דער אמת איז אז איך ווייס נישט ווער דאס איז, צו איז ער א חסיד צו א ליטוואק, א היימישער אדער מאדערנער. אויסער זיין נאמען וואס פלעגט ערשיינען אויף געציילטע היימישע אלבום'ס אין די תש"מ יארן האב איך נישט קיין שום אינפארמאציע איבער אים. אזויפיל יא, עס איז קענטיג אז ער איז פון אמעריקא, סיי צוליב זיין מוזיק סטייל וואס ענדלט צו ישראל לאם, סיי צוליב די אמעריקאנע מוזיקאנטן וואס ער ניצט שטענדיג, און סיי צוליב וואס זיינע קליענטן זענען געווען אמעריקאנע.
און טאקע זיין מוזיק איז וואס ציט מיין אינטערעס איבער אים. ער האט טאקע באארבעט א קליינער צאל אלבום'ס, אבער זיינע ארעידזמענטס זענען געווען גאר איינדרוקספול, און אויף אויפגעכאפטע אלבומען. ער איז געווען אין די ליגע פון יאראן גערשאווסקי (אידישע אוצרות) און הערשי לעבאוויטש (מגילת אסתר מיט געזאנג) וועמנס גאלדענע חותמות פלעגן ערשיינען אויף געציילטע אלבומען במשך א קורצע תקופה.
נחמן קליין איז אחראי אויף די מוזיק אויף לכל זמן ("הופסי א שמייכל"...), און נאך אנדערע קינדער טעיפס, איינצעלנע ניגונים אויף צליל וזמר, און והעיקר, "איך האב געווארט" ניגוני יו"ט ערליך ביי מרדכי בן דוד.
איך וואלט זייער געוואלט וויסן ווער דער מענטש וואס שטייט אונטער די מוזיק וואס האט געצויגן מיין אינטערעסע איז. אבער דערווייל האב איך נישט קיין בלאסער איינונג.
דער נאסטאלגישער מוזיק ארעידזשער נחמן קליין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער נאסטאלגישער מוזיק ארעידזשער נחמן קליין
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
קען זיין וואליום 2. וואס ישראל לאם האט זיכער באארבעט איז "איך בין שוין גרויס" און "אלף בית וועלט". ביי א קאנטרי יוסי שאו דערמאנט ליפא שמעלצער ישראל לאם'ן שטיקלעך פון א"ב וועלט וואו ער איז געווען אינוואלווד אלס ינגל סאלא.