זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

מחשבה, השקפה ועיון
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: זוגות, שדים, עין הרע, קטלנית, קמיע - כל דקפיד קפדי בהדיה

שליחה דורך שמערל »

איי ווי גוט דו זאגסט, א שאד דער רמב"ם האט זיך נישט געדרייט ביים ריבניצער.
טאקע א שאד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ז.[/center]
[center]וויאזוי באציהט זיך דער רמב"ם וסייעתו, צו גמרות וואס רעדן איבער שדים וכדומה?![/center]
דער רמב"ם ודעימיה, האבן טאקע באוויזן מפרש צו זיין פסוקי התורה אויף אן אופן, וואס לויט דעם זעען מיר נישט קיין קלארע מקור אז ס'זענען דא איבערנאטורליכע כוחות הטומאה וכדומה. אבער אין גמ' געפונען מיר כסדר אנעקדאטן און זאגאר הלכות, וואס קומען פון גלייבן אין כוחות הטומאה אדער סתם מיסטיציזם.

די גרינגסטע וועג איז געווען, צו זאגן אז די גמרות רעדן על דרך משל ומליצה, און ווי מיר האבן געברענגט אויבן פרק ד' בשם ר"א בן הרמב"ם וואס שרייבט אזוי, און דער רמב"ם זעלבסט שרייבט אויך אזוי כמה פעמים. און אזוי האט אויך דער מאירי אריינגעלערנט פשטים אין מאמרי חז"ל, וואו אנגעמערקט דארט אויבן.

א העכערע שטאפל איז צו זאגן, אז חז"ל האבן אזוי געשריבן צוליב דעם וואס דער המון עם האט יא געגלייבט די זאכן, און דערפאר האבן חז"ל זיך געמוזט מתייחס זיין דערצו כאטש זיי האבן געוואוסט אז די אלע זאכן הייבן זיך נישט אן. אזא קו האבן מיר געברענגט אויבן פרק ג' בשם דעם מאירי.

אבער דאס קען מען נאר טענה'ן, בנוגע די שטיקלעך גמ' וואס זענען זיך נאר מתייחס באופן כללי צו שדים רוחות וכשפים וכו', אבער וואס טוט מען ווען מ'זעט אז געוויסע תנאים ואומוראים האבן זעלבסט געגלייבט אין די זאכן, און דערציילן מעשיות וואס האט פאסירט מיט זיי זעלבסט, אדער האבן גע'פסק'נט דינים וואס וואלט געווען אסור צו פסק'נען אויב זיי וואלטן נישט געגלייבט אין די מיסטישע כוחות.

דא קומט אריין דער שארפסטער שטאפל, ווען זיי מוזן - שטילערהייט, על פי רוב - מודה זיין אז 'געוויסע' חכמים האבן יא געגלייבט דערינען, כאטש דאס טוישט נישט דער דעה פון די ראשונים זעלבסט, וואס האבן שוין אפגעמאכט ביי זיך אז די מיסטישע כוחות עקזיסטירן נישט. מיר האבן שוין אויבן אין פרק ה', ציטירט די שארפע ווערטער פונעם רמב"ם אין איינע פון זיינע אגרות, וואו ער דריקט זיך אויס איבער דעם: אני יודע שאפשר שתחפשו ותמצאו דברי יחידים מן החכמים בתלמוד ובמדרשות שדבריהם מראים שבשעת הולדתו של אדם יגרמו לו הכוכבים כך וכך, אל יקשה זה בעיניכם, אין ראוי להניח דברים של דעת ושכבר נתאמתו בראיות, וינער כפיו מהם ויתלה בדברי יחיד מן החכמים שאפשר שנתעלם ממנו דבר וכו', עכ"ל.


[center]זאגן א לחש קעגן א מזיק.[/center]
אין געוויסע פלעצער, וואו עס קומט אויס א נפ"מ להלכה דורכן גלייבן אין מיסטישע כוחות, קומט אויף דער רמב"ם מיט געניאלע איינפעלער וויאזוי נישט צו טוישן די דין, און אין איינוועגס נישט צו טוישן זיין מיינונג אז דאס אלעס איז בעלאוני. למשל, אין מסכת סנהדרין דף ק"א ע"א שטייט, אז אויב א שלאנג אדער עקדיס האט געביסן א מענטש, מעג ער לוחש זיין 'לחישת נחשים ועקרבים', אפילו אום שבת. בפשטות איז דער טעם [און אזוי קומט אויס פון רש"י], וויבאלד חז"ל האבן געגלייבט אינעם כח פונעם לחש, און דערפאר מעג מען זאגן א לחש ניצל צו ווערן פון די מזיקים וואס שעדיגן דורכן שלאנג'ס ביס. און דאס איז מותר צו טון אום שבת, און מ'איז נישט חושש אז ער איז עובר דורכדעם אויף איסור צידה.

דער רמב"ם ווידער, ברענגט אראפ דעם דין אין הל' ע"ז פי"א הי"א, אבער ער געבט א צווייטע הסבר דערצו: 'כדי לישב דעתו ולחזק לבו, אע"פ שאין הדבר מועיל כלום, הואיל ומסוכן הוא התירו לו כדי שלא תטרף דעתו עליו', עכ"ל. און דער כס"מ אויפן פלאץ איז מסביר דער חידוש אז 'אפילו שבת' איז מותר, אז כאטש שבת טאר מען נישט מרבה זיין צו רעדן דברים בטלים, אזויווי דער רמב"ם פסק'נט אין הל' שבת פכ"ד ה"ד, איז עס דא אבער מותר 'כדי שלא תטרף דעתו עליו'. [אין ספר באר שבע דארט אויפן גמ' מסכת סנהדרין, פרעגט אויף רש"י'ס פשט, און קומט אויך צו צום הסבר פונעם רמב"ם ע"פ הכס"מ]. און אזוי פסק'ענען טאקע די טור און שו"ע אין יו"ד סי' קע"ט ס"ו, ככתבו וכלשונו.

