Photos, of the Dedicated Volunteers from @ChesedShelEmes & @ChaverimRocklnd o/s in Viola Park were the yingerman shot himself to death.
![בילד](https://pbs.twimg.com/media/C2ljQpQVEAESGSs.jpg)
![בילד](https://pbs.twimg.com/media/C2ljQpQUkAA_Cak.jpg)
פראטעסט קעגן דעם נפטר אכט יאר צוריק:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LUxkQaA8lno[/youtube]
הדד בן בדד האט געשריבן:.
אבער דאס אהערשטעלן דעם ארי אויסטערליץ פאר אזא צדיק מאכט מיך שוין טראכטן אז דו ביסט גאר ארי אליינס. ווייל עני באדי וואס קען ארי'ן (אויסער ארי אליינס) וועט די פארציילן בפה מלא וואס פאר א גענגסטער דער ארי איז, און דער ליזענסקער האט זיך פון אים צאמגעליטן ציפקע צרות, ער האט געמאכט מיט אים פאטאש. דער ליזענסקער האט זיך נעבעך פארגלייבט אין דעם ארי אז ער איז זיין בעסטער און געטרייעסטער מענטש און האט זיך לכבודו צוקריגט מיט עטליכע גבירים, געבליבן מיט גרויסע חובות און א באשמוצטן נאמען, אלעס צוליב דעם ארי, וועלכער האט אים אויסגעמעלקט ביזן לשד העצמות.
סאו שנייד די קרעפלעך...
ריכטיג האט געשריבן:ער איז נאכאלץ געווען אונטער סקווירא פרעשור?? כמיטב ידיעתי איז שוין זיין פרשה דארטן שוין לאאאנג over, סא דער קליפ קומט נישט דא אריין.
.
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:לאל, איבער א שמיטה יאר גארנישט מיט סקווירא, זיין נעמען דאס לעבן האט מיט סקווירא וואס איך האב מיט פאפא רב,
אבי געלייגט א נאסע שמאטע,
moshav zekeinim האט געשריבן:שוין צייט זיך אויסצולערנען אז חרדים זענען קיינמאל נישט שולדיג.
מען זאגט אז חובל איז מלשון חבל, אזויווי א שטריק, מען גיט א צי דעם עק דערפון און ווייט אוועק ביים אנדערן עק דערשטיקט עס א מענטש.
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ בערל לאמיר זעהן צו איך פארשטיי דיין פריערדיגע תגובה.
מושב איז אייניקל פונעם שר שלום און ער האט געוואלט זאגן אז פרעה מיט זיינע פעטע קיען האבן געוואלט איינשלינגן זיין וויסטע אגענדא האט מען גערופן דעם הויכגעשעצטער סענדער דער דויטש פון פאריז זאל פוצן די שיך פון א משומד און אזוי האט מען ממתיק געוועהן די דינים און עס איז געווארן שלום על ישראל אויף אלע בעלזער יושבים. איא?
עפעס אזוי האב איך פארשטאנען. אויב מאך איך א טעות בעט איך אייער אנטשולדיגונג.