FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאשי פיש האט געשריבן:אוי חברה אחינו בני ישראל, ווען מיר האבן ווען שכל נעמען מיר זיך צוזאם מען דינגט א פי אר פירמע זאל ארומשטינקן די נייעס שוין מארגן איבער די ארעסטס פין איבער 50 חשובע נגידים בעלי בתים מענעזשמענט פירמעס, אין מסביר זיין וואספארא אביוז מען דארף אריבער גיין צו באקומען פארשטינקענע גאז אין א בנין, וויפיל מאל מען ווארט שעות אין זיי קומען קיינמאל נישט אן אין זאגן זיי זענען געווען, נעשענעל גריד איז שולדיג נישט די אידען וואס ארבעטן צופרידן צושטעלן זייער טענענטס וואס קאלן וויינען פאר גאז אין סטראשענען.

ווען מיר האבן ווען שכל נעמען אלע 50 נגידים זיך צאם אין נעמען נאר ליגעל עיד לויערס זאל די שטאט צאלן, זיי קענען אונז אידעלעך יעדער וועט שפענדן 50 אלפים פאר לויערס אין זיי גייען געבן מיסדעמינרס אין פיינס אין זיי האבן פריש צוגעפיקסט די אידען, פארשטייט זיך אז דאנערשטאג צופרי האבן זיי שוין געלאדענט יעדע צייטונג אין טיווי סטעשאן עס גייט שטינקען אין יעדער וועט קענען זאגן די אידען טרעטן אויף די געזעץ.

עס איז זיי נאכנישט בייגעפאלן צו כאפן די טויזענטער דילערס און דראג רייכערערס וואס איז ממש א נארמאלע זאך ביי די גוים, זיי קענען ווען האבן 1000 ארעסטס פער טאג אין ברוקלין, זיי זוכן אונז אידן ווייל מיר זענען טשיקענס.

ק/פ


למה הדבר דומה:
מאמע׃ יוסי פארוואס האסטו געשטויסן און געשלאגן חני שוין צום דריטן מאל היינט?נאכאיינמאל גייסטו כאפן א פאטש!

יוסי: יעדן צופרי ווען דו זעהסט נישט גיסט חני אויס מילך אויפ'ן פלאר פון איר טעללער סיריעל, און פאר איר טוסטו קיינמאל גארנישט!

וואס וויל מען נעבעך פונעם 'עם הנבחר'? זאלן זיי פארשפארן די אלע כוליגאנעס וואס רייכערן דראגס און לאזן די רעביזיכרונוליוורחא אידן ווייטער שווינדלען שטילערהייט און שמירן אינספעקטארס רעכטס און לינקס, אונז זענען די איינציגסטע וואס האבן א רעכט צו קארופציע, זיי האבן אבער נישט קיין רעכט צו רייכערן דראגס! ווייל... ווייל... פארוואס נישט? ווייל... ווייל אזוי קומט מיר אויס בעסער, און זיי זענען דאך ממילא פארשטינקענע נידריגע 'כאלערעס'!.

נ"ב ס׳קוקט נישט אויס ווי דער וואס האט געשריבן די גרויליגע ק/פ מעסעדזש האט די מינדעסטע אהנונג וואס טוט זיך אין די אמעריקאנע תפיסות, און וויפל מענטשן אמעריקא ארעסטירט א יאר פאר דראגס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

אויב גייט איינער געבן א דאנאט פאר די דענטיסט סעקערעטי זאל אריינשטופן א פריעדיגע אפוינטמענעט באקומט ער הזמנה פין זיי? עטס זענסט משוגע? יא מען ארעסטירט זיי ווייל זיי זענען אידן אין די רייסט זיי אראפ ווייל זיי זענען אידן, ביזט א סעלף העיטינג איד (די נער זאל ארויסגיין פין מקוה)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

signout האט געשריבן:אויב גייט איינער געבן א דאנאט פאר די דענטיסט סעקערעטי זאל אריינשטופן א פריעדיגע אפוינטמענעט באקומט ער הזמנה פין זיי? עטס זענסט משוגע? יא מען ארעסטירט זיי ווייל זיי זענען אידן אין די רייסט זיי אראפ ווייל זיי זענען אידן, ביזט א סעלף העיטינג איד (די נער זאל ארויסגיין פין מקוה)


