בן אדם האט געשריבן:ווי איז די גלעזער פון סאטמאר רבי'ן?
א חכמה... אייזערנע ברילען. לאמיר זען ער זאל אפקויפן שוארצע ברילען!!
לידיעה בעלמא, די ברילן זענען ריין זילבערנע ברילן מיט וואס ער פלעגט צו גיין אויף שבת אלס תכשיט, כדי זיך נישט צו באנוצן מיטן עירוב.
די מעשה איז געווען ווען א מקורב איז אים געקומען באזוכן, האט דער גאון באמערקט אז ער פארמאגט נישט זיין גלעזער, אויף די פראגע וואו עס איז האט ער געענטפערט ער האט עס נארוואס פארלוירן. מער האט נישט געפעלט, דער גאון וקדוש האט ארויסגענומען זיין שבת'דיגע ברילן און אים עס אהינגעגעבן זאגענדיג אז ביז שבת וועט ער זיך שוין אן עצה גיבן.
איצט האט די משפחה פון דעם איד פארקויפט אט די גלעזער מיט וואס דער גאון האט מחמיר געווען צו גיין מיט דעם אום שבת קודש, און מיט וואס דער גאון האט מיט זיין גוט הארץ אוועקגעגעבן פאר א נויבאדערפנדן איד.
דאס איז ווערד אלע געלטער!!