שמואל פרימו האט געשריבן:די "הייליגע סבא קדישא"... יא יא שבת, קענסט ווערן אויס היימישע איד, אבער אויס וויזניצער וועסטו נישט ווערן...
אמת, איך בין געבליבן א וויזניצער, כ'בין א גרויסע חסיד פון ר' ישראלטשע פון בני ברק, און ר' אליעזר זאב פון ב"פ, אפילו איך אגריע נישט מיט זיי אין געוויסע זאכן, האב איך זיי באמת ליב אין הארצן, כמו די חילונים אין ישראל וואס זאגן אז זיי זענען א 'יהודי בלב' בין איך א 'וויזניצער בלב', כ'געב עס נישט אויף.
ר' ישראל'טשע איז יעצט דא געוועהן אויף א באזוך אין אמעריקא און ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף מיר ביי אפאר פון מיינע חברים, ער האט געשיקט א שליח אז איך זאל אריינקומען צו אים, און זיין זוהן האט מיך גערופן און ער האט צוגעזאגט אז ווען איך וועל נאר קומען וועל איך נישט דארפן ווארטן קיין רגע. ר' ישראל איז באמת א וואוילע ליכטיגע נשמה מיט ריכטיגע אהבת ישראל, גאר א אינטערסאנטער ווארימער כאראקטער, זייער א סימפאטישע מענטש מיט אמת'ע אמאליגע תמימות און חן אן קיין פערזענליכע אגענדעס, דער איד וואלט/פלעגט אסאך מאל אוועקגעגעבן זיין לעצטע פרוטה פאר א צווייטן פאר איינעם וועם ער האט קוים געקענט. איין שטיק אמת, זייער אויטענטיש, גארנישט איז נישט געפעלעשט ביי אים, what you see is what you get, כ'האב געזעהן אויף א קליפ אויף יוטוב ווי ר' ישראל'טשע באזוכט דעם דינוב'ער אין וויליאמסבורג, און דער דינוב'ער זאגט אים "דער אהבת ישראל וואלט זיך געפרייט און געוועהן שטאלץ צו זעהן אזא דור ווי איר שטעלט אויף"!
ער פרעגט זיך נאך אויף אלע נושרים און אט"ד'ס פון וויזניץ, ספעציעל מיך און מיין משפחה קען ער שוין צענדליגער יאהרן, ער פלעגט אסאך מאל קומען צו מיינע עלטערנ'ס שטוב פאר נאכטמאל אין זיינע גאלדענע יאהרן, מיין טאטע פלעגט אים לאזן נייען בעיקטשעס אין אמעריקא און אים כסדר געשיקט וואס ער האט געדארפט פון אמעריקא.
דעס אז מאנסי'ער חסידים ווי מיין טאטע גייען אלע היינט צו ר' ישראל'טשע און שטיצן זיינע מוסדות און פארקערט אויך, מ'לעבט זיך באחדות און בשלום ושלוה, נישטא קיין שום אפיציעלע מחלוקת אין וויזניץ מעהר, די לעצטע מאל ס'איז געוועהן אזא זאך בין איך געוועהן אין די ווינדלען.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius