קאווע שטיבל אונטער אטאקע!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
[NAMELESS]

קאווע שטיבל אונטער אטאקע!

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]היות די דזשואיש מידיע גרופ האט גענומען פאר א מיסיע צו סאבאטאזשירן אונזער שטיבל מיטן גנבענען ארטיקלן פון אונזערע שרייבער, עטליכע פון אונזערע גרויסע שרייבער בעטן זיך שוין חדשים צו דעם גזלן ער זאל אויפהערן גנבענען זייערע ארטיקלן, אבער איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז די געבעט פאלט אויף טויבע אויערן, נאר גאר יעדע מאל מלייגט ארויף אזא ביטע צום אדמין פון די גרופעס ווערט מען פארזענדליך אטאקירט, סיי אין אישי אויף גאר א מיאוסע אויפן מיט סטראשונקען און כל מיני לשונות של ניבול, און סיי ברבים זוכט דער וואנזיניגער פארשוין אריינצושלעפן אין א דיסקוסיע מסביר צו זיין פארוואס דער שרייבער וואס פלאגט זיך אויף א ארטיקל האט ניטאמאל די רעכט אים צו בעטן צו געבן קרעדיט פאר דעם וואס עס קומט זיך קרעדיט.

אונזער טייערער חבר העניך האט געוויינט חדשים אויף די פאקט אז יעדע פון זיינע ארטיקלן ווערן געגנבעט אן זיין רשות, און ער איז נישט דער איינציגסטער, איבער צוואנציג פון אונזערע אקטיווע שרייבער האבן שוין אויסגעדריקט זייער ווייטאג דערויף, אבער ס'איז רוב מאל געפאלן אויף טויבע אויערן, אדער האט עס באקומען א בחורישע אויבערחכמישע ריספאנס. וואס ס'פאסירט אבער איז אז ס'פארגייט די אפעטיט פאר די שרייבער פון נאכאמאל זיך אפפגעבן צו שרייבן א גוטער ארטיקל. עטליכע פון אונזערע שרייבער האבן שוין טיילווייז פארלאזט דעם שטיבל נאר צוליב דעם גנב, מיר קענען נישט און מיר גייען נישט זיצן שטיל.

אשר על כן קום איך דא מיט א ביטע לטובת אונזער שטיבל, ביטע שיקט א אימעיל מיט אייער אייגנארטיגער לשון צו abuse@telegram.org אדער צו dmca@telegram.org און באריכטעט די געמיינט שטיק פון jewish media וואס זייער URL איז https://t.me/JewishMedia און זייער אדמין איז @Z9Admin לויט ווי טעלעגראם זאגט דא https://telegram.org/faq#q-a-bot-or-cha ... at-do-i-do גייען זיי נעמען שריט פון אזעלכע חזירים וואס גנבענען פון אנדערע.


ווער איז דזשואיש מידיע?
דזשואיש מידיע איז א הענדיקעפד פארשוין וואס האט נישט קיין פינגער אליין צו אויפצוקלאפן ווערטער און ער קען זיך נאר באנוצען מיט גניבה שטיק, דער גאנצער טשענעל זיינער שטינקט פון קאפ, ס'באשטייט פון ארויפלייגן יעדע סארט נערישער און שמוציגער קליפ וואס פארט ארום אויף די גרופעס, אן קיין שום נארמאלע באזעצענע נייעס, פארט אין די היינטיגע וועלט איז אים געלונגען צו באקומען נאכפאלגער טאקע צוליב דעם וואס ער גנבעט ביי אונז אין שטיבל פון צייט צו צייט עטליכע גוטע ארטיקלן און ער לייגט דאס ארויף מער וויייניגער אין זיין אייגענע נאמען, ווען ער געבט יא פאר איינעם קרעדיט טוט ער דאס קונצליך אז סזאל גאר אויסקוקן ווי דער שלום שטיסל אדער שטילע אינגערמאן איז גאר א שרייבער פאר זיין טשענעל, חוץ די פאר גניבות איז די גאנצע טשענעל א מקום פאר קטנים ביז מ'באקומט שתי שערות, סאיז ממש א בושה אז א באזעצענער מענטש זאל זיין אויף אזא גרופע.

