געדאנקען נאך א באזוך אין אוישוויץ
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
געדאנקען נאך א באזוך אין אוישוויץ
איך בין לעצטענס געווען אויף א באזוך אין פוילן, בין איך געפארן קיין אוישוויץ, איך ווייס אז ס'זענען דא וואס האבן נישט געהאלטן פון אהינפארן צוליב פארשידענע סיבות בין איך אבער געפארן, נישט ווי א טוריסט, איך בין נישט געגאנגען לערנען היסטאריע אדער פארשטיין צו וואס שנאה קען צוברענגען, אדער צו ווי נידריג א מענטש קען צוקומען. דאס האב איך אלעס געוואוסט. איך האב געוואלט זיין ביים פלאץ וואו הונדערטער טויזענטער אידן זענען געגאנגען זייער לעצטע וועג און געזאגט שמע ישראל.
איך בין געגאנגען אויף די אדמת קודש וואס איז דורכגעזאפט און געווייקט מיט אידיש בלוט, אויף יעדע טריט דארט זענען אוודאי אומגעקומען אידן מיט מיתות משונות על קידוש השם.
אויסער וואס דאס איז געווען א טויט לאגער איז דאס אויך געווען א לעבנס לאגער, מען דארף זיך אויס'משל'ען די אומשטענדן וויאזוי אידן האבן נעבעך געלעבט ביז'ן טויט, אין א קאלטן באראק, מיט א דינע קליידל זענען די אידן אויפגעשטאנען צופרי אויפן באראק ליגענדיג איינער איבער דריי צום שמעק פון טויטע און פון לעבעדיגע, צו ווילדע געשרייען פון רוצחים, צו בשורות פון ווער ס'איז אויסגעגאנגען די נאכט, דער פון הונגער און דער פון צער.
מען האט געזען די שווארצע רויעך פונעם קוימען, ניין, קיינער האט נישט געזען קיין רויעך, מען האט געזען מענטשן ארויף פארן צום הימל, גראד פונעם פינצטערן גיהנם צום לעכטיגן גן עדן. מען האט געהערט קולות פון קוילן, הונט און אפיצירן, די הונט זענען אבער געווען מער מענטשליך.
ווי קענען מענטשן הנאה האבן פון פייניגן און זעהן פיין? ווי קארופטירט און דורכגעפוילט דארף א פאלק זיין ארויסצוגעבן מענטשן ערגער ווי המן און עמלק? וויפיל ערגער פון א שלאנג דארף מען זיין אויפצוקומען אז דאס וואס הייצט מענטשהייט און דאס וואס באקט אפ זייער ברויט, זאל גענוצט ווערן אלס א מעטאד פאר טויט? 'געבילדעטע' מענטשן זענען ערגער געווען ווי שדים.
בלעטלעך און ביימער האבן איבערגעלעבט, פרייע פייגלעך האבן געטשיפשעט און הונט זענען פריי געווען, די געלע זון האט ווייטער אויפגעשיינט, און די שניי איז ווייטער ווייס געווען. אונטער דעם בלויען הימל איז די ערד אבער רויט געווען, פנים'ער גרין און לעבנס פארשווארצט.
דער מענטש האט געדארפט אונטערדרוקן זיינע מענטשליכע געפילן. מען האט דעם איד בארויבט, דערנידערט און געשלאגן, דער טאטע האט געמוזט שטיל זיין ווען מען האט זיין קינד געשאסן פאר זיינע אויגן, ווען ער האט זיך מיט יסורים געוואלגערט פאר זיינע אויגן און דאס בלוט האט זיך געגאסן ביז זיינע פיס. קען מען זיך דען פארשטעלן ווי הויך די געוויין איז געווען אין הארץ? די מאמע האט געדארפט שווייגן ווען מען האט איר פיצלס גענומען ווי א כפרה הינדל צום שוחט ערב יום הקדוש. אוי דאס הארץ בלוטיגט.
גאט האט פארלאזט דעם איד, אבער אידן האבן נישט פארלאזט גאט, גאט האט מיטגעוויינט, שטיל.
שוואכע מענטשן האבן געדארפט שלעפן די גופים פון זייערע משפחה, שכנים, חברים און אידן אן נעמען, דער דייטש איז געשטאנען און געלאכט, דער איד האט געזאגט א משנה לעילוי נשמתם.
איך וואלט זיך אבער קיינמאל נישט געטוישט מיט זיי פלעצער. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק איז געווען דער דער'הרג'טער און נישט דער בלוט-דורשטיגער פאררעטער פון מענטשהייט. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק האט נישט ארויסגעגעבן אזעלכע חיות טרף, איך בין שטאלץ אז בשעת די דייטשע מזיקים האבן געקוועלט פון פייניגן די לעבעדיגע און פארשעמען די טויטע האבן מיינע ברידער און שוועסטער אוועקגעגעבן פון זייער קליין שטיקל ברויט צום לעבעדיגן, און געזאגט א קדיש נאך די טויטע.
ד' ינקום דמם, ארץ אל תכסי דמם.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: געדאנקען נאך א באזוך אין אוישוויץ
.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
ערליכע אידען וואלטען געדארפט אינוועסטירען מער אין דעם ענין פון זכור את אשר עשה לך עמלק הנאצי. לעולם וואלט א יעדער ישיבה באדארפען מאכען א בין הזמנים טריפ קיין אושוויץ, טרעבלינקא, בעלזיץ, (בד"א ווי פון א האלב מיליאן אידישע קעמפערס איז נאר ארויס איין איד לעבעדיג רח"ל) וכדומיהם. איך בין נישט לאנג צוריק געווען אין יד ושם און אין בית התפוצות אין תל אביב. איך בין ארויס זייער באגייסטערט אפילו ס'איז מיר גארנישט צוגעקומען קיין פאקטישע ידיעות. עס איז קלאר אז דער פרומער עולם איז אינטערשטעליג אין דעם הינזיכט. פראדזשעקט "עדות" פון רות ליכטענשטיין, און דער קליינמאן סענטער איו בארא פארק איז א שפיי אין ים קעגען דעם וואס דארף געטוען ווערען. אפשר וועט דאס צוהעלפען די היינטיגע יוגעוואג אין פארשטיין אידישקייט, מסורה און היימישע קולטור.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
איך בין נישט פונקט איינשטימיג מיט וואס איר זאגט. אוודאי בין איך געגאנגען, אבער אנו רצים והם רצים, צו גיין כדי צו זעהן היסטאריע אדער קולטור איז מער "מדע" ווי "תורה" - א 'ישיבה' בחור ברויך לערנען, דאס דארף זיין זיין לעבן (לפחות אין די היימישע וועלט) קולטור איז אן ערזאץ צו רעליגיע, דאס האבן די יודישיסטן און די ציונים געגלייבט.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס? וויאזוי מאכט עס א חילוק צו מיין אידישקייט, מיין שמירת המצוות, מיין השקפת התורה?
א נייגעריגער קען ערפילן זיין נייגער דארט, אבער אלס א נחלת הכלל זע איך עס נישט.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
חכם-לב האט געשריבן:איך וואלט זיך אבער קיינמאל נישט געטוישט מיט זיי פלעצער. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק איז געווען דער דער'הרג'טער און נישט דער בלוטדורשטיגער פאררעטער פון מענטשהייט. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק האט נישט ארויסגעגעבן אזעלכע חיות טרף, איך בין שטאלץ אז בשעת דער דייטשע מזיקים האבן געקוועלט פון פייניגן דעם לעבעדיגע און פארשעמען די טויטע האבן מיינע ברידער און שוועסטער אוועקגעגעבן פון זייער קליין שטיקל ברויט צום לעבעדיגן, און געזאגט א קדיש נאך די טויטע.
ד' ינקום דמם, ארץ אל תכסי דמם.
אלס וואס האסט געשריבן איז אויסערגעווענליך שטארק בפרט די לעצטע פאראגראף!
ברענגסט ארויס ריכטיג דעם יתרון האור מן החושך. ס'דא די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, סיי די וואס לערנען אפ אז דער באשעפער האט זיך נוקם געווען אויף די עוברי עבירה פון זיין אייגענע פאלק, און סיי די וואס פרעגן ווי איז גאט דאן געווען.
