ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער מיינט ענדערען א שבת זייגער אום שבת און יו''ט. אז מ'רוקט די שטיקלאך אז שפעטער זאל זיך דער לעכט פארלעשען פריער, איז דאס א גרם כיבוי וואס דאס איז מותר אום יו''ט. מיט'ן קאושע''ר סוויט''ש האט עס אבער נישט. דאס איז א לייכטער נארמאלער וועג אויפצוטוהן וואס מ'וויל, וואס פוסקים זאגען, און האבען ראיות דערצו, אז ס'קען קיין גרמא נישט זיין
ליטוואק פון בודאפעסט: נאר א קליינע טעכנישע הערה: דער היתר וואס רוב פוסקים האבן געהאלטן אז מ'מעג רוקן די פין פון א שבת זייגער אום יו"ט צו אנצינדן אדער אויסלעשן די לייטס פריער אדער שפעטר איז נישט שייך ביי די היינטיגע עלעקטראנישע שבת זייגערס. חוץ אויב מ'וויל אריינגיין אין א נייע שקלא וטריא אויב מ'מעג אינסערטן אדער אויסמעקן א פראגראם אום שבת אדער יו"ט...!
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אסאך פוסקים האלטן אז עס איז ניטאמאל א גרמא נאר א געהעריגע מלאכה ווייל אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון,
גראדעמעכעלע: איך האב נישט ליעב צו גיין אין סוירקלס. און איך מיין אז מ'האט שוין אלעס אויגעשמועסט אין דעם אשכול. אבער צו זאגן אז די וועג וויאזוי דער סוויטש ארבעט איז אפילו נישט קיין גרמא. נאר א געהעריגע מלאכה, איז אבסורד. ווייל נישט נאר צינדט מען נישט אן די לייטס דירעקט, נאר בשעת מ'איז גורם, אדער מ'טוט ערמעגליכן פאר די לייטס זיך אנצוצינדן אדער אויסלעשן, אין די פאר סעקונדעס ווען די גרינע על.אי.די. איז אנגעצונדן, איז בכלל נישט דא קיין קאנטאקט מיט די ליכט פולסן אדער מיט אן עלעקטרישן שטראם. און ס'איז זייער שטארק דומה צו איינעם וועלכער לייגט אראפ א לעכט אז דער ווינט זאלל עס שפעטער אויסלעשן. ס'איז נאר ד'א אנדערע אישוס צו נוצן דעם סוויטש לכתחילה אונטער נארמאלע אומשטענדן, צוליעב גרמא אדער זילותא דשבתא...!.
איר זענט גערעכט אז מען קען זאגן עס איז א גרמא, אבער.עס איז דא אסאך פוסקים וואס האלטן אז אפילו ווען בפועל איז עס א גרמא, אויב אזוי איז די נארמאלע וועג פון עס טון האט עס נישט די היתר פון גרמא,
אפשר האט געשריבן:די מאמענט איז מורא'דיג אין נאכשרייבן די פאריגע וואכעדיגע עמי מאגאזין
איך האב נאכנישט געליינט דעם מאמענט פון די וואך. אבער די ארטיקל פון "עמי" האט טאקע אזא פנים ווי דער פאבלישער, מר. יצחק פראנקפורטער. ער איז אינטעלעקטשועללי דיסהאנעסט. אין דעם ארטיקל שרייבט ער נישט קיין איין טעכנישע אדער הלכה'דיגע נקודה איבער דעם סוויטש. זיין גאנצע ארטיקל באשטייט אין אויפווייזן אז מר. מנשה קלטי, דער אינווענטאר פון דעם סוויטש איז א שווינדלער וועלכער האט ארויסגענארט די חתימות און הסכמה פון די רבנים מיט שוווינדל. און ער האט אויך ארויסגעשניטן די תנאים אונטער וועלכע זיי האבן געגעבן דעם היתר צו באנוצן דעם סוויטש...!
זייער מאדנע אז כמעט די גאנצע ארטיקעל אין מאמענט קעגן די כשר סוויטש איז א אינטערוויא מיט די בעל מכשיר פון זמן סוויטש - וואס גייט פארלירן געלט אויב כשר סוויטש איז מצליח!!
2) ווען איינער באגייט אזא שענדפולן אקט פון ארויסשניידן שטיקער פון די הסכמות פון רבנים, און נישט עפעס אן אומוויכטיגע חלק, נאר עפעס וואס טוישט דעם גאנצן ענין. קומט זיך אים נישט קיין באהאנדלונג מיט זיידענע הענטשוך, נאר טאקע פון דעם סארט וואס עמי האט דעליווערט,
ראביי ? איך האב אלץ פארשטאנען אז רבי רופט מען אן איינעם וועם מ'רעספעקטירט און מ'האט דרך ארץ פאר די תורה וואס ער האט געלערנט, נישט א אומפארשעמטע יונג וואס איז געווען גרייט מכשיל צו זיין א רבים מיט א עזות מבהיל, קיין חילוק צו ער האט א דעגרי אין תלמוד אדער נישט
2) ווען איינער באגייט אזא שענדפולן אקט פון ארויסשניידן שטיקער פון די הסכמות פון רבנים, און נישט עפעס אן אומוויכטיגע חלק, נאר עפעס וואס טוישט דעם גאנצן ענין. קומט זיך אים נישט קיין באהאנדלונג מיט זיידענע הענטשוך, נאר טאקע פון דעם סארט וואס עמי האט דעליווערט,
ראביי ? איך האב אלץ פארשטאנען אז רבי רופט מען אן איינעם וועם מ'רעספעקטירט און מ'האט דרך ארץ פאר די תורה וואס ער האט געלערנט, נישט א אומפארשעמטע יונג וואס איז געווען גרייט מכשיל צו זיין א רבים מיט א עזות מבהיל, קיין חילוק צו ער האט א דעגרי אין תלמוד אדער נישט
ניין: מיין טענה אקעגן די ארטיקל פון עמי מעגעזין איז אז אין די העדליין פון דעם ארטיקל זאגט ער אז ער גייט באהאנדלען אלע פרטים איבער די קאנטראווערסיע פון דעם שבת סוויטש. און ער דיסקוטירט נישט אפילו איין נקודה פון א טעכנישן, אדער הלכה'דיגן שטאנדפונקט. ער קאנצענטרירט זיך נאר אין אויפווייזן אז מר. מנשה קלטי איז א שווינדלער. אז ער האט ארויסגענארט, אדער פארדרייט די חתימות און הסכמות פון רבנים אין ארץ ישראל און אמעריקע...!
[justify]"זמן" טעכנאלאגיע, דער הויפט געווינער - לויט מאנכע - פון דער "סקאנדאל", באדאנקט זיך טאקע עפענטליך - אין א בריוו צו די ארויסגעבער - צו "עמי", די וואך, מאי דעם 6'טן, און געדרוקט אין די מאגאזין. פילייכט איז דאס, די בריוו, א פראבע פון "עמי" צו דערציילן פאר די ליינער, מיט א ווינק-ווינק, אז "זמן" שטייט אונטער די לעצטיגע ווינטיגע סקאנדאלישע באשרייבונגען.[/justify]
נופת צופים האט געשריבן:מען דערגענצט( אויב ס'איז א ווארט) גארנישט. ער ווייזט דארט אז דער שטראם גייט פון זיך אליין, אמאל יא און אמאל נישט( ספק א') און דו נעמסט אוועק א בלאקעדש אז ס'זאל קענען ווייטער גיין און נתקבל ווערן אויף די צווייטע צד, וואס איז אויך א ספק אויב ס'וועט נתקבל ווערן( ספק ב')
טעפל: אויב דו לעבסט נאך. איך האף אזוי. אבער לאמיר רעדן פון דעם טעכנישן פארט. דער צד ההיתר פון דעם אינווענטאר איז אז ס'איז ...רענדאם"... דאס מיינט נישט אז ס'איז א ספק אויב דער עלעקטרישער שטראם וועט צו קומען. דאס איז נישט קיין ספק. דער ווארט מיינט, אז ס'האט נישט קיין זמן קבוע. א וסת. און מ'קען נישט פאראויסזאגן אין וועלכע פאר סעקונדעס דער עלעקטרישער שטראם וועט לויפן. דערפאר זענען דא די גרינע און די רויטע על.אי. די'ס. ווען די גרינע על.אי.די ברענט מיינט אז דער שטראם לויפט נישט און מ'קען ריקן די מחיצה'לע צו אויפמאכן אדער בלאקירן דעם וועג פאר די עלעקטריציטעט ווען ס'וועט ווידער שטראמען. און די רויטע לעמפל מיינט אז דער שטראם לויפט יעצט. און מ'טאר עס נישט בלאקירן אדער אויפמאכן...!!
