דער בעל החלומות, פרוזדור קאלום אין די מאמענט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

דער בעל החלומות, פרוזדור קאלום אין די מאמענט

שליחה דורך [NAMELESS] »

שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס איך קויף דעם מאמענט און איך באגעגן דעם בעל החלומות עומד לפני, אין די מאמענט איז דא א קאלום מיוחד מיטן נאמען פרוזדור, דארט גיסט זיך חלומות וואס עימיצער טויבער האט געחלומט משך פון די וואך, גראדע האט עס אביסל הומער כאטש ס'איז זייער אוטדעיטעד, און ס'האט אויך מיינונגען מיט וואס איך קען מיר אינדענטיפיצירן, דאך קען מען טאפן די ליגענט ממש מיט די הענט, איך בין עס נישט מחויב צו ליינען אן עס געבן א עליה לתורה, אויב ער וויל מיר פיטערן דערמיט מוז ער פארשטיין אז איך קען אבער אויך רופן דעם בחור ביים עכטן נאמען.

די וואך האט ער זיך צעפירט דאס פעדער קעגן די בעלי מכשירים כאטש איך גלייב אז די מצב איז נישט דאס בעסטע דאך זיינע פאנטאזיעס גייען נישט ווערן מיינע, קודם לייגט ער א נאסע ליילעך אויף אלע משגיחים מיט די טענה אז זיי זענען אוועק פון די ווייב און האבן קאמפיוטער, דערמיט לייגט ער גראד א הנחה אז די משגיחים זענען קלים וריקים, כאטש איך קען כמה וכמה משגיחים ערליכע חשובע אידן, וואס דער טויבער כאפט נישט איז אז חז"ל האבן אונז שוין געלערענט וויפל מאל א וואך ס'פעלט אויס פארן מענטש, פאר אזעלעכע אידן וואס גייען ליידיג און פאנטאזירן פארן מאמענט קען טאקע שאטן אויב מ'פארפעלט א נאכט אבער דער משגיח ארבעט דאך שווער פאר פרנסה.

ער שרייבט אז דאס איז אזוי ווי די חזנים וואס זענען געווען מחללי שבתים, אזוי זענען זיי אויך נישט קיין ערליכע, ווייל ס'איז שווער צו טרעפן א ערליכער פאר אזא דזשאב, א קיצור ער פירט די דיסקושען גראד צו זיין טערעטאריע מיטן לייגן פאלטשע הנחות און שרייבן מעשיות וואס ער ווייסט, און ער האט אליין געזעהן, און מ'האט אים אליין פארציילט, כאטש איך גלייב אז אויב די מעשה זאל טאקע אמת זיין וואלט'עס די משגיח קיינמאל נישט פארציילט, און אינטערסאנט אז פונקט פאר אים פארציילט מען אגאנצן טאג אזאנע מעשיות, יעדע פון זיינע ארטיקלן האט מעשיות וואס מ'האט אים אליין פארציילט, וויאזוי קען זיין אז יעדע זאך האט ער א ערשט האנטיגער מעשה, אפשר איז טאקע דא א ליין ביי זיין טיר פון מענטשן וואס קומען אים דערציילן מעשיות, ווער ווייסט, בקיצור מיט די הנחות אז זיי זענען שקצים מיינט ער אז ער קען שוין זאגן וואס ער וויל.

דערנאך שרייבט ער א מעשה פון א משגיח וואס האט אנגעצינדן פאר זיבן יאר די וועלוו צום בוילער מיינענדיג אז דאס איז די וועלוו וואס פירט וואסער צום מאשין צו כשר'ן, אוי וויי, קאם אן, גראו אפ, מיר זענען נישט קיין נורסערי קינדערלעך, דער משגיח ווייסט שוין איינמאל וועלעכע וועלוו אנצוצינדן, יעדע פעקטארי האט היינט א מעקעניק מיט אשר ויוצא משרתיו וואס באגלייטן פראדוקשן, דיינע חלומות זיי פותר חלום, אבער ביי א שטערן זעהר נישט ביי די מאמענט ליינער.

דערנאך שרייבט ער עפעס א מעשה מיט תפילין לייגן, ער האט געפרעגט אויף א משגיח ביי מענטשן צו זיי האלטן אז ער לייגט תפילין יעדן טאג, חוץ די ליגענט וואס שרייט פון די מעשה, וויאזוי יעדער האט פונקט גענטפערט גענוג אינטערסאנט אז ס'זאל זיין א אינטערסאנטע מעשה צו פארציילן, איז דער פאקט אז ער קען טראכטן בכלל אויף א איד אז ער לייגט נישט קיין תפילין, דאס אז ער האט די איידיע פון נישט תפילין לייגן איז נישט קיין גוטע סימן אויף אים זעלבסט.

פאריגע וואך האט ער געשריבן עפעס א מעשה וויאזוי מ'האט גע'כשר'ט מיט זאלץ, ליינט די מעשה ס'וועט אייך קאסטן א שמייכל, איך דארף נישט קיין הוכחות אויף די אמת'קייט פון די פאנטאזיע, בקיצור טויבער זאל בעסער טוישן זיינע מעשיות ווייל ס'קלעבט נישט און ס'שטעלט זיך נישט צוזאם איין ווארט מיטן צווייטן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל" ייש"כ פאר ארויסקומען אין די עפנטליכקייט מיט דעם פארעקלטן פארשוין טויבער, וואס רופט זיך נאך ..."הרב"... מיט איהם איז די זעלבע מעשה ווי איך האב געהאט מיט דעם "איד"... א יעדע וואך וואס איך האב געליינט דעם קאלום פון הרב אליעזר עפשטיין המכונה סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, האביך געהאפט אז דאס נעקסטע מאל וועט ער שוין שרייבן עפעס נארמאל. די זעלבע מיט דעם אבא חייא טויבער. א יעדעס מאל איך ליין זיינע עקלדיגע ווערטער, האף איך אז די נעקסטע מאל וועט ער שוין שרייבן עפעס נארמאל און פאזיטיוו. ביי מיר איז ער אויף די זעלבע דרגא ווי נחום ראזנבערג. אבער לעצטנס איז ער ביזי מיט די השגחות וואס טויגן נישט. בכלל, רעדט ער צוזאם שטותים והבלים. אזויפיהל ווייס איך, אז ווען איך ליין א קאלום געשריבן דורך הרב יואל אשר לאבין אדער די אנדערע שרייבערס, ווער איך אינספירירט. אבער זיינע שרייבערייען לאזן מיר איבער מיט א זויערן טעם אין מויל...

נ.ב. אויב די חשוב'ע הנהלה האלט אז מיינע ווערטער זענען צו שארף, געב איך זיי רשות למפרע אויסצו מעקן די תגובה...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום שטיסל" ייש"כ פאר ארויסקומען אין די עפנטליכקייט מיט דעם פארעקלטן פארשוין טויבער, וואס רופט זיך נאך ..."הרב"... מיט איהם איז די זעלבע מעשה ווי איך האב געהאט מיט דעם "איד"... א יעדע וואך וואס איך האב געליינט דעם קאלום פון הרב אליעזר עפשטיין המכונה סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, האביך געהאפט אז דאס נעקסטע מאל וועט ער שוין שרייבן עפעס נארמאל. די זעלבע מיט דעם אבא חייא טויבער. א יעדעס מאל איך ליין זיינע עקלדיגע ווערטער, האף איך אז די נעקסטע מאל וועט ער שוין שרייבן עפעס נארמאל און פאזיטיוו. ביי מיר איז ער אויף די זעלבע דרגא ווי נחום ראזנבערג. אבער לעצטנס איז ער ביזי מיט די השגחות וואס טויגן נישט. בכלל, רעדט ער צוזאם שטותים והבלים. אזויפיהל ווייס איך, אז ווען איך ליין א קאלום געשריבן דורך הרב יואל אשר לאבין אדער די אנדערע שרייבערס, ווער איך אינספירירט. אבער זיינע שרייבערייען לאזן מיר איבער מיט א זויערן טעם אין מויל...

נ.ב. אויב די חשוב'ע הנהלה האלט אז מיינע ווערטער זענען צו שארף, געב איך זיי רשות למפרע אויסצו מעקן די תגובה...!


כאטש איך בין נישט אלעמאל מיט די זעלבע מיינונג ווי אשר לעווין דאך זעה איך די ארגומענט, איך פארשטיי זיינע נקודות, ווער רעדט נאך פון זיין וועג פון שרייבן, און איך בין שוין אסאך מאל געווארן אינספירירט פון זיינע ארטיקלן, משא"כ ביי חתן דינן.

אגב לאז שוין ארויס דעם דייטש, געט אווער איט, דער לעבט שוין נישט פאר יארן, פארוואס ערהאלט יעדע פון דיינע תגובות די אינהאלט, טיים טו מאוו אן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער טויבער איז דאך א געוועזענע מילך סוחר וואס האט זיך איין טאג דערקלערט "הרב"... פארשטייט זיך ווען ער האט פארקויפט מילך האט ער דאך געדארפט טענה'ן אז דער אנדערע בעל מכשיר טויג נישט... ער האט פארגעסן אז היינט איז ער אין אן אנדערע ליין... איך מיין ער קען צוריקגיין און מיטנעמען זיין נעפיו פונעם דערנעבנדן אשכול.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

די פאר מאל וואס כ'האב געליינט זיין קאלום האב איך נאר געזען איין זאך. זיין תאוה צו רעדען שלעכטס אויף יודען איז אין לשער. שלעכטס, שלעכטס, און נאכאמאל שלעכטס.

ס'זאגט עפעס וועגען דער כותב.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל: איך בין מסכים מיט וואס דו זאגסט. איך הער אויך דיין נקודה וועגן סענדער דער דייטש. אבער דו דארפסט פארשטיין אז ער ליגט מיר אין בלוט. כאילו א גירסא דינקותא. ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א תקופה ווען ס'איז נאכנישט געווען קיין חלום פון קאמפיוטערס, אינטערנעט,סמארטפאונס, וכו'. די גאנצע דיאלאג און שמועס ביי עפנטליכע מסיבות איז געווען וואס די גרויסע צייטונגס שרייבערס זאגן. און ר' סענדער דייטש איז געווען איינער פון די גרעסטע ביים יהדות החרדית. איך האב געליינט דעם צייטונג ..."דער איד"...בהתמדה, מדי שבוע בשבוע...ער איז געווען זייער שטארק אן אינטעליגענטער מענטש און ער האט געשריבן זייער א קלארן, גראמאטישן אידיש. אבער צו מאל האט ער געהאט מיינונגען וועלכע האבן געקענט ארויפטרייבן די בלוט פרעשור זייער הויעך.

למשל. ביי די ענטעבע היידזשעקינג אין יאר 1976, ווען די פארשטינקענע אראבערס, בשותפות מיט 2 פארשאלטענע דייטשן ימ"ש האבן געהיידזשעקט אן עיר פרענס עראפלאן מיט אידישע און גוי'אישע פאסאזשירן. און זיי האבן עס פארשלעפט אין די פארשטופטע אפריקאנישע מדינה, אוגאנדא. אונטער דעם דיקטאטארישן און מערדערישן הערשער אידי אמין. שפעטער, נאך א טאג אדער 2 האבן זיי באפרייט די גויים און געהאלטן די אידן. אלע אידן. אפגעזעהן צו זיי האבן אן איזראעלי פאספארט אדער נישט. אפילו א איד וועלכער האט געהאט אן עסטרייכישן פאספארט, און א סאטמאר'ע חסיד, וועלכער האט אפן געטענה'ט אז ער איז נישט קיין ציוני. ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. ווייל ר'איז געווען א איד. לסוף האבן די קוראזשפולע בחורים פון צה"ל בחסדי השי"ת באפרייט אלע אידן. פארשטייצעך אז לויט די מיליטערישע טאקטיקן האבן זיי דערשאסן די דייטשע רוצחים ערשט...! האט ר' סענדער דייטש באוויינט דעם פאקט אז דער דייטשער רוצח איז דערשאסן געווארן דורך די ..."רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן"...זאגנדיג אז ער האט נישט געהאט בכוונה צו שעדיגן די אידן...!

ווען סתם א מענטש זאלל אויסדרוקן אזא מיינונג, וואלט מען איהם גלייך געשיקט צו א דאקטער. און דאס איז געווען נאר איינס פון זיינע וואנזיניגע באהויפטונגען...!
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

געטראכט די זעלבע, ישראל כשרים הם און מאך נישט קיין פראבלעמ'ס.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שלום דו ליינסט ערענסט דעם קאלום?! איך קיק עס ניטאמאל אן
פארשפארט