האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין קינדער לערנען משניות ברכות אין חדר. ווען איך לערן מיט זיי די משניות פון 'זב שראה קרי' און 'פולטת שכבת זרע', הער איך אז דער זאך אינטרעסירט זיי נישט און זיי פרעגען גארנישט. ביי זיי איז דער טייטש פשוט, א טמא וואס קומט ארויס פון איהם נאך א טומאה. זיי פרעגען נישט קיין קשיא'ס און ס'גייט זיי נישט אן. אזוי אויך ווען מ'לערנט גמרא קידושין אין חדר. זיי קימערען זיך ווייניג מיט די פונקטליכע טייטש פון תחילת ביאה צו תחילת העראה.

איך ווייס אז ביי געוויסע קרייזען כיפערט מען די סוגיות, הן מיט קינדער הן מיט בחורים. למעשה פארשטיי איך אז די בחורים וואס ווייסען שוין די תשובה צום יסודות'דיגע שאלה 'מאין באתי?' גייען אליינס זוכען די גמרות תשובות און סוגיות, דעריבער איז עס א קליינער הילף פאר די בחורים.

איך וויל אבער עפעס אנדעריש פרעגען. טאמער אונזער חינוך סיסטעם לאזט צו אז א קינד זאל לערנען אזא משנה אן קיין פראבלעם, הייסט'ס אז לכתחלה דארפען זיי נישט פארשטייען וואס זיי לערנען. נישט דער לומדות און די דקות'דיגע חילוקים צווישען איין הלכה און די צווייטען, נאר די פשוט'ער מציאות פון וואס מ'רעדט. טאמער ס'גייט נישט אן די קינד צו וויסען וואס דער זב איז, פון ווי ווייסט מען אז ער ווייסט וואס משיכיר בין תכלת לכרתי איז?

ביטע צולייגען צום שמועס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

א קינד איז א קינד, זיין שכל איז נאך אומרייף און ער טראכט נישט צו טיף. ווען מען פיטערט אים אריין א טומאה וואס קומט פון א אנדערע טומאה פאלט אים נישט איין צו גריבלען טיפער, דאקעגן ווען מען רעדט פון תכלת און כרתי איז אים זיין מלמד מסביר פונקטליך וואס תכלת איז און פונקטליך וואס כרתי איז.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס פרעגט ער נישט? פארוואס פילט ער נישט אז עפעס איז דא אומפארשטאנען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטרעסאנט, ביי מיך איז פונקט פארקערט. זיי לאזן מיך נישט אפ, זיי ווילן וויסן פונקטליך וואס ס'מיינט...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בן אדם האט געשריבן:אינטרעסאנט, ביי מיך איז פונקט פארקערט. זיי לאזן מיך נישט אפ, זיי ווילן וויסן פונקטליך וואס ס'מיינט...


אשרי חלקם אז זיי לערנען גוט.
איך האב איין קינד וואס וועט נישט פרעגען, נאר אליינס דמיונ'ן. דוכט זיך אז איך בין אזוי געווען. איך האב געמאכט גראבע טעותים, און אין ענייני איש לאשה האב איך מער ווייניגער צוגעטראפען צום אמת. אבער דאס איז אויך נישט צו גוט.

איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיר אזוי געזאגט פון די חסידיש'ער קוק ווינקעל, בשם א מגיד שיעור אין א חסידישע ישיבה און א איש חינוך, אז נאך א מזל מ'היפט ביי אונז איבער די זאכן, טאקע דערפאר ווייל אזוי איז לייכטער אויסצולערנען קינדער צו טראכטען און נישט סתם נאכצוזאגען. נאך א נקודה וואס ער טענה'ט אלץ איז אז אן אונגארישער וואס זעט א מחליף פרה בחמור זעהט ער פאר זיך אן אייזעל און א קיה, משא"כ א ליטוואק זעהט גראד דעם ממון המוטל בספק (מיט א מרא קמא און א דררא דממונא ועוד), מהאי טעמא ווען אן אונגארישער בחור לערנט אזעלכע סוגיות אין יבמות צו כתובות איז דאס א פראבלעם, משא"כ דער ליטוואק טראכט גראד נאר פון די סברות, וכידוע די מעשה פון 'די הייליגע קורקבן'. מעשה בחסיד אחד שלמד אצל הגרי"ד בבריסק ירושלים ובשוחחו עם הר"י בלימוד בענין קודם זריקה ולאחר זריקה התבטא "פארן שפריצן די בלוט וכו' נאכן שפריצן די בלוט" והגיב הגרי"ד: אנטשולדיגט, מ'שפריצט נישט קיין בלוט, מען איז זורק דעם דם, והדברים ידועים בבית בבריסק.

דאס איז טאקע ביי אונז א וויץ, די חברה וואס קוקען אן פירות השדה אלס פרוכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

איז דען נישט אונזער גאנצע לערנען - אפילו ערוואקסענע - אין ריזן טייל אבסטראקט? וויפיל מציאות'ער און נעמען פון די ימי חז"ל פארשטייען מיר ריכטיג?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביי ערוואקסענע דארף עס אזוי זיין. מ'דארף לערנען די אבסטראקט כדי אז תורה זאל בלייבען כללים נישט פרטים. אבער ביי קינדער הייבט עס אן גשמיות'דיג, דוקא צוליעב דעם אז אבסטראקט איז זיי שווערער
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

חסידים בענייני חינוך זענען נעביך צוריק געבליבען מיט א הונדערט יאהר אדער מער בלי גוזמא.
דאס דערקענט זיך בעיקר אין ענינים פון דרך הלימוד און אין עמקות התורה. דער חסידישע וועלט איז געווען פארנומען מיט ענינים פון עבודת השם, קולטור, נגינה, און קבלה'דיקע מושגים בעת דער עולם הישיבות האט זיך ענטוויקעלט און דיוועלאפט א גאנצע מהלך אין אפלערנען סוגיית הש"ס. דער ישיבישער וועלט האט דאס דעוועלאפט כדי אריין צו ברענגען התמדה און ליגען אין לערנען וואס דאס עומד כתריס בפני פגעי הזמן ווי טיאטער און השכלה אדער אינטערנעט וכדו'. דאס האט געארבעט אמאהל און ב"ה ארבעט ווייטער היינט.
לעומת זה, די חסידים קענען נישט לערנען בעמקות ווייל זיי האבען נישט קיין מסורה אין דעם בכלל. ממילא האבען די תלמידים נישט דער טראסט און בטחון אויף אידישקייט וואס די ליטווישע יוצאי ישיבות פארמאגען.
נאכמער, אפילו בעיניני עבודה והשקפה און אין אוועקשטעלען א בחור אויף גרונטליכע יסודות, (נישט לופט מעשיות און הימעל קריכעדיגע אבסטראקציעס,) זענען די ליטווישע ישיבות מער באהאווענט. די משגיחים קענען זיך באנוצען מיט הדרכות פון די משגיחים המפורסמים פונעם פריערדיגען דור ווי דער בעל עלי שור, הגר"י הוטנער, שפתי חיים, הגר" שמולביץ דער סטייפלער, און אנדערע, און מיט הוראות פון די גדולי עולם וואס האבען שוין געהאנדעלט מיט די זעלביגע נסיונות און טשעלענדשעס פאר הונדערט יאהר.
דער פראבלעם ווערט נאך שטערקער היינט אין ב"פ והגלילות ווי עס געפונען זיך נייע ישיבות פאר חסידים, כלל חסידים אדער אונגערישע בחורים יוצאי וויליאמסבורג בלע"ז, וואס ווערען געפיהרט דורך אנשים וואס האבען נישט קיין שום טיעפע פארשטאנד אין חינוך און זענען נאר דורש לכבוד עצמם אדער בית אבותם.
די אומשוליגע עלטערען באגנבעט מען מיט הויכע שכ"ל פרייזען און זיי פרייען זיך אז אבי זייער קינד איז נישט אויף די גאסס.
דאס איז דער מצב אין ישבות קטנות און מתיבתות. ישיבות גדולות חסידישע איז בכלל ניטא בנמצא מחמת די אויבען דערמאנטע און אויך אנדערע סיבות.
נו איז דען א חידוש אז עס דרייען זיך ארום אזויפיעל צובראכענע חסידישע אינגעלייט אשר לא קרו ולא שנו, ווער רעדט נאך פון מאכען א ליווינג אהן לימודי חול כידע לכולם :oops:
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל נישט אז דער אשכול אויף קינדער זאל פארוואנדעלט ווערען אין ווייטאג אויף ישיבות, ווי אויך נישט אין א דעבאטע פון חסידים ווס. ליטאים.