ווי די רבי מהר"א שליט"א פון קר"י זאגט אייביג..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט" און ווער נישט זאלל ארויסנעמען א גמרא אדער אדורכלערנען הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל'ס ספרים וועט ער אפשר פארשטיין...!
מאנסי יונגערמאן: ווייל די גמ'/הלכה איז, אז א חולה/חולין (שאין בו סכנה) ומשמשיהן מעגן אויסלעשן א לעכט אום שבת, כדי דער חולה זאלל קענען איינשלאפן. ווייל ס'איז א מלאכה שאינה צריכה לגופה. ד.ה. אז ער דארף נישט די רעזאלט/בענעפיט פון די אויסגעלאשענע לעכט. די קוילן/אש. אבער א געזונטער מענטש טאר דאס נישט טון...!
איך וויל לאזן וויסן דעם חשוב'ן עולם אז איך האב געגרינדעט א תלמוד קלאס אין דריי שפראכן. אידיש/אונגאריש, ענגליש און ספאניש. די רעגיסטראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. דאס פלאץ איז באגרעניצט. וכל הקודם זכה...!
berlbalaguleh האט געשריבן:מאנסי יונגערמאן: ווייל די גמ'/הלכה איז, אז א חולה/חולין (שאין בו סכנה) ומשמשיהן מעגן אויסלעשן א לעכט אום שבת, כדי דער חולה זאלל קענען איינשלאפן. ווייל ס'איז א מלאכה שאינה צריכה לגופה. ד.ה. אז ער דארף נישט די רעזאלט/בענעפיט פון די אויסגעלאשענע לעכט. די קוילן/אש. אבער א געזונטער מענטש טאר דאס נישט טון...!
איך וויל לאזן וויסן דעם חשוב'ן עולם אז איך האב געגרינדעט א תלמוד קלאס אין דריי שפראכן. אידיש/אונגאריש, ענגליש און ספאניש. די רעגיסטראציע האט זיך שוין אנגעהויבן. דאס פלאץ איז באגרעניצט. וכל הקודם זכה...!
מאנסי יונגערמאן: במחכת"ה. ביי א חולה שאין בו סכנה פסקנ'ען די פוסקים, אז מ'טאר נישט אויסלעשן אליינס די לייט. אבער דער עלעקטראנישער קאושער סוויטש, וועלכער נעמט אוועק דעם חשש פון בונה (מערכת) לויט'ן חזון איש. און איז אויכעט נאר א גרמא...מעג מען יא, לכתחילה...(הרב ישראל דוד הארפענעס שליט"א. אחד מגדולי הפוסקים בזמננו.)
שוין שיעור געשריבן הרב ישראל דוד ווייס. אבער ער איז נאר איינער פון די גדולי הפוסקים פון די נטורי חרתא...