ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צווישן זי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צווישן זי

שליחה דורך נח בער »

ס'טוט זיך אויף טישן און בענק, מען ארבעט אויף א שלום אין סאטמאר, אבער יעדער ווייסט אז ס'גייט נישט געשען ווייל די זאליס פארלאנגען דעם גאנצן בית החיים (א זאך וואס זיי ווייסן אז ס'גייט קיינמאל נישט געשען), און די אהרונים פארלאנגען דעם נייעם שול אין וויליאמסבורג (א זאך וואס זיי ווייסן אז ס'גייט קיינמאל נישט געשען). איך קען נישט פונקטליך די דיטעילס, און כ'בין נישט אינטערעסירט אריינצוגיין יעצט דערין.

אבער אונטער אלעם שטייען צוויי ברידער וועלכע רעדן נישט איינער צום אנדערן שוין יארן לאנג, און זיי קענען פשוט נישט היינט פרייטאג ערש"ק ויחי אויפהייבן א טעלעפאן און אנווינטשן דעם ברודער א גוט שבת, ווייל משה גבאי און מאיר הירש (לויט די באריכטן) זענען זיך נאכנישט דורכגעקומען איבער זאכן וואס האבן נישט קיין שום שייכות צו די ברידערשאפט פון די צוויי ברידער.

דאס זענען רבי'ס פון גרויסע קהילות. יעדער פון זיי האט טויזנטער חסידים, וואס די חסידים האבן זיך שוין פלאצירט וואו זיי זענען ביז צו די קומענדיגע מחלוקה, און גייען נישט אריבערגיין פון איין ברודער צום צווייטן. יעדער ווייסט אז די מחלוקה איז אווער. ס'האט זיך מער-ווייניגער געסעטלט און יעדער האט וואס ער האט. אבער די צוויי ברידער האבן זיך פיינט איינער דעם אנדערן, זיי גייען נישט צו שמחות, זיי קריגן זיך, און יעדער האט מיט זיך האלב פון די משפחה וואס שטייען אויף זיין זייט, און זיי קענען נישט מאכן שלום ביז ווילאנג זיי באקומען נישט דעם אקעי פון אנדערע פרעמדע מענטשן.

ווען זיי וואלטן נישט געהייסן טייטלבוים נאר מאשקאוויטש און זיך אויפגעפירט אזוי, וואלטן זיי געווען אראפגעקוקט ביי יעדן איינעם און קיינער וואלט זיך נישט געוואלט מיט זיי משדך זיין.

יעדער געדענקט ווי מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך גערודערט איבער די גרויסקייט פון די אחים האגער אז זיי רעדן איינער צום אנדערן און גייען צו שמחות. ביי מיך און דיך איז עס א דבר פשוט מאוד אז מיר רעדן מיט אונזערע ברידערס און מיר לעבן גוט מיט זיי, אבער ווען א רבי טוט עס איז עס גאר א גרויסקייט פון זיי.

לאמיר אפשטעלן די מעדנעס רייט עוועי. די טייטלבוימס זאלן זיי מוחל זיך אויפפירן ווי מעטשור מענטשן (ווי יעדער פשוט'ער איד פירט זיך אויף), און אנפאנגען צו גיין צו שמחות נארמאל איינער צום אנדערן, און ביז ווילאנג דאס געשעט נישט לאמיר זיי נישט געבן קיין שום רעספעקט ווייל זיי דעזערוון עס נישט.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אין צימעס ביטע
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צוויש

שליחה דורך דעת תורה »

עמך אידן וואס זענען ביטער צוקריגט, איבער סאך א קלענערער נכס ווי א חסידות מיט שווערע טויזנטער מענטשן, פירן זיך אויף בעסער?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צוויש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס קען מען נישט בלייבען מיט א שלום, אחוץ ביה"ח\ביהמ"ד? מ׳זאל גייען צו שמחות, נאר נישט אין ביה"ח\ביהמ"ד?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליפא האט געשריבן:אין צימעס ביטע

וואס עפעס צימעס, דער איד זאגט עפעס, ער זאגט גראדע גוט, ס׳איז א חרפה און א בושה ווי געמיין די צוויי פירן זיך אויף, און זיי דארפן נאך זיין די מאדעל פאר די יוגענט, זיי זענען דאך די גרעסטע רביס, וואט עי שעים
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »

דעת תורה האט געשריבן:עמך אידן וואס זענען ביטער צוקריגט, איבער סאך א קלענערער נכס ווי א חסידות מיט שווערע טויזנטער מענטשן, פירן זיך אויף בעסער?

ליידער אין יעדע משפחה ווי די טאטע לאזט איבער אביסעל געלט רעדן נישט מער די קינדער צווישען זיך אם בארזים נפלו מה ענן נענה בתרייהו

איך בין נאר נייגעריג האט איינער פרוף? אדער די עולם פאנטענזירט אין יעדער לייגט צו א הארעלע צום צוקניפטען בארד? די שבע ברכות וואס מהאט געשמועסט מיט א זיכערקייט אז סגייט זיין, איז קיינמאל נישט פארגעקומען ריכטיג?
...
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

קען מיר איינער מסביר זיין למען השם, וואס איז די וויכטיגקייט פון צוויי ברודער צו רעדן איינעם צום אנדערן? וואס איז בכלל די עוולה אז זיי האבן נישט קיין שייכות?

טוב שכן קרוב מאח רחוק
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מושב זקנים: ס'איז דא נאך א בענעפיט פאר די גאנצע ערליכע אידישע וועלט. נאר איך וויל עס נישט ארויסשרייבן ברבים...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קאמענטירער האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:עמך אידן וואס זענען ביטער צוקריגט, איבער סאך א קלענערער נכס ווי א חסידות מיט שווערע טויזנטער מענטשן, פירן זיך אויף בעסער?

ליידער אין יעדע משפחה ווי די טאטע לאזט איבער אביסעל געלט רעדן נישט מער די קינדער צווישען זיך אם בארזים נפלו מה ענן נענה בתרייהו


שטותים והבלים. איך קען אסאך משפחות ווי מ'האט זיך צעטיילט די ירושה און מ'לעבט ווי נארמאלע מענטשן.

וואס ווינדערט מיר די מערסטע איז, מילא די אדמורי"ם זענען צוקריגט ווייל זיי מיינען זיי קענען עפעס פארדינען אבער פארוואס רעדט נישט ליפא מיט שלום אליעזר?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ווען ליפא און שלום אליעזר ווייסען ווען אז איינער רעדט פון זיי בכלל דא האטסעך אלעס געלוינט...

מסתם גייסטו באקריגען צוויי לייקס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערווייל האט ליפא נישט געלייקט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

זייט די טייטלבוימס עקזעסטירן האבן זיי זיך ארומגעהארגט מיט יעדעם איינעם, געלט האבן זיי זייער ליב, אז ס׳קומט א עושר און זאגט זיי צו אפאר פעטע רעדלעך וועלן זיי זיך איבערבעטן פארענט פונעם קעמערא פון הערשל רובינשטיין אזוי אז יעדער זאל זעהן אז זיי לעבן זיך ברודלעך, נו, גארנישט אנדערש פונעם ׳ברך צוויבל׳ אויף דער עלטער ווען א איד איז אריינגעקומען צו אים און אראפגעלייגט א קוויטל מיט א הונדרעטער פאר א פדיון פלעגט די רבי אויפהייבן די הונדרעטער צו די לעקטער און קוקן צו ס׳האט די שטריך און צו סאיז נישט קיין פאלש געלט. און ווען א ארימע איד איז געקומען מאכן פיאות פאר זיין קינד אויף די עלטערע יאהרן פונעם ברך, און דער ארימאן האט געגעבן א קוויטל מיט א צוואנציגער פארן רבין האט זיך דער רבי צובייזעדט און זיך אנגערופן צום איד: ״דער בארבירער קאסט דאך שוין מעהר״!!!. זיכותו יגן עלינו.

מ׳איז נישט קיין אפיקורס אויב מ׳גלייבט נישט די אלע מעשיות פון די תגובה, נאר לכבוד מוצ״ש האב איך געטראכט אז איך וועל פארציילן אביסלע ספורי צדיקים פון פריערדיגן דור.
ומי יעמוד בסוד קדושים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

שבת אחים האט געשריבן: פונעם ׳ברך צוויבל׳ אויף דער עלטער ווען א איד איז אריינגעקומען צו אים און אראפגעלייגט א קוויטל מיט א הונדרעטער פאר א פדיון פלעגט די רבי אויפהייבן די הונדרעטער צו די לעקטער און קוקן צו ס׳האט די שטריך און צו סאיז נישט קיין פאלש געלט.

דאס פלעגט ער טון אין די אינגע יארן. אויף דער עלטער האט ער שוין נישט געקענט אזוי גוט זען האט ער גענוצט דעם ספעציעלע מעדזשיק מארקער וואס ווייזט צי געלט איז עכט אדער פאלש.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

שבת אחים האט געשריבן:זייט די טייטלבוימס עקזעסטירן האבן זיי זיך ארומגעהארגט מיט יעדעם איינעם, געלט האבן זיי זייער ליב, אז ס׳קומט א עושר און זאגט זיי צו אפאר פעטע רעדלעך וועלן זיי זיך איבערבעטן פארענט פונעם קעמערא פון הערשל רובינשטיין אזוי אז יעדער זאל זעהן אז זיי לעבן זיך ברודלעך, נו, גארנישט אנדערש פונעם ׳ברך צוויבל׳ אויף דער עלטער ווען א איד איז אריינגעקומען צו אים און אראפגעלייגט א קוויטל מיט א הונדרעטער פאר א פדיון פלעגט די רבי אויפהייבן די הונדרעטער צו די לעקטער און קוקן צו ס׳האט די שטריך און צו סאיז נישט קיין פאלש געלט. און ווען א ארימע איד איז געקומען מאכן פיאות פאר זיין קינד אויף די עלטערע יאהרן פונעם ברך, און דער ארימאן האט געגעבן א קוויטל מיט א צוואנציגער פארן רבין האט זיך דער רבי צובייזעדט און זיך אנגערופן צום איד: ״דער בארבירער קאסט דאך שוין מעהר״!!!. זיכותו יגן עלינו.

מ׳איז נישט קיין אפיקורס אויב מ׳גלייבט נישט די אלע מעשיות פון די תגובה, נאר לכבוד מוצ״ש האב איך געטראכט אז איך וועל פארציילן אביסלע ספורי צדיקים פון פריערדיגן דור.
ומי יעמוד בסוד קדושים.



איי איך קען דאך פונקט אזוי צוריקשיסן ווי א קליין קינד אויף זיינע גדולים וחמורים (רעדענדיג ווער סהאט ליב געלט, געלעקט דעם שיסל מיליאנען פון די מדינה בשעת סאטמאר ווייזט צוריק יעדע פרוטה אן אנפרעסעדענטע אקט) אבער דעמאלטס וועל איך מיך דערזעהן אויף איין לעוועל מיט דעם אפגעפליקטן או.טי.די. וואס האט נישט קיין שום דאגה אין די וועלט נאר צו רעדן אויף זיין רבינ'ס אלטע שונאים. זאג נאר וואס פונקטליך האט דיר דער ברך משה וויי געטאן אז די האסט דיר געעפענט דיין קרעציגער פעדער אויף אים. ביסט שוין פארטיג מיט דיינע רביס. און ער איז שוין דער אפגעפארענער אויפגעקלערטער וויזשניצער ליגט ער נאך אין טינוף
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מיין קרעציגער פעדער זאגט אז א טייטלבוים און א האגער זענען נישט קיין שונא בצע. און אז טייטלבוים האט זיך אייביג געשאלגן מיט א יעדעם איינעם.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

בחדרי חדרים טעהנ'ט אז ס'איז דערנאך
אזוי איז אנגעקומען צו זיי
As a side note
ר' משה פרידמאן {גבאי} איז געווען אין באבוב די וואך ביים דברי חיים שיעור פאר'ן דאווענען
און נאכדעם האט גערעדט מיט'ן רב פאר בערך 10 מינוט
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

צו אייער סייד נאוט, ר' משה מיט ר' בנציון באבובער זענען אלטע גוטע פריינט, זיי האבן געהאנדלט ביזנעס אינאיינעם מיט א צען יאר צוריק. זיי האבן זיך דערנאך צושלאגן אויף געוויסע פאליטיק ענינים. שיין צו הערן אז זיי האבן שוין שלום געמאכט.

וואס האבן זיי שוין אבער געקענט רעדן פארן דאווענען?
מסתמא האט ר' זלמן לייב זיך געמוטשעט אויף עפעס א שווערע שב שמעתתא און ער האט געשיקט דעם גבאי'ן צום גאון פון באבוב ער זאל עס אים ערקלערן. לאמיר האפן אז עס איז שוין פארענטפערט געווארן.
(מאנכע גיבן טאקע איבער אז גרז"ל האט זיך נישט גוט געשפירט פרייטאג צונאכטס, בייטאג איז ער שוין אבער יא געווען פיל מער אויפגעלייגט).
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

אינדערצייט אין וועלכע די שורות ווערן געשריבן, ווייסט שוין יעדער געוויס אז משה גבאי איז געווען ביים באבוב'ע רב שב"ק צופרי, אבער ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, און ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן גענוי, האב איך אליין צוגעזעהן, און איך וויל עס מיט אייך טיילן.

ס'האט אמאל א רב געזאגט, אז ביי ר' מאיר שפירא האט ער באקומען כבוד אין אנהויב, און אין גער האט ער באקומען כבוד ביים סוף. דהיינו, ווען ער איז אנגעקומען צו ר' מאיר שפירא האט מען אים ענטפאנגען מיט גרויס כבוד, און מ'האט אים צוגעטיילט א שטול צום זיצן, און ר' מאיר שפירא ז"ל האט מיט אים פארבראכט נאנט צו א האלבע שטונדע, ביותרת הכבוד ובסבר פנים יפות, אה, דער כבוד איז געווען גרויס. אבער ווי נאר ער איז ארויס פון שטוב, האט ער געמערקט ווי א צווייטע רב גייט אריין, און מ'גיבט אים צו די זעלבע כבוד, מיטן זעלבען שטול, הכלל מ'טוט פאר יעדעם אזוי.

דאקעגן אין גער, האט מען אים אויפגענומען אזוי כלאחר יד, און דער גבאי האט שטרענג אנגעזאגט, אז ער האט בלויז 5 מינוט און נישט מער, הפנים גאנץ קנאפע כבוד. אבער ביים ארויסגיין הערט ער ווי דער גבאי זאגט פארן צווייטן רב, "בלויז 2 מינוט" מאכטס עס שנעל, דאן האט ער זיך שוין געשפירט עטוואס מכובד.

צו פארשטיין דער כבוד וואס משה גבאי האט באקומען, דארף מען צום ערשט אביסל ארויסהאבן דעם הלוך ילך אין באבוב, און כ'וועל עס אראפלייגן בבחינת עולם שנה ונפש.

עולם – אינם גרויסן באבוב'ע ביהמ"ד, ווען ס'איז געפאקט מיט קרוב צו צוויי טויזענט אידן, איז בכלל די אנגעצויגנקייט אויף גאנץ א הויכע גראד. ווער עס שפאצירט נאר אריין סיי ווען אינם באבוב'ע ביהמ"ד, נישט קיין חילוק וואכן אדער שב"ק, צום ביים דאווענען אדער ביי א טיש, אפי' ביי א שמחה, שפירט די געדעכדקייט אין די אטמאספערע, ס'איז נישט קיין צייט זיך אפצושטעלן שמועסן מיט א חבר אדער באקאנטע, נישט קיין רוח פון אריין קוקן רוהיג אין א ספר, אפי' בלויז צו זיצן אויף איין פלאץ און זיך שטילערהייט ארומקוקן אויף די סביבה איז אויך א פרעשור. אין אומר ואין דברים, מ'שפירט בערך אזוי ווי ווען מ'גייט אדורך א גרעניץ מיט 10 קארטאנס ציגארעטלעך, און מ'וויל זיך שנעל זעהן אויפן אנדערע זייט בשלום.

שנה – שב"ק צופרי. אויב איז עס אלעמאל אזוי ווי אויבנדערמאנט, איז שב"ק צופרי מיט פיל מער געוויכט. עס ווייסט יעדער אז שב"ק צופרי ביי פסוקי דזמרה, גייט דער באבוב'ע רב שליט"א אליין ארום צווישן דעם עולם, און האט נישט קיין מקום קבוע, ווער עס קומט אריין אין ביהמ"ד, ווייסט אז מ'דארף שוין זיין מיטן טלית אויפן קאפ, און זיך תיכף ומיד צושארן צו א פלאץ מיט א סידור און דאווענען. ניטאמאל א שאקל מיטן קאפ פאר א שוואגער אדער ברודער. שב"ק צופרי איז א זמן וואס עס העלפט נישט קיין פראטעקציע, קיינער איז נישט אויסגעשלאסן, נישט קיין חילוק ווי נאנט אדער פרעמד מ'איז, יעדער איז אויסגעשטעלט צו באקומען די "כבוד" אז דער רב זאל זיך ביי אים אפשטעלן, און דאס איז אזא מין כבוד וואס יעדער איז בורח דערפון.

נפש – דער באבוב'ע רב שליט"א דארף מען איבערהויפט נישט אויסשמועסן אז זייער ווינציג קענען זיך גרויסן אז זיין קענען רעדן מיטן רב שליט"א "כאשר ידבר איש אל רעהו". וד"ל.


יעצט קענט איהר אפשר אביסל באגרייפן די געוואלדיגע רבותא, פון וואס אלע כאפן אזא התפעלות אז משה גבאי האט באקומען אזא ווארימע ענפאנגונג פונם באבוב'ע רב שליט"א, אינם גרויסן ביהמ"ד שב"ק צופרי אינמיטן פסוקי דזמרה!!!!!!!!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

היוצא לנו מכל זה אז ווען די רב טרעפט א פרענד מיט וועם צו רעדן דאן מעג מען רעדן נאר די חסידים טארן נישט.............
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

ניין חלילה
מ'רעדט דא פון דברים העומדים ברומו של עולם
צו מ'זאל זיך לאזן פון א גביר שלום צו מאכן אדער נישט
ווי כידוע האט דער רב נסיון מיט דעם שוין
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

הייסט דאס אז מ'האט גערעדט צו ר' בנציון ווי זוי מ'דארף מאכן שלום מיטן קאמפעטישן אוי וויי איך קען נישט אויפהערן לאכן.........
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

איך ווייס נישט איך בין דארט נישט געווען אבער אז רעדן ביים דאוואנען איז פון די ג' חמורות בין איך זיכער מ'האט גערעדט פון עפעס וויכטיג
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ברעיקינג נוס: אויסזיכטן אז צוויי ברידער גייען רעדן צוויש

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רעדען ביים דאווענען איז נישט פון די ג׳ חמורות. דיין רעדען אין זיין קרעטשמע, ווען דער מוזיק שפילט, איז זיין חמורות.

איך ווייס נישט וואס איז ווייניגיר וויכטיג, טייטלבוים ברידער׳ס יא רעדען צווישען זיך צו נישט (וואס מיינסטו גייען זיי שוין רעדען? יארען לאנג האלטען זיי אין געדערים די דברים העומדים ברומו של עולם. עפעס אנדעריש צו ׳הלא אנכי אתונך׳?) צו די שמועס צווישען האלבערשטאם און פריעדמאן?

דער גביר וואס וויל באצאלען פאר א שלום צווישען ה"ש און אונגאר, דער קען זיך פארמעסטען מיט די עכטע באבובער רבי, הגה"ק ר׳ א. ענגלאנדער שליט"א? וויפיהל געלט איז דער נסיון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט