שמעקעדיג האט געשריבן:אויב דער בעה"ב פארדינט שיין און דער ארבעטער באקומט זיך בלויז זיינע פאר גראשן דאן באלאנסירט זיך עס זייער שיין. קיין איין בעה"ב וויל נישט ווערן קיין ארבעטער. בדוק ומנוסה. עס איז פארט א געוויסע פרידאם וואס דער ארבייטער פארמאגט נישט.
ריכטיג, אבער וויפל מאל זעהט מען אז עס באלאנסירט זיך נישט און ביזנעס בעל בתים זענען סטאק אין וואס זיי טוען מחמת גיאות אדער טיפשות. זיי שפייען בלוט אבער מאכן נישט קיין לייטישן גרייצער. די פרידאם איז טאקע זייער זיס, אבער נישט ווען ביזנעס סאקט. א מענטש וואס האט א ביזנעס פאר א פאר יאר, און ער זעהט נישט קיין הצלחה, דארף ער "זיך" גוט אנקוקן צו ער טויג אלס בעל הבית און אויב יא גיין טוען עפעס אנדערש, נאכן מאכן ערענסטע ריסורטש.