טאקע דארט איז דא דער באוואוסטער ביאור הגר"א, אין סקי"ג, וואו ער האקט שטיקער פון דעת הרמב"ם ובעלי הפילוסופיה, וואס האבן פארדרייט גמרות און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון פילע מקורות וואו מיר זעען קלאר אז זיי האבן געגלייבט אין די העכערע מיסטישע כוחות. נאר אינטרעסאנט, אז ס'נישט נאר דער רמב"ם, נאר אפילו די טושו"ע האבן אזוי געזאגט, און דאס איז טראץ דעם וואס דער בעל מחבר שו"ע - רבי יוסף קארו, איז געווען א מקובל, און מעגליך האט ער אפילו געלערנט מיט א מגיד מן השמים [אויב די ספר מגיד מישרים המיוחס אליו, איז טאקע ריכטיג].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ח.[/center]
[center]מ'דארף חושש זיין צו שדים/רוחות רעות?[/center]
אבער נישט נאר ביי אזעלכע 'קליינליכע' פראבלעמען געט זיך דער רמב"ם אן עצה, נאר דער רמב"ם טוט אזוי אויך ביי אזא הארבע זאך ווי א גט. די משנה זאגט אין מסכת גיטין דף ס"ז ע"ב, 'מי שאחזו קורדייקוס ואמר כתבו גט לאשתי, לא אמר כלום', ע"כ. די גמרא איז מסביר 'האי רוחא, קורדייקוס שמה'. און רש"י אויפן משנה איז מסביר אז דאס איז א שידה וואס גייט אריין אין א מענטש ווען ער טרינקט וויין פון פאס. דאס איז א הלכה פסוקה, באזירט אויף אן אמונה אין מציאות השדים ורוחות, און דער רמב"ם קען נישט פסק'ענען אנדערש. נו, וואס טוט מען?

קומט דער רמב"ם און שרייבט דעם זעלבן דין, נאר בשינוי לשון קצת, וואס אין אט דער שינוי ליגט די יסוד השיטה פונעם רמב"ם. דער רמב"ם פסק'נט אין הל' גירושין פ"ב הי"ד בזה"ל: מי שהיתה רוח רעה מבעתת אותו, ואמר כשהתחיל בו החולי כתבו גט לאשתי, לא אמר כלום, מפני שאין דעתו נכונה ומיושבת, עכ"ל.

פשוט און גראד, פון א מענטש וואס 'שדים' פייניגן אים, איז געווארן איינער וואס האט אים אנגעכאפט א 'נערוון בראך' אדער 'פאניק אטאקע', א גייסטישע - אבער נישט מיסטישע - קרענק, און די 'קרדייקוס' ווערט ניטאמאל ארויפגעברענגט על דל שפתי הרמב"ם!


נאך איין גוטע דוגמא: די גמרא זאגט אין מסכת פסחים דף קי"ב ע"א: 'אוכלין ומשקין תחת המטה אפילו מחופין בכלי ברזל רוח רעה שורה עליהן', ע"כ. דאס הייסט, אז אויב מ'לייגט עסן אונטערן בעט, איז שורה אויף דעם א רוח רעה. ענליך צו דעם שטייט אין ירושלמי מסכת תרומות פ"ח ה"ג, 'אסור דלא למיתן בר נש פריטין גו פומיה ותבשילא תותי ערסא', ע"כ. דא שטייט גראדע א שארפערע לשון, 'אסור', כאטש ס'שטייט נישט קיין טעם צום איסור. בפשטות איז דאס צוליב א רוח רעה, אזויווי ס'שטייט אין בבלי.

קומט אבער דער רמב"ם אין הל' רוצח פי"ב ה"ב, און זאגט א צווייטע טעם, וז"ל: 'ולא יתן תבשיל תחת המטה אעפ"י שהוא עוסק בסעודה, שמא יפול דבר המזיק והוא אינו רואהו', עכ"ל. דער ראב"ד איז טאקע גלייך משיג אויף אים, ובלשונו: 'גם זה בירושלמי ומפרשים משום רוח רעה'.

אבער מיר ווייסן שוין, אז דער רמב"ם שפינט דא זיין אייגנארטיגער וועג אפצולערנען יעדע 'העכערע' באגריף, אלס פשוט'ע זאך. און דערפאר האט ער דא געטראפן א צווייטע וועג וויאזוי צו קענען פסק'ענען ווי די גמרא, אבער ס'זאל נישט טוישן זיין בליק אויף אבערגלויבנס. דער רמב"ם קען דא טאקע מדחיק זיין, אז די ירושלמי דינגט זיך אויפן בבלי, און לויטן ירושלמי איז דער טעם לאיסור נישט צוליב א רוח רעה, נאר 'שמא יפול דבר המזיק והוא אינו רואהו' וכדברי הרמב"ם.


אין א שיעור פון הגאון רבי אשר ווייס שליט"א, האב איך געטראפן אפאר ראיות מחזק צו זיין אז ס'איז טאקע דא א מחלוקת בבלי וירושלמי אינעם טעם הדבר. ער מערקט אן אויף פארשידענע חילוקים צווישן לשון הבבלי והירושלמי. דער בבלי שרייבט 'אוכלין ומשקין', און דער ירושלמי שרייבט 'תבשיל'. דער בבלי שרייבט 'אפילו מחופין בכלי ברזל', און דער ירושלמי איגנארירט דאס. דער בבלי שרייבט דער טעם לאיסור 'משום רוח רעה', און דער ירושלמי נישט.

און אויב מ'וועט מסביר זיין אז די ירושלמי אסר'ט אלס חשש היזק דורך א שלאנג'ס גיפט וכדומה [ווי מיר געפונען בנוגע לאזן זאכן מגולה איבערנאכט], דאן וועלן אלע דיוקים שטימען גוט: ווייל ביי א עפל למשל, וואס איז נישט קיין תבשיל, קען מען גלייך זען אויב א שלאנג האט עס געביסן, ממילא אסר'ט דער ירושלמי נאר ביי א תבשיל. און דערפאר אסר'ן זיי נישט 'אפילו מחופין בכלי ברזל' ווי עס שטייט אין בבלי, ווייל אויב ס'איז גוט צוגעדעקט דארף מען שוין טאקע נישט חושש זיין אז א שלאנג האט עס געביסן. און טאקע צוליב דעם האט דער ירושלמי נישט געשריבן אז די איסור איז 'משום רוח רעה'.

אויב מיר וועלן טאקע אזוי זאגן, קומט אויס הפלא ופלא דאס וואס דער רמב"ם שרייבט ממש ווי די ירושלמי. ער רעדט נאר פון 'תבשיל', ער רעדט נישט פון 'מחופין בכלי ברזל', און ער אסר'ט טאקע נאר צוליב 'שמא יפול דבר המזיק' דהיינו גיפט וכדומה. עכ"פ זעען מיר אז דער רמב"ם טרעפט א וועג ארויס, אפילו ווען ס'קומט ארויס א נפ"מ לדינא דורכדעם וואס מ'גלייבט אין די מיסטישע כוחות.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ס'איז קלאר ווי די טאג אז די רמב"ם איז אדער זיך מתעלם פון סיי וועלכע הלכה וואס איז פארבונדען מיט איבערגלויבענישן, אדער טרעפט ער אן אנדערע סיבה צו די הלכה, נישט דוקא שדים ורוחות, עין הרע, כישוף זוגות קמיעות, קטלנית, וכדומה.כאטש וואס לפלא אז די טראדיציאנאלע מפורשים לא ירדו לסוף דעתו, נעמט לדוגמא לועג לרש וואס שטייט אין גמרא באזונדער לגבי תפילין און באזונדער ביי ציצית, ציצית איז ער אינגאנצען משמיט, און תפילין דערמאנט ער ווי כאילו דאס טראגן תפילין אין בית הקברות איז א בזיון פאר די תפילין, משא"כ ביי ציצית איז נישט שייך דער טעם.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ט.[/center]
[center]איז דא א העכערע כח אין א קמיע? און אויב נישט, צו מעג מען ארויסגיין מיט א קמיע שבת?![/center]
די גמרא זאגט אין מסכת שבת דף נ"ג ע"א ועוד, אז מ'מעג ארויסגיין אום שבת אין גאס מיט א 'קמיע מומחה', דאס מיינט א קמיע וואס איז מוחזק געווארן דריי מאל אז ס'ווירקט. בפשטות איז דאס א הוכחה גמורה אז חז"ל האבן געגלייבט אין העכערע מיסטישע כוחות, און האבן אפילו מתיר געווען ארויסצוגיין שבת אין גאס מיט דעם.

לויטן רמב"ם שאפט זיך דא א גרויסע פראבלעם, וויבאלד ס'איז נישט סתם אגדתא, נאר אן עמטליכער דין וואס האט אן אפעקט אין אזעלכע הארבע ענינים ווי הלכות שבת. און דער רמב"ם שרייבט טאקע אין הל' שבת פי"ט הי"ד מיט א פשטות, אז מ'מעג ארויסגיין מיט א קמיע מומחה אום שבת. ער מאכט זיך נישט וויסנדיג פונעם גרויסן שטורעם וואס וועט זיך ארויסשטעלן צוליב דעם, אז ער איז כביכול נוגד זיין כלליות'דיגן שיטה בנוגע מיסטיציזם.

דאס קומט שוין נאכדעם וואס די משנה אין מסכת שבת דף ס"ז ע"א, ברענגט אראפ געוויסע מאדנע רפואות וואס מ'מעג טון אין שבת, ווי למשל 'ביצת החרגול, שן השועל, מסמר הצלוב' וכו'. וואס בעצם איז דאס א מחלוקת אויב ס'איז א רפואה, אדער גאר אן איסור אלס 'דרכי אמורי', אבער למעשה בלייבט די גמרא אז 'כל שיש בו רפואה אין בו משום דרכי אמורי', און דערפאר איז עס מותר אפילו אין שבת.

דער רמב"ם אין פירוש המשניות שרייבט, אז די כח דערפון איז באופן סגולי. וואס לויט ווי מיר קענען שוין זיין שיטה לאורך כל הדרך, גלייבט ער זעלבסט נישט אין די גאנצע מציאות פון העכערע סגולות און מיסטישע כוחות. פארט אבער, פסק'נט ער אויך אין הל' שבת דארט הלכה י"ג אז ס'איז מותר אין שבת. ער דרייט אבער אביסל בלשונו, און נאכן אויסרעכענען אלע מאדנע זאכן וואס זענען מותר אין שבת, פירט ער אויס: 'ובכל דבר שתולין אותו משום רפואה, והוא שיאמרו הרופאים שהוא מועיל', עכ"ל. ס'איז משמע אז ער קוקט עס יא אן ווי א רפואה ממש, אבער ס'מעגליך אז ער מיינט טאקע דאס: ובכל דבר 'שתולין אותו' משום רפואה, דהיינו אז באופן סגולי דארף עס צו ברענגען א רפואה [אפשר מיינט ער נאר לאפוקי ווען מ'טוט עס אלס דרכי אמורי, וואס דאן איז עס אסור].


אזוי צו אזוי, זעען מיר דא צוויי הלכות איינס נאכן אנדערן, ווי דער רמב"ם פסק'נט ווי די גמרא, טראץ דעם וואס זיי זענען לכאורה סותר זיין אויסגעבויטע שיטה, אז מיסטישע כוחות זענען 'האקוס פאקוס'.

און בעצם שרייבט דאס דער רמב"ם זעלבסט קלאר אין מורה נבוכים ח"א פס"א, טאקע בנוגע די אזויגערופענע כח פון קמיעות, וז"ל: ולא יעלה במחשבתך שגעון כותבי הקמיעות, ומה שתשמעהו מהם או תמצאהו בספריהם המשונים, ומשמות חברום, לא יורו על ענין בשום פנים, ויקראו אותן שמות ויחשבו שהם צריכים קדושה וטהרה ושהם יעשו נפלאות, כל אלה הדברים לא יאות לאדם שלם לשמעם כ"ש שיאמינם, עכ"ל. אזוי אויך האקט ער גאר שארף דערוועגן סוף פס"ב.

שארפע דיבורים, און די קשיא ווערט נאר שארפער.


כמעשהו במאן דקפיד קפדי בהדיה כך מעשהו בקמיע. מיר וועלן זיך באנוצן מיט די ווערטער פונעם מאירי, וויאזוי ער איז זיך מתייחס צום קמיע, און מיט דעם וועלן מיר פארשטיין דעת הרמב"ם. דער מאירי גייט ארויף אויף דעם, וואס די גמ' אין מסכת שבת דף נ"ג ע"א איז מחלק, אז כאטש אפילו א מענטש מעג ארויסגיין מיט א קמיע מומחה אין שבת, מעג מען אבער נישט ארויפלייגן א קמיע מומחה אויף א בהמה אין שבת. שרייבט דער מאירי דער טעם הדבר, וז"ל: ובא ללמדנו שאעפ"י שהוא מומחה לאדם אינו מומחה לבהמה, שאדם אפשר שטבעו מתחזק מתוך בטחונו על הקמיע ומתרפא, עכ"ל. און אין אנדערע ווערטער, קוקט עס דער מאירי אן ווי א פשוט'ער פסיכאלאגישער הייל-מיטל, אז וויבאלד ער גלייבט דאך אינעם כח פונעם קמיע, ווערט ער געשטארקט פון דעם אליינס אז ער מיינט אז 'קרובה ישועתי לבוא'...

דאס איז אן אויסגעבויטער שיטה ביים מאירי, וואס שרייבט אביסל שפעטער, אין דף ס"ז ע"א, בנוגע לחשים השבעות און די מאדנע סארט רפואות, בזה"ל: 'שמצד שהיו ההמון באותו זמן בטוח באותם הענינים, היה טבעם מתחזק, ונמצא מצד ההרגל - עזר טבעי בהם', עכ"ל. אין מאדערן וועלט ווערט אזא 'רפואה' אנגערופן פלאסיבא-Placebo. אז מ'רעדט זיך איין אז מ'נעמט איין א ריכטיגע רפואה, און פון דעם זעלבסט ווערט מען געהיילט.

דער רמב"ם זעלבסט נוצט די זעלבע סברא אויף פארקערט, ווי מיר האבן שוין געברענגט אויבן אין פרק ב', שרייבט דער רמב"ם אז די איסור קטלנית איז נאר וויבאלד מענטשן גלייבן אין די מיסטישע מושגים ווי 'מעיין גורם-מזלה גורם', און פון גלייבן וועט מען זעלבסט ווערן אפגעשוואכט מרוב פחד ותמהון, וכלשונו: 'שחוששים לו על דרך הניחוש והכישוף והדמיונות והדימויים, אשר במקצת הזמנים יקבלו פעולתם הגופות חלושי הבנין', עכ"ל.

מיט דעם וועלן מיר גוט פארענטפערן, דאס וואס דער רמב"ם איז מתיר ארויסצוגיין אין גאס מיט א קמיע אום שבת. ער איז מתיר נישט צוליב דעם וואס ער גלייבט אין א קמיע מומחה, ער גלייבט דאך נישט אין די כח פון קמיעות בכלל, ווי געברענגט זיין שארפע לשון אין מו"נ. נאר וויבאלד מענטשן גלייבן אין דעם, וועט דאס פשוט האבן א פסיכאלאגישער אפעקט אויפן מענטש, און דורכדעם זעלבסט וועט ער ווערן געזונט, און דערפאר איז מותר ארויסצוגיין מיט א קמיע שבת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

להנאת הציבור.

איך האב צאמגענומען די גאנצע משא ומתן און צען קאפיטלעך פונעם אשכול, אין א לענגערע פי די עף פון 14 בלעטער:
[NAMELESS]

הרב עובדיה יוסף: יש רק מעט אנשים נודניקים פוחדים מעין הרע...

שליחה דורך [NAMELESS] »

צוריקגייענדיג צום נושא האשכול, איבער 'כל דקפיד קפדי בהדיה', און ווער נישט - נישט. און מיר האבן געברענגט א רשימה פון פוסקים וואס זאגן אז דער כלל גייט אן ביי יעדע סארט 'עין הרע' ביזנעס, און נישט נאר לענין זוגות.

איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז דער ספרד'ישער פוסק הדור - הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, האט אמאל אין א שיעור [אום מוצש"ק פרשת שמות תשע"א] געזאגט בתוך הדברים, לגבי עולה זיין לתורה א טאטע מיט א זון איינער נאכן אנדערן, אז מ'זאל נישט מקפיד זיין דערויף [דאס איז טראץ דעם וואס אין די פוסקים איז מען יא מחמיר אויף דעם], און ס'גייט אריין אין כלל פון 'דלא קפיד לא קפדי בהדיה'.

ער האט שוין אויסגענוצט די פלאטפארמע עפנטליך אראפצורייסן די גאנצע עין הרע געשעפט, וואס כידוע זענען די ספרדים גאר שטארק געשלאגן דערמיט, און הרב עובדיה - א באקאנטער ראציאנאליסט, וואס האט ווייניג געגליכן קבלה בכלל און 'מקובלים' בפרט - האט דאס געוואלט אביסל ארויסהאקן פון זייערע קעפ.

מחמת חיבת הלשון אעתיק דברי מרן [דא קען מען עס הערן]:
ברוך השם היום מי חושש מעין הרע? יש מעט זקנים פוחדים מעין הרע, אבל רוב בני אדם לא פוחדים מעין הרע, לכן עולים יחד שני אחים... ואני אומר דלא קפיד לא קפדין בהדיה, היום בדורות שלנו לא פוחדים, יש רק מעט אנשים נודניקים פוחדים מעין הרע, לכן מותר להעלות אב ובן בנו ביחד.‏
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: איך האב א קליינע הערה איבער דעם ענין פון מקפיד זיין אז א טאטע און א זון זאללן נישט עולה זיין איינער נאכ'ן אנדער'ן. דאס קענמען פארשטיין אפילו אויף א ראציאנאלן לעוול. דאס איז מעורר קנאה און אלס תוצאה, שנאה. ס'איז ווי איינער זאלל זאגן, סאבקאנשיעסלי...קוק, זיי נעמען זיך עליות, און פיהלן אזוי זיכער מיט זיך...! איך האב דאס געשפיהרט אויף מיר אליינס. ווען, ביי א משפחה שמחה, האט מיין איידעם מיר געקויפט אן עליה אין א יו"ט, נאכדעם וואס ער האט אליינס עולה געווען. דארט איז געווען אן עלטערער איד פון די גרופע אידן וועלכע זענען אייביג פרומער פון א צווייטן, און גרעסערע קנאים פון א יעדן. און נאכ'ן ערשטן שלום עליכם וועללן זיי דיר אויסרעכענן לכה"פ זעקס זאכן וואס דו טוסט נישט ריכטיג אין אידישקייט. איך האב געשפיהרט די שארפקייט און בייזקייט און אומ-פארגינערישקייט פון זיינע בליקן. כאילו איינער זאגט, ווער ביסטו. דיר אויך צו נעמען אן עליה...! איך בין נישט קיין איינגערעדטער מענטש. און איך לאך מיך אויס פון די אלע נארישע מעשיות פון עין הרע, מיט גיסן בליי אדער חלב, און די אלע פאנטאזיעס ארום דעם...!
[NAMELESS]

ווער זענען די "שדים" במשנת הרמב"ם?

שליחה דורך [NAMELESS] »

איבער די לעצטע וויילע, האב איך געטראפן פארשידענע גאר אינטרעסאנטע קרישקעלעך וואס האבן א שייכות מיט דעם אשכול. איך וועל זיי ארויפברענגען אין די קומענדיגע תגובות, און דער עולם וועט זיך מחיה זיין.


לאמיר אנהייבן:

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז טראצדעם וואס דער רמב"ם מאכט גענצליך אוועק די 'מיסטישע' שדים, אלס פוסטע עבודה זרה [ווי עס וועט ווערן דערמאנט אין א שפעטערדיגע תגובה], פארט אבער נוצט ער די מושג פון "שדים" אין א טיפיש שארף ראציאנאלער מוסר שמועס, אלס כינוי פאר מענטשן וואס זוכן נישט מושכלות, און צווישן א שלל תוארים מחמיאים געבט ער זיי אויך דעם טיטל "שדים".

לאמיר אראפברענגען א שטיקל לשון אין מו"נ ח"א פ"ז:
"אמנם שת, כאשר למדהו והבינהו ונמצא שלם השלימות האנושי, אמר בו (בראשית ה, ג): 'ויולד בדמותו כצלמו'.

וכבר ידעת כי כל מי שלא הגיע לו זאת הצורה אשר ביארנו ענינה, הוא אינו איש אבל בהמה על צורת איש ותבניתו, אבל יש לו יכולת על מיני ההיזק וחדוש הרעות, משא"כ לשאר בע"ח. כי השכל והמחשבה שהיו מוכנים לו להגעת השלמות אשר לו הגיע, ישתמש בהם במיני התחבולות המביאות לרע והוליד הנזקים כאלו הוא דבר ידמה לאדם או יחקהו.

וכן היו בני אדם הקודמים לשת, ואמרו במדרש כל אותן ק"ל שנה שהיה אדם נזוף בהם היה מוליד רוחות, ר"ל שדים, וכאשר רצהו השם הוליד בדמותו כצלמו".
[NAMELESS]

שדים זענען א דמיון פון עובדי עבודה זרה!

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער רמב"ם שרייבט אין מו"נ ח"ג פמ"ו, איבער די נושא פון מקריב זיין פאר שדים, וז"ל:

"ודע שזמן זאת האמונה היה קרוב לימי משה רבינו, והיו בני אדם נמשכים אחריה מאד וניסתים בה, תמצא זה כתוב בשירת האזינו (דברים לב, יז): 'יזבחו לשדים לא אלוה', וכבר בארו החכמים ענין אמרו לא אלוה, אמרו שהם לא פסקו מעבודת דברים נמצאים עד שעבדו דמיונות, לשון ספרי (שם): לא דיין שהם עובדים חמה ולבנה כוכבים ומזלות, אלא שעבדו בבואה שלהם".


מ'דארף ארויסברענגען, אז כאטש וואס במושכל ראשון זעט אויס ווי די ווערטער פונעם רמב"ם זענען זיך סותר מיט וואס ער האט געשריבן פריער אין פכ"ט, אז די זאכן קומען נאך פון בעפאר תקופת אברהם אבינו, וואס שטימט נישט מיט די ווערטער 'זאת האמונה היה קרוב לימי משה רבינו', וואס משה האט געזאגט די ווערטער 'יזבחו לשדים לא אלוה' [און ווי דער המשך הפסוק: "אלהים לא ידעום, חדשים מקרב באו, לא שערום אבתיכם", וואס דאס איז די כוונה פונעם רמב"ם מיטן ברענגען דעם פסוק אלס ראי' אז דאס האט זיך אנגעהויבן סמוך לתקופת משה רבינו] גאנצע 540 יאר נאך לידת אברהם, און זיי האבן נאך געלעבט בעפאר אברהם'ס תקופה.

אבער דער אמת איז, אז ס'איז קלאר פון די רמב"ם'ס ווערטער אז נישט אלעס איז שוין געווען אנגענומען דורך די עובדי ע"ז הקדומים, און אפילו שפעטער איז נישט אלץ אנגענומען געווארן דורך אלע עובדי ע"ז. דערפאר איז די מושג פון שדים וזביחה לשדים געשאפן געווארן הונדערטער יארן שפעטער פון תקופת אברהם, און דאס איז די כוונה פון די ווערטער פונעם ספרי, אז לא די זיי גלייבן אין כוכבים ומזלות וואס זענען כאטש דברים שבמציאות, האבן זיי נאך 'מחמיר געווען' אויף זיך און אנגעהויבן גלייבן אין זייער דמיון, 'בבואה שלהם', און אזוי האבן זיי אויסגע'דמיונ'ט אזא מושג ווי שדים [עיי"ש בדברי האפודי]. און אפילו דאס איז נישט אנגענומען געווארן דורך אלע עובדי ע"ז, און ווי דער רמב"ם זעלבסט דריקט זיך אויס אנהייב פרק: "וכן היו כתות מן הצאב"ה עובדים לשדים".
[NAMELESS]

דעת בעל הכוזרי אויף אבערגלויבן

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער פילאזאף, הוגה דעות, און פייטן נפלא, רבינו יהודה הלוי, האט געגלייבט אין מציאות השדים, ווי ער שרייבט אין זיין ספר הכוזרי, מאמר החמישי אות י"ד, וז"ל:
"ומדוע זה יקשה ממך לקבל את סיפורי התורה על הרקיע ועל המים אשר מעל לשמים, ואף את סיפורי החכמים על השדים, ואת האגדות על המקווה בימות המשיח ותחיית המתים והעולם הבא".


פארט אבער - ווי אסאך אנדערע גדולי ישראל - האט ער געהאט א שארף ראציאנאלער צוגאנג צו פילע אנדערע אבערגלויבישע מושגים, ווי ער שרייבט אין מאמר הרביעי אות כ"ג בתוך דבריו [עיי"ש], בזה"ל:
"כשם שאנו נפתים לשאר ההבלים, באצטגנינות ולחשים וקמעות ובמעשים המכוונים להפוך את טבע, אם כי התורה ציוותנו להתרחק מכל".

דאס וואס ער רעדט וועגן קמעות און לחשים, זענען ממש ווי די ווערטער פונעם רמב"ם דערוועגן, ווי מיר האבן שוין געברענגט אויבן אין די סעריע מאמרים.
[NAMELESS]

צי האט דער רמב"ם אפשר יא געגלייבט אין כח הכישוף?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז דער רמב"ם שרייבט אין הל' יסודי התורה סוף פ"ח, אז אויב א נביא קומט זאגן אנדערש ווי תורת משה, זאל מען אים נישט אננעמען אפילו אויב ער באווייזט אותות ומופתים, ובלשונו: "ואנו יודעין בבירור שאותן האותות בלאט וכשוף הן".

פון זיין לשון דארט לאורך דבריו איז משמע אז אפילו ריזיגע מופתים, בדומה למופתיו של משה רבינו, זענען אויך נישט גענוג גוט [וויבאלד די מעמד מתן תורה וואס מיר האבן זעלבסט מיטגעהאלטן איז פיל שטערקער].

לויט דעם איז שטארק משמע אז ער גלייבט יא אז כישוף קען האבן אן אמת'ן כח, און אזוי וויל טאקע איינער אננעמען אין ספר עצמות יוסף (כ"ץ) ריש ספר ויקרא, ועיי"ש וויאזוי ער איז מסביר די שטיקלעך רמב"ם וואו ער מאכט אוועק די כח פון כשפים.
[NAMELESS]

די ראדיקאלע שיטה פון רב שמואל בר חפני גאון

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר האבן שוין אויבן געברענגט די דעה פון רב שמואל בר חפני גאון, דער שווער פון רב האי גאון, וואס איז געגאנגען גאר שארף מיטן ראציאנאלן שיטה, אזש ער האט פארלייקנט סיפורי מופת און אפילו סתם מאמרי חז"ל וואס שטייט אין תלמוד.

אבער די מערסטע שארף און קלאר זאגט ער עס אין זיין פירוש עה"ת, אויפן פסוק (דברים לב, נא): "על אשר מעלתם בי", וז"ל בא"ד:
"ואמרו איזה מבעלי ההגדות*, כי איצטגניני פרעה אמרו לו 'אתה תאבד ע"י איש אשר המים יהיו סיבת מיתתו', ואמנם כוונו בזה למשה רבנו בספור מי מריבת קדש, ומפני זה צוה [פרעה]: 'כל הבן הילוד' כו'.

ונאמר כי רבון העולמים היודע הנסתרות הוא יחיד בידיעתו זאת, לא ידע אותן אלא הוא או מי אשר יודיע אותם מנביאיו ושלוחיו. וכל מי שיתפאר בידיעה הזאת על דרך אחרת, כבר נדע בטול דבריו. וכבר אמר הא-ל יתעלה למלך מצרים (ישעי' יט, יב): אים איפוא חכמיך ויגידו נא לך וידעו מה יעץ ה'.

ולא יתכן כי נאמין באמתת דבר אשר באו ראיות בבטולו, רק בעבור כי אמרוהו איזה מהקדמונים.

אמנם צריך כי נתבונן על הדבר בשכלנו, ואם תמצא הוכחה לאמתתו נקבלהו, ואם תבוא ראי' לאפשריותו נאמין בו כבדבר אפשרי, ואם ימצא מן הנמנעות נחשבהו לנמנע".


[זע אויך בנוגע לשיטתו, בכת"י ששון 529 לדבריו א, ה [על האמת והמושאל], וב'זכרון לראשונים' (הרכבי) ח"ג עמ' 2, והערות 20-21; 32-35].

-----------
*עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז די 'איזה מבעלי ההגדות' זענען גמרות מפורשות, אין מסכת סוטה י"ב ע"ב, מסכת סנהדרין ק"א ע"ב, און אזוי אויך אין שמות רבה פ"א סי"ח.
[NAMELESS]

רבי יצחק הוטנער איז מסביר אויף זיין טיפישער שפראך...

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז ווערד אנצוצייכענען צו די גאר טיפישע-אינטרעסאנטע ווערטער פון הגאון רבי יצחק הוטנער זצ"ל, וויאזוי ער פרובירט אויסצוטרעטן א וועג אין די נושא פון שדים, וואס חז"ל דערמאנען אסאך מאל אלס פשוט'ער פאקט און דער רמב"ם לייקנט דערין, וז"ל (נדפס בספר הזכרון להפחד יצחק, עמ' ע"ד):

"ומהלך ההסבר בזה הוא, דידוע מאמר אדר"נ פל"א שכל מה שיש בעולם יש באדם. וה"ה לאידך גיסא. והנה באדם נמצא במוח כוח הדמיון, שבכוח זה האדם מצייר לעצמו מציאות שאינה מצויה בכלל העולם. וה"ז מציאות רק בכוח המדמה.

ומכיון שישנו כוח כזה באדם, בודאי שנמצא דוגמתו בריה בעולם. הבריות הללו הם הם הנקראים שדים. כלומר, שהם מציאות-בלתי-מציאות.

והנה באמרנו על איזה ענין שאין זה אלא דמיון, כונתנו שאין דבר כזה במציאות, אבל מי שעסקו הוא בכוחות הנפש של האדם, בודאי בשעה שהוא חוקר את הנעשה במוחו של אדם, בודאי שבשבילו הדמיון הזה הוא מציאות גמורה.

ולהכי שפיר כתב הר"מ דשדים אינם במציאות כלל, ואין זה סותר כלל וכלל לכל המאמרים המורים על מציאותם של שדים".
[NAMELESS]

הפילוסופיא "הטתו", "הטעתו", אדער "הארורה הטעתו"?

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב שוין אויבן געברענגט דער באוואוסטער ביאור הגר"א, אין יו"ד סי' קע"ט סקי"ג, וואו ער האקט שטיקער פון דעת הרמב"ם ובעלי הפילוסופיה, וואס האבן פארדרייט גמרות און זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון פילע מקורות וואו מיר זעען קלאר אז זיי האבן געגלייבט אין די העכערע מיסטישע כוחות.

איז אזוי. קודם כל איז ווערד אנצומערקן, אז עס האט זיך געטון א גאנצע שערוריה בשעתו אויב דער גר"א האט ווירקליך געשריבן דעם שטיקל, און לויט מאנכע איז עס א מזויף'דיגע שטיקל [עי' בקצרה בהקדמה לספר מנחת אליהו באד"ה שכלו].

איך וויל אבער רעדן פון אן אנדערן אינטרעסאנטן פונקט: דער לשון אינעם געדרוקטן ביאור הגר"א איז: "והוא נמשך אחר הפלוסופיא... והפלוסופיא הטתו". דאס איז גאנץ אן איינגעהאלטענעם שפראך.

ווידעראום אין קובץ מאורות ירושלים, שרייבט הרב בן ציון גוטפארב א מאמר בשם "ועוררתי בניך ציון על בניך יון", און אין אות י' ציטירט ער דעם גר"א בזה"ל: "והפילוסופיה הטעתו".

דאס איז א היבשער אפנויג פונעם אריגינעלן באדייט 'הטתו', אבער קומט פארט נישט צו צום היבש פארשפרייטן נוסח בשם הגר"א אז די פילאזאפיע "הארורה הטעתו", וואס איך האב געזען אין מכתב מאליהו, און זאגאר ביים בארימטן תלמיד פון רמ"מ שקלאווער [פון די גרעסטע תלמידים פונעם גר"א זעלבסט] הגאון רבי יצחק אייזיק חבר, בספרו מגן וצינה ה' ע"ב, וחזר לומר כן בדף נ"ג ע"ב.
[NAMELESS]

דער גר"א רעדט שארף

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גר"א איז דאך געווען א גרויסער בעל מקובל, און האט נישט געגליכן די מהלך פונעם רמב"ם וסיעתו וואס זענען אפטמאל געשטאנען אין פארקערטן ריכטונג ווי תורת הקבלה.

באופן מליצי, אבער היבש שארף, דריקט זיך דער גר"א אויס אין יו"ד סי' רמ"ו סקי"ח, איבער דעם וואס דער רמ"א ברענגט דארט אין ס"ד אז מ'מעג לערנען חכמות חיצוניות און דאס איז וואס עס ווערט גערופן בלשון חז"ל "טיול בפרדס", און זיינע ווערטער זענען מבוסס אויף די ווערטער פונעם רמב"ם הל' יסודי התורה פ"ד סי"ג עיי"ש.

קומט דער גר"א און דריקט זיך אויס דערוועגן: "אבל לא ראו את הפרדס, לא הוא ולא הרמב"ם".
[NAMELESS]

וויאזוי דער רמב"ם דרוקט זיך אויס אויף א שיטת רש"י!

שליחה דורך [NAMELESS] »

דא איז אויך די פלאץ צו ברענגען נאך א שטיקל רמב"ם, זאגאר אין יד החזקה, וואס ארבעט שטארק מיט מיט זיין שיטה כללית איבער שמות הקדושים און קמיעות, און ער גייט אזוי ווייט ווי אריינפארן גאר שארף אין א שיטת רש"י [וואס איז קלאר מבוסס אויף פריערדיגע חכמי צרפת/אשכנז].

רש"י שרייבט אין ספר הפרדס (סי' רפ"ה), און אין זיין סידור [הוצאת חברת מקיצי נרדמים] סי' תנ"ה, אז אין די מזוזה שרייבט מען אויך אריין שמות פון מלאכים וכו', און ער לייגט צו וויאזוי רבינו יהודה החסיד פלעגט שרייבן די שמות. אזוי שרייבן אויך דער מחזור ויטרי סי' תקט"ו, און דער ספר יראים סי' י"ח.

דער רמב"ם אין הל' תפילין ומזוזה דינגט זיך דערויף, און ער האלט אז ס'איז א פראבלעם צו טוישן די נוסח המזוזה, און אזא מזוזה איז גאר פסול. דער סמ"ג מ"ע כ"ב האלט אויך ווי דעם רמב"ם, עיבד"ה (ועיעו' הגה"מ וכס"מ), אבער דער רמב"ם נעמט עס כדרכו א שטאפל ווייטער, וז"ל בפ"ה ה"ד:

"אבל אלו שכותבים מבפנים שמות מלאכים או שמות קדושים או פסוק או חותמות, הרי הן בכלל מי שאין להם חלק לעולם הבא, שאלו הטפשים לא די להם שבטלו המצוה, אלא שעשו מצוה גדולה שהיא יחוד השם של הקב"ה ואהבתו ועבודתו, כאילו הוא קמיע של הנאת עצמן, כמו שעלה על לבם הסכל".


זיין שארפע שפראך, צולייגנדיג די טיטלען 'טיפשים', 'סכל', אין צוגאב צום 'אין להם חלק לעוה"ב', איז מעיד יותר מאלף עדים איבערן רמב"ם'ס צוגאנג צו שמות און קמיעות, זאל זיין אין יד החזקה, און זאל זיין אויפן חשבון פון די פריערדיגע גרעסטע תורה לייבן איבערן גארער וועלט.
[NAMELESS]

א מקובל וואס לייקנט אין כח הכשפים?!

שליחה דורך [NAMELESS] »

א דבר חידוש האב איך געפונען אינעם ספר 'פירושי רבינו יוסף בן שושן' אויף מסכת אבות [וואס איז געווען אן ארוך בדורו, א בארימטער גאון, בעל מקובל, און פילאזאף*], וואס אויף די משנה (פ"ב מ"ט): "מרבה נשים מרבה כשפים", טייטשט ער ווי פאלגענד:

"מרבה כשפים. דע, כי המאמין בדבר ומדביק דעתו בו וכל מחשבתו, כי לפעמים יעלה בידו ואפילו הוא דבר הבאי, וה'נשים דעתן קלה' (שבת ל"ג ע"ב), ועל כן מאמינים בכשפים ועוסקות בהם, ולפעמים תעלה בידן כוונתם בהם, ולכן נאמר (שמות כב, יז): 'מכשפה לא תחיה', וה"ה מכשף אלא שדברה התורה בהוה".


דער חידוש פון זיינע ווערטער איז צווייפאכיג, ווייל נישט נאר די עצם מושג פון אפטייטשן די נקודה פון כישוף אלס פלאסיבא-אפעקט, אדער אלס law of attraction איז זעלבסט א הפלא'דיגע געדאנק, נאר נעמענדיג אין פאקט אז ער איז געווען א גרויסער בעל מקובל - וואס טראדיציאנאלערהייט האבן די בעלי מקובלים געגלייבט אין אלע איבערנאטורליכע מושגים - איז עס פיל מער וואונדערליך.

---------
*אן עדות דערצו געפונען מיר דורכן שפעטערדיגן גדול בישראל - דער ריב"ש, אין זיינע תשובות סי' קנ"ז, וואו ער ציטירט א הסבר במושגי קבלה פון: "החכם הישיש דון יוסף ן' שושאן... חכם בתלמוד וראה בפילוסופיה, והיה מקובל וחסיד גדול ומדקדק במצות, וביני ובינו היתה אהבה וחשק גדול".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויף די אויבנדערמאנטע ווערטער פונעם רמב"ם אין מו"נ, אז לחשים און שמות טוען גארנישט אויף, שרייבט דער פירוש "שם טוב" (סוף פס"ב) בשם החכם ר' משה הנרבוני א מעשה, וז"ל:

"מה שיראה לעם מפעולות הקמיעים והשמות, אינו מבטל דברי הרב, כי הוא במקרה ומפועל דמיון...

ואנחנו ראינו איש מחלושי השכל, היה מזכיר שם ונועץ מרצע בירכו, ולא היה מזיקו כלל ולא היה דם יוצא ממנו, ומיד שהייתי מנסה להגישו אלי לא היה בי כח, והייתי מרגיש בפירוק חבור. והשם ההוא שמענוהו יחד מעת הנערות מאדם אחד. וזה לחוזק דמיונו וחולשת שכלו, ואצלי שהיה מכת הנמנע היה נמנע".


דאס איז ממש להדיא ווי אונזער נקודה, אז די כח הדמיון קען פועל'ן ביי א מענטש, וואס לויט די נרבוני גייט עס אזוי ווייט ווי אן אמת'ער מעגליכקייט צו טוישן די געווענליכע כח פון א מרצע וואס וואלט געמאכט בלוטן א מענטש. זיינע ווערטער זענען אויך ענליך צו די אויבנדערמאנטע ווערטער פון רבינו יוסף בן שושן.


ווידער דער שם טוב זעלבסט דינגט זיך אויף אים, עיב"ד. כאטש וואס אפילו לדעתו האט יענער נישט געהאט קיין כח, נאר האט זיך אנגעשמירט א זאלב וואס האט געמאכט אז ס'זאל אים נישט שאדן...


מ'דארף טאקע אנמערקן, אז אין ספר אמונת חכמים (לר' אביעד שר שלום באזילה, תלמיד המקובל רבי משה זכות) האקט ער שטיקער פון זיי ביידן, שרייבנדיג:
"וחיי ראשי לא ראיתי שוטים ומאמינים לכל דבר כאלו, ומי יתן לנו מהרטיה ההיא והייתי מוכר לכל מלכי אוה"ע והייתי אוסף הון רב"...

[אגב, דא זעען מיר אן ערשט-האנטיגן מקור צום סלאגאן, אז ס'איז נישטא קיין גרעסע 'גלויבן' ווי 'אטעאיזם', ודו"ק בזה].

אגב, אין ספר מטפחת ספרים (להיעב"ץ), שרייבט ער אין זיינע הערות צום ספר אמונת חכמים, דאס וואס ער זעלבסט האט מיטגעהאלטן איבער אמיתת כח השמות, עיב"ד.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

איך ליין דעם אשכול מיט איין אטעם! אומגלויבליך וואס דער משזר האט דא אנגעדרייט זיך דרייענדיג אין ק"ש.
כהאב אסאך מוסיף צו זיין, נאר פון ווי נעמט מען צייט?

א הערה אויף רימון'ס ווערטער.
רימון האט געשריבן:בנוגע דעם חתם סופר, פארציילט מען, אז דער חת''ס האט געזאגט פאר'ן מהר''ם שיק אז ער וויל אים נעמען פאר אן איידעם. האט דער מהר''ם שיק זיך אנגערופן: דער רבי הייסט דאך משה! האט אים דער חת''ס שוין נישט געוואלט נעמען, ווייל ער האט מקפיד געווען, און דער מהר''ם שיק האט זיין גאנץ לעבן חרטה געהאט, זאגנדיג, אז דער רבי דער חת''ס האט אויך געוואוסט וויאזוי ער הייסט.
אלנפאלס, ס'איז צייט צו טוישן דעם נאמען פון דעם קאווע שטיבל צו שש'ס שטיבל.
דער חתם סופר האט טאקע גהאט א איידעם מיטן נאמען משה, ר' משה טוביה לעמאן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיר געפעלט יא די טעאריע וואס רב שש ריפט אן 'פאלקסיש',
מען זעהט כסדר אז די פחדים פון מזיקים איז נאר געווען אין געוויסע מקומות אין געוויסע זמנים, איז מסתבר אז מען האט געהאלטן אז נאר ווער עס טראכט פון זיי איז זיך מדבק אין זיי און דערפאר קענען זיי מזיק זיין,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

אזוי שטייט טאקע קלאר אין תוספות אין עטליכע ערטער, אז היינט דארף מען נישט חושש זיין פאר זוגות ווייל סשוין נישט שכיח אין אונזערע צייטן.

אגב, אויב נעמט מען אן זייערע ווערטער, איז שוין נישט קיין קשיא פארוואס מזעט שוין נישט קיין שדים היינט. די שאלה דארף ענדערש זיין, פארוואס מאיז נאך חושש צו אנדערע זאכן צוליב די שדים?
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

moshav zekeinim האט געשריבן:ביי הראשנים אין די פארגעשריטענע לענדער (וואו עס האבן געוואוינט די ספרדים אדער כמו ספרדים) איז געווען שטארק איינגעפירט מפרש צו זיין יעדער אומראציאנאלער מאמר הכתוב אדער חז"ל אויפן אלעגירישן וועג. עס איז אבער פשוט אז דאס איז נישט געווען חז"ל'ס כוונה.

ווידער די ראשונים אין די צוריק געשטאנענע לענדער (וואו עס האבן בעיקר געוואוינט אשכנזים) זענען רובם ככולם געווען גאר גלייביג אין מיסטיק.

מיסטיק האט צוריק אנגעהויבן ווערן פאפולער ביי די ספרדים נאכן ערשיינונג פונעם זהר, און אין מיט א צוויי הונדערט יאר שפעטער איז פונעם ראציאנאלישן קלאסישן ספרדי געווארן דער פארוואגלטער ספרדי וואס טינקט זיך אין מיסטיק.

און יעצט זענען די אשכנזים געווען די וואס האבן אנגעהויבן צו זיין די אנטי מיסטיקער. אנגעהויבן האט זיך עס מיט טייל חכמי צפון איטאליע, און ממשיך געווען האט עס צו דייטשלאנד והגלילות.

דאס איז א באקאנטע כלל, וואס איז נישט אמת במבחן המציאות.

דער רמב"ן, רשב"א, ריטב"א און נאך אסאך, זענען געווען ספרדישע גדולים אין זעלבן לאנד ווי דער רמב"ם, און האבן זיך קאטעגאריש געדינגען אויף זיינע שיטות. די חרמות און טענות קעגן די שיטות פון רמב"ם זענען געווען אנגעפירט דורך חכמי ספרד.

ווידער דער מאירי ושאר חכמי פרובינצה, וואס געפינט זיך אין פראנקרייך און איז חלק פון די אשכנזישע טייל אידענטום, זענען געווען בדעה אחת מיטן רמב"ם וועגן מיסטיקה.

איטליה האט פארמאגט א געמיש פון מנהגי אשכנז וספרד, און זענן אייגענטליך געווען אפגעזונדערט מיט מנהגי איטליה, האבן טאקע פארמאגט די מאדנע פאנעמען פון גרויסע מקובלים און גרויסע ראציאנאלן אין די זעלבע צייטן. נאכמער, אסאך גרויסע פילאזאפן זענען גלייכצייטיג געווען גרויסע מקובלים, א שטייגער ווי יש"ר מקאנדיא.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט