שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:דא האט איהר די נייע פרייזן וואס די געשעפטן ווילן
מען געט זיי א פינגער ווילן זיי א האנט, אויף דער בליץ מאכן זיי כהיום יום, $1.25. און זיי זענען נישט צופרידן???
זיי קענען נישט טענה'ן אז זיי ווילן מאכ'ן ٪35 אזוי ווי די אנדערע פראדוקטן, וויבאלד ביי צייטונגען נעמט די מו"ל די קאסטן פון די גניבה'ס, צוריסן וכו', ווי אויך נעמט זיך די בעה"ב אהיים די צייטונגען אן סקענען אין די קאמפיוטער, ממילא פארלירט אויף דעם די מו"ל (וויבאלד די גראסערי באצאלט נאר לויט ווי סאך ער האט פארקויפט, און ווי אזוי ווייסט מען וויפיל ער האט פארקויפט, דורך קוקן אין די קאמפיוטער וויפיל מאל עס איז געסקענט געווארן, און אויב מען סקענט נישט פארלירט די בעל הצייטונג).
משא"כ פראדוקטן, אויב עס ווערט נעלם, פארלירט די גראסערי מאן, אויב נעמט ער אן סקענען גייט עס אויף זיין חשבון וכו' וכו'. איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין ריסק אויף די צייטונגען פארדינט מען ווייניגער. אזוי ווי יעדער פארשטייט ביי אנדערע ביזנעס, ווי קלענער די ריסק אלס ווייניגער פארדינט מען, וואס גרעסער די ריסק אלס מער פארדינט מען.
בקיצור די צייטונגען איז ٪100 נטו ריוח, עס איז נישטא קיין אנדערע אווערהעד קאסטס. מילא א צייטונג וואס די מאכסט נאר 45¢ פארשטיי איך עס עס לוינט דיר ממש נישט, און די ווילסט מאכן אביסל מער דערויף אבער $1.25 איז דיר נישט גענוג??????????
אגב איך זעה אז די שטערן אין שפאקטיוו זענען בכלל נישט אין די ליסט, האבן זיי אויפגעהערט עמטליך ארויס צוקומען?