סאשי פיש האט געשריבן:אוי חברה אחינו בני ישראל, ווען מיר האבן ווען שכל נעמען מיר זיך צוזאם מען דינגט א פי אר פירמע זאל ארומשטינקן די נייעס שוין מארגן איבער די ארעסטס פין איבער 50 חשובע נגידים בעלי בתים מענעזשמענט פירמעס, אין מסביר זיין וואספארא אביוז מען דארף אריבער גיין צו באקומען פארשטינקענע גאז אין א בנין, וויפיל מאל מען ווארט שעות אין זיי קומען קיינמאל נישט אן אין זאגן זיי זענען געווען, נעשענעל גריד איז שולדיג נישט די אידען וואס ארבעטן צופרידן צושטעלן זייער טענענטס וואס קאלן וויינען פאר גאז אין סטראשענען.
ווען מיר האבן ווען שכל נעמען אלע 50 נגידים זיך צאם אין נעמען נאר ליגעל עיד לויערס זאל די שטאט צאלן, זיי קענען אונז אידעלעך יעדער וועט שפענדן 50 אלפים פאר לויערס אין זיי גייען געבן מיסדעמינרס אין פיינס אין זיי האבן פריש צוגעפיקסט די אידען, פארשטייט זיך אז דאנערשטאג צופרי האבן זיי שוין געלאדענט יעדע צייטונג אין טיווי סטעשאן עס גייט שטינקען אין יעדער וועט קענען זאגן די אידען טרעטן אויף די געזעץ.
עס איז זיי נאכנישט בייגעפאלן צו כאפן די טויזענטער דילערס און דראג רייכערערס וואס איז ממש א נארמאלע זאך ביי די גוים, זיי קענען ווען האבן 1000 ארעסטס פער טאג אין ברוקלין, זיי זוכן אונז אידן ווייל מיר זענען טשיקענס.
ק/פ
למה הדבר דומה:
מאמע׃ יוסי פארוואס האסטו געשטויסן און געשלאגן חני שוין צום דריטן מאל היינט?נאכאיינמאל גייסטו כאפן א פאטש!
יוסי: יעדן צופרי ווען דו זעהסט נישט גיסט חני אויס מילך אויפ'ן פלאר פון איר טעללער סיריעל, און פאר איר טוסטו קיינמאל גארנישט!
וואס וויל מען נעבעך פונעם 'עם הנבחר'? זאלן זיי פארשפארן די אלע כוליגאנעס וואס רייכערן דראגס און לאזן די רעביזיכרונוליוורחא אידן ווייטער שווינדלען שטילערהייט און שמירן אינספעקטארס רעכטס און לינקס, אונז זענען די איינציגסטע וואס האבן א רעכט צו קארופציע, זיי האבן אבער נישט קיין רעכט צו רייכערן דראגס! ווייל... ווייל... פארוואס נישט? ווייל... ווייל אזוי קומט מיר אויס בעסער, און זיי זענען דאך ממילא פארשטינקענע נידריגע 'כאלערעס'!.
נ"ב ס׳קוקט נישט אויס ווי דער וואס האט געשריבן די גרויליגע ק/פ מעסעדזש האט די מינדעסטע אהנונג וואס טוט זיך אין די אמעריקאנע תפיסות, און וויפל מענטשן אמעריקא ארעסטירט א יאר פאר דראגס.