אז איך האב שוין די פעדער אין די האנט לאמיר דערמאנען אז א ריזיגע פראצענט פון זיינע פאלאוערס זענען גוים גמורים צוליב דעם פאקט וואס ער אדווערטייזט זייערע טשענעלס און זיי אדווערטייזן זיינע, און פון א גרויס טייל פון די סחורה וואס ער שיקט ארויס קומט ארויס א געפערליכער חילול ה'. איינער פון זיינע שגץ שטיק איז אז יעדער קליפ וואס ער נעמט פון ערגעץ אנדערשט לייגט ער ארויף זיין בוקמארק כאילו ער האט דאס געמאכט און ווען איינער קאפירט עס שרייט ער פלניא גלזנא ווי דער קאזאק הנגזל, כאטש יעדער פארשטייט אז דאס האט גארנישט מיט אים, און אויב עפעס איז ער בסך הכול דער גנב ראשון.

ווי דער אנפירער פון די טשענעל פרובירט זיך אראפצומאללן און יעדע דריטע פון זיינע תגובות איז ער נישט עפעס אבי ווער, נאר ער האט עטליכע אדמינס, און ער קען קוים אניאגן די שווערע ארבעט פון קאפירן און גנבענען ווערק פון אנדערע, ער איז [נישט] סתם עפעס סתם א בחור וואס זיצט אין א דארמעטארי צימער און שיקט מעסעדזשעס, נעהה, קלאפט אייך אויפן מויל, מ'רעדט דא פון א ערענסטע סי אי או פון א ריזיגע פירמע מיט צענדליגער איינגעשטעלטע וואס שיקט ארויס טעלעגראמען איבער די וועלט, אן די גרויסע פירמע וואס שטייט אינטער די לייצעס פון איר גרויסער סי אי או יר"ה וואלט די וועלט נישט געשטאנען דארט ווי זי שטייט יעצט, מיר דארפן נישט אריינגיין אין די ליצנות שבו, פארוואס דארף ער א גרופע ארבעטער צו קאפי פעסטן אפאר נערישע מעסעדזשעס. פארוואס האט ער נישט אליין די מעגליכקייט צו נוצן זיין קלעבעדיגע האנט צו מאכן א פשוטער קאפי פעסט.

ווי מיר זעהן פון זיינע תגובות דא אין שטיבל איז זיינע סאושעל סקיללס אזוי שוואך אז מקען פארשטיין פארוואס חוץ קוקן ווידיאוס טויג ער נישט צו גארנישט, ער איז פון די סארט אויב מ'האלט אים פאר מיט א ריכטיגע שאלה לויפט ער ארויס פון צימער און האקט צו דעם טיר, איר קענט די טיפ מענטשן? זיין מח איז אזוי באגרעניצט אז ער פארשטייט ניטאמאל די רעכט וואס א ניק האט איבער זיינע ווערק

כאטש מיר קענען אים ביים נאמען און עטליכע ניקים האבן געהאלטן אז איך זאל שרייבן צו אים און קורא בשמו זיין פון דעם באנדיט און נישט ביים טשענעל נאמען, דאך האב איך דערווייל גענומען א שטעלונג דערקעגן, איך ציל נישט מיין רעוואלווער צו א אנדערע ריכטונג, און איך פלאן דערווייל נישט צו באזינגען זיין גאנצער משפחה, איך אנערקען זיינע רעכטן און זיין רעכט צו בלייבן פריוואט, און מיין ציל איז נאר צו באשיצן אונזערע רעכטן, און צום האפענונג וועט ער עס אויך אנערקענען.

איך וויל קלאר מאכן, מיין ציל איז נישט נקמה אדער סיי וועלעכער טעראר, נאר היות מקען נישט טרעפן א אנדערע וועג צו רעדן צו אים מוז מען ניצן זיין שפראך, אויב קען ער אריינקומען אין שטיבל און קלאר שרייבן א אנטשולדיגונג און זיך פארנעמען אז פון היינט און ווייטער גייט אזאנס מער נישט געטאהן ווערן, און ער גייט ארויסלאזן זיינע בחורישע אויבער חכמות פון דעם אנטשולדיגונג, דאן וועט מען איבערמאכן א באשלוס בנוגע דעם אשכול.[/justify]
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אויכעט קומט אים פעטש פארן אוועקכאפן אונזער באליבטע [tag]וועטערבאריכט[/tag]'ער
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

העם עם רב שטיסל
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

סאשי פיש האט געשריבן:אויכעט קומט אים פעטש פארן אוועקכאפן אונזער באליבטע [tag]וועטערבאריכט[/tag]'ער

איך בין בכלל נישט אוועקגענומען געווארען, איך שרייב די וועטער און פרוביר צו מהנה זיין דער עולם , טעלעגראם איז פשוט אסאך גרינגער צו ניצען און שרייבען אלס א פלאטפורם. איך האב קלאר געמאכט מיין מיינונג אז איך בין נישט מסכים צו ווערען נאכגעקפעיסט און אז איך פרעזענטליך האלט אז מען זאל שרייבען אריגעניעל קאנטענט , איך האלט נאך אלס אזוי . אנשטאט פון לויפען מיין אייגענע טשענעל האב איך א וועטער טשענעל אויף א חלק פון די z9 ,עס איז וועטערבאריכט @ z9 און איך מיש מיר נישט אויף די אנדערע טשענעלס. איך האב נישט געטוישט מיין מיינונג וועגען דער ענין פון נוצען אייגענע קאנטענט. איך פארשטיי דער ווייטאג פון איינער וואס לייגט אריין כח צו שרייבען א גוטע שטיקעל און אז עס איז זייער נישט ביושר דאס צו גנבענען. איך האפ אז דער שטיבעל גייט ווייטער און אז שרייבערס באקומען כאטש פול קרעדיט אויפן שרייבען.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שלום שטיסל, עס איז א פלעזשור צו ליינען דיינע שרייב ווערק וואס דו שרייבסט דא אויפן שטיבל. כה לחי!

איך וויל פשוט פארשטיין עפעס וואס איך האב שוין מסביר געווען פאר איינעם איבער אן ענליכע ענין, און זאגט מיר אויב איך בין גערעכט אדער נישט. ווען עס קומט צו אינטערנעט פארשטיי איך נישט געהעריג דעם באדייט פון 'גניבה'. ווען עמיצער דריקט די ווארט SEND אויף א פובליק פארום אא"וו ווערט דאס א שטח הפקר. אינטערנעט איז ווי איין גרויסע גרופ. די רגע דו שרייבסט עפעס איז א מעוות שלא יוכלו לתקן, עס איז דערנאך! איך קען אבער פארשטיין די נאטורליכע ווייטאג ווען איינער נעמט אן ארטיקל וואס איך האב אפגעשריבן און ער שרייבט דאס בשמו. אבער דער וואס ליינט דאס, ווייסט נישט ווער [tag]שלום שטיסל[/tag] איז און ווייסט נישט ווער [tag]פרייוויליג[/tag] איז. וואס מאכט דאס אויס? איך פארשטיי אויך אז אויב דאס טוט פארט פארדריסן פארן שרייבער, און מ'בעט זיך אז מ'זאל דאס נישט "גנב'נען" אז דאס זאל באנק טאן. אבער עס איז נישט שייך די ווארט גניבה לענ"ד. ווען איך זען מיין ארטיקל צירקולירן אויפן געוועב, טוט מיר דאס נישט וויי, ווייל די עיקר איז אז די חומר ווערט געליינט, וואספארא נפק"מ איז וואס די פענע נאמען איז, מקען דאך נישט קיינעם.

איך פארשטיי אז עס איז דא אלערליי סארט מענטשן, און עס קען יא פארדריסן. אבער איך זע נישט וואו גניבה קומט אריין דא. עס איז דא הונדערטער מידיא בלאגס וואס גנב'נען נייעס און באשרייבונגען. VIN NEWS געבט דען קרעדיט פאר וועמען עס קומט זיך?

אודאי קען עס שמעקן פארן שרייבער אז מ'זאל צוטיילן קרעדיט, אבער מ'דארף נעמען צו קענטעניס אז דאס איז נישט קיין ביכל אדער ספר, עס איז "אינטערנעט".

קען זיין איך פארפעל קלארקייט.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נו ראובן ער האט יא געשריבן אז ס'קימט פון שלום שטיסל קאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג: איך וויל מיך אדרעסירן דייקא צו דיין תגובה וואו דו שרייבסט צווישן אנדערע אז לכאורה אן ארטיקל אדער מאמר וואס איינער טוט קאמפאזירן און ס'טוט צירקולירן אויפ'ן אינטערנעט האט קיינער נישט קיין רעכט דערצו. אפילו דער מחבר אויך נישט. א יעדער מענטש וואס קומט אויף מיט אן איידיע אדער איז עפעס מחדש מיט א געוויסע מיינונג איבער סיי וועלכן ענין האט א נאטורליכע רעכט נהנה צו זיין דערפון. צו דאס איז כבוד און אנערקענונג אדער א פינאנציעלער בענעפיט. דאס ווערט אויף ענגליש אנגערופן..."אינטעללעקטשועל פראפערטי"...געוויסע בלאגס אדער אינטערנעט פראוויידערס ווען זיי לאזן דיך ארויף אויף זייערע וועיווס, שרייבן אריין אין זייער עגרימענט אז א יעדע אינטעלעקטשועל חידוש און קרעדיט געהער פאר זיי. דאס מיינט אז מ'קען נישט פראפיטירן פינאנציעל פון אן ארטיקל אדער מאמר וואס מ'שרייבט אויף זייערע פאסיליטיעס. אבער פון דעם איז משמע אז ס'איז יא פארהאן אזא קאנסעפט. און ווען איינער קאפי/פעיסט א מאמר אדער אן איידיע וואס ער האט גענומען פון א צווייטן אן געבן קרעדיט איז עס אן עוולה. בכל אופן. אונז זעהען פון די גמ' וואס זאגט..."האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם,..נאר , ב"ה איך ווייס נישט פון קיין צרות צו זאגן. איך ווייס נישט וואס ס'הייסט טעלעגרעם טשענעלס וכו'. קוים ווייס איך וואס וואטסעפפ איז (און ווען רבינו הגה"ק מקר"י רעדט איבער טעכנעלאגיע, כלשונו הקדוש, ביניך זיכער אז ער מיינט מיך. און נאר מיך. ווייל איך ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך אזא עם הארץ ווי איך...!)... :lol: :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]פרייוויליג[/tag] ישר כח פארן אויפברענגן די ענין, און [tag]אבטולמוס[/tag] האט שוין גענטפערט דערויף, כ'וויל אבער צולייגן מיינע דריי צענט.

קודם פאר איך גיי אפילו אריין דערין וויל איך זאלסט זיין קלאר אז סיי ווער ס'שרייבט עפעס זאל עס זיין [tag]העניך[/tag] אדער [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] נישט קיין חילוק ווער, איז דאס אבסלוט זיין, ער האט די רעכט צו פארלאנגן וואס ער וויל, ס'איז זיינס, ער האט באשאפן די זאך, ער האט זיך געפלאגט דערויף און ס'איז זיינס, לעגאל הייסט דאס Intellectual Property, יעדע פובליק פורום ובתוכם טעלעגראם פארשטייט דאס צו שעצן, און נעמען מיטלן קעגן די וואס אביוזן עס.

ס'איז דא א ענין פון שרייבן מיט א ציל צו ברענגן טרעפיק צו קאווע שטיבל ווי שטילע האט דא געשריבן, דערמאנען א ניק אן דערמאנען די שטיבל איז קעגן די רצון פון אזא שרייבער.

קאווע שטיבל איז א פלאץ וואס שטעלט צו פאר אונז א ווינקל ארויפצושטעלן אונזערע תגובות, גנבענען פון שטיבל אן געבן די אנערקענונג פאר קאווע שטיבל וואס האט ערמעליכט פארן שרייבער מפרסם צו זיין זיין תגובה איז א פארברעך קעגן קאווע שטיבל.

דערנאך דארפסטו פארשטיין אז זייער אסאך שרייבער כאטש מ'ווייסט נישט ווער זיי זענען בויען זיי א נאמען, אסאך שרייבער שרייבן אויך אויף אנדערע פורמים און ניצן פארשידענע סאושל וועבזייטליך אויפן אינטערנעט, און זיי ווילן אז דער ניק אונטער וואס זיי שרייבן זאל באקומען די גאנצע קרעדיט וואס עס קומט זיך איר. האט נישט צוטאהן צו מקען דעם גברא וואס שטייט אונטער דעם ניק, דער ציל איז צו בויען די ניק. זייער אסאך מאל אויב מלינקט נישט דעם ניק צום מקור ווי ער האט עס געשריבן קען זיך קיינער נישט אינדענטיפיצירן דערמיט, און ס'איז ווי מ'געבט נישט קיין שום אנערקנענונג.

ווען ער קאפיעט פון אזא איינעם ווי העניך וואס איז היינט ווי א ברענד פאר גוטע אנאליזן און מיינונגן, זיינע ארטיקלן זענען אלל אווער, אפילו ער שרייבט יא זיין נאמען אבער ער שרייבט נישט אז ס'איז פון קאווע שטיבל, קוקט עס אויס ווי העניך איז געווארן א שרייבער פאר יענער טעלעגראם טשענעל, דאס ברענגט אראפ זיין ניק, און ס'ברענגט אראפ די געוויכט זיינס א ארטיקל טראגט מיט זיך, ס'מאכט אים זייער טשיעפ.

ואחרון אחרון די וועג וויאזוי ער באהאנדעלט א פשוטע תגובה צו אים זאל עס זיין א בקשה צו געבן קרעדיט אדער נישט צו קאפיען איז מיט א געפערליכע חוצפה, אובערחכמה און געמיינקייט, געב א קוק צוריק אין די אשכולות ווי מרעדט דערפון.

איך רעד שוין נישט פון דעם וואס ער מאכט א קינוניא מיט אונזערע שרייבער און נעמט אוועק די ליינער וואס פלעגן דא קומען קוקן זייערע ווערק, אזוי ווי ער האט געטאהן מיט וועטערבאריכט, כאטש ער שרייבט נאך אלץ דא, האט ער אבער אוועקגענומען אסאך ליינער וואס קוקן מער נישט די באריכטן דא אין שטיבל.


----------------------
קאצקע ציקער האט געשריבן:נו ראובן ער האט יא געשריבן אז ס'קימט פון שלום שטיסל קאווע שטיבל

ער האט עס געטוישט נאכן באקומען היץ
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

[tag]פרייוויליג[/tag], כוויל אביסעל מעורר זיין איבער דעים וואס די שרייבסט לגבי א ניק נאמען.

נישט יעדער איז אויפן געוועב כדי ארויס צו לייגן א קול אדער אז ווי מער מענטשן זאלן ליינען זייער ווערק.
ס'איז קיין ספק אז אויפן געוועב בכלל און דא אין שטיבעל בפרט איז דא כמה מענטשן וואס שטייען אינטער א ניק און טרייען אהער צו שטעלן א ניק וואס פאסט זיי.

ס'האט מיר געזאגט א מענטש וואס כ'קען פערזענליך אז ער געבט מער אכטונג אויפן ניק ווי אויף זיין פערסענאל עכטע נאמען.
ער האט מסביר געווען אז אין ריעל לייף מיז ער לעבן אונטער געווען פרעשור ליידער אין קען נישט ארויס קומען באמת אזוי ווי ער וויל זיינע שיטות זאלן זיין אין ער איז צובראכען דערפון, אבער אינטער א פען נאמען פיהלט ער אזוי גוט אין קען זאגן וואס ער האלט, (עפעס אזוי ווי א טרענס וואס קומט ארויס פונעם קלאזיט)

יעצט דער איד געבט אוועק לייב און לעבן צו שרייבן כדי צו באקומען די לייקס און עטענטשען וואס ער האט ערליך פארדינט, ער וויל דייקא אז טאמער מ'רעדט אין ביהמ"ד אז ס'דרייעט זיך עפעס א גוטע ארטיקעל זאל מען זאגן אז פלוני פון ק"ש האט געשריבן א גוטס, איידער ווי א גנב פון טעלעגרעם.

צום שלוס, נישט יעדער נעמט זיין ניק אזוי ערנסט ווי א צווייטע, אבער געוויסע נעמען די ניק ערענסט און פארלאנגען אן אנערקענונג אויפן ארבייט וואס זיי לייגן אריין.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב באקומען שרייב ארבעט פון קאווע שטיבעל. דאס וואס מ'האט געזען דא האט מיר צוגעברענגט צו מענטשען וואס האבן געזוכט געוויסע, תורה'דיגע און אלגעמיינע, טייטש ארבעט צו איבערשרייבען אויף לשה"ק. איך בין קיין עושר נישט געווארן דערפון, אבער א נארמאלע בענעפיט האב איך געהאט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

פארוואס disabled נישט קאווע שטיבל right click ? אזוי מ'זאל נישט קענען copy paste..?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:פארוואס disabled נישט קאווע שטיבל right click ? אזוי מ'זאל נישט קענען copy paste..?

I don't think it's a good idea.
It will be annoying for honest users, while the dishonest users will easily find a work-around. (I imagine it's very easy to get over it).
אין - כי הכל הבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל נאר מעורר זיין אז איך האב באקומען שרייב ארבעט פון קאווע שטיבעל. דאס וואס מ'האט געזען דא האט מיר צוגעברענגט צו מענטשען וואס האבן געזוכט געוויסע, תורה'דיגע און אלגעמיינע, טייטש ארבעט צו איבערשרייבען אויף לשה"ק. איך בין קיין עושר נישט געווארן דערפון, אבער א נארמאלע בענעפיט האב איך געהאט.

גם אני מצטרף להנ"ל.

מבשרי אחזה.
פארשפארט