לכאורה וויל יעדער דא אין שטיבעל אז זיין קינדער זאלען פארשטייען טיפער ווי איין דינע שיכט, און נאטורליך קומט עס נישט. דעריבער שמועס איך ארום דער טעמע.

ווי איך האב פארשידענע מאל ארויסגעברענגט, דאס אויסלערנען קינדער צו טראכטען מוז קומען פון שטוב. כסדר מעורר זיין דאס קינד׳ס מחשבה, פרעגען וואס ער האלט, און זיך קימערען מיט זיין אייגענע הבנה, נישט די ריכטיגי הבנה, איז די וועג דערצו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

חנוך לנער עפ"י דרכו ולפי דעתו של בן אביו מלמדו. דאס איז געזאגט געווארען אין די ענינים אוך. שווער צו פארבען דער גאנצער עולם קינדער מיטן זעלבן דיקען בערשטיל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך האב אלס קינד גוט פארשטאנען אז אויף די זאכן פרעגט מען נישט און מסכים געווען אויסציווארטן אויף לכשתגדל.
א קינד וואס פרעגט יא על פי רוב פרעגט ווייל ער כאפט נישט די סענסעטיווקייט ממיילא דארף ער נישט קיין שטארקע תירוץ.
א קינד וואס פארשטייט און איז שטארק נייגעריג וועט האבן גענוג שכל אויסצוגעפונען אויף אן אנדער אופן ווי אדורך גיין די אומבאקוועמליכקייט פון פרעגן זיין טאטע/מלמד און על פי רוב אויך פארשטיין אז ער וועט קיין ריכטעגע תשובה נישט קרוגען.
א קינד וואס אע''פ כן פארפירט לדעתי צריך בדיקה אז אפשר דארף ער הילף.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צירוק צום נושא וועגען די האקעלע ענינים בתורה און אפילו בחולין, איז לכאורה כדאי נישט איבער צי היפן נאר ענדערש טייטשן א פשוטע טייטש וואס איז נישט מעורר צופיל חקירות ביים קינד. אויסלאזען לגמרי איז א נארישקייט ווייל סיי ווי באמערקט דער קינד די ווערטער אדער בכלל אז עפעס האט מען אויסגעלאזט ומה הועילו החכמים האלו בתקנתם. ווידער אריינגיין אין גאנצע ביאורים און מציאות'ן פעלט אויך נישט אויס סתם לגרות את הדוב ווייל נישט אייביג זענען זיי ראוי צו דעם. די תוצאה וועט זיין דיה לחכמה בשעתה אז די קינד וועט נישט פילען אז ס'דא זאכן וואס מ'באהאלט און ס'וועט נישט גורם זיין א מורא ביי עם צו פרעגען דעת הוריו ורבותיו ווען די צייט וועט זיין רייף.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביסט גערעכט אז למעשה ווייניג קינדער ווערען צופיהל געשטערט פון די שאלות. זיי זענען באקוועם מיט א פשוט'ער 'זב שראה את הקרי - איינער וואס איז טמא פון איין טומאה וואס ווערט טמא פון א צווייטע, שוואכערע, טומאה'. אבער מיין שאלה איז פארוואס? פארוואס פרעגען זיי נישט. ווען איך לערן טהרות מיט מיין צען יעריג קינד, פרעגט ער מיר אויס אויף יעדער מציאות. איך האב זיך געמוטשעט איהם מסביר צו זיין די סיסטעם פון אורג פון חז"ל, און איך האב געזוכט אויף יוטיוב וכדו' צו טרעפען א ווידיאו וואס קען איהם אויסלערנען. און דא שווייגט ער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: האקעלע זאכען - לערנען מיט קינדער

שליחה דורך mevakesh »

ליטוואק ברענגסט ארויס א וויכטיגע נקודה ווען מען לערנט אזוי לערנט עס אויס דעם קינד נישט צו טראכטן וואס דאס איז נגד כללי החינוך
אגב מיין יונגעל ביים לערנען בבא מציעא ת"ח משנה בג' דברים בפוריא האט ער געטייטשט פורים קודם האב איך געמיינט אז דער רבי טרייבט ליצנות אבער למעשה איז עס פון מהרשא אין חידושי אגדות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט אז למעשה ווייניג קינדער ווערען צופיהל געשטערט פון די שאלות. זיי זענען באקוועם מיט א פשוט'ער 'זב שראה את הקרי - איינער וואס איז טמא פון איין טומאה וואס ווערט טמא פון א צווייטע, שוואכערע, טומאה'. אבער מיין שאלה איז פארוואס? פארוואס פרעגען זיי נישט. ווען איך לערן טהרות מיט מיין צען יעריג קינד, פרעגט ער מיר אויס אויף יעדער מציאות. איך האב זיך געמוטשעט איהם מסביר צו זיין די סיסטעם פון אורג פון חז"ל, און איך האב געזוכט אויף יוטיוב וכדו' צו טרעפען א ווידיאו וואס קען איהם אויסלערנען. און דא שווייגט ער.


דער חילוק צווישען כלים, נגעים, הלכות שבת, און די האקעלע זאכען פון טומאות הגוף וכו' איז אז א זאך וואס מ'דארף זיך קענען מצייר זיין אדער א עפעס וואס איז תלוי אין כללים פון הלכות טומאה טהרה אדער גדרי כלים אדער שיעורים איז פשוט שווער צו פארשטיין ע"פ שכל און מ'דארף נוצען קאפ דערצו. משא"כ די האקעלע ענינים איז עפעס א מין מעדיקעל נושא וואס גרינגער צו עקסעפטען אז אזוי איז די טבע הגוף אז ס'געט ארויס פליסיגקייטן. אזוי אויך ענינים שבינו לבינה קען פשוט'ער זיין ווי אנדערע זאכען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך מיין נישט אויספרעגן, נאר איין שאלה 'וואס איז א בעל קרי?' דאס פרעגט מען אויך נישט, כאילו ער ווייסט פאראויס אז קיין תשובה איז נישט דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

mevakesh האט געשריבן:ליטוואק ברענגסט ארויס א וויכטיגע נקודה ווען מען לערנט אזוי לערנט עס אויס דעם קינד נישט צו טראכטן וואס דאס איז נגד כללי החינוך
אגב מיין יונגעל ביים לערנען בבא מציעא ת"ח משנה בג' דברים בפוריא האט ער געטייטשט פורים קודם האב איך געמיינט אז דער רבי טרייבט ליצנות אבער למעשה איז עס פון מהרשא אין חידושי אגדות

דערמאנסט מיר ביי מיין קינד אויכעט ווען ער האט געלערנט אלו מציאות, כ'האב זיך טאקע געוואונדערט פון וואו קומט דעם פשט פורים, ממילא האב איך הנאה אז דו זאגסט.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין נישט אויספרעגן, נאר איין שאלה 'וואס איז א בעל קרי?' דאס פרעגט מען אויך נישט, כאילו ער ווייסט פאראויס אז קיין תשובה איז נישט דא.