אזא קלארע פאזיטיווע לעססאן פון אזא נעגעטיווע געשעעניש איז phenomenal.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
חכם-לב האט געשריבן:איך בין נישט פונקט איינשטימיג מיט וואס איר זאגט. אוודאי בין איך געגאנגען, אבער אנו רצים והם רצים, צו גיין כדי צו זעהן היסטאריע אדער קולטור איז מער "מדע" ווי "תורה" - א 'ישיבה' בחור ברויך לערנען, דאס דארף זיין זיין לעבן (לפחות אין די היימישע וועלט) קולטור איז אן ערזאץ צו רעליגיע, דאס האבן די יודישיסטן און די ציונים געגלייבט.
מיר האלטען אין איין הערען קאפלעינטס אז דער יונגווארג איז ריק מכל תוכן און אפגעהאקט פון שעצן דאס אידישען היימישען לעבענס שטייגער. מיין נקודה איז אז די ישיבות און חדרים טוען נישט גענוג אין דער געביט פונעם חורבן אייראפע און אויך נישט אין אריינפלאנצען אן אפפרישיעישאן צו ארגינעלער אידישע קולטור ווי ניגינה, חזנות, היסטאריע פון חסידות און ישיבות, מתגדים, רבנים, שטעטליך וכדו' . דאס איז פונקט אזוי וויכטיג ווי ספארטס, ענגליש, אדער חשבון. להבדיל אין די גוי'ישע קארריקולום איז פארהאנען לימודים ווי סאשעל סטאדיס, היסטארי, און סיוויקס וואס העלפען צו דער יוגענד אין דאס פארשטאנד און אין שעצונג צו זיין אייגענער מסורה וכדו'
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
וואלווי האט געשריבן:חכם-לב האט געשריבן:איך וואלט זיך אבער קיינמאל נישט געטוישט מיט זיי פלעצער. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק איז געווען דער דער'הרג'טער און נישט דער בלוטדורשטיגער פאררעטער פון מענטשהייט. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק האט נישט ארויסגעגעבן אזעלכע חיות טרף, איך בין שטאלץ אז בשעת דער דייטשע מזיקים האבן געקוועלט פון פייניגן דעם לעבעדיגע און פארשעמען די טויטע האבן מיינע ברידער און שוועסטער אוועקגעגעבן פון זייער קליין שטיקל ברויט צום לעבעדיגן, און געזאגט א קדיש נאך די טויטע.
ד' ינקום דמם, ארץ אל תכסי דמם.
אלס וואס האסט געשריבן איז אויסערגעווענליך שטארק בפרט די לעצטע פאראגראף!
ברענגסט ארויס ריכטיג דעם יתרון האור מן החושך. ס'דא די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, סיי די וואס לערנען אפ אז דער באשעפער האט זיך נוקם געווען אויף די עוברי עבירה פון זיין אייגענע פאלק, און סיי די וואס פרעגן ווי איז גאט דאן געווען.
אזא קלארע פאזיטיווע לעססאן פון אזא נעגעטיווע געשעעניש איז phenomenal.
איך וועל נאר שרייבן צוויי שנעלע נקודות איבער די שאלה פון ''וואו איז גאט געווען''. מיר דאכט זיך אז דאס איז א נארישע פראגע וואס איז געווארן פראפאגאנדאזירט דורך מאנכע. דער אייבערשטער געבט א בחירה פאר א מענטש, גאט האט צוגעלאזט אז קין זאל הרג'נען הבל דער צדיק, אבער גאט האט תובע געווען זיין בלוט. גאט האט געלאזט פרעה פייניגן די אידן, נבוכדנצר חרוב מאכן זיין בית המקדש, חמילנעצקי אין ת''ח ות''ט און היטלער אין דייטשלאנד. גאט איז יעדן תובע דערויף. ער לאזט מענטשן ווערן יתומים און אלמנות, אבער ער זארגט פאר זיי.