געבן א דאנאט פאר א דענטיסט סעקרעטארי איז נישט קיין No No, זיי האבן געוואוסט אז סאיז נישט אויסגעהאלטן צוטוהן די זאך און דאך האבן זיי עס געטוהן, שרייען סעלף העיטינג דזשאו וועט דיר גאנץ ווייניג העלפן, סאיז העכסט צייט אז די חסידים זאלן אנפאנגן איינזעהן אז זיי קענען נישט יעדעם אינטערקויפן און זיי זאלן ווארטן אויף גאז פונקט ווי יעדעם איינעם, ווייל די גאווערמענט גייט זיי צום סוף כאפן.סאיז נישט אז זיי האבן נעבעך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און נאר דורך די שווינדל קענען זיי מאכן פרנסה, זיי מאכן גענוג געלט אן די דריידלעך.

בד״וו די נער פון וואס דו רעדסט איז שוין לאנג ארויס פון מקוה-get your facts straight :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

שבת אחים האט געשריבן:די נער פון וואס דו רעדסט איז שוין לאנג ארויס פון מקוה-get your facts straight :lol:

נעה.. ער איז אפשר ארויס פון די הייסע, און אריבער צו די קאלטע מקוה. אבער ער איז נאך אינגאנצן אין מקוה.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: אויף די עצם פרשה פון די געז מיטערס. איך ווייס נישט אויב דאס איז א שטיקל נחמה. ס'זעהט אויס אז יא. ווייל דער חילול השם איז דא נישט אזוי שטארק קלינגענדיג. לויט ווי ס'זעהט אויס פון די נניעס מידיא באריכטן, איז דער עיקר צארן פון די סיטי אויסגעגאסן אויף די ארבעטערס פון נעשיאנאל גריד וועלכע האבן גענומען שוחד. און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך. אויף די נייעס זעהט מען עטליכע ארבייטערס פון נ.ג., צווישן זיי איינער א שחור וועלכער איז געווען דארט דער הויפט מחותן. און נאך עטליכע אנדערע פון זיינע חברים וועלכע זענען געווארן ארעסטירט. מ'זעהט ב"ה נישט קיין היימישע אידן מיט קייטעלעך... דאס מיינט נישט אז זיי האבן גוט געטון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער האט געשריבן:עס כאפט דאך א פחד, ווען אלעס איז ביזי מיט אינזער ווערן עדזשוקעישן, און די וויכטיקייט פון די הייליגע טעיג, יעדער מוז וויסן די חרבנות וואס די כלים טון שאדן פארן כלל, יעדער איינער מוז וויסן ווער עס איז די גרעסטע רבי אויפן כדיר, ווער עס שאפט מער געלט פאר די ילדי צרפת, ווער עס האט געשריגן העכער פוי ביים פראטעסט, אבער ווען עס קומט צו די בעיסיקס, פליז נישט גנבענען ווערן די גייסטישע פירער מיסטערעיז שטיל, מען הערט פון זיי נישט קיין פיפס, בשעת די פעדעראלע אגענטען פארשוועכען אזוי פיל היימישע שטיבער, איז אלעס אקעי, וועין נישט די טריפהנע כלי וואלט משיח געקומען, וועין נישט די גיות בני ישיבה וואס אלעס געווען עולם התיקון, ווען עס קומט שבת תשובה וויל איך וויסען וועלכע רב וועט שרייען און פארפירן קעיגן גנבענען און מאכן חילול השם'ס.

פליקער: דאס דערמאנט מיך אן אלטע פאלקס מעשה.
א מגיד איז אמאל געקומען קיין אמעריקע און ער האט געבעטן רשות פונ'ם פרעזידענט/ראש הקהל פון די קאנגרעגעישן צו האלטן א דרשה שבת נאכמיטאג. פרעגט ער דעם פרעז. איבער וואס זאל איך רעדן. האט ער איהם געזאגט, איהר זאלט רעדן איבער אידישקייט. זאגט דער מגיד, איך זאלל אפשר רעדן איבער שמירת שבת? האט איהם דער רה"ק געענטפערט, ניין. פונקט איבער דעם ענין זאלט איהר נישט רעדן, ווייל איינער פון אונזערע חשוב'ע מעמבערס האט א גרויסן דעפארטמענט סטאר, וועלכער איז אפן אום שב"ק, און ער קען זיך נאך אפשר באליידיגן...
אפשר איבער כשרות...? זאגט דער רה"ק, ניין. ווייל איינער פון די ווייס פרעזידענטס פון די שוהל האט א סופערמארקעט וואו מ'פארקויפט טריפה פלייש, און ער קען זיך נאך פיהלן געטראפן פון אייערע מוסר רייד.
פרעגט דער מגיד ווייטער, אפשר זאל איך רעדן איבער חינוך הבנים והבנות, אז מ'דארף געבן א אידישן חינוך פאר די קינדער, כדי זיי זאלן ח"ו נישט חתונה האבן מיט גויים... ענטפערט דער ראש הקהל, ניין. איבער די טעמע זאלט איהר אויך נישט רעדן, ווייל איינער פון די גרעסטע שטיצערס פון אונזער שוהל האט א זוהן וואס האט חתונה געהאט מיט א גוי'טע... און דאס וועט איהם פארשאפן הארצווייטאג, ער וועט מיינען אז איהר ווילט איהם פערזענליך וויי טוהן...
פרעגט דער מגיד...נו, איבער וואס דען זאל איך רעדן...?! ענטפערט דער ראש הקהל... סתם, איבער אידישקייט... :lol: :roll:
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

שליחה דורך טמיר »

.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

שליחה דורך קלוגע יודל »

אפשר איז געקומען די צייט, אז ווען מען באשטעלט מעטערס זאל עס נעמען 2-3 טעג צו באקומען, און נישט 2-3 וואכן/חדשים
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

קיינער זאגט נישט אז עס איז נישט קיין פראבלעם מצד די national grid, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מען קען נעמען זאכן אליינס אין די האנט, שיין וועל איך אויסזעהן אז מענטשן וועלן אנפאנגן נעמען זאכן אויף די אייגענע האנט ווען די סיסטעם געפעלט זיי נישט פונקטליך וויאזוי זיי ווילן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען קען נישט מען זאל נישט.
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.
זיי מאכען די שוועריגקייטן ביודעין, און זיי זענען רשעים.

פאר מיר איז עס א ביזנעס חשבון ווען דער פלאמבער זאגט מיר אז ער ווייסט פין איינער אין נ"ג וואס קען עס טוהן היינט פאר א טויזענטער.

און רבותי די עוולה איז נישט אזוי גרויס. קען מיר איינער זאגען וואס די עוולה איז?

שוין מען האט געכאפט, און מארגען איז דא א נייער וועג צו ביטען דער סיסטעם.

והוא הדין לגבי ווייעלעישענס און אלע ריעל עסטעיט פראבלעמען. עס איז זייער שווער צו גיין גלייך, זיי מאכען געזעצען ווי די חוקי סדום, און מעיקרא איז די כוונה אז מען זאל קענען דרייען און מאכען געלט פין קאראפציע.

זאלען זיי די סדום'ניקעס אין דער ממשלה אויסגלייכן דער ריקען און דערנאך וועלען אונז נאכטוהן.

והוא הדין לגבי זאונונג, קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די גיהנם זיי מאכען אזעלכע חוקי סדום? זאלען זיי אלע פייגערען א מיתה משונה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אט דאס איז די פראבלעם. די מענטאליטעט אז וואס עס נישט מיט אייער סדר היום הייסט "מאכען שוועריגקייטן ביודעין", "זיי זענען רשעים", "מארגען איז דא א נייער וועג צו ביטען דער סיסטעם", "חוקי סדום", "קאראפציע" און פיינעלי "זאלען זיי אלע פייגערען א מיתה משונה".

פון די געשיכטע, און פון אייערע רייד, זעהט אויס אז די אידישע ריעל עסטעיט ווערט געלאפן דורך פארטיזאנען.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

שליחה דורך מאנסי אינגערמאן »

קלוגע יודל האט געשריבן:אפשר איז געקומען די צייט, אז ווען מען באשטעלט מעטערס זאל עס נעמען 2-3 טעג צו באקומען, און נישט 2-3 וואכן/חדשים

דאס איז גיט אויב די אפארטמענטס זענען ליגאל. לויט ווי איך האב געהערט איז נישט דאס געווען די מדובר דא ליידער
ס'פאנגט זיך נישט אהן ביי די אידען אבער מ'בויט אסאך נישט לעגאלע אפארטמענטס און דערנאך האט מען טענות אז מען קען נישט באקומען קיין מיטער.
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

אשתישבי, האט געשריבען!!
!!!זיי מאכען די שוועריגקייטן ביודעין, און זיי זענען רשעים!!!!!
געדעק!
every rule has its victim
דאס אז די ווייסט נישט וויאזוי, מיינט נישט אז זיי זענען רשעים.
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

Re: FBI פארפלייצט וויליאמסבורג

שליחה דורך קלוגע יודל »

מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:אפשר איז געקומען די צייט, אז ווען מען באשטעלט מעטערס זאל עס נעמען 2-3 טעג צו באקומען, און נישט 2-3 וואכן/חדשים

דאס איז גיט אויב די אפארטמענטס זענען ליגאל. לויט ווי איך האב געהערט איז נישט דאס געווען די מדובר דא ליידער
ס'פאנגט זיך נישט אהן ביי די אידען אבער מ'בויט אסאך נישט לעגאלע אפארטמענטס און דערנאך האט מען טענות אז מען קען נישט באקומען קיין מיטער.

הע?!
איך ווייס פון א יונגערמאן וואס האב געדארפט ווארטן כמעט 2 וואכן אויף צו פשוט עפענען א פארמאכטער מיטער, נאך וואס ער האט זיך אריינגעצויגן אין א ליגאלן דירה אין א אפארטמענט בילדינג.

די 2 וואכן איז געוועהן נאכדעם וואס ער האט גענוצט זיין טאטעס נאמען וויבאלד ער האט שוין אן אקאונט ביי זיי, איז עס געגאנגען גערינגער. קודם האט ער געוואלט מאכן אויף זיין נאמען האט עס געדארפט נעמען אסאך לענגער.

אין אנדערע ווערטער, ער האט געמוזט גיין קרום כדי אז זיי זאלן עפענען די גאז, וויבאלד גראד אויף זיין נאמען וואלט עס גענומען נאך לענגער
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מאנסי אינגערמאן »

איך האף אז דו פארשטייסט אליין אז עס איז דא א עצה אויף דעם,
פשוט באשטעלן די געז אפאר וואכן פריער.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך קלוגע יודל »

און דו האלסט אז עס נארמאל אז מען מוז באשטעלן 3 וואכן פריער?
מאנסי אינגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מאנסי אינגערמאן »

איך גיי נישט זאגן אז ס'איז נארמאל, ס'איז זיכער נישט, אבער אז דאס איז די פראבלעם דארף מען ארבעטן אויף דעם, נישט טוהן פאני זאכן. יא, ס'איז זייער געשמאק צו כאפן נאך א דאלער צוויי, אדער טרעפן א וועג וויאזוי נישט צו פארלירן אפאר דאלער, אבער נארמאל ענדיגט זיך עס נישט גוט.
פארשפארט