הינזיכט.
פארשפארט