וואס דארף א קינד "שלא טעם טעם חטא" טראכטן? קענסט אים עס אפילו מסביר זיין?
גראדע אין מיין ישיבה פלעגן זיין יונגע בחורים וואס ביי די סארטן טומאות פלעגן זיי זאגן אז ס'איז שוין נישט שייך היינטיגע צייטן, נאר בזמן שביהמ"ק הי' קיים, מען האט צוזאמגעמישט די סארטן זאכן מיט אנדערע הלכות טומאה וטהרה וועלכע זענען טאקע נישט נוגע בזמנינו, און מיט דעם האט מען זיך ארויסגעדרייעט פון דארפן פארשטיין די גמרות לעומקה..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן ווען ער פרעגט. ב"ה אז ער האט מיר נישט געפרעגט. איך וואלט מסתמא געזאגט אז ס׳איז עפעס וואס רירט ארויס פון א מענטש, פונקט ווי א זב. ווען איך וועל לערנען די משנה פון בשבעה דרכים בודקין את הזב, וועט עס מיר נישט העלפען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב געפרעגט אלץ קינד פארוואס מען לאזט דאס אויס, און מען האט מיר גע'ענטפערט "ווייל ס'איז נישט פאר קיין קינדער און ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין" ודברי פי מלמד חן. האב איך זיך דען באגענוגט? א ודאי נישט, אנדערע קינדער יא אבער איך נישט, איך האב אליין געזוכט די תירוצים און איך האב גאנץ שנעל געטראפן, ווען די מלמד האט געלערנט קיצשו"ע וועגן לבו רואה את הערוה האב איך שוין צוזאמגעשטעלט וואס דאס איז עריות, די מאמע האט געווינדלט די שוועסטערל און קליק, אלע רש"י'ס און ברטנורא'ס האבן אנגעהויבן שטימען, דאס אלץ איז געווען ביי מיר אלץ אכט יעריג קינד. צו ס'האט מיר גע'שאדט? ניין, איך בין געווען א וואויל אינגל, א ירא חטא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון מיין קוק ווינקל אלץ אב ומחנך:

א קינד האט נישט קיין חשק צום לערנען, ער לערענט ווייל ער מוז, אמאל מוז ער פון גוטן און אמאל פון שלעכטן, די רגע ער ווייסט אז צו דער שטיקל גמרא ברויך ער נישט צולייגן קאפ ווייל קיינער ערווארט נישט פון אים דאס צו קענען, פארשפארט ער זיך די ארבעט און לייגט טאקע נישט צו קיין קאפ דערצו, דאס נישט פרעגן פשט קומט פון חכמה, דאס קינד ווייסט וואס דא טוט זיך און אז דא קען מען מאכן א שארטקאט, ער געדענקט פון אנדערע סוגיות אז די מיסטריעזע ווערטער איז נישט פאר זיין פלאנעט, ער פארשטייט נישט פונקטליך אבער פארשטייט יא צוזאמצושטעלן די אלע סוגיות.

דער אשכול דערמאנט מיר א מעשה, א מגי״ש האט פארגעלערענט אישה נקנית בשלוש דרכים, כסף שטר קען מען מאכן א שליח, ביאה קען מען נישט א מאכן א שליח, פרעגט דער בחור, פארוואס נישט? מאי שנא ביאה מכסף ושטר.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שלום שטיסל האט געשריבן:פון מיין קוק ווינקל אלץ אב ומחנך:

א קינד האט נישט קיין חשק צום לערנען, ער לערענט ווייל ער מוז, אמאל מוז ער פון גוטן און אמאל פון שלעכטן, די רגע ער ווייסט אז צו דער שטיקל גמרא ברויך ער נישט צולייגן קאפ ווייל קיינער ערווארט נישט פון אים דאס צו קענען, פארשפארט ער זיך די ארבעט און לייגט טאקע נישט צו קיין קאפ דערצו, דאס נישט פרעגן פשט קומט פון חכמה, דאס קינד ווייסט וואס דא טוט זיך און אז דא קען מען מאכן א שארטקאט, ער געדענקט פון אנדערע סוגיות אז די מיסטריעזע ווערטער איז נישט פאר זיין פלאנעט, ער פארשטייט נישט פונקטליך אבער פארשטייט יא צוזאמצושטעלן די אלע סוגיות.

דער אשכול דערמאנט מיר א מעשה, א מגי״ש האט פארגעלערענט אישה נקנית בשלוש דרכים, כסף שטר קען מען מאכן א שליח, ביאה קען מען נישט א מאכן א שליח, פרעגט דער בחור, פארוואס נישט? מאי שנא ביאה מכסף ושטר.

דא ליגט דער מיליאן דאלארדיגע פראגע, "וויאזוי" מאכט מען אז א קינד זאל יא זיין אינטערסירט ?

מיין קינד -א 10 יעריג אינגל- האט א פיין קעפל, און אים איז מער ניחא צו שפילן מיט טויס ווי איידער צו לערנען נאך א משנה, איך האב אים איינגעשריבן אין דעם קנין משנה פראגראם, און ער טוט עס נאר אויף וויפיל מ'מוז, נישט קיין איין טראפ מער, איך האב אים קלאר געזאגט אז ער מוז נישט, ס'איז נאר אויב ער וויל, אבער איך זעה ווי ער טוט עס באופן רגילי אבער אן קיין איבעריגע חשק,


======

מיין סובסיטוט אין חדר האט פארן פארלערנען פ' תזריע אויסגערופן אן הקדמה, אז מ'טאר נישט אריינפרעגן, און ווער עס וועט מאכן פורים, וועל איך טיילן המן טאשן...
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

אין מיין חדר האט א יונגעל געפרעגט פרשת וישלח דעם מלמד אויף וואס רש"י זאגט וישכב אותה, כדרכה, ויענה אותה, שלא כדרכה,

האט ער געפרעגט וואס מיינט שלא כדרכה?

האט אים דער מלמד געגעבן א פראסק, פרעגענדיג כדרכה ווייסטו שוין?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעקב מענטש האט געשריבן: מיין קינד -א 10 יעריג אינגל- האט א פיין קעפל, און אים איז מער ניחא צו שפילן מיט טויס ווי איידער צו לערנען נאך א משנה, איך האב אים איינגעשריבן אין דעם קנין משנה פראגראם, און ער טוט עס נאר אויף וויפיל מ'מוז, נישט קיין איין טראפ מער, איך האב אים קלאר געזאגט אז ער מוז נישט, ס'איז נאר אויב ער וויל, אבער איך זעה ווי ער טוט עס באופן רגילי אבער אן קיין איבעריגע חשק

פארוואס האסטו אים איינגעשריבן אין קנין משנה? לערנט מען דען נישט גענוג אין חדר? א קינד דארף אויך שפיעלן, ס׳אז נישט ריכטיג אז די צייט נאך חדר זאל גיין פאר נאך לערנען, ער וועט שוין לערנען גענוג אלץ בחור, און אויב ער אין זיין ווייב וועלן מסכים זיין קען ער לערנען אגאנץ לעבן, אבער אלץ קינד דארף ער ווי מער שפיעלן.

א קינד דארף נישט האבן קיין חשק צום לערנען, אויב האט ער צופיל חשק איז עפעס נישט בסדר מיטן קינד. פארוואס זאל א קינד בכלל וועלן לערנען?
פארשפארט