די צווייטע נקודה איז איבער געוויסע אזויגערופענע מענטשן וואס האבן פארלוירן זייער אמונה דורך דעם קריג. עס איז פשוט אז די מענטשן האבן געהאט אנ'אנדערן בליק איבער גאט זיי האבן שוין נישט געגלייבט פארדעם.
(פראפעסאר ישעיהו לייבוביטש פון ארץ ישראל האט אמאל געזאגט דערויף "זיי האבן געגלייבט אין די הילף פון גאט, און ס'איז נישט געקומען".)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אינטרעסאנט. איך בין געגאנגען אין גאס ליל שבת פרשת בראשית מיט מיינע קינדער, און מ'האט גערעדט פון קין און הבל. מיין צען יעריגער בחור האט מיר געפרעגט פארוואס דער אויבישטער האט צוגעלאזט אזא מעשה. איך האב איהם גע׳ענטפערט אז דער אויבישטער מישט זיך נישט אין א מעשה פון א בעל בחירה. פון דארט איז פארוואנדעלט די שמועס צו די נאציס, און איך האב איהם געזאגט אז ס'איז מעגליך די זעלבע זאך. דערנאך האב איך מיר געטראכט פון די פסוק 'אשור שבט אפי'. ווייס איך שוין נישט.
די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז נישט קיין שאלה פארוואס ער האט עס געטוהן. די נאציס זענען געמיינע מענטשן געווען און פערטיג. די שאלה איז "פארוואס האט ער אונז נישט געראטעוועט?" דאס איז שוין א שוואכערע שאלה. פאר דעם דארף מען זכותים, ווער זאגט אז מ'האט עס געהאט?
נאך טיפער. די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז מער א שאלה "ווי האט אזא דערבארעמדיגע גאט באשאפען אזא גרויזאמע וועלט?", אין אנדערע ווערטער 'ווי קען א פערפעקטע ערשיינונג ווי גאט, באשאפען אומפערפעקטע זאכן ווי א וועלט און די מענטשהייט?' בקיצור, סוד הצמצום מיט אלע איהר פלאנטעריי. מיר ווייסן נישט די תשובה אויף אונזער שפראך, נאר די פאר אומפארשטענדליכע קבלה'דיגע מושגים וואס מ'האט אמאל ערגעץ געהערט.
די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז נישט קיין שאלה פארוואס ער האט עס געטוהן. די נאציס זענען געמיינע מענטשן געווען און פערטיג. די שאלה איז "פארוואס האט ער אונז נישט געראטעוועט?" דאס איז שוין א שוואכערע שאלה. פאר דעם דארף מען זכותים, ווער זאגט אז מ'האט עס געהאט?
נאך טיפער. די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז מער א שאלה "ווי האט אזא דערבארעמדיגע גאט באשאפען אזא גרויזאמע וועלט?", אין אנדערע ווערטער 'ווי קען א פערפעקטע ערשיינונג ווי גאט, באשאפען אומפערפעקטע זאכן ווי א וועלט און די מענטשהייט?' בקיצור, סוד הצמצום מיט אלע איהר פלאנטעריי. מיר ווייסן נישט די תשובה אויף אונזער שפראך, נאר די פאר אומפארשטענדליכע קבלה'דיגע מושגים וואס מ'האט אמאל ערגעץ געהערט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
א חבר מיינער א גרויסער בעל מחשבה (מ.) האט מיר אמאל געזאגט אז דאס וואס ווערט געברענגט אז דער אייבעשטער האט געוואלט באשאפן די וועלט מיט מידת הדין מיינט אז ס'וואלט נישט געווען א בחירה און עס וואלט געווען א "פערפעקט" וועלט אבער דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אזא וועלט, ער האט געמאכט ענדערש א וועלט ווי ס'איז נישט פערפעקט, ס'איז דא רע אבער דערפאר איז דא רחמים. ס'איז דא נאך אסאך צו רעדן אויף דעם, אן קבלה.
היינט איז 'מארטין לוטר קינג דזשוניור דעי', ס'איז אינטערעסאנט אז דער דענקער און פיליזאף אברהם יהושע העשיל וואס איז געווען א שטיצער זיינער איז געפרעגט געווארן נאך וואס ער איז געשאסן געווארן די פראגע, וויאזוי גאט האט צוגעלאזט אז מען זאל אים שיסן, ער ענטפערט אויך על דרך זה.
היינט איז 'מארטין לוטר קינג דזשוניור דעי', ס'איז אינטערעסאנט אז דער דענקער און פיליזאף אברהם יהושע העשיל וואס איז געווען א שטיצער זיינער איז געפרעגט געווארן נאך וואס ער איז געשאסן געווארן די פראגע, וויאזוי גאט האט צוגעלאזט אז מען זאל אים שיסן, ער ענטפערט אויך על דרך זה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פילוזופיא רעדט אויך פיהל פון דעם. דער מלחמת ה' להרלב"ג און נאך. קיין פארשטענדליכע תירוץ איז נאך נישט דא. דאס איז נכלל אין מה לפנים. פערפעקטשען איז אן אומבאגריפליכע זאך לויט אונזערע אומשטענדן, און דאס זאגט אונז דער רמב"ם ביי ידיעה און בחירה, למעיין היטב.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
וואלווי האט געשריבן:חכם-לב האט געשריבן:איך וואלט זיך אבער קיינמאל נישט געטוישט מיט זיי פלעצער. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק איז געווען דער דער'הרג'טער און נישט דער בלוטדורשטיגער פאררעטער פון מענטשהייט. איך בין שטאלץ אז מיין פאלק האט נישט ארויסגעגעבן אזעלכע חיות טרף, איך בין שטאלץ אז בשעת דער דייטשע מזיקים האבן געקוועלט פון פייניגן דעם לעבעדיגע און פארשעמען די טויטע האבן מיינע ברידער און שוועסטער אוועקגעגעבן פון זייער קליין שטיקל ברויט צום לעבעדיגן, און געזאגט א קדיש נאך די טויטע.
ד' ינקום דמם, ארץ אל תכסי דמם.
אלס וואס האסט געשריבן איז אויסערגעווענליך שטארק בפרט די לעצטע פאראגראף!
ברענגסט ארויס ריכטיג דעם יתרון האור מן החושך. ס'דא די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, סיי די וואס לערנען אפ אז דער באשעפער האט זיך נוקם געווען אויף די עוברי עבירה פון זיין אייגענע פאלק, און סיי די וואס פרעגן ווי איז גאט דאן געווען.
אזא קלארע פאזיטיווע לעססאן פון אזא נעגעטיווע געשעעניש איז phenomenal.
א דייטש איז צוגעגאנגען צום קלויזנבורגער רב זי"ע און אים אנגעהויבן צו שלאגן. אזוי שלאגנדיג פרעגט דער דייטש "דו האלטסט דיך נאך אלץ אלס דער עם הנבחר?" זאגט אים קלויזנבורגער רב, "יא, אז דו ביסט דער שלעגער און נישט איך הייסט דאס אז איך בין דער עם הנבחר".
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תורה ומדע: דו האסט א טענה פארוואס מ'לערנט נישט אין ישיבות מער איבער דעם האלאקאוסט. זיכער. נאר די טענה איז נאך גרעסער. ווייל מ'לערנט גארנישט. ממש גארנישט. נישט קיין אידישע היסטארי. מיט דעם רייכן עבר וואס דאס אידישע פאלק האט. און נישט קיין אמעריקאנער, אדער וועלט'ס היסטאריע. און נישט קיין סאציאלע שטודיעס. אדער געאגראפי. אדער מאטעמאטיקס. גארנישט. ממש גארנישט. נאר א ביסל גמרא אויבערפלעכליך, באנאל. דורך מלמדים וועלכע זענען אליין געשוואלענע עמי הארצים אין אלע רעלעוואנטע סובדזשעקטס. וויאזוי זאלל א רבי אין א תלמוד תורה מסביר זיין א הלכה אין הילכות שבת אדער הילכות עירוב אדער הילכות טומאה וטהרה פאר זיינע תלמידים ווען ער הייבט נישט אן צו וויסן פון דעם לעבן פון די אידן אין בבל און אין ארץ ישראל בזמן התלמוד...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט. איך בין געגאנגען אין גאס ליל שבת פרשת בראשית מיט מיינע קינדער, און מ'האט גערעדט פון קין און הבל. מיין צען יעריגער בחור האט מיר געפרעגט פארוואס דער אויבישטער האט צוגעלאזט אזא מעשה. איך האב איהם גע׳ענטפערט אז דער אויבישטער מישט זיך נישט אין א מעשה פון א בעל בחירה. פון דארט איז פארוואנדעלט די שמועס צו די נאציס, און איך האב איהם געזאגט אז ס'איז מעגליך די זעלבע זאך. דערנאך האב איך מיר געטראכט פון די פסוק 'אשור שבט אפי'. ווייס איך שוין נישט.
די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז נישט קיין שאלה פארוואס ער האט עס געטוהן. די נאציס זענען געמיינע מענטשן געווען און פערטיג. די שאלה איז "פארוואס האט ער אונז נישט געראטעוועט?" דאס איז שוין א שוואכערע שאלה. פאר דעם דארף מען זכותים, ווער זאגט אז מ'האט עס געהאט?
נאך טיפער. די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז מער א שאלה "ווי האט אזא דערבארעמדיגע גאט באשאפען אזא גרויזאמע וועלט?", אין אנדערע ווערטער 'ווי קען א פערפעקטע ערשיינונג ווי גאט, באשאפען אומפערפעקטע זאכן ווי א וועלט און די מענטשהייט?' בקיצור, סוד הצמצום מיט אלע איהר פלאנטעריי. מיר ווייסן נישט די תשובה אויף אונזער שפראך, נאר די פאר אומפארשטענדליכע קבלה'דיגע מושגים וואס מ'האט אמאל ערגעץ געהערט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פילוזופיא רעדט אויך פיהל פון דעם. דער מלחמת ה' להרלב"ג און נאך. קיין פארשטענדליכע תירוץ איז נאך נישט דא. דאס איז נכלל אין מה לפנים. פערפעקטשען איז אן אומבאגריפליכע זאך לויט אונזערע אומשטענדן, און דאס זאגט אונז דער רמב"ם ביי ידיעה און בחירה, למעיין היטב.
יע, און פארדעם האט די שטאט בריסק אויסגעזען אזוי ווי ס'האט אויסגעזען...!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט. איך בין געגאנגען אין גאס ליל שבת פרשת בראשית מיט מיינע קינדער, און מ'האט גערעדט פון קין און הבל. מיין צען יעריגער בחור האט מיר געפרעגט פארוואס דער אויבישטער האט צוגעלאזט אזא מעשה. איך האב איהם גע׳ענטפערט אז דער אויבישטער מישט זיך נישט אין א מעשה פון א בעל בחירה. פון דארט איז פארוואנדעלט די שמועס צו די נאציס, און איך האב איהם געזאגט אז ס'איז מעגליך די זעלבע זאך. דערנאך האב איך מיר געטראכט פון די פסוק 'אשור שבט אפי'. ווייס איך שוין נישט.
די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז נישט קיין שאלה פארוואס ער האט עס געטוהן. די נאציס זענען געמיינע מענטשן געווען און פערטיג. די שאלה איז "פארוואס האט ער אונז נישט געראטעוועט?" דאס איז שוין א שוואכערע שאלה. פאר דעם דארף מען זכותים, ווער זאגט אז מ'האט עס געהאט?
נאך טיפער. די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז מער א שאלה "ווי האט אזא דערבארעמדיגע גאט באשאפען אזא גרויזאמע וועלט?", אין אנדערע ווערטער 'ווי קען א פערפעקטע ערשיינונג ווי גאט, באשאפען אומפערפעקטע זאכן ווי א וועלט און די מענטשהייט?' בקיצור, סוד הצמצום מיט אלע איהר פלאנטעריי. מיר ווייסן נישט די תשובה אויף אונזער שפראך, נאר די פאר אומפארשטענדליכע קבלה'דיגע מושגים וואס מ'האט אמאל ערגעץ געהערט.
שטייט אין חובת הלבבות אז א מענטש קען גארנישט טון נאר אויב גאט איז מסכים. וויאזוי האט די אייבערשטער מסכים געווען צו אזאנס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
קודם כל א שאלה איז נישט קיין תשובה, מען דארף זיך דא באנוצן מיט וואס יוהאן פיכטע האט גערופן דער ''דייעלעכטיקל טרייעד'', אויפצוקומען מיט א געדאנק.
ס'שטייט אויכעט, אין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד שמכריזין עליו מלמעלה, אוודאי איז דער ענין פון די השגחה פרטית א שווערע צו פארשטיין. דאס האט מיט ידיעה ובחירה. ידיעה ובחירה איז א גאר שווערע מעטאפיזישע שאלה. ס'איז עפעס וואס מען דארף זיך מוטשען אויף, נישט עפעס וואס מען קען ליגן אין בעט און פארשטיין. די רמב''ם ווען ער רעדט דערפון אין ספר היד און אין שמונה פרקים רירט ער נישט צו צום ענטפער, אין מורה רעדט ער יא מער דערפון.
ס'איז דא א געדאנק וואס די רמב''ם און נאך ראשונים (אבן עזרא ועוד) דערמאנען, דאס איז ''יודע, דעת וידיעה" - כ'וועל נישט יעצט אריינגיין אין דעם, איך וועל בל''נ מאכן א שטיקל ארטיקל איבער ידיעה ובחירה איינע פון די טעג.

- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט. איך בין געגאנגען אין גאס ליל שבת פרשת בראשית מיט מיינע קינדער, און מ'האט גערעדט פון קין און הבל. מיין צען יעריגער בחור האט מיר געפרעגט פארוואס דער אויבישטער האט צוגעלאזט אזא מעשה. איך האב איהם גע׳ענטפערט אז דער אויבישטער מישט זיך נישט אין א מעשה פון א בעל בחירה. פון דארט איז פארוואנדעלט די שמועס צו די נאציס, און איך האב איהם געזאגט אז ס'איז מעגליך די זעלבע זאך. דערנאך האב איך מיר געטראכט פון די פסוק 'אשור שבט אפי'. ווייס איך שוין נישט.
די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז נישט קיין שאלה פארוואס ער האט עס געטוהן. די נאציס זענען געמיינע מענטשן געווען און פערטיג. די שאלה איז "פארוואס האט ער אונז נישט געראטעוועט?" דאס איז שוין א שוואכערע שאלה. פאר דעם דארף מען זכותים, ווער זאגט אז מ'האט עס געהאט?
נאך טיפער. די שאלה "ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט?" איז מער א שאלה "ווי האט אזא דערבארעמדיגע גאט באשאפען אזא גרויזאמע וועלט?", אין אנדערע ווערטער 'ווי קען א פערפעקטע ערשיינונג ווי גאט, באשאפען אומפערפעקטע זאכן ווי א וועלט און די מענטשהייט?' בקיצור, סוד הצמצום מיט אלע איהר פלאנטעריי. מיר ווייסן נישט די תשובה אויף אונזער שפראך, נאר די פאר אומפארשטענדליכע קבלה'דיגע מושגים וואס מ'האט אמאל ערגעץ געהערט.
ס'איז קלאר אז ס'איז געווען א גזירה מן השמים, צדיקים פון יארן פריער האבן שוין פארגעזאגט אז עס קומען שווארצע וואלקענס אויף אייראפע, אונז אלע גלייב מיר באמונה שלימה אז דער רבונו של עולם האט עס אזוי געפירט פונקטליך מי יחי' ומי ימ.. קיינער איז נישט געבליבן לעבן פערצופאל, צדיקים האבן געזאגט אז יעדער איד וואס איז לעבן געבליבן האבן אים צוויי מלאכים באגלייט, אונז פרעג מיר נישט קיין קשיות אויף הנהגת הבורא ב"ה, אונז פארשטיי מיר נישט פארוואס, און אונז וויל מיר נישט פארשטיין אלעס, ביז ס'וועט זיין והי' ד' למלך על כל הארץ בביאת גואל צדק, און דעמאלס וועט אלעס קלאר ווערן ברור כשמש, און ס'וועט זיין אז ימלא שחוק פינו